נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

בעל דמיון האט געשריבן:
די ערשטע זאך זאל מען אראפ נעמען אלע לאפא'ס מיט זירס וכל שום וחניכא דאית להו פון די ראודס און נאכדעם מאכן ערנסטע תקנות פאר די דעליווערי טראקס פון די גראסעריס קענסט זיין זיכער אז נאכדעם וועט דער עולם דרייוון רואיגער
;l;p- ;l;p-
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

מיט מזל האט געשריבן:
תהלים האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
איך האלט נישט אז די דרייווערס זענען שלעכט אין מאנסי. די פיסגייער זענען די פראבלעם.
גערעכט די "מאנסי" דרייווערס זענען נישט שלעכט אבער די "..." דרייווערס וואס וואוינען אין מאנסי זענען יא שלעכט
;l;p-
וואס דארף מען מער,
פרעגט נאר ביטע עני באס דרייווער וואס טראגן טעגליך די צאן קדשים
וויפיל מען פארט אריבער......
די מאנסי דרייווערס... יא יא דעי וואס פארן 18 מפ"ש , זיי זענען שוין איינמאל שלעכט!!!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

די אמת איז אז עס זענען דא שלעכטע דרייווערס איבעראל. אין בראנקס איז ערגערע דרייווערס ווי ביי אונז און אין די ווייסע געגנטער איז אויך דא יונגע חיות דרייווערס און שטייטע אלטע באבעס.

די מעשה נעכטן איז געווען א פשוטע עקסידענט. טראגיש, אבער נישט פון רעקלעסס דרייווינג.

די חילוק פון אנדערע געגנטער ביז אונז אין מאנסי איז אז ביי אונז איז דא אסאך טרעפיק און באסעס און די נארמאלע מענטשן וואס דרייוון בדרך כלל נארמאל ווערן זייער שנעל צופלאצט. יעדער פאר זיך זאל פרובירן צו זיין אביסל מער איינגעהאלטן ביים דרייוון וועט די מצב דא זיין רואיגער. חיות און שטייטע וועלן אייביג זיין.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
מינסק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינסק »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
פוטיפר האט געשריבן:
רוסישע פרינץ האט געשריבן:
פארוואס קומט יענער 'צו פליען' ווען ער דרייווט אין א רעזידענשל געגענט?
ווייל ער וויל אויסכאפן די קראוסער
נעבעך.

און וואס וועט ער האבן דערפון?
ווייל ער קען נישט דעם כלל וואס לויטעט:
rather lose a second in life than to lose life in a second
"democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried" (ווינסטאן טשורטשיל).
טראמפ איז געפערליך. פינטל. אבער האסט איינעם וואס איז בעסער פארן ווייסן הויז?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גאפל האט געשריבן:
בד"ה: א טראגישע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט אין מאנסי וואו א 52 יעריגע היימישע פרוי, מרים סאסמאן ע"ה, איז געפונען געווארן נישט בין החיים אויף וועסט קארלטאן ראוד.

לויט באריכטן איז די פרוי לעצט געזעהן געווארן ביי א שמחה בערך 5:00 נאכמיטאג, און האט געפעלט ביז בערך 1:00 ביינאכט ווען א חברים וואלונטיר האט איר געפונען אויף די זייט פונעם ראוד נאך א לענגערע זוכעריי. ווי עס שיינט איז זי אראפגעקלאפט געווארן דורך א מאטאריסט רח"ל.

פאליציי האבן געעפענט אן אויספארשונג, און חברים וואלונטירן קוקן איבער די קעמעראס אין די געגענט.
ברוך פריעדמאן האט געשריבן:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך פיל אביסל פארשעמט (חושד בכשרים) ווייל איך בין א מאנסיע דרייווער און איך דרייוו "זייער קערפול" (נישט שטייטליך, איך ווער אויך נערוועז פון די לאפא'ס און די פיטא'ס וכל חניכא דאית להו),
איך האלט איין אלע געזעצן (חוץ ווען איך ספיד אביסעלע אויף א ליידיגע ברייטע גאס... ששש)
אבער מען קען פון זינען אראפגיין צו זעהן ווי לייכטיזיניג און אומ'אחריות'דיג געוויסע יונגעלייט דרייוון, חיות רעות איז א אנדערסטעיטמענט, א חיה דארף הרג'ענען אנדערע צו סורווייוון לייף, אבער דא דרייווט מען ווילד צוליב עגא, מען פארט (פליט) אויף ראנג לעינס, מען "כאפט אריין" די ערשטע רגעים נאכ'ן ווערן רויט, מען פארקט אויף סיידוואקס אדער פארקט מען שיעף וואס נעמט אויף 2-3 פארקינג ספעיסעס, מען רעכנט זיך נישט מיט אנדערע, סעלפישע ח***ים, עס טוט וויי צוצוקוקן ווי אידן קענען זיך דערקייקלען אזוי לייכטזיניג.
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

