מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:33 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:ביידע ווילן נישט קיין שלום, די חילוק איז נאר אז די מוסולמענער טוען די שמוציגע ארבעט און מאכן עס אפיציעל חרוב בידים, און די איזראעיליס פארלאזן אז זיי וועלן שוין טון די דשאב, און נאכדעם קענען זיי ארויסקומען זאגן מיט א בלעכענעם פנים, אונז? וואס עפעס? אונז זענען אלעס גרייט אוועקצוגעבן פאר שלום!!!

די אידן האפן און בעטן פאר א שלום.

נישט אלע. איך וואלט ענדערש געדארפט זאגן 'ציונים'.

איך בין א איד, און איך האף או בעט נישט פאר שלום, איך וואלט ענדערש געוואלט אז די מדינה זאל אונטערגיין.

איך בין א איד מבית מדרשו של רבינו מסאטמאר און איך בעט יא פאר שלום אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערנט, יעדע מאל ווען ער האט גערעדט אז די מדינה דארף אינטערגיין, האט ער צוגעלייגט די ווערטער "אן קיין אידישע שאדן".

עס איז א לאנגס און א ברייטס אויסצושמועסן דעתו הברורה, אבער אין איין ווארט, איז אלעמאל געווען קלאר שיטתו, אז מיר דארפן מתפלל זיין אז די מדינה זאל אינטערגיין, אבער מיר טארן זיך בכלל נישט פרייען ווען עס איז דא איין אידיש נפש וואס ווערט געהרג'ט. עס מיז זיין ביידע די מדינה דארף אינטערגיין, און קיין שאדן טאר נישט זיין.

איי וויאזוי קען זיין ביידע? אין הכי נמי, ער שמועסט טאקע אויס אין די וישלח תורה אז בדרך הטבע איז נישט דא קיין וועג, סיי וויאזוי מען זאל בעטן וועט נישט טויגן, וועט מען בעטן אז די אראבער'ס זאלן איבערנעמען וועט דאך זיין שפיכת דמים רח"ל, וועט מען בעטן אז די אראבער'ס זאלן נישט איבערנעמען מיינט דאך דאס אז די שמד אפאראט הנקרא מדינת ישראל גייט ווייטער אן רח"ל, ממילא פירט ער דארט אויס, אז עס בלייבט נאר איבער איין עצה צו בעטן דעים אייבערשטן וואס ער איז גדול העצה ורב העלילי' אז ער זאל העלפן דעים פארפלאנטערטן מצב, אז עס זאל זיין גיט פון אלע זייטן.

ממילא איך בין א איד, און איך בעט יא פאר שלום, ווייל דאס אז אידישע נפשות זאלן בלייבן לעבן איז אויך געווען פון די שיטות פון סאטמאר רב, ער האט נישט פיינט געהאט קיין אידן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:35 pm

SPUSMN האט געשריבן:כ'האב שוין מערערע מאל געשריבען אז עס קען נישט זיין שלום ביז משיח וועט קומען. עט ליעסט לאמער זיך נישט נארען.

ווילאנג זיי נעמען נישט ארויס די ווערטער פונעם 'קוראן' וועט נישט זיין קיין שלום.
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:37 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:איך בין א איד מבית מדרשו של רבינו מסאטמאר און איך בעט יא פאר שלום אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערנט, יעדע מאל ווען ער האט גערעדט אז די מדינה דארף אינטערגיין, האט ער צוגעלייגט די ווערטער "אן קיין אידישע שאדן".

עס איז א לאנגס און א ברייטס אויסצושמועסן דעתו הברורה, אבער אין איין ווארט, איז אלעמאל געווען קלאר שיטתו, אז מיר דארפן מתפלל זיין אז די מדינה זאל אינטערגיין, אבער מיר טארן זיך בכלל נישט פרייען ווען עס איז דא איין אידיש נפש וואס ווערט געהרג'ט. עס מיז זיין ביידע די מדינה דארף אינטערגיין, און קיין שאדן טאר נישט זיין.

