בבקשה האט געשריבן:עפעס אנדערש האט געשריבן:יתכן, אבער דער עצם געדאנק ווער עס וויל עס זאל זיין א ווארד סיסטעם, צייגט אויף עפעס. דער זעלבע זאך מיט די איסט ראמאפא ווארד און מאניטאר מוז אויך נישט זיין אז עס איז א געפערליכע זאך, אבער צוזעהנדיג ווער עס וויל עס, ווייזט עס אויף די כוונה דערפון, און דאס איז צו איבערקומען אונזער איינפלוס.
איהר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגען, ווער איז געווען אונטער די איסט ראמאפאו ווארד סיסטעם? (נישט די מאניטער, די מאניטער איז א אומרעכט) די שווארצע און די ספאנישע, ביני ובינך, האבן זיי דען נישט געהאט א גוטע טענה? זיצט א סקול באורד, און די סקול באורד גייט נישט אן קיין כי הוא זה וועגן די פובליק סקולס, קיין טראפ גייט עס זיי נישט אן. די וואס שיקן אין די פובליק סקולס, האבן נישט קיין שום ווארט אין וויאזוי די סקול ווערט געפירט, די זעהסט נישט אז ס׳איז א פראבלעם? די פארשטייסט נישט זייער טענה?
ולגופו של ענין, וואס האט די ווארד געמאכט? אז יעצט האבן די פובליק סקול עלטערען 3 פון 9 באורד מעמבערס, דאס איז היפש נארמאל, וויבאלד די דיסטריקט איז טאקע א דריטעל פובליק סקול עלטערען, און יעצט וועט מען הערן זייער קול. סך הכל וואס דאס מיינט, אז בעצם, קען יעדער באשלוס זיין געפאסט דורך א 6-3 מערהייט פון די אידישע באורד מעמבערס, אבער ביז היינט, אפילו ווען די פובליק סקול עלטערען האבן געהאט א גוטע טענה, א טענה וואס יעדער פארשטייט צו זיין ריכטיג, האבן זיי ניטאמאל געהאט א פארשטייער וואס זאל זיי פארלייגן די טענה. יעצט קענען זייער פארשטייער ארויפברענגען זייערע טענות, אויב איז די טענה נאריש, אדער אנטיסעמיטיש, אדער אפילו א שטער פאר די אידן, וועט דאס אראפגעווארפן ווערן דורך די 6 אידישע באורד מעמבערס, אויב אבער איז די טענה א גוטע און אויסגעהאלטענע טענה, וועט די באורד דאס קענען באשטעטיגען.
יא יא מיר אלע געדענקען ווען דער יעניגער איז בבושת פנים אין רויטע בעקלעך צוריק געקומען פון פלארידא צו פארענטפערען אזוינע קשיות אין קאורט
ער האט זיך שיער נישט אויסגעגליטש ביים אנטלויפען פון די קעמרא'ס האלטענדיג זיין הוט