תהלים האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
איך האלט נישט אז די דרייווערס זענען שלעכט אין מאנסי. די פיסגייער זענען די פראבלעם.
גערעכט די "מאנסי" דרייווערס זענען נישט שלעכט אבער די "..." דרייווערס וואס וואוינען אין מאנסי זענען יא שלעכט

דאס באשילדיגן די מאנסי דרייוערס איז נישט ריכטיג

די נאטור פון א מענטש איז כדי זיך צו באראיגן פון אזא שרעקליכע טראגיעדע זיכט מעו אפיר א טעקניקעל און אזוי פארווישט מען די געפילן פון ווערן צופארן עין ווען עס געשהעט ח"ו א טעראר אטאקע איז מען גלייך פארנימען צו מען האט שוין געכאפט דעם מחבל

דאס זיין פארנימען מיט וואס און ווי אזוי איז גארנישט וואס מאכט א מענשט צריק לעבעדיג

אווודי איז יעצט די צייט צו מאכן עווערינס ווייל די מענטשן זענען יעצט מער מקבל אבער האט גארנישט מיט מאנסי מאנרו ווילי אדער באראפארקער דרייווערס
מעקלער
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 3:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקלער »

מיר זעהט אויס אז די וואס פארמאגן נישט קיין אויטא. רעגן זיך אויף די וואס האבן יא,
נו. וואס איז פשט?
אין די תירוץ איז. עבדים היינו,
לאמיר צוזאמען באטראכטן א קורצע נסיעה אין די מאנסי דשאנגעל. ר' יעקל'ען איז א איד א בן חמישים. א גרויסע ביזנעסמאן אין איז באקאנט אלטס א רואיגע אין סאלידע מענטש,
ויהי היום. ר' יעקל ענדיגט שחרית אין ער ברויך צופארן צו ראקלענד קאושער. צו קויפן אפאר זאכן פארן בני בית,
פיין. ער זעצט זיך אריין אין זיין ברענד ניו עקספלארער צונדט עס אן אין. ויסאו,
ער ברומט זיך אינטער א פרייליך לידל. בשעת ער ראולט ארויס פונעם פארקינג לאט מיט א רואיגע געמוט,
אבער זיין רואיגקייט האט נישט אונגעהאלטן צו לאנג. שוין ביים ערשטן דריי. האט ער זיך אונגעשטויסן אין א טעקסי דרייווער מיט לאנגע צעפ, וועלעכע האט נאכנישט אפגעמאכט פינקטליך וועלעכע זייט צו פארן. נו. אז מען ווייסט נישט. איז דאך דא דעם כלל אז שב ועל תעשה עדיף,
אין צוליב דעם חשבון שטייט דער חכם אין צענטער פונעם שטראז אין בלאקירט דעם פארקער, איין מינוט איז אריבער. דאן א צווייטע. אין א דריטע, אבער דער הויערט נאכאלטס אין זיין קליינעם וויעקל,
פיינעלי, דאס חמור האט זיך ערוועקט פון זיין התבודדות. מיט אן צו קוקן כאפט ער א ווילדע לינקס. אין האט שיעור נישט ארופגעקלאפט עטליכע פארבייגייער,
שוין. פארט זיך ר' יעקל ווייטער אבער מער נישט אזוי רואיג. א וועג וואס ברויך נעמען פינף מינוט האלט שוין יעצט ביי צען, ער דרוקט אראפ דעם געז פעדל מיט אביסעל מער פרעשור. אבער נאכן פארן קוים צוואנציג פיס. אודך. א אלטער אין ראסטי געלע באס שטייט אין ווארט. שוין. נאך א פינף מינוט פארטאכלעוועט. ענדליך האט די מידע מאמע געטראפן איר זין'ס שיך. אין דעם גרויסן באס האט זיך א ריר געגעבן, ביקש יעקל לישב בשאלווה קפץ אליו רוגזה של. דעליווערי טראק. א ריזיגע אין ברייטביינערדיגע טראק האט זיך אוועקגעשטעלט מלא קומתו. אין ער שטייט דארט מיט אזא עזות מצח, ויש פוצץ פה ומצפצף, אין נישט נאר איינער. נאר כולם פה אחת. די גאנצע שטח האט אויסגעזעהן ווי א מלחמה זאנע! די קולות פון די פייפערס אין פון די מענטשליכע פייפער האבן זיך צוזאמגעשטעלט אין האבן זיך געהערט צוזאמען ווי א הארציגע מעלאדיע, די מער נערוואזע זענען שוין ארויס פונעם קאר אין זענען געוועהן גרייט צו שליכטן די פראבלעם מיט פיזישע מיטלען,
ענדליך ענדליך. נאך א פופצן מינוט האט די מאלטי רעדלדיגע טראק זיך אוועקגעריקט. אין גע'עפענט די וועג.

