lazy האט געשריבן:(אויב איר האט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, קענט איר איבערפרעגן…).
נו אז די לאסט פרעגען...
קודם ווער זאגט אז א פילטער אויף א פליפ פאן קען מען גרינגער איבערקליגן... ס'דא אפאר סיבות פארוואס מ'הערט עס מער ביי פליפ פאנס, קודם ס"ליגט מער ביי בוחרים וואס האבן מער צייט און ווי איניגער מ'איז אלטס מער שעפריש איז מען און טעכנלגיע, פראביר עס אויס געב א משומר ס"פ פאר א בחור (שוין מיטגעהאלטען), נאכדעם ביי ס"פ פארמאכט מען די לעכער רימאטלי משא"כ ביי פ"פ, און ס"ה לעכער איז נאר געווען ביי איינער פון די פילטערס