טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
אויך הערט מען באנייטע רופן פאר א פרישע אויספארשונג איבער די קאומו אדמיניסטראציע צוגאנג צו פארשידענע אספעקטן פונעם ווירוס רעאקציע.
דאס קומט נאך א באריכט פאריגע וואך דורך סטעיט קאנטראלער דינאפאלי אז די קאומו אדמיניסטראציע האט באהאלטן און פארדרייט די ריכטיגע ציפערן אומגעקומענע פון די וויירוס.
דאס קומט נאך א באריכט פאריגע וואך דורך סטעיט קאנטראלער דינאפאלי אז די קאומו אדמיניסטראציע האט באהאלטן און פארדרייט די ריכטיגע ציפערן אומגעקומענע פון די וויירוס.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
די מעטראפאליטען טראנפארטעישאן אוטאריטי (MTA) האט געמאלדן די אויפנאמע פון ריטשארד דעיווי צו סערווירן אלס פרעזידענט פון די 'ניו יארק סיטי טראזיט' אגענטור.
דעיווי האט פריער סערווירט אלס טראנספארטציע סעקרעטאר פון מעסעטשוסעטס, און זיין נאמינאציע קומט מער פון צוויי יאר נאך וואס זיין פארגייער האט רעזיגנירט פון אמט.
דעיווי האט פריער סערווירט אלס טראנספארטציע סעקרעטאר פון מעסעטשוסעטס, און זיין נאמינאציע קומט מער פון צוויי יאר נאך וואס זיין פארגייער האט רעזיגנירט פון אמט.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
ניו יארק סטעיט ליוטענאנט גאווערנאר שטייט אויס א פעדעראלע אויספארשונג איבער מעגליכע קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען.
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
יעצט געזעהן אינדרויסן פון גרענד סענטראל סטעישן בערך 10 פאליציי קאר, און די אפיצירן אנגעטוהן בולעט פרופ וועסטלעך, האבן ארויסגענימען לאנגע גאנס פון די טראנקס. עפעס גייט פאר? אדער סתם למשיסה שוסיך?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
#ווייז-די-פרייז
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5936
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
אין די בראנקס איז נעכטן געווען הויעך אין שיסערייען אז ס'יז געגאנגן א רויעך..
איין 25 יעריגער וואגאבונד מיט א גלענצעדער ארעסט רעקארד איז נעכטן אפגעשטעלט געווארן, פאר דערווייל אן אומבאקאנטע סיבה צום פובליקום, דורך 2 אפיצירן. ווען דער האט געמאכט א ויברח האבן זיי אים אנגעהויבן נאכלויפן. נאך א קורצע צייט האט ער זיך אפגעשטעלט און ארויסגעומען זיין 9 מילימיטער גאן און געשאסן אינעם ריכטונג פון די אפיצירן וואס האט אנגעטראפן איין אפיציר אין זיין ארעם. די אפיצירן האבן צוריק געשאסן וואס האט געטראפן דעם וואגאבוד אין קאפ אריין פון וואס ער'ז געשטארבן מיטוואך.
דער געשאסענער וואס האט געהאט אן אדרעס פון א סטעטן איילענד היימלאזער שעלטער האט געהאט קרובים אין די בראנקס איז געווען אויף דער פריי ווארטענדיג א געריכט אורטייל פאר זיין אקט אין מארטש 2020 פארן באזיצן א גאן אין א סאבוועי סטאנציע אין ברוקלין.
*******
א 17 יעריגער נישט אידישער בחור פון די בראנקס איז טויט נאכן ווערן געשאסן דורך א צווייטן כייע ביי א דעלי אין די בראנקס.
דער 17 יעריגער איז געזען געווארן גייענדיג צו א לאקאלע דעלי איינהאנדלען אביסל עסן ווען א צווייטער איגענטליכער איז אים אונטערגעקומען מיט א מאטארבייק און אים עפעס געזאגט. דער ערשטער איז אריין אינעם געשעפט און איז אבער שנעל צוריק ארויסגעקומען און אנגעהויבן טיילן פעטש פאר דעם צווייטער וואס איז נישט שולדיג געבליבן און האט צוריקגעגיבן מנה אחת אפים מיט אשמיץ אריבער ווען דער האט ארויסגעשלעפט א שיסערל און אריינגעיאגט 4 שטיק אין אים, איינס דערפון אינעם טשעסט פון וואס דער'ז געפארן א טויטער. שטאטישע אמבולאנס און פאראמעדיקס האבן פרובירט צו ראטעווען דאס לעבן דורך גיבן סי.פי.אר אבער איז דערקלערט געווארן טויט ביים אנקומען אין שפיטאל.
*******
א מערדער איז היינט אפגעפונען געווארן טויט נאכדעם וואס ער ווערט שוין געזוכט פאר א טאג.
פאליציי איז גערופן געווארן נעכטן צו א בנין אין קווינס פאר א שיסעריי סצענע. מען האט געפינען א 48יעריקע פרוי פארוואונדערט פון 2 קוילן אויף די 2'טע שטאק און א 51 יעריקע פרוי געשאסן אויפן 3'טן שטאק. מען האט ביידע אפגעפירט צום עלמהוירסט שפיטאל אין קווינס ווי די 51 יעריקע, א ציווילע "איי-טי" ארבייטער אין די פאליס דעפט, איז דערקלערט געווארן טויט און די 48 יעריקע איז אויף די ליסטע פון קריטיש.
א 55 יעריגער מאן, דער חבר פאר די 51 יעריקע געשטארבענע איז געווען דער פארדעכטיגטער אינעם פארברעך נאכדעם וואס עס האט אויסגעבראכן א מחלוקה צווישן די חברותא'שאפט און דער האט געניצט געווער אפצושטילן דעם געפעכט. ווען די 48 יעריקע האט אראפגעהערט צו די 2'טע שטאק איבער א רודעריי אויבן איז זי ארויף זיך אומקוקן אויף די שכנים אויב אלעס איז מסודר. דאן האט דער שיסער אנגעהויבן איר שיסן פון וואס 2 קוילן האט איר געלאזט וויסן אז זאכן זענען מסודר. ווען זי האט געהויבן פוס פונעם שטח האט דער נאכגעשיקט עטליכע גריסן און איר נאכגעלאפן ביז איר דירה שיסענדיג אויף די טרעפ און די האלוועי ווי אויך אריין אין די דירה דורך די טיהר.
פאליציי האט אנגעהויבן א זוכעניש נאך דעם שיסער אבער איז נישט אפגעפונען געווארן ביז היינט אינדערפרי ווען פאליציי האט אנטדעקט א געשאסענעם מאן צווישן 2 קארס אויף מאנהעטן עוו אין וויליאמסבורג ברוקלין וואו ער האט אפגעענדיגט זיין לעבן דורך זיך אליין שיקן א גריס מיטן רעוואלווער אריין אין קאפ.