ר'י יעקל. שוין יעצט אינגאנצן צוקאכט האפט אז פון יעצט וועלן זיך זאכן רוקן.... אבער ער האט זיך גראב טועה געוועהן.
א עלטערע פרוי. וועלעכע לכל הדעות באלאנגט שוין אין מושב זקנים. האט באשלאסן צו דרייווען א קאר. אבער זי וויל חלילה נישט מאכן קיין עקסעדענט. סאו זי פארט זייער זייער פארזיכטיג. זי שטעלט זיך אפ ביי יעדער דרייווועי דשאסט טא מעיק שאער. יוא נאוו. אין ר' יעקל..... האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאק. פינעף אין פערציג מינוט פאר א פינעף מינוטיגע וועג???
ענדליך איז די רואד געווארן קלאר, ר' יעקל הייבט אן פארן. אבער דאן קומט זיך אן דעם פעשן יונגערמאן. וואס א שטיקעל לעטטעס הענגט אים נאך אראפ אויפן בארד. אין מיט אן קיין שום הכנות שפאצירט ער אריין אויפן פארנומענער סטריט. אין ער איז משוכנע ביי זיך אז יעדער מיז זיך פאר אים אפשטעלן...
אבער ר' יעקל האלט אביסל אנדערשט. אין ער פארט ווייטער מיט אן זיך צו אפשטעלן.
דער יונגערמאן ווערט אינגאנצן אויפגעברויזט!!! א חוצפה! אין ער לויפט שנעל צו אייוועלט אין ליפטערט א כעסיגע תגובה.
ר' איד אל תדין חבירך עד שתגיע למקומו, אין זיכער נישט ווען איר וואקט אריין פלוצלונג אינמיטן א פארנימענע סטריט.....
וויל זיין ערליך
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין ערליך »

מיט מזל האט געשריבן:
תהלים האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
איך האלט נישט אז די דרייווערס זענען שלעכט אין מאנסי. די פיסגייער זענען די פראבלעם.
גערעכט די "מאנסי" דרייווערס זענען נישט שלעכט אבער די "..." דרייווערס וואס וואוינען אין מאנסי זענען יא שלעכט
;l;p-
וואס דארף מען מער,
פרעגט נאר ביטע עני באס דרייווער וואס טראגן טעגליך די צאן קדשים
וויפיל מען פארט אריבער......
וועמען זאל מען פרעגן ?? די באס דריווער'ס ?? סיריעסלי ??
עס זענען דא פון זיי וואס זענען די גרעסטע חיות ! זיצט זיך אויפ'ן בענקל אין דער הייעך און מיינט אז די ראוד געהערט צו איהם,
יעדן טאג זעה איך באסעס דרייוון מיט אומגעהויערע ווילדקייט און איך קוק פארוואנדערט
זיי דארפן זיין די סימבאל פון סעיפטי ??
מיינע אינגלעך און מיידלעך רעדן זיך אויך אפ אויף די ווילדקייט פון זייערע באס דרייווער'ס,

