נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גאפל האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:איך האב באקימען א קאל פון צוויי דיינים פון מיין קהילה אין פון מיין אדמיניסטרעיטאר פון מיינע קינדערס מוסדות

מען האט אריינגעזעצט דיינים אין קאלל סענטער?

עפעס קלעבט נישט דא.....

האסט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך ווי א ראבא קאל , דאס טוהן זיי פון דערהיים

אה.... א ראבא קאלל? אלעס מאכט שוין סענס.
די דיינים ווייסן ניטאמאל ווער די ביסט.

בד''וו איך האב פריער גערעדט מיט איינע פון די הויכע שישקעס פון מאריאט האטעלס. ער האט מיר גערופן אויפן סעל.
נעכטן האב איך גערעדט מיט א קאסטקא עקזעקיוטיוו. ער האט מיר אויך גערופן....

אוי, איין מינוט, טובי' מאיר ניימאן רופט מיר, איך דארף אויפהייבן.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

פאר וועם הייסט טובה מאיר וועלען???
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

משה בן יעקב האט געשריבן:פאר וועם הייסט טובה מאיר וועלען???

ביי מיר איז ער שוין געבלאקט, סאו איך ווייס נישט.
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

מה בכך האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:פאר וועם הייסט טובה מאיר וועלען???

ביי מיר איז ער שוין געבלאקט, סאו איך ווייס נישט.

וויאזוי בלאקט מען אים??????
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

א פאריקטע זאך די ראבא קאלס גענוג מיט די רשעות
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

מהיות טוב האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:פאר וועם הייסט טובה מאיר וועלען???

ביי מיר איז ער שוין געבלאקט, סאו איך ווייס נישט.

וויאזוי בלאקט מען אים??????

גא"מ?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די היינטיגע נומבערס?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נישטאמת האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די היינטיגע נומבערס?

https://rocklandgov.com/departments/boa ... n-results/
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ספרינג וועלי רעזולטאטען, די מערסטע צוויי געווינען

Sherry mcgill: 458
Joseph Gross: 408
Jean-Louis Schello: 370
Asher Grossman: 318
Joseph Fischer: 148
Jacques Charlot: 143
Loubands M. Deomsthene: 138

אלע אנדערע קאנדידאטען האבן אנגעצויגן ווייניגער פון 100 שטימען.

דאס רעכענט נישט אריין די אבסענטי בעללעטס, איך ווייס נישט וויפיל אבסענטי בעללעטס ס'איז געווען.
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

דא אויפן אינטערוויא זאגן זיי מיט א זיכערקייט אז אשר גראסמאן האט עס געמאכט,
https://www.yiddish24.com/interviews/12/41596
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

בבקשה האט געשריבן:ספרינג וועלי רעזולטאטען, די מערסטע צוויי געווינען

Sherry mcgill: 458
Joseph Gross: 408
Jean-Louis Schello: 370
Asher Grossman: 318
Joseph Fischer: 148
Jacques Charlot: 143
Loubands M. Deomsthene: 138

אלע אנדערע קאנדידאטען האבן אנגעצויגן ווייניגער פון 100 שטימען.

דאס רעכענט נישט אריין די אבסענטי בעללעטס, איך ווייס נישט וויפיל אבסענטי בעללעטס ס'איז געווען.

די ריזאלטאטן פון די היינטיגע וואלן אין ספרינג וואלי רעדן פון זיך אליין, נאר 400 מענטשען דאס איז בערך 150 משפחות פון אונזער קאמיונעטי וואס זענען ארויסגעגאנגען שטימען, עס איז צייט צו מאכן א חשבון הנפש און פארשטיין די טעותים וואס מען האט געטוהן אז מען זאל עס נישט איבער חזר'ן.

און א פאר חדשים ארום גייט פארקומען וואלן אין רעמעפאו און אויב מען גייט נישט נעמען א לעקציע פון די היינטיגע וואלן, גייען די וואלן פאר רעמעפאו סופערווייזער זיין א איבערשפיל פון היינט נאכט.

די טענות און די ווייטאג פונעם ציבור דארף צוטיילט ווערן און צוויי חלקים. 1) די וואל קאמפיין. 2) די טאג טעגליכע ווירטשאפט.

