סטיטשינער האט געשריבן:מען האט שוין איינמאל געמעקט די שמועס בנוגע מרדי שפירא, ביטע נישט ממשיך זיין נאכאמאל.
בנוגע די עצם שמועס, מיך איז שווער א צווייטע זאך. פאר שמירת שבת האט מען נישט אראפ געשיקט די אדמורי''ם. פאר כשרות אויך נישט. פאר די כותל אויך נישט, און פאר חד פעמי אויך נישט. פאר וואס יא? פאר די וועד הרבנים. והדבר אומר דרשינו..
לאמיר דיר אנטפלעקן, טאמער וועט דאס גורם זיין א פריצת גדר בתוך המחנה צו פארמערן נישט כשר'ע טעלעפאנ'ס, איז דאס היבש הערגער ווי חילול שבת בפרהסיא, איבערגעבן די כותל פאר רעפארמער, אא"וו, דאס איז א חורבן בתוך המחנה וואס קען ח"ו ברענגען שריפת הנשמה וגוף קיים, רח"ל.
און זיי קלאר, איך פערזענליך האלט אז די ועדת הרבנים האט עסקנים וואס זיי זענען פארברעכער, און נישט נאר איך האלט אזוי, זיי האבן שוין אויך דערלייגט א דין תורה אין די 'עדה החרדית' אין די לעצטע יאר (כ'מיין אז איך האב דאס ערשט אויפגעדעקט יעצט אין אייוועלט!)
אבער ס'איז קלאר, אז אן זיי וואלט דער מצב געווען פיל ערגער