אבער א ווארט צו דיר טייערע פוסגייער,
איך בין א מאנסי דרייווער וואס לייגט אסאך מאל ביידע הענט אויפ'ן רעדל צו קענען זיין פארזיכטיג,
איך האלט מיין ספיד נידעריג,
מיינע העד-לייט'ס זענען אנגעצינדען און ווי אויך די הייביעמ'ס ווען ערלויבט,
עשיתי מה שמוטל עלי. און ביזדערווייל גייט טאיטע אדער האנדע נישט צולייגן נאך לייט'ס צו מיין קאר,
אבער דו !!!! צדיק טייערע !!!!
וואס פארלאנגט מען שוין פון דיר ? זאלסט דיך אנטון א בולעט פרוף וועסט ? זאלסט בלייבן אינדערהיים ?
סך הכל זאלסטו ארויסציען דיין געלן בענדל פון טאש און זיך ארומבינדן דערמיט !
אזוי שווער איז דאס ??? טאקע זייער א שווערע זאך דארפסטו טוהן... יוש שעפעלע... אבער וואס זאל איך טון ? אנדערש קאן איך דיר נישט זעהן !!!!!
זאלסט קלאר וויסן אז איך האלט אין איין אויסמיידן כמעט שלא נשחט די שווארצע געשטאלטן פון הארט נעבן מיין קאר !!
אסאך מאל קען מען שטוינען וואו אומזעבאר א מענטש אן א ריפלעקטער איז אין די אויגן פון א דרייווער!!
די מיטפארער'ס קענען צומאל אויסשרייען ספאנטאניש, א מענטש !! א מענטש !!
און עפעס א שווארצע זאך גיט זיך א רוק אוועק פון פארנט פון די קאר און זיי יזענען עדות אז עס איז נישט מעגליך צו זעהן אפ' פון 2 פיס אוועק,
און די פיסגייער זאלסט וויסן, דו מיינט'ס אז די קאר האט לייט'ס סא ער קען מיר זעהן, זאג איך דיר קלאר
מייו ליבער ידיד,
איך קען דיך נישט זעהן אן א ריפלעקטער !!!
מה נענה ליום הדין !
מה נענה פאר דיין משפחה?
פאר דיינע קינדער ??
איך בין געווען פויל..... פויל אויף וואס ??? צו שלעפן א זאך פון 50 פונט צעמענט ? אה ניין. אנצוטוהן עפעס א בענדל'ע וואס קעו ראטעווען מיין לעבן מיט'ן אייבירשטענ'ס הילף.

אם לא למענך עשה בשביל אשתך... בשביל בניך...
משה בארא פארק
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בארא פארק »

they know already who was the driver?
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

אגב, בנוסף צו מיין פריעדיגע תגובה, איז דא נאך איין שטעלונג:

דער דרייווער קען צומאל שפירן זייער זיכער, אז ער טוט יעצט נישט קיין סכנה'דיגע זאך, און ער איז "נישט" די רעקלעס דרייווער, ווען אין דעם צייט האט ער מעגליך דערשראקן אלע ארומיגע פוסגייער און דרייווער צוגלייך...

דרייוון ווילד מיינט נישט שטענדיג אז ס'איז "עכט" א סכנה, אמאל איז דאס בלויז געמאכט איינער וואס וואקט דארט אריבער "שפירן אין סכנה"....

איין עקזעמפל, איז די אריבערפארן ביי א קראסוואלק, ווען איינער האלט אינמיטן קראסן, און די שמוגלסט זיך אריבער...
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

לעמאן סאדע האט געשריבן:
תהלים האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
איך האלט נישט אז די דרייווערס זענען שלעכט אין מאנסי. די פיסגייער זענען די פראבלעם.
גערעכט די "מאנסי" דרייווערס זענען נישט שלעכט אבער די "..." דרייווערס וואס וואוינען אין מאנסי זענען יא שלעכט

דאס באשילדיגן די מאנסי דרייוערס איז נישט ריכטיג

די נאטור פון א מענטש איז כדי זיך צו באראיגן פון אזא שרעקליכע טראגיעדע זיכט מעו אפיר א טעקניקעל און אזוי פארווישט מען די געפילן פון ווערן צופארן עין ווען עס געשהעט ח"ו א טעראר אטאקע איז מען גלייך פארנימען צו מען האט שוין געכאפט דעם מחבל

דאס זיין פארנימען מיט וואס און ווי אזוי איז גארנישט וואס מאכט א מענשט צריק לעבעדיג

אווודי איז יעצט די צייט צו מאכן עווערינס ווייל די מענטשן זענען יעצט מער מקבל אבער האט גארנישט מיט מאנסי מאנרו ווילי אדער באראפארקער דרייווערס

איך בין א מאנסי דרייווער אין איך אליין קען אויכט ניצן א תיקון גדול
האמנתי כי אדבר: מען דארף רעדן דעפון וועט עס אפשר אביסעלע אויפטון בס"ד

מען קען נישט לייקענען אז מען פארט דא שרעקליך ווילד,
מען יאגט זיך,
מען טראכט נישט,
מען קוקט נישט,
מען דארף נישט ווערן באטראפן, נאר נעמן אויף זיך צו האבן אביסעלע מער געדולד סבלנות,
וועסטו זעהן דיין טעקס אביסל שפעטער,
לאז יענעם דורך גיין,
קוק גוט פאר דו דרייסט דיך איין..... נישט אינעם סעל..........

אז מען קוקט נישט זעהט מען נישט קיין רעפלעקטאר

דורך פארן א באס איז ליידער טאג טעגליך דאס איז רציחה!

רעפלעקטארס איז טאקע גאר וויכטיג
אוועטאר
האנט באגאזש
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 10:21 am
לאקאציע: אין די הויעכע ספערן

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנט באגאזש »

שרעקליך! די דרייווער האט געפילט א זעץ און זו איז ארויס פון די קאר און געזעהן בלוט און זו מיט נאך עטליכע ארומיגע האבן געזוכט פאר אפאר מינוט און גארנישט באמערקט און איינער פון די אנוועזענדע האט געזאגט אז סאיז לכאורה געווען א הערש וואס סאיז ווייטער געלאפן.
היינט צופרי הערענדיג די נייעס איבער די אומגליק איז די דרייווער גלייך געגאנגען זאגן די מעשה.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מיט מזל האט געשריבן:

איך בין א מאנסי דרייווער אין איך אליין קען אויכט ניצן א תיקון גדול
האמנתי כי אדבר: מען דארף רעדן דעפון וועט עס אפשר אביסעלע אויפטון בס"ד

מען קען נישט לייקענען אז מען פארט דא שרעקליך ווילד,
מען יאגט זיך,
מען טראכט נישט,
מען קוקט נישט,
מען דארף נישט ווערן באטראפן, נאר נעמן אויף זיך צו האבן אביסעלע מער געדולד סבלנות,
וועסטו זעהן דיין טעקס אביסל שפעטער,
לאז יענעם דורך גיין,
קוק גוט פאר דו דרייסט דיך איין..... נישט אינעם סעל..........

אז מען קוקט נישט זעהט מען נישט קיין רעפלעקטאר

דורך פארן א באס איז ליידער טאג טעגליך דאס איז רציחה!

רעפלעקטארס איז טאקע גאר וויכטיג
דברי חכמים בנחת נשמעים.

אבער, ווען מען גייט נישט מיט קיין ריפלעקטארס, קען מען נישט זען אפי' ווען מ'קוקט יא!

בדידי הוה עובדא פארלאפענעם וואך אויף וועסט סענטרעל שקיעה צייט, מיט ביידע הענט אויפן רעדל, זיך קאנצעטרירנדיג בלויז אויפן ראוד און אויסגעמיטן א פיסגייער מיט עטליכע אינטשעס(!) ווייל עס איז געווען אוממעגליך אים צו זען פון אויבן די בארג אן א ריפלעקטער.

איך האב געמאכט א שארט סטאפ אבער יענער האט ווייטער געמיטליך שפאצירט רעדנדיג אויפן סעלפאון... כ'האב מיר געוואלט אפשטעלן אים זאגן ער זאל גיין בענטשן גומל...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
Kodak
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kodak »

איך האב געוויטנעסד לעצטע וואך, א באנאכט, ס'איז געפאלען א לייט דריזעל, א קאר ווארטזיך שיין ביים סטאפ סיין, ס'קומט זיין רייט אף וועי, ער דרייט זיך איין, אינמיטען מאכט ער א שארט סטאפ, ער זעיט א יונגעל האלט אינמיטען קראסען!! ביידער זענען געוווען גערעכט! ער האט געטארט קראסען, און דעי קאר האט נישט געזען קיינער אין די טונקעל אין דריזעל, ער האט אויכעט געטארט פארען!, לעסט מיניט האט די יונגעל געגעבען א לויף און ס'איז געווארען עוואוידעד א טרעזשעדי,

אויב ער האט אנגעהאט א ריפלעקטער העט עס נישט געשען!
Say cheese, it's a Kodak film
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אז מברענג ארויף דעם וויכטיגן טאפיק וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט.
איך דרייוו דא אין מאנסי פאר א יאר צייט. סאיז דא ווילדע דרייווערס אין סדא וואס דרייווערס וואס מאכן ווילד אנדערע דרייווערס... אבער רוב ציבור דרייווט זייער פיין.
אין איבער די פוסגייערס. סאיז דא א איינרדענישט אז א רוצח הייסט נאר איינער וואס סאיז אים למעשה געלונגן צו הארגענען איינעם. מאמעס וואס קראסען אריבער די ראוד מיט קערידזעס זענען געהעריגע רוצחים! ממילא דיין לעבן איז דיר נישט ווערט.. וואס ווילסטו פון דיין קינד! וויפל כמעטס האב איך שוין געהאט די לעצטע שטיק צייט!
צוויי וואכן צירוק בינעך געפארן אויף א נארמאל פארנומענע גאס שפאצירען 4 פרויען מיט קערידזעס אין די ברייט פון די גאס. כהאב זיי אנגעהויבן נאכפארן שטייט.. סהאט ליטערלי גענומען 2 מינוט ביז זיי האבן בכלל געכאפט אז סאיז דא א קאר אינבעק פון זיי. און ווען זיי האבן שוין באמערקט האבן זיי אנגעהויבן לאכן אז איך קען זיי אויסקראסן אויב וויל איך!!
זיי האבן געהאט מזל אז איך געהאט מיין וויב אין קאר אין זי האט זיך געשעמט פון זיי ווען נישט וואלטן זיי באקומען אזנע קולות! אבער די דרייווערס זענען שולדיג...
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אויך דארף מען דערמאנען די אינגעלייט וואס ציטערן נישט פון די דרייווערס... טויט מעכטיג..
מיין חלק אינעם שמועס...
אנגעפאשעט
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:59 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעפאשעט »

מעקלער האט געשריבן:
מיר זעהט אויס אז די וואס פארמאגן נישט קיין אויטא. רעגן זיך אויף די וואס האבן יא,
נו. וואס איז פשט?
אין די תירוץ איז. עבדים היינו,
לאמיר צוזאמען באטראכטן א קורצע נסיעה אין די מאנסי דשאנגעל. ר' יעקל'ען איז א איד א בן חמישים. א גרויסע ביזנעסמאן אין איז באקאנט אלטס א רואיגע אין סאלידע מענטש,
ויהי היום. ר' יעקל ענדיגט שחרית אין ער ברויך צופארן צו ראקלענד קאושער. צו קויפן אפאר זאכן פארן בני בית,
פיין. ער זעצט זיך אריין אין זיין ברענד ניו עקספלארער צונדט עס אן אין. ויסאו,
ער ברומט זיך אינטער א פרייליך לידל. בשעת ער ראולט ארויס פונעם פארקינג לאט מיט א רואיגע געמוט,
אבער זיין רואיגקייט האט נישט אונגעהאלטן צו לאנג. שוין ביים ערשטן דריי. האט ער זיך אונגעשטויסן אין א טעקסי דרייווער מיט לאנגע צעפ, וועלעכע האט נאכנישט אפגעמאכט פינקטליך וועלעכע זייט צו פארן. נו. אז מען ווייסט נישט. איז דאך דא דעם כלל אז שב ועל תעשה עדיף,
אין צוליב דעם חשבון שטייט דער חכם אין צענטער פונעם שטראז אין בלאקירט דעם פארקער, איין מינוט איז אריבער. דאן א צווייטע. אין א דריטע, אבער דער הויערט נאכאלטס אין זיין קליינעם וויעקל,
פיינעלי, דאס חמור האט זיך ערוועקט פון זיין התבודדות. מיט אן צו קוקן כאפט ער א ווילדע לינקס. אין האט שיעור נישט ארופגעקלאפט עטליכע פארבייגייער,
שוין. פארט זיך ר' יעקל ווייטער אבער מער נישט אזוי רואיג. א וועג וואס ברויך נעמען פינף מינוט האלט שוין יעצט ביי צען, ער דרוקט אראפ דעם געז פעדל מיט אביסעל מער פרעשור. אבער נאכן פארן קוים צוואנציג פיס. אודך. א אלטער אין ראסטי געלע באס שטייט אין ווארט. שוין. נאך א פינף מינוט פארטאכלעוועט. ענדליך האט די מידע מאמע געטראפן איר זין'ס שיך. אין דעם גרויסן באס האט זיך א ריר געגעבן, ביקש יעקל לישב בשאלווה קפץ אליו רוגזה של. דעליווערי טראק. א ריזיגע אין ברייטביינערדיגע טראק האט זיך אוועקגעשטעלט מלא קומתו. אין ער שטייט דארט מיט אזא עזות מצח, ויש פוצץ פה ומצפצף, אין נישט נאר איינער. נאר כולם פה אחת. די גאנצע שטח האט אויסגעזעהן ווי א מלחמה זאנע! די קולות פון די פייפערס אין פון די מענטשליכע פייפער האבן זיך צוזאמגעשטעלט אין האבן זיך געהערט צוזאמען ווי א הארציגע מעלאדיע, די מער נערוואזע זענען שוין ארויס פונעם קאר אין זענען געוועהן גרייט צו שליכטן די פראבלעם מיט פיזישע מיטלען,
ענדליך ענדליך. נאך א פופצן מינוט האט די מאלטי רעדלדיגע טראק זיך אוועקגעריקט. אין גע'עפענט די וועג.

ר'י יעקל. שוין יעצט אינגאנצן צוקאכט האפט אז פון יעצט וועלן זיך זאכן רוקן.... אבער ער האט זיך גראב טועה געוועהן.
א עלטערע פרוי. וועלעכע לכל הדעות באלאנגט שוין אין מושב זקנים. האט באשלאסן צו דרייווען א קאר. אבער זי וויל חלילה נישט מאכן קיין עקסעדענט. סאו זי פארט זייער זייער פארזיכטיג. זי שטעלט זיך אפ ביי יעדער דרייווועי דשאסט טא מעיק שאער. יוא נאוו. אין ר' יעקל..... האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאק. פינעף אין פערציג מינוט פאר א פינעף מינוטיגע וועג???
ענדליך איז די רואד געווארן קלאר, ר' יעקל הייבט אן פארן. אבער דאן קומט זיך אן דעם פעשן יונגערמאן. וואס א שטיקעל לעטטעס הענגט אים נאך אראפ אויפן בארד. אין מיט אן קיין שום הכנות שפאצירט ער אריין אויפן פארנומענער סטריט. אין ער איז משוכנע ביי זיך אז יעדער מיז זיך פאר אים אפשטעלן...
אבער ר' יעקל האלט אביסל אנדערשט. אין ער פארט ווייטער מיט אן זיך צו אפשטעלן.
דער יונגערמאן ווערט אינגאנצן אויפגעברויזט!!! א חוצפה! אין ער לויפט שנעל צו אייוועלט אין ליפטערט א כעסיגע תגובה.
ר' איד אל תדין חבירך עד שתגיע למקומו, אין זיכער נישט ווען איר וואקט אריין פלוצלונג אינמיטן א פארנימענע סטריט.....
אוי זאגסטו גוט...
איך פיל מיך און דעי מצב יעדן טאג...
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אנגעפאשעט האט געשריבן:

אין נאך דעם טאר מען נישט פייפען.. האלא זי קען ווען זיין דיין עלטער באבע..
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

דרייטצעך האט געשריבן:
קאריץ האט געשריבן:
ס'איז דא בלויז א סטאפ סיין, וואס איז היינטיגע טעג אין מאנסי, גארנישט מער ווי א נוי סוכה...
דער אויסדרוק געפעלט מיר, אבער ס'איז ב"ה נאך דא אסאך פארזיכטיגע דרייווערס וועלכע סטאפן ביי יעדע סטאפ סיין. כ'מיין דא קומט אריין די יצילינו מידי שט"ן...
אמת, אבער דער עיקר וואס כ'האב געמיינט, איז דאס אז מענטשן קוקן נישט.
א פלאץ וואו מען דארף נישט קוקן באזונדער, איז קיינמאל נישט דא קיין סטאפ סיין. די ציל פון א סטאפ סיין איז "אך ורק": שטעל זיך אפ און קוק ארום!

קוק, צו ס'קומט א קאר פון די אנדערע זייט וועג
זיי שוקל, ווער פון אייך האט די רעכט צו פארן
קעירפול, טו די נעקסטע סטעפ

און ריפיעד לגבי פוס-גייער..... קוק, זיי שוקל, און טו קעירפול די נעקסטע סטעפ.

אויב דו סטאפסט, און קוקסט אין דיין פאון, און דו פארסט שטייטעלעך ווייטער דיין וועג, איז די סטאפ סיין געווען א שיינע נוי סוכה... אדער אפשר א סיין צו גיין וואויטען פאר....
ווייל די ציהל איז "קוקן" מער ווי סטאפן....
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איך האב געדרייווד אויף אלימיפיע, געבעטן גוגל דירעקשאנס צו טשערי לעין, האט ער מיר געוואלט שיקן דורך א שארטקאט צו ספוקראק וואס כ'האב נישט געקענט טרעפן

יעצט קוק איך די מעפ זעה איך אז ער גיבט עס בלויז אויף צו וואקן (פון סעטעלייט וויא קוקט גראדע יא עס ווי ס'דא א שטיקל פעט גענוג ברייט פאר א קאר) כ'וויל נאר וויסן צו דאס איז אפיציעל אפן לכל עובר ושב אדער פרייוועט פראפערטי
mps.jpg
mps.jpg (77.91 KiB) געזען 1295 מאל
לעצט פארראכטן דורך אייער_קיכל אום מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 5:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

יעצט ממש ווען די נאכט פאלט צו נאך מנחה
בין איך אדורך געפארן אין מאנסי דעם בחור וואס האט נישט געהאט קיין ריפלעקטער
כ' וויל דא זאגן אפשר וועט זיין פעטער איבער געבן די פסק
"אפילו די זעהסט מיין העד לייטס מיינט נישט אז איך זעה דיך"
לגמרי נישט, ביסט נישט מערקבאר בכלל ביז ממש 2-3 פיס אוועק :evil:
ה' שומר ישראל
בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

אייער_קיכל האט געשריבן:
mps.jpg
איך האב געדרייווד אויף אלימיפיע, געבעטן גוגל דירעקשאנס צו טשערי לעין, האט ער מיר געוואלט שיקן דורך א שארטקאט צו ספוקראק וואס כ'האב איך נישט געקענט טרעפן

יעצט קוק איך די מעפ זעה איך אז ער גיבט עס בלויז אויף צו וואקן, פון סעטעלייט וויא קוקט גראדע יא עס ווי ס'דא א שטיקל פעט גענוג ברייט פאר א קאר, כ'וויל נאר וויסן צו דאס איז אפיציעל אפן לכל עובר ושב אדער פרייוועט פראפערטי
איך הין זייער הינגעריג יעצט..... כ'זעה דיין פראפייל שטעכסט מיך אויס מיין אויגן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב שוין יא אפאר מאל געעפנט מיין פענסטער און געזאגט פאר דעם טונקעלן מענטש אז ער קען גיין בענטשן גומל, איך האב אים נישט באמערקט ביז די לעצטע סעקונדע!!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שטרענג אנגעווארענט אלע קינדער און אייניקלעך פון קרית יואל, נישט גיין אן קיין רעפלעקטאר'ס פונעם שקיעה ביזן נץ, אן קיין אויסנאם, די איידעמער האב איך זיך נישט געוואלט אריין מישן אבער טאמער זיי ליינען דא, זייט געווארענט פונעם שווערס באפעל!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”