איי וויאזוי קען זיין ביידע? אין הכי נמי, ער שמועסט טאקע אויס אין די וישלח תורה אז בדרך הטבע איז נישט דא קיין וועג, סיי וויאזוי מען זאל בעטן וועט נישט טויגן, וועט מען בעטן אז די אראבער'ס זאלן איבערנעמען וועט דאך זיין שפיכת דמים רח"ל, וועט מען בעטן אז די אראבער'ס זאלן נישט איבערנעמען מיינט דאך דאס אז די שמד אפאראט הנקרא מדינת ישראל גייט ווייטער אן רח"ל, ממילא פירט ער דארט אויס, אז עס בלייבט נאר איבער איין עצה צו בעטן דעים אייבערשטן וואס ער איז גדול העצה ורב העלילי' אז ער זאל העלפן דעים פארפלאנטערטן מצב, אז עס זאל זיין גיט פון אלע זייטן.

ממילא איך בין א איד, און איך בעט יא פאר שלום, ווייל דאס אז אידישע נפשות זאלן בלייבן לעבן איז אויך געווען פון די שיטות פון סאטמאר רב, ער האט נישט פיינט געהאט קיין אידן.

לויט דעם וויל יעדער איינער שלום, זיי ווילן נאר אויב זיי בלייבן מיט די גאנצע.
ווען מ'רעדט פון וועלן שלום, מיינט מען צו צעטיילן ארץ ישראל אין צוויי, און איך גלייב נישט אז דו ווילסט עס.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:41 pm

איך וויל אז די מדינה זאל אינטערגיין און אין די זעלבע צייט וויל איך אז עס זאל הערשן שלום. די מיינונג וויאזוי א איד זאל אננעמען אין די פאליטישע צושטאנד, איז אז אוודאי וויל איך אז די מדינה זאל אינטערגיין, און איך בין בכלל נישט צופרידן פון די גאנצע שלום אפמאך, אבער איך מעג זיין צופרידן אז עס גייט זיך אויפהערן אביסל שפיכת דמים, און פון די אנדערע זייט בין איך בכלל נישט צופרידן אז די מדינה שטייט, די מדינה דארף ווייטער אינטערגיין. וויאזוי? דורכ'ן מלך המשיח אן קיין אידישע שאדן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:54 pm

סידיראם האט געשריבן:איך וויל אז די מדינה זאל אינטערגיין און אין די זעלבע צייט וויל איך אז עס זאל הערשן שלום. די מיינונג וויאזוי א איד זאל אננעמען אין די פאליטישע צושטאנד, איז אז אוודאי וויל איך אז די מדינה זאל אינטערגיין, און איך בין בכלל נישט צופרידן פון די גאנצע שלום אפמאך, אבער איך מעג זיין צופרידן אז עס גייט זיך אויפהערן אביסל שפיכת דמים, און פון די אנדערע זייט בין איך בכלל נישט צופרידן אז די מדינה שטייט, די מדינה דארף ווייטער אינטערגיין. וויאזוי? דורכ'ן מלך המשיח אן קיין אידישע שאדן.

די מוסולמענער ווילן די זעלבע זאך ווי דיר. דאס הייסט נישט געוואלט שלום

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג פאברואר 16, 2018 3:05 pm

דער סאטמאר רב האט געזאגט אז שלום וועט קיינמאל נישט ווערן דארט, [דאכציך אז ס'יז דא אויף טעיפ]
וחכם עדיף מנביא

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג פאברואר 16, 2018 3:07 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:איך האלט אז מען זאל אדורך לערנען ספה''ק ויואל משה פאר מען איז מגיב דא

איך קען אידן וואס האבן עס געלערנט און זענען נאך ארויס גרעסערע ציונים ווי פארדעם, פאר איינער וואס וויל נישט איבערצייגט ווערן וועט גארנישט העלפן.