1) די וואל קאמפיין:
A) דאס ארום גיין און פארקויפן שקרים וכזבים צו געוואונען אן עלעקשאן דארף זאפארט קומען צו א ענדע, עס עקלט שוין.
B) מוציא שפתיך תשמור, וואס מען האט צוגעזאגט ביים קאמפיין דארף מען איינהאלטן.

2) די טאג טעגליכע ווירטשאפט.
עס איז נישט קיין סוד אז עס ווערן געפאסט באשלוסן וואס זענען לטובת געוויסע יחידים און א שטער פאר א גרויסן חלק פון ציבור, עס זייער דורכזיכטיג וואס עס גייט אלס פאר .
בילד
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

Programming האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:יתכן, אבער דער עצם געדאנק ווער עס וויל עס זאל זיין א ווארד סיסטעם, צייגט אויף עפעס. דער זעלבע זאך מיט די איסט ראמאפא ווארד און מאניטאר מוז אויך נישט זיין אז עס איז א געפערליכע זאך, אבער צוזעהנדיג ווער עס וויל עס, ווייזט עס אויף די כוונה דערפון, און דאס איז צו איבערקומען אונזער איינפלוס.

איהר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגען, ווער איז געווען אונטער די איסט ראמאפאו ווארד סיסטעם? (נישט די מאניטער, די מאניטער איז א אומרעכט) די שווארצע און די ספאנישע, ביני ובינך, האבן זיי דען נישט געהאט א גוטע טענה? זיצט א סקול באורד, און די סקול באורד גייט נישט אן קיין כי הוא זה וועגן די פובליק סקולס, קיין טראפ גייט עס זיי נישט אן. די וואס שיקן אין די פובליק סקולס, האבן נישט קיין שום ווארט אין וויאזוי די סקול ווערט געפירט, די זעהסט נישט אז ס׳איז א פראבלעם? די פארשטייסט נישט זייער טענה?

ולגופו של ענין, וואס האט די ווארד געמאכט? אז יעצט האבן די פובליק סקול עלטערען 3 פון 9 באורד מעמבערס, דאס איז היפש נארמאל, וויבאלד די דיסטריקט איז טאקע א דריטעל פובליק סקול עלטערען, און יעצט וועט מען הערן זייער קול. סך הכל וואס דאס מיינט, אז בעצם, קען יעדער באשלוס זיין געפאסט דורך א 6-3 מערהייט פון די אידישע באורד מעמבערס, אבער ביז היינט, אפילו ווען די פובליק סקול עלטערען האבן געהאט א גוטע טענה, א טענה וואס יעדער פארשטייט צו זיין ריכטיג, האבן זיי ניטאמאל געהאט א פארשטייער וואס זאל זיי פארלייגן די טענה. יעצט קענען זייער פארשטייער ארויפברענגען זייערע טענות, אויב איז די טענה נאריש, אדער אנטיסעמיטיש, אדער אפילו א שטער פאר די אידן, וועט דאס אראפגעווארפן ווערן דורך די 6 אידישע באורד מעמבערס, אויב אבער איז די טענה א גוטע און אויסגעהאלטענע טענה, וועט די באורד דאס קענען באשטעטיגען.

למעשה האבן די סטעיט אגענטורן איינגעזען אז דער ווארד סיסטעם לייזט אויך נישט דעם פראבלעם, און האבן א פארשטייער וואס ברענגט ארויף דיין צד העלפט נישט עכט ווען די מאיאריטעט באורד איז אנטשלאסן צו טון וואס זיי (און זייערע וויילער) ווילן און פארלאנגען, דערפאר פעלט אויס א מאניטאר מיט ציין צו קענען פירן די זעלבע ווערטשאפט וואס איז אנגענומען איבער גאנץ אמעריקע. איך זעה נישט וויאזוי דאס איז מער אומרעכט ווי די ווארד סיסטעם וואס דו פארשטייסט יא.

פארשטייט זיך אז היימישע אידן קומען מיט א יסודות'דיגע טענה אז מיר צאלן שטייערן און באקומען גארנישט דערפאר, און מצידנו זאל מען טאקע גענצליך טוישן דעם סיסטעם. אבער ווי לאנג דאס פאסירט נישט און דער סיסטעם איז וואס עס איז, איז נישטא עכט קיין וועג צו פארזיכערן אז די שכנים באקומען א געהעריגע סקול צוגעשטעלט לויט די אנגענומענע סטאנדארטן איבער אמעריקע, נאר א מאניטאר. אויב אונזערע עלעקטעד אפישעלס וועם מיר וועלן אריין ארבעטן נישט פאר אונזערע אינטערעסן, איז דאך א כ"ש אז זיי ארבעטן נישט פאר די אינטערעסן פון די שכנים.

וואס זאגסטו צו א געדאנק אז די רעפובליקאנער זאלן אריינשטעלן א מאניטער אין קאנגרעס, סענאט און אין ווייסן הויז, און טאקע א מאניטער מיט וועטא פאוער?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

יעצט פעלט עס נישט אויס. 4 יאר צוריק וואלט עס שטארק צונוץ געקומען
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כ'פארשטיי. ווען דיין פארטיי איז ביים רודער פעלט עס נישט אויס, משא"כ ווען דער עולם האט ארויסגעשטימט דיין פארטיי דאן איז עק וועלט און מען מוז אווערריידן די וואל רעזולטאטן און אריינשטעלן דיין פארטיי בכח הזרוע.

ווערט אבער שווער, אי הכי, אין רעמעפא איז דאך אויך דעמאקראטן טא צו וואס פעלט אויס א מאניטער?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

קעדילעק האט געשריבן:
משה ראזענצווייג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול פארשטיי איך פארוואס מאנסי מוטשעט זיך מיט זייערע פאליטישאנס מער ווי אנדערע געגענטער..

איר פלאנצט עס אן בידים? עסטס עס! מיט אפעטיט..

נו אדרבה, קום אריין מיט גוטע איידיעס וויאזוי צו טוישן די מצב.

די בעסטע עצה איז אראפצורייסן יעדעם וואס טוט אפילו נאר אביסל אין עסקנות, ווען עס קומט צו וואוטן זאל מען ח"ו נישט גיין וואוטן, העכטסנס אויב מ'וויל זייער שטארק יא גיין שטומען, זאל מען וואוטן פאר עד דעי אדער אנדערע באאמטע וואס "מאכן זיך" ווי זיי האבן גוט פיינט די אידן, אא"וו..

נאכן פאלגן עסקנים פאר די לעצטע 20 יאר זענען מיר דא אנגעקומען ווייל זיי האבן אונז געפירט אין באד אריין, שרייסטו (אהן האבן די מינדערסטע אנהונג וואס גייט פאר) אז מיר זענען דא אנגעקומען ווייל מען רייסט אראפ עסקנים...

קיינער האט נישט קיין טענות אויב איינער ווייסט נישט, אבער נישט וויסען אין שיסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין, אויף דעם פלעגן די אלטע אידן זאגן "רעד נישט, עט מען נישט זעהן ווי קליג די ביסט".

און שוין!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

פאר די רעקארד, עד דעי איז א גרויסע אנטיסאמיט, און אויסער דעם איז ער אויך זייער א שווערע מענטש דאס זיינע אייגענע אפיס מענשטן קומען זיך נישט אלס אויס מיט אים, ווער רעדט נאך פון אנדערע פאליטישאנס.

נאר וואס דען, יעדער פאליטישאן האט א פרייז, עס האט גענומען צייט און די מאנסיער עסקנים (די אמת'דיגע, זייערע נעמען זעהט מען כמעט נישט ביי עלעקשינס) האבן זיך אויסגעלערנט וואס זיין פרייז איז.

אונזער זיידע יעקב'ס ערשטע סטראטעגיע ווען עשו איז געקומען אים הארגענען, איז נישט געווען זיך שלאגן, נאר שיקן מתנות און זיך אינטערווארפן, אויב וואלט זיך עס אויסגעפעהלט איז ער געװען גרייט אויף מלחמה אויך, אבער דאס איז ערשט געווען די דריטע סטראטעגיע.

מיר אידן אין גלות מעגן זיך אפלערנען, לאז דער גוי זיין אויפ'ן בענקל און קויף אים אונטער, זיך שלאגן אלס ערשטע סטראטעגיע איז נישט די ריכטיגע מהלך, און די גרעסטע ראי' איז אז אפילו אזא עד דעי וואס מען האט זיך געשלאגן מיט אים אין ער האט געזיכט נקמה, אפילו מיט אים האט מען געטראפן די וועג ווי זיך אויסצוקומען.

אבער ווער פרעגט מיין מיינונג ווען די ערשטע זאך, די לעצטע זאך, און אלעס אינדערמיט, וואס אינטרעסירט די אזויגערופענע עסקנים, איז נאר זייער אייגענע טאש דורך בויען ווי מער.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

פון אמעריקע האט געשריבן:פאר די רעקארד, עד דעי איז א גרויסע אנטיסאמיט, און אויסער דעם איז ער אויך זייער א שווערע מענטש דאס זיינע אייגענע אפיס מענשטן קומען זיך נישט אלס אויס מיט אים, ווער רעדט נאך פון אנדערע פאליטישאנס.

נאר וואס דען, יעדער פאליטישאן האט א פרייז, עס האט גענומען צייט און די מאנסיער עסקנים (די אמת'דיגע, זייערע נעמען זעהט מען כמעט נישט ביי עלעקשינס) האבן זיך אויסגעלערנט וואס זיין פרייז איז.

אונזער זיידע יעקב'ס ערשטע סטראטעגיע ווען עשו איז געקומען אים הארגענען, איז נישט געווען זיך שלאגן, נאר שיקן מתנות און זיך אינטערווארפן, אויב וואלט זיך עס אויסגעפעהלט איז ער געװען גרייט אויף מלחמה אויך, אבער דאס איז ערשט געווען די דריטע סטראטעגיע.
די זאגסט ממש דברים של טעם, אבער מיט עד דעי מיין איך אז פשוט ווייל ער איז א רעפאבליקען אין קאומו איז א דעמאקראט, האט ער אים געווטלט ווייזען איך פייפ אריין אין דיך אין פנים אריין..
מיר אידן אין גלות מעגן זיך אפלערנען, לאז דער גוי זיין אויפ'ן בענקל און קויף אים אונטער, זיך שלאגן אלס ערשטע סטראטעגיע איז נישט די ריכטיגע מהלך, און די גרעסטע ראי' איז אז אפילו אזא עד דעי וואס מען האט זיך געשלאגן מיט אים אין ער האט געזיכט נקמה, אפילו מיט אים האט מען געטראפן די וועג ווי זיך אויסצוקומען.

אבער ווער פרעגט מיין מיינונג ווען די ערשטע זאך, די לעצטע זאך, און אלעס אינדערמיט, וואס אינטרעסירט די אזויגערופענע עסקנים, איז נאר זייער אייגענע טאש דורך בויען ווי מער.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

פון אמעריקע האט געשריבן:פאר די רעקארד, עד דעי איז א גרויסע אנטיסאמיט, און אויסער דעם איז ער אויך זייער א שווערע מענטש דאס זיינע אייגענע אפיס מענשטן קומען זיך נישט אלס אויס מיט אים, ווער רעדט נאך פון אנדערע פאליטישאנס.

נאר וואס דען, יעדער פאליטישאן האט א פרייז, עס האט גענומען צייט און די מאנסיער עסקנים (די אמת'דיגע, זייערע נעמען זעהט מען כמעט נישט ביי עלעקשינס) האבן זיך אויסגעלערנט וואס זיין פרייז איז.

אונזער זיידע יעקב'ס ערשטע סטראטעגיע ווען עשו איז געקומען אים הארגענען, איז נישט געווען זיך שלאגן, נאר שיקן מתנות און זיך אינטערווארפן, אויב וואלט זיך עס אויסגעפעהלט איז ער געװען גרייט אויף מלחמה אויך, אבער דאס איז ערשט געווען די דריטע סטראטעגיע.

מיר אידן אין גלות מעגן זיך אפלערנען, לאז דער גוי זיין אויפ'ן בענקל און קויף אים אונטער, זיך שלאגן אלס ערשטע סטראטעגיע איז נישט די ריכטיגע מהלך, און די גרעסטע ראי' איז אז אפילו אזא עד דעי וואס מען האט זיך געשלאגן מיט אים אין ער האט געזיכט נקמה, אפילו מיט אים האט מען געטראפן די וועג ווי זיך אויסצוקומען.

אבער ווער פרעגט מיין מיינונג ווען די ערשטע זאך, די לעצטע זאך, און אלעס אינדערמיט, וואס אינטרעסירט די אזויגערופענע עסקנים, איז נאר זייער אייגענע טאש דורך בויען ווי מער.

אקעי... נישטקשה דברי חכמים
באט די ריזען פארוואס ער זיצט איין איז נישט נאר וועגען אונזערע עסקנים האבען זיך צוגעלערנט דעם חוק"ת הגו"י
זיינע אייגענע פראבלעמען אין אייגענע שונאים איז די ריזען פארוואס ער זיצט איין

אין אויף דעס האב איך שוין געשריבען מיינע פיינט'ס שונאים זענען נישט אלעמאל מיינע פריינט
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

פון אמעריקע האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
משה ראזענצווייג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול פארשטיי איך פארוואס מאנסי מוטשעט זיך מיט זייערע פאליטישאנס מער ווי אנדערע געגענטער..

איר פלאנצט עס אן בידים? עסטס עס! מיט אפעטיט..

נו אדרבה, קום אריין מיט גוטע איידיעס וויאזוי צו טוישן די מצב.

די בעסטע עצה איז אראפצורייסן יעדעם וואס טוט אפילו נאר אביסל אין עסקנות, ווען עס קומט צו וואוטן זאל מען ח"ו נישט גיין וואוטן, העכטסנס אויב מ'וויל זייער שטארק יא גיין שטומען, זאל מען וואוטן פאר עד דעי אדער אנדערע באאמטע וואס "מאכן זיך" ווי זיי האבן גוט פיינט די אידן, אא"וו..

נאכן פאלגן עסקנים פאר די לעצטע 20 יאר זענען מיר דא אנגעקומען ווייל זיי האבן אונז געפירט אין באד אריין, שרייסטו (אהן האבן די מינדערסטע אנהונג וואס גייט פאר) אז מיר זענען דא אנגעקומען ווייל מען רייסט אראפ עסקנים...

קיינער האט נישט קיין טענות אויב איינער ווייסט נישט, אבער נישט וויסען אין שיסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין, אויף דעם פלעגן די אלטע אידן זאגן "רעד נישט, עט מען נישט זעהן ווי קליג די ביסט".

און שוין!

און אז מ'האלט אנדערש ווי דיר, אדער מ'איז נישט אנטי אנטי געשטימט ווערט מען שוין אויס קלוג, איי געס אויך א חלק פון די מאנסי אנטי מענטעליטי..
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:

דאס מיינט אז יעדער האט א פרייז, זיינס איז געווען זיינע פראבלעמען....
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

קעדילעק האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
משה ראזענצווייג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול פארשטיי איך פארוואס מאנסי מוטשעט זיך מיט זייערע פאליטישאנס מער ווי אנדערע געגענטער..

איר פלאנצט עס אן בידים? עסטס עס! מיט אפעטיט..

נו אדרבה, קום אריין מיט גוטע איידיעס וויאזוי צו טוישן די מצב.

די בעסטע עצה איז אראפצורייסן יעדעם וואס טוט אפילו נאר אביסל אין עסקנות, ווען עס קומט צו וואוטן זאל מען ח"ו נישט גיין וואוטן, העכטסנס אויב מ'וויל זייער שטארק יא גיין שטומען, זאל מען וואוטן פאר עד דעי אדער אנדערע באאמטע וואס "מאכן זיך" ווי זיי האבן גוט פיינט די אידן, אא"וו..

נאכן פאלגן עסקנים פאר די לעצטע 20 יאר זענען מיר דא אנגעקומען ווייל זיי האבן אונז געפירט אין באד אריין, שרייסטו (אהן האבן די מינדערסטע אנהונג וואס גייט פאר) אז מיר זענען דא אנגעקומען ווייל מען רייסט אראפ עסקנים...

קיינער האט נישט קיין טענות אויב איינער ווייסט נישט, אבער נישט וויסען אין שיסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין, אויף דעם פלעגן די אלטע אידן זאגן "רעד נישט, עט מען נישט זעהן ווי קליג די ביסט".

און שוין!

און אז מ'האלט אנדערש ווי דיר, אדער מ'איז נישט אנטי אנטי געשטימט ווערט מען שוין אויס קלוג, איי געס אויך א חלק פון די מאנסי אנטי מענטעליטי..

איך האב גראדע נישט געמיינט צו גיין פערסעניל דא, סארי אויב די האסט עס גענומען אזוי, דיין תגובה שרייט אז די ווייסט נישט וואס גייט פאר אין מאנסי, און וואס אונז ווייטאגט אזוי.

ברכה והצלחה!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

ווי איך האב געענטפערט פאר עמיצן אין אישי, איך האב בכלל נישט געמיינט ספעציפיש די איצטיגע וואלן, איך קען נישט די מענטשן וואס לויפן, איך האב גערעדט בכלליות, אין די מאנסי אשכול איז שטננדיג דא עטליכע נעגאטיווע ניקס, וואס זענען אייביג אקעגן אלעם און אלעס, ס'פליסט נעגאטיוויטי, וואס איז א עקל, אויף דעם האב איך געברענגט מיין גרוס פון מיינע קרובים, איך רעד נישט פון קיים פרטים, נאר כלליות..
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

קעדילעק האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
משה ראזענצווייג האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול פארשטיי איך פארוואס מאנסי מוטשעט זיך מיט זייערע פאליטישאנס מער ווי אנדערע געגענטער..

איר פלאנצט עס אן בידים? עסטס עס! מיט אפעטיט..

נו אדרבה, קום אריין מיט גוטע איידיעס וויאזוי צו טוישן די מצב.

די בעסטע עצה איז אראפצורייסן יעדעם וואס טוט אפילו נאר אביסל אין עסקנות, ווען עס קומט צו וואוטן זאל מען ח"ו נישט גיין וואוטן, העכטסנס אויב מ'וויל זייער שטארק יא גיין שטומען, זאל מען וואוטן פאר עד דעי אדער אנדערע באאמטע וואס "מאכן זיך" ווי זיי האבן גוט פיינט די אידן, אא"וו..

נאכן פאלגן עסקנים פאר די לעצטע 20 יאר זענען מיר דא אנגעקומען ווייל זיי האבן אונז געפירט אין באד אריין, שרייסטו (אהן האבן די מינדערסטע אנהונג וואס גייט פאר) אז מיר זענען דא אנגעקומען ווייל מען רייסט אראפ עסקנים...

קיינער האט נישט קיין טענות אויב איינער ווייסט נישט, אבער נישט וויסען אין שיסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין, אויף דעם פלעגן די אלטע אידן זאגן "רעד נישט, עט מען נישט זעהן ווי קליג די ביסט".

און שוין!

און אז מ'האלט אנדערש ווי דיר, אדער מ'איז נישט אנטי אנטי געשטימט ווערט מען שוין אויס קלוג, איי געס אויך א חלק פון די מאנסי אנטי מענטעליטי..

ר' איד! איר וואוינט אין מאנסי?
פריער האט איר געשריבן אז איר האט נאנטע קרובים, איך הער, אבער דא האסטו אסאך אידן וואס "וואוינען אין מאנסי" אין זיי זענען נישט צופרידן פון די מצב, סא די וואס די וואוינסט נישט אין מאנסי קריגסטעך מיט מענטשען וואס וואוינען אין מאנסי, אין די ביסט אזוי קאנפידענט אז די ווייסט וואס די רעדסט, אויף אזוי ווייט אז די וואס וואוינען אין מאנסי זענען גאר פון די מאנסי אנטי מעטאליטעט! (וואטעווער דעט מינס) און וואס ביסטו??? אפשר פון די מאנסי אנטי אנטי אנטי

און יא!
ווען איינער וואס וואוינט נישט אין מאנסי קריגט זיך מיט איינער וואס וואוינט אין מאנסי לגבי זאכן וואס זענען נוגע מאנסי איינוואוינער, ווערט מען אויס קלוג...
אדער אפשר איז מען קיינמאל נישט געווען
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

דאנק איך נאכאמאל אז איך וואוין נישט אין מאנסי מיט די "קלוגע" מענטשן..
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

למעשה ווייסט מען שוין די אויסגאנג פון די וואלן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”