נאט אייך א גרינע...
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9224
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
ווען פליגעל צופליגעלט זיך ווערן אפילו די פליעדיגע צופידעלט אזש ס'גייט א רויעך פון געלעכער.
---
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
מען קען נישט אויף הערן צו לאכן....
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
די ארבעטער מאנגל גייט ווערן אסאך ארגער אין נוי יארק מיט אזויפיל גע'הארגעטע.....
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
Wow a1 האט געשריבן:די ארבעטער מאנגל גייט ווערן אסאך ארגער אין נוי יארק מיט אזויפיל גע'הארגעטע.....
נעה. די כייעס (קרעדיט פליגל) פארנעמען זיך מיט "אנדערע מינע" ארבעט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

הענדימען האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:די ארבעטער מאנגל גייט ווערן אסאך ארגער אין נוי יארק מיט אזויפיל גע'הארגעטע.....
נעה. די כייעס (קרעדיט פליגל) פארנעמען זיך מיט "אנדערע מינע" ארבעט
שכח פארן באריגן...
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
Wow a1 האט געשריבן:די ארבעטער מאנגל גייט ווערן אסאך ארגער אין נוי יארק מיט אזויפיל גע'הארגעטע.....
נע..
די זאכן געשעהן פון נישט ארבעטען...
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5936
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
נאר אין ניו יארק..
אן אי.עם.טי אינמיטן באהאנדלען א פאציענט אויפן וועג צום שפיטאל האט געכאפט א שאס אין די אקסל פון נישט קיין צווייטן ווי דער פאציענט זעלבסט...
אן אי.עם.טי אינמיטן באהאנדלען א פאציענט אויפן וועג צום שפיטאל האט געכאפט א שאס אין די אקסל פון נישט קיין צווייטן ווי דער פאציענט זעלבסט...
נאט אייך א גרינע...
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5625
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
עפעס דארף ער אים דאך באצאלן. זעהט אויס אז דאס איז געווען דער איינציגער ווערטפולע חפץ וואס ער האט געהאט.
יישר כח פליגעל פאר דיינע ריפארטס וואס האבן פליגלעך.

- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6189
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
פיינע נייעס פליגלעך!
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5936
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
א לאקאלע שיסעריי איז היינט פארגעקומען ביינונז אין בעקיארד וואס האט געפירט צו א טשעיס האט זיך מזל'דיג געענדיגט ווען דער וואגאבונד האט זיך איינגעשריבן אין שפיטאל.
פאליציי איז גערופן געווארן דעם שב"ק פרי פארטאגס צו בראדוויי און לארימער פאר א שיסעריי. ווען פאליציי איז אנגעקומען צום סצענע האבן זיי געטראפן א שיירא פון 3 קארס אפציען פון שטח אין א ווילדע געיעג אריבער א רויט לייט. פאליציי האט תיכף אנגעהויבן נאכיאגן די יעניגע ביז זיי האבן אלע געקראכט ביי ווענדרעווארט און מיעקער עוו, דאס'ז הארט נעבן דעם בק"א ביי די קאצקיאתצקא בריק ארויפגאנג.
ווען פאליציי האט זיך דערנענטערט צו די קארס האט איין וואגאבונד געגיבן א דרוק דעם פעדל טא די מעטעל און אריינגעיאגט אין די אפיצירן זיי אראפצוקלאפן און שעדיגן. איין אפיציר איז געטראפן געווארן דערפון און לייכט געשעדיגט געווארן, האט נאך עספיעט צו כאפן זיין רעוואלווער און שיסן אויף דעם דרייווער 3 קוילן, ווי אויך האט איין אפיציר באוויזן צו שיסן איין קויל אינעם ריכטונג פון יענעם דרייווער וואס האט באוויזן צו מאכן פליטה.
די אנדערע צוויי חברה האט מען ארעסטירט אויפן פלאץ און דעם אראפגעקלאפטן אפיציר האט מען אפגעפירט צום שפיטאל מיט נישט קיין לעבנס סטראשענדע וואונדן. דער עיקר וואגאבונד האט ווי געזאגט געמאכט פליטה און נעלם געווארן פונעם ארענע אויף דערווייל.
נישט לאנג דערויף האט א פאציענט אריינשפאצירט אין א שפיטאל מיט א שאס וואונד אינעם הארץ.. די שפיטאל באאמטע האבן איינגעמאלדן די פאליציי איבערן מיסטריעזן פאציענט וואס ווייסט נישט ווער עס האט אים דאס געטאהן... דעטעקטיוון טוען עס אויספארשן אז עס'ז גאר שטארק מעגליך אז ער'ז דער געזוכטער פארברעכער.

- שמייכל תמיד
- שר חמש מאות
- תגובות: 908
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
ווייסעך שוין וויאזוי מען שרייבט קאצקיאתצקא בריק און אידיש.
פליגל עס יוזושעל
פליגל עס יוזושעל
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2194
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
איך גיי שוין באלד מתפלל זיין פאר שיסערייען..... זיסער ווי צוקער.
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6156
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
צופליגלט קען מען ווערן פון די אלע נייעס אין אונזער בעקיארד אבער די שמייכל איז געפארקט אויף די לעפצן ווען פליגל באריכטעט עס, קיעפ אפ!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
קיינער באריכט נישט די שיסעריי throop corner Gary די נאכט?
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3228
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
יראת שמים האט געשריבן:קיינער באריכט נישט די שיסעריי throop corner Gary די נאכט?
וויפיל אזייגער?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
איש האשכולות האט געשריבן:יראת שמים האט געשריבן:קיינער באריכט נישט די שיסעריי throop corner Gary די נאכט?
וויפיל אזייגער?
2:30 am
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
השבת אבידה
ווער עס האט פארלוירן א שעווראלעט טרעיבלעיזער טרעקל, אלטע מאדל, ס'שטייט געפארקט אויפן אקסל פון רע"ח שנעל וועג צווישן בעדפארד אין ליע, שוין פאר עטליכע טעג.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10695
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
כ'ווייס נישט וואו עס צו לייגן צו ביי די טשיקאווע נייעס, אדער ביי די אויפשטייג אין פארברעכענס אין די סיטי..
ס'פארט ארום א קליפ ווי א היימלאזער באדט זיך האלב אויסגעטון אין א טרעין פיל מיט מענטשן. (אין א פול)
ווי פארשטענדליך גיי איך עס נישט לייגן (און עס נישט שיקן פאר אנדערע)

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
eller האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואו עס צו לייגן צו ביי די טשיקאווע נייעס, אדער ביי די אויפשטייג אין פארברעכענס אין די סיטי..
ס'פארט ארום א קליפ ווי א היימלאזער באדט זיך האלב אויסגעטון אין א טרעין פיל מיט מענטשן. (אין א פול)
ווי פארשטענדליך גיי איך עס נישט לייגן (און עס נישט שיקן פאר אנדערע)
ער האט אנגעפילט א פול מיט וואסער? וויאזוי?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
ניו יארק סטעיט גאווערנאר פרוי האוקעל אונטערגעשריבן א געזעץ וואס ווערט פארשנעלערן די פראצעדור פון פארוואנדלען ניו יארק סיטי האטעל געביידעס אין רעזידענשל אפארטמענט בלאקס.
אונטער די נייע געזעץ, וועלן אומבאנוצטע האטעל געביידעס אינערהאלב ניו יארק סיטי קענען פארבלייבן מיט זייערע עקזיסטירענדע סי.או. אויך נאכן ווערן אריבערגעטוישט אויף רעזידענשל אפארטמענטס, אנדערש ווי ביז היינט וואס נאכן טוישן פעלט זיך אויס צו באקומען א פרישע סי.או. באשטעטיגונג.
אויך טוט די נייע געזעץ שאפן א 200 מיליאן דאלער קאסע ארויסצוהעלפן מיט די פראגראם.