עס איז דא צו באקומען אזא ספרעי נור ניץ עס איז נישט אויף יענעמס מלבושים איידער די פרעגסט א שאלהלכאורה האט געשריבן:המממ... מאכסט מיר טראכטן...שר החסד האט געשריבן:בעק דא רעגולער בראדקעסטינג:
נעכטן נאכט, שטייט א בחור "אויף די ראוד" ריפלעקטארלאז, ביי יוניאן + קארנער סטריט ... מיט'ן הענט אויסגעשטרעקט... ער דארף א היטש.... כ'אבעם נישט אנגעשריבן...
אפשר איז דא צו באקומען אזא ספרעי וואס שיינט א 'רעפלעקטיוו' מאטעריאל, און אנשטאט אנשרייען די היטש כאפערס אדער שפאצירער אנע רעפלעקטערס, זאלן די רעבעלן דרייווער ארויסנעמען זייער וואפן, די רעפלעקטאר ספרעי, און יענעם 'אנשרייבן' א שיינע גארטל אויפ'ן מאנטל און ביידע זייטן וועלן זיין צופרידן!
נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
ער מיינט לכאורה דאסלכאורה האט געשריבן:המממ... מאכסט מיר טראכטן...שר החסד האט געשריבן:בעק דא רעגולער בראדקעסטינג:
נעכטן נאכט, שטייט א בחור "אויף די ראוד" ריפלעקטארלאז, ביי יוניאן + קארנער סטריט ... מיט'ן הענט אויסגעשטרעקט... ער דארף א היטש.... כ'אבעם נישט אנגעשריבן...
אפשר איז דא צו באקומען אזא ספרעי וואס שיינט א 'רעפלעקטיוו' מאטעריאל, און אנשטאט אנשרייען די היטש כאפערס אדער שפאצירער אנע רעפלעקטערס, זאלן די רעבעלן דרייווער ארויסנעמען זייער וואפן, די רעפלעקטאר ספרעי, און יענעם 'אנשרייבן' א שיינע גארטל אויפ'ן מאנטל און ביידע זייטן וועלן זיין צופרידן!
מיט דעם קען מען אנשרייבן פונדערווייטענס, און קען זיין עס איז רעפלעקטיוו אויכעט.
(קול מבשר זאל נאר נישט זאגן אז כוליגאנעס האבן ספרעי פעינטעד מאנסי דורכגייער).
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
אויב אזוי וועט אויך נישט העלפן שרייען...שיינער חלום האט געשריבן:קול מבשר, צעטלעך, אויסגאבעס, וכו' וכו', דאס אלעס רעדט,דעת בעל הבית האט געשריבן:כאפ נישט פארוואס ”שרייען” ס’העלפט נישט מער ווי נארמאל זאגן!-?
ס’זעט אויס ווי די יארן וואס מ’האט געגאנגן אין מאנסי בא אכט פלעגט זיך עפענען פענסטער פון קארס און ארויס שרייען ’’העי דזשאו’’
אונז זענען אידן. פארוואס באפאלן מענטשן?? רעד!
אויב דער גייט נאכאלטץ נישט מיט א ריפלעקטאר, מיינט דאס אז ער הערט נישט ווען מ'רעדט!
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
חברים גייט עס טיילן?לכאורה האט געשריבן:המממ... מאכסט מיר טראכטן...שר החסד האט געשריבן:בעק דא רעגולער בראדקעסטינג:
נעכטן נאכט, שטייט א בחור "אויף די ראוד" ריפלעקטארלאז, ביי יוניאן + קארנער סטריט ... מיט'ן הענט אויסגעשטרעקט... ער דארף א היטש.... כ'אבעם נישט אנגעשריבן...
אפשר איז דא צו באקומען אזא ספרעי וואס שיינט א 'רעפלעקטיוו' מאטעריאל, און אנשטאט אנשרייען די היטש כאפערס אדער שפאצירער אנע רעפלעקטערס, זאלן די רעבעלן דרייווער ארויסנעמען זייער וואפן, די רעפלעקטאר ספרעי, און יענעם 'אנשרייבן' א שיינע גארטל אויפ'ן מאנטל און ביידע זייטן וועלן זיין צופרידן!
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
נס גדול היה פה!
מחאות איבער שינו המסורה ערלויבט אינעם מחאות אשכול....
מחאות איבער שינו המסורה ערלויבט אינעם מחאות אשכול....
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
וועמענס הויז איז דאס?שר החסד האט געשריבן:נס גדול היה פה!
מחאות איבער שינו המסורה ערלויבט אינעם מחאות אשכול....
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
די הויז וואס די באס האט אריינגעקראכט.קאשע זופ האט געשריבן:וועמענס הויז איז דאס?שר החסד האט געשריבן:נס גדול היה פה!מחאות איבער שינו המסורה ערלויבט אינעם מחאות אשכול....
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4279
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
די נער ליגט מיר נישט אויפן נאז. איך פאר נישט נידריגער פון די ספיעד לימיט, אבער איך בין אויך א נארמאלע מענטש.גראדע שכל האט געשריבן:יא רייט אוו וועי, נישט רייט אוו וועי.... זענט איר עפעס א [נמחק] וואס די נער ליגט אייך אויפן נאז??Kosher Travel האט געשריבן:ניין! מאנסי איז א דיזעסטער פון אזאנע מענטשן ווי דו וואס כאפן זיך אריין און מאכן שיעור עקסידענס!גראדע שכל האט געשריבן:פון אזוינע מענטשן ווי דיר איז מאנסי א דיסעסטער!!!Kosher Travel האט געשריבן:וואס מיינט א געהעריגע גרינע עראו? רוב אינטעסקשאנס, האבן נישט קיין עראו. וואס איז דאס זיך "מוזן אריינכאפן"? פון דעם רעד איך טאקע. דער וואס וויל זיך איינדרייען, זאל טוהן ווי די געזעץ איז און ווארטן ביז ער קען זיך איינדרייען, און נישט מאכן קיין עקסידענטס און שיעור עקסידענס מיטן זיך אריינכאפן.מי חכם האט געשריבן:Kosher, דוכט זיך יענע לייט האט נישט קיין געהעריגע גרינע עראו און די קארן וואס ווארטן צו מאכן דעם לעפט טוירן מוזן זיך אריינכאפן פאר די קארס (וואס האבן טאקע די רייט אוו וועי) הייבן אן צו פארן.
שטיי טאקע ביים אינטערסעקשן און ווארט ביז די קענסט פארן און אזוי וועט זיין א שורה פון צען קארס אונטער דיר וואס וועלן זיצן אויף שפילקעס און אנגעצויגן און פארפאסן איין רויט נאכן צווייטן ווייל איר זענט מער פון די רואיגע טיפ...........
אויב זיצט מען אויף שפילקעס, זאל מען קיין דרייווער נישט זיין! איי מען פארפאסט איין רויט לייט נאכן צווייטן? פארפאלען. דאס געשטע ווען מען בויעט אין די וועלט אריין. עס ווערט א גרויסע טראפיק. דאס געט נאך נישט קיין רעכט צו זיין ווילדע חיות! און טאקע צו מענטשן ווי אייך זאג איך, איר זאלט דרייווען ווי נארמאלע מענטשן. ווען איך וויל פארן רעטכס ווען עס ווערט גרין, און דאס געזעץ זאגט אז איך האב די רייט אויף וועי, דארף איך נישט מאכן א שארט סטאפ אינמיטן זיך איינדרייען, ווייל ווילדע מענטשן אויף שפילקעס האבן אפגעמאכט אז זיי זענען above the law. איך בין גארנישט אזא רואיגע טיפ... אבער ווען צוויי מענטשען טרעפן זיך אויף א שמאלע גאס און ביידע גייע רעטס און לינקס הין אין צירוק אפאר מאל, ווייל קיינער כאפט נישט אז איעדער פון זיי זאל גיין רעטס, איז נישט געפערליך. אבער ווען צוויי 6 טויזענט פונטיגע קארס טוען עס, איז עס א גרויסע סכנה. און דערפאר איז דא rules of the road. און אויב קראכט איר ווייל איר האט נישט געגעבן די רייט אויף וועי, זענט איר שולדיגט.
איך גיי נישט ווארטן פאר די קעגן קומענדע קאר צו לאנג ... און איך גיי פייפן אויב די קאר אינפראנט פון מיר ווארט צו לאנג...
מענטשן דארפן אנקומען צו פלעצער.... און עס וועט גארנישט געשעהן אויב די קאר וואס קומט אקעגן איבער וועט מאכן א קליינע סטאפ און מיך לאזן אריבער גיין אפילו ס'איז נישט מיין "רייט אוו וועי"... ווי איידער איך זאל ווארטן 15 מינוט...
קיינער רעדט נישט פון ווארטן 15 מינוט, און מען רעדט אויך נישט פון מאכן די קאר וואס קומט אנקעגען איבער מאכן וויאזוי איר רופט עס אן "א קליינע סטאפ". מען רעדט ווען איך האב שוין אנגעהויבן פארן, און איך בין שוין פעסט אינמיטן סי אינטערסעקשאן, און שוין כמעט אינגאנצן איינגערדרייט, און איר קומט צו פליען ווילד ווייל די וועלט באלאנגט נאר צו אייך. און ליידער זענען די מענטשען וואס טראכטן ווי אייך, "בשבילי - ואלא בשבילי - נברא העולם", וואס זענען גורם אזויפיהל עקסידענס און שיעור עקסידענס.
איך האב בכלל נישט געשריבן אפילו פון מענטשליכקייט, נאר די פשוט געזעץ פון דרייווען, וואס מאנכע, לויט וויאזוי זיי שרייבן דא, ווייסן אפילו נישט די פשוטע געזעצן פון דרייווען. די זענען די מענטשען וואס "פליען שנעל" אריבער די פעדעסטריען וואלק וועיס, און פייפען נאך מיט טענות און וואונדער אויף די מענטשהייט וואס פראבירן אדורכגיין. קלאר נישט פאר שלעכטקייט. זיי מיינען נאר אז מען מעג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
משפחת ארליאןקאשע זופ האט געשריבן:וועמענס הויז איז דאס?שר החסד האט געשריבן:נס גדול היה פה!
מחאות איבער שינו המסורה ערלויבט אינעם מחאות אשכול....
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- א פארצייטישע איד
- שר האלף
- תגובות: 1004
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
ווער נעמט צו נוארק עירפארט 9 חברה?
איינער האט א נומער?
איינער האט א נומער?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
א פארצייטישע איד האט געשריבן:ווער נעמט צו נוארק עירפארט 9 חברה?
איינער האט א נומער?
Yellow
845-783-6660
845-783-6660
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
try those phone numbersא פארצייטישע איד האט געשריבן:ווער נעמט צו נוארק עירפארט 9 חברה?
איינער האט א נומער?
914-329-1168
845-204-8260
845-274-6819
8453236137
9174747640
9085026006
8454451111
- א פארצייטישע איד
- שר האלף
- תגובות: 1004
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
ווער זענען זיי? היימיש? ביליג?י גרין האט געשריבן:א פארצייטישע איד האט געשריבן:ווער נעמט צו נוארק עירפארט 9 חברה?
איינער האט א נומער?Yellow
845-783-6660
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
היימישא פארצייטישע איד האט געשריבן:ווער זענען זיי? היימיש? ביליג?י גרין האט געשריבן:א פארצייטישע איד האט געשריבן:ווער נעמט צו נוארק עירפארט 9 חברה?
איינער האט א נומער?Yellow
845-783-6660
Normal Prices
They are located in Monroe, They have Sprinters for reasonable pricing
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
a few of them are heimish and a few are cheapyid האט געשריבן:try those phone numbersא פארצייטישע איד האט געשריבן:ווער נעמט צו נוארק עירפארט 9 חברה?
איינער האט א נומער?
914-329-1168
845-204-8260
845-274-6819
8453236137
9174747640
9085026006
8454451111
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
וואס זענען די שיסערייען וואס מ'הערט יעצט?
-
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 10:40 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
טראציג האט געשריבן:וואס זענען די שיסערייען וואס מ'הערט יעצט?
געהערט די זעלבע
- איטשע חסיד
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
שוין דא עפעס נייעס בנוגע די שיסערייען?איזי גאואינג האט געשריבן:טראציג האט געשריבן:וואס זענען די שיסערייען וואס מ'הערט יעצט?
געהערט די זעלבע
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
- א פארצייטישע איד
- שר האלף
- תגובות: 1004
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
וועלעכע געגענט?איטשע חסיד האט געשריבן:שוין דא עפעס נייעס בנוגע די שיסערייען?איזי גאואינג האט געשריבן:טראציג האט געשריבן:וואס זענען די שיסערייען וואס מ'הערט יעצט?
געהערט די זעלבע
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
אין חגא סיזען האט מען עס אלע יארן תולה געווען אין פייער קרעקערסא פארצייטישע איד האט געשריבן:וועלעכע געגענט?איטשע חסיד האט געשריבן:שוין דא עפעס נייעס בנוגע די שיסערייען?איזי גאואינג האט געשריבן:טראציג האט געשריבן:וואס זענען די שיסערייען וואס מ'הערט יעצט?
געהערט די זעלבע
(אזויווי מ'טוט אין ברוקלין אגאנץ יאר)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2698
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
??א פארצייטישע איד האט געשריבן:וועלעכע געגענט?איטשע חסיד האט געשריבן:שוין דא עפעס נייעס בנוגע די שיסערייען?איזי גאואינג האט געשריבן:טראציג האט געשריבן:וואס זענען די שיסערייען וואס מ'הערט יעצט?
געהערט די זעלבע
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
באקומען אן ערשטהאנטיגע באריכט פון אן אנוועזנדער אויף דער סצענע ביי די באס אינצידענט פארלאפענעם דאנערשטאג, לאמיר יענעם איבערגעבן דאס ווארט:
איך וועל דא מיטטיילן וואס איך האב מיטגעהאלטן פונעם באס עקסידענט אין מאנסי לעצטע וואך דאנערשטאג. עס איז געווען בערך 8:55 ווען איך בין געפארן אין מיין קאר אויף Southgate, עטליכע קארס פאר די ריבניצער באס. פלוצלינג הער איך א שוידערליכע זעץ. איך האב מיך גלייך אריינגעצויגן אין די זייט, איך בין ארויסגעלאפן פון קאר צו זען וואס עס גייט פאר. פאר מיינע אויגן האט זיך אנטפלעקט א שרעקליכע סצענע ווי א באס האט אריינגעקראכט אין א הויז און רויך קומט ארויס פונעם באס. דערביי ליגט אן איבערגעדרייטע קאר.
ביז איך בין אנגעקומען צום באס האבן רוב קינדער שוין געהאט ארויסגעטאנצט פון די בעק טיר. צוויי קינדער זענען געבליבן אויפ'ן באס, דאס איז געווען דער אינגעל וואס איז געווארן שטארק געשעדיגט אויף זיין קאפ און דאס אנדערע אינגעל וואס האט זיך צובראכן א פימער ביין ר"ל. דער דרייווער האט געשריגן מען זאל זיי נישט רירן פון פלאץ ביז הילף קומט אן, אבער עס איז געווען דארטן צוויי גוים וואס האבן געזאגט אז וויבאלד די באס רויכערט דארף מען זיי יא אראפנעמען תיכף ומיד. זיי האבן אראפגענומען די קינדער און זײ איבערגעגעבן פאר א אידישע פרוי וואס האט זיך אפגעשטעלט העלפן. די פרוי האט אנגעהאלטען דאס קאפ פונעם קינד און געטרייט אפצושטעלן די בלוט. די פרוי קען מען זאגן האט ממש געראטעוועט דאס קינד לעבן. א מיידעל וואס איז ארויסגעלאפן פון די הויז וואס איז געווארן געשעדיגט האט א פארלוירענע גערופן הצלה. נאך עטליכע מינוט וואס האט אויסגעזען ווי אן אייביגקייט איז דער ערשטער הצלה אנגעקומען. (ווי איך האב שפעטער געהערט פון הצלה, איז די קאול אריינגעקומען אז א באס האט געמאכט אן עקסידענט, אבער זיי האבן נישט געוויסט אז מען רעדט דא פון א באס פול מיט קינדער).
ער האט תיכף אריינגעשריגן אין זיין ראדיא: It's a bus full of kids, get a additional back up ALS and BLS on a rush. עטליכע סעקונדעס דערויף זענען אנגעקומען מאסן הצלה'ס און זיך תיכף גענומען באהאנדלען די פארוואונדעטע קינדער וואס זענען געלעגן אויפ'ן גראז. די איבעריגע קינדער האט מען אריינגענומען בײ א שכן וואו מען האט זיי דארט באהאנדעלט. בערך ביז דריי מינוט נאך וואס די עקסידענט איז געשען, זענען שוין די צוויי שווער פארוואונדעטע קינדער געווען אויפ'ן וועג צו שפיטאל. די איבעריגע קינדער האט מען באהאנדלט אינעם הויז קעגנאיבער די גאס. דאס גאנצע הויז איז בליץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין אזא כמו עמערדזשענסי רום, וואו הצלה האט אונטערזוכט יעדעס קינד.
פאר עטליכע מינוט האט געהערשט א געפערליכע אנגעצויגנקייט נאך וואס איין קינד האט געשריגן אז ער זעט נישט זיין ברודער וואס איז קלאר געווען מיט אים אויפ'ן באס. ביז מען האט באשטעטיגט אז דאס קינד איז פון די פארוואונדעטע וואס זענען תיכף אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. דער פלייץ פון הצלה האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיין רגע. עס איז געווען הצלה'ס פון מאנסי, סקווירא און ספרינג הילס. איך וואלט געזאגט אז פאר יעדן קינד איז געווען עטליכע הצלה'ס. חברים און שפיץ פון יוסי מארגארעטן זענען אויך געווען אויפ'ן סצענע און פרובירט צו מאכן סדר און קאנטראלירן די טרעפיק.
די פייער לעשער זענען אויך אנגעקומען אויפ'ן סצענע, אבער עס איז שוין נישט געקומען קיין רויך פון די באס. זיי האבן געקוקט אונטער די באס צו מאכן זיכער אז עס איז נישט דא קיין געשעדיגטע. זיי האבן אויך באטראכט די הויז צו מאכן זיכער אז עס נישט א סכנה פון איינפאלן. דערווייל האט מען אריינגעפירט נאך עטליכע קינדער אין שפיטאל. בערך א דריי פערטל שעה נאכ'ן עקסידענט זענען די איבעריגע קינדער פון די באס געווארן אפגעפירט צו אן אנדערע באס. יעדע אינגל האט געהאט אויף זיך א גרויסע טעג מיט זיינע פרטים אויף דעם.
איך האב מיטגעהאלטן ווי איין קינד זאגט פאר הצלה איך קען נישט גיין, איך האב נישט מיין קאפל. דער הצלה האט אויסגעטון זיין הצלה דזשעקעט און דאס ארויפגעלייגט אויף דאס קינד קאפ. בכלל דארף באגריסט ווערן די וועג וויאזוי הצלה האט אזוי שיין באהאנדלט די קינדער און גערעדט צו זיי מיט אן אויסטערלישע רואיגקייט, עס האט מיר ממש איבערגענומען. דערנאך האב איך זיך צוריקגעזעצט אין קאר און געגאנגען מיין וועג.
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2698
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
Wow זייער אינטערעסאנט און גוט אראפגעלייגט!לכאורה האט געשריבן:באקומען אן ערשטהאנטיגע באריכט פון אן אנוועזנדער אויף דער סצענע ביי די באס אינצידענט פארלאפענעם דאנערשטאג, לאמיר יענעם איבערגעבן דאס ווארט:
- דעת בעל הבית
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7927
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
זייער אינטערעסאנט.
הצלה דארף האבן איינעם אויפן סין נאר אויף צו מסדר זיין די קארס וואס האלטן און איין קומען, און מוזן גלייך לויפן.
אזוי אז ס’זאל נשיט מאכן קיין גריד לאק און די אמבולאנס וועט מיזן פארקן צוויי גאסן אוועק.
הצלה דארף האבן איינעם אויפן סין נאר אויף צו מסדר זיין די קארס וואס האלטן און איין קומען, און מוזן גלייך לויפן.
אזוי אז ס’זאל נשיט מאכן קיין גריד לאק און די אמבולאנס וועט מיזן פארקן צוויי גאסן אוועק.