ס'דא עפעס א מימרא וועגן דעם פון ר' הערשעלע קרעטשניפער, געדענק איך נישט פונקטליך ווי ס'גייט.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג פאברואר 16, 2018 3:39 pm

Let me be blunt

נאך די אלע תגובות איז עס "קעיס אין פוינט", רוב פרומע אידן ווילן נישט קיין שלום, איינער נוצט שלימות הארץ, דער צווייטער נוצט על הגאולה (פארדרייטערהייט, אבער נאכאלס ווערט עס גענוצט), א דריטער נוצט דעם פאפולער תירוץ אז די "אנדערע זייט וויל נישט", בקיצור הצד השווה ווי אויווען געשמועסט, ליידער.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג מארטש 04, 2018 3:11 am

גאר א ערנסטע קריזיס אין די ביבי קאאליציע, נישט צוליב די קרימינאלע אויספארשונגען וואס ווערן אלס שטערקער און הארבער קעגן ביבי, נאר צוליב די חוק הגיוס וואס די פרומע פארטייען ווילן דורך פירן צי אנערקענען לימוד תורה אין א חוק יסוד, און נאך די הוראה פון די מועצגה"ת נישט צי וואוטען פאר די בודזשעט, איידער די חוק גייט אריבער, אבער פון די אנדער זייט איז די פארטיי פון ליבערמאון און פין כחלון און עטליכע ח"כ'ים פון ליכוד שטארק דערקעגן, שווער צי זעהן אז איינער זא דא אראפ קריכען פון בוים, נאכדערצו אז זענען דא מטנכע וואס טענה'נען אז ביבי וויל בחירות צוליב די חוק הגיוס, ליבערשט ווי צוליב זיינע קרימינאלע פארברעכנס.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מארטש 04, 2018 6:08 pm

א נייער מועצג"ת איז זיך היינט צוזאמגעקומען
די ממשיכים פון הרב אויערבאך ז"ל
די ערשטע שווערע הוראה וואס וועט ליגן אויף זיי איז צו מען זאל יא אדער נישט גיין צו די בחירות ביי די קומענדיגער געלעגנהייט, וואס קוקט אויס נענטער ווי ווייטער.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג מארטש 04, 2018 9:05 pm

חוץ דעם וואס זיי גייען לכאורה מער נישט גיין השקפה'דיג, איז דאס פשוט נישט ווערט פאליטיש, צוליב די שווערעקייט דורכצומאכן די אחוז החסימה.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:15 am

שמואל בארג האט געשריבן:חוץ דעם וואס זיי גייען לכאורה מער נישט גיין השקפה'דיג, איז דאס פשוט נישט ווערט פאליטיש, צוליב די שווערעקייט דורכצומאכן די אחוז החסימה.

זיי קענען אבער זיך צאמשטעלן מיט אגודת ישראל (נישט דגל), אדער מיט ישי, אדער קענען זיי לויפן מיט א פארטיי וואס וועט טאקע זיכער נישט דורך גיין, אבער ווייזן זייער כח.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג מארטש 05, 2018 10:12 am

פון וויפיל קולות רעדציך דא? וויפיל האבן זיי לויט די מערסט אפטימיסיטשע אפשאצונג?

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » מאנטאג מארטש 05, 2018 12:46 pm

רצון טוב האט געשריבן:א נייער מועצג"ת איז זיך היינט צוזאמגעקומען
די ממשיכים פון הרב אויערבאך ז"ל
די ערשטע שווערע הוראה וואס וועט ליגן אויף זיי איז צו מען זאל יא אדער נישט גיין צו די בחירות ביי די קומענדיגער געלעגנהייט, וואס קוקט אויס נענטער ווי ווייטער.

געהערט אז עס איז דא א קלארע הוראה פון הרב אויערבאך ז"ל צו זיינע נאענטע זיך נישט משתתף צו זיין און די בחירות ביז משיח'ס טאג

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:06 pm

רצון טוב האט געשריבן:א נייער מועצג"ת איז זיך היינט צוזאמגעקומען
די ממשיכים פון הרב אויערבאך ז"ל
די ערשטע שווערע הוראה וואס וועט ליגן אויף זיי איז צו מען זאל יא אדער נישט גיין צו די בחירות ביי די קומענדיגער געלעגנהייט, וואס קוקט אויס נענטער ווי ווייטער.

אתמול אחר הצהריים התאספו במעונו של רשכבה"ג גאון ישראל מרן ראש הישיבה זיע"א, גדולי התורה שליט"א.

להלן החלטות המועצת:
בס"ד, אור לי"ח אדר תשע"ח
אז נדברו יראי ד'

נתכנסנו במלאת שבעת ימי האבלות מהיום בו חשך עולמנו בהסתלקותו.בפתע של רבינו גאון הגאונים. שר התורה ועמוד האמת אביהן וליבן של ישראל רשכבה"ג רבי שמואל אויערבאך זצוקללה"ה. יתומים היינו ואין אב, גדול כים שברנו ומי ירפא לנו.
בשעה קשה ומרה זו חובת כאו"א בכלל ובפרט להמשיך ולדבוק בדרך המסורה שהנחיל לנו רבינו עטרת ראשנו זי"ע מוסר התורה ומעתיק שמועתם של רבותינו מאורי הדורות עד לדורנו ורבותינו הגדולים בראשנו מרן הגרא"מ שך ומרן הגרי"ש אלישיב זכותם תגן עלינו ועל כל ישראל.
והנה בשבועות האחרונים לחיי חיותו נתבקשנו ע"י רבינו מרן זצוק"ל להתכנס בצוותא חדא, לחזק ולעמוד בפרץ מול כל הקמים עלינו לכלותנו ח"ו. אמנם בעווה"ר נטרפה השעה וביום המר והנמהר ט' באדר חשך עלינו אורו של המאור הגדול בטרם זכינו להתאסף ורבינו זציק״ל בראשנו, אמנם חזקה עלינו בקשתו מאיתנו לקיים אז נדברו יראי ד' וגו' ויקשב ד' וישמע.
ובידוע עד כמה חי רבינו זי"ע מתוך חרדה נוראה מפני כל אשר קמים עלינו מבית ומחוץ לעקור את הכל, בהרס החינוך החרדי להתערב ולהכניס רוחם הטמאה במוסדות החינוך, ובגזירת גיוס בני הישיבות להעמיד יעדים ומכסות ולצוד נפשות יקרות, וכן בהתנכלותם לבנות ישראל המאדימות ע"י הצבא, ומרעה אל רעה יצאו להחריב ולהרוס, ואומרים ערו ערו עד היסוד בה, עד אשר מעוצם צערו ודאגתו לעתיד כלל ישראל הנתון בסכנה נוראה נתפקע לבו הטהור ונסתלק מעמנו בתוך המלחמה, מי יקום לנו עם מרעים ומי יתייצב לנו עם פועלי אוון.
על כן באנו למלא רצונו הטהור אשר מסר נפשו על זה, ולעורר כיהודה ועוד לקרא על חובת השעה לעמוד בעוז וברוב תעצומות מול כל גזירות השלטון והמזימות הנוראות לקעקע את מבצרי התורה ולשנות את ציבור החרדים לדבר ד׳, שיש לעמוד כנגדם בכל התוקף ולהוקיע כל קרירות ואדישות ושאננות. ובפרט עתה כאשר ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, מוטלת עלינו חובה כפולה ומכופלת להתחזק ביתר תוקף לעמוד על כל מה שהנחילנו רבינו מרן זי״ע ולהביע האמת ברמה ללא כחל ושרק, ולמסור הנפש על עיקרי הדת.
ובידוע כיצד עמד רבינו כשר צבא ד' וללא חת בראש המערכה נגד גזירת הגיוס, והורה באופן ברור לשמור מכל משמר את אשר פסקו גדולי הדור שעבר שאין להיכנס כלל למו״מ ולהידברות בענין זה, וכי חובת בני הישיבות שלא לשתף פעולה כלל וכי אסור להתייצב בלשכות הגיוס עד אשר יחזור המצב לקדמותו כאשר היה בתחילה וכל השנים. על כן אנו קוראים לחזק בני העליה המסולאים מפז מקדשי ד׳ היקרים העומדים בגבורה מופלאה על המשמר ואינם יראים מכל איומיהם ופיתוייהם ביודעם כי קיום התורה תלוי בדבר זה לשעה ולדורות.
וכן הורנו לחזק מוסדות החינוך הטהור בעצמאות מלאה על טהרת הקודש, וכפי אשר כתב במכתבו האחרון סמוך להסתלקותו דברים ברורים ונחרצים: "וכבר מילתנו אמורה שבזמנים קשים אלו שהכל רואים בבירור את מטרתם לא תבוא ולא תקום ח"ו, אין מנוס אלא להתנתק מהם ומהמונם לגמרי". והננו קוראים לנדיבי עם אשר לב מבין בקרבם כי זו חובת השעה לעמוד לימין כל מוסדות החינוך אשר יסדם רבינו זי"ע בהתנתקות מוחלטת מכל השפעה זרה, לעוזרם ולכוננם בעין יפה וברוח נכונה למען לא תשתכח תורה מישראל, כי זה קיום היהדות.
וחובתנו לחזק כל מפעליו אשר מסר נפשו על קיומם ודאגתם היתה חקוקה על לוח לבו הטהור, ויש לציין כי מה שהוקם ראשונה ומעמיד כל המערכות כולן הלא הוא בטאון עולם התורה הפלס אשר כתב על גודל נחיצותו כי הוא יסודה וקיומה של תורה והרבה גופי תורה תלויים בו, והכל יודעים עד כמה היה צופה למרחוק כי בלעדי השופר הנאמן הזה לא היתה ח"ו תקומה לכל הדברים אשר ראה כי הם חובת השעה והצלת הדור.
ועלינו לחזק כל העוסקים במלאכת הקודש הלא המה הועדה להצלת עולם התורה ופעולותיה החשובות, וכל המפעלים הנחוצים אשר נוסדו בברכת רבינו להגדיל תורה ולהאדירה, לשמור ההלכה בדקדוקה ולהרבות צדקה וחסד עם עמלי התורה. וכבר עורר כל שומעי לקחו לאגד ציבור בני התורה המובחרים והמבינים בעם בכל מקום שהם, לכונן הקהילות התורתיות ובתי המדרש של שומרי משמרת הקודש, ולהעמיד הדת על תילה כי רק מכח פך השמן הטהור נעמוד מול כל המהרסים והמחריבים מבית ומחוץ.
ובזכות התחזקותנו בעמלה של תורה ועומק עיונה כאשר הנחילנו, ועמידתנו על משמר כל הענינים אשר מסר נפשו עליהם כפשוטו, נזכה לפעול לעילוי נשמתו הטהורה, ונזכה בס"ד לראות נחמות וישועות ולהינצל מכל הקמים עלינו, עד אשר מלאה הארץ דעה בביאת גוא"צ בב"א.
מועצת גדולי עולם התורה
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:13 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:

שרייבן דערווייל נישט וועגן בחירות
יענקל לעדערמאן

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:42 pm

והורה באופן ברור לשמור מכל משמר את אשר פסקו גדולי הדור שעבר שאין להיכנס כלל למו״מ ולהידברות בענין זה, וכי חובת בני הישיבות שלא לשתף פעולה כלל וכי אסור להתייצב בלשכות הגיוס עד אשר יחזור המצב לקדמותו כאשר היה בתחילה וכל השנים.

אויב ליין איך גוט שטייט דא קלאר אז דער פסק אז לפי דעם ׳׳יעצטיגען פראבלעמאטישן׳׳ מצב וואס טוט אפעקטירן גיוס און אז איינמאל דער פראבלעם איז אויס דהיינו: אשר יחזור המצב לקדמותו כאשר היה בתחילה וכל השנים דעמאלטס פאלט אוועק די דאזיגע הוראה פון לא לשתף פעולה.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:50 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:והורה באופן ברור לשמור מכל משמר את אשר פסקו גדולי הדור שעבר שאין להיכנס כלל למו״מ ולהידברות בענין זה, וכי חובת בני הישיבות שלא לשתף פעולה כלל וכי אסור להתייצב בלשכות הגיוס עד אשר יחזור המצב לקדמותו כאשר היה בתחילה וכל השנים.

אויב ליין איך גוט שטייט דא קלאר אז דער פסק אז לפי דעם ׳׳יעצטיגען פראבלעמאטישן׳׳ מצב וואס טוט אפעקטירן גיוס און אז איינמאל דער פראבלעם איז אויס דהיינו: אשר יחזור המצב לקדמותו כאשר היה בתחילה וכל השנים דעמאלטס פאלט אוועק די דאזיגע הוראה פון לא לשתף פעולה.

נו אזוי איז טאקע געווען און אלע צייטן, נאר יעצט צליב וואס זיי מאכן די פראבלעמען ביים זיך שטעלן האט ער געהאלטן אז אסור להתייצב בלשכות הגיוס עד אשר יחזור המצב לקדמותו כאשר היה בתחילה, ופשוט.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג מארטש 05, 2018 5:00 pm

נתניהו׳ס לאנגיעריגער ראטגעבער וועט עדות זאגן קעגן אים

א גאר דראמאטישע אנטוויקלונג איז היינט פארגעקומען אין די אויספארשונג ארום מעגליכע קארופציע פונעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו ווען זיינס א נאנטער ראטגעבער פון לאנגע יארן ניר חפץ האט באוויליגט צו דינען אלס עדות קעגן זיין אויבערהאר אין די קעיס וועלכע פארשט קרימינאלע פארבינדונגען צווישן נתניהו און ביזנעס פירער וועלכע האבן אינאיינעם אויסגענוצט זייער איינפלוס אין די מידיע פאר פאזיטיווע דעקונג.

די אנטוויקלונג איז א שטארקע קלאפ פאר נתניהו און קען מעגליך צואיילן די וואלן, נאכדעם וואס אזוי אויך וואקלט זיך שוין די רעגירונג צוליב די סטראשערייען פון די חרד׳ישע פארטייען אז זיי וועלן ארויסגיין פון די קאאליציע אויב עס ווערט נישט דורכגעפירט א פרישע געזעץ וועלכע וועט געבן א אויסנאם פאר ישיבה בחורים פון ווערן רעקרוטירט צו די ארמיי.

פיינע נייעס.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דינסטאג מארטש 06, 2018 9:32 am

איך האלט אז סלוינט זיי נישט גיין צו בחירות ווייל אויב יא פארלירן זיי די שטיצע פאר זייערע מוסדות
יענקל לעדערמאן

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:51 am

און אנדערע נייעס איז נעכטן אפגעלויגן אויף א"י א גרופע עסקנים און נגידים פון אמעריקע און אייראפע און שפיץ פון העסקן ר׳ יצחק שטערן בשליחות האדמו"ר מהר"יי מסאטמאר אוועקצושטעלן א שטארקן עתיד פאר די בני תורה נאכפאלגער פונעם ר"י, און ספעציעל פארזיכערן א שטארקע פאדעמענטאלע פינאנציעלע עתיד פאר די אלע מוסדות ישיבות און כוללים עטה"ק וואס דער ר"י האט אוועקגעשטעלט

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:55 am

אבגדהוזחטי האט געשריבן:איך האלט אז סלוינט זיי נישט גיין צו בחירות ווייל אויב יא פארלירן זיי די שטיצע פאר זייערע מוסדות

חכם אלס דעם אויס קענען זיי דאך צוריק אנהייבן נעמען געלט אויך, נישט אזוי? גלייב מיר זיי וועלן שטיין אסאך בעסער פינאציעל אויב זיי טיען דאס

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:01 pm

יענקעל משה האט געשריבן:
אבגדהוזחטי האט געשריבן:איך האלט אז סלוינט זיי נישט גיין צו בחירות ווייל אויב יא פארלירן זיי די שטיצע פאר זייערע מוסדות

חכם אלס דעם אויס קענען זיי דאך צוריק אנהייבן נעמען געלט אויך, נישט אזוי? גלייב מיר זיי וועלן שטיין אסאך בעסער פינאציעל אויב זיי טיען דאס

כרעד אויב זיי ווילן זיך האלטן צו דעם פאליסי פון נישט נעמען
יענקל לעדערמאן

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:37 pm

Saudi Arabia now allowing Air India to fly across territory to Israel

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג מארטש 06, 2018 2:47 pm

kosher phone האט געשריבן:Saudi Arabia now allowing Air India to fly across territory to Israel

דאס איז אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, עס שפיגלט אפ די פחד וואס סאודיע אראביע האט פון איראן, אז זיי מוזן אנהייבן ווערן ווייכער צו מדנ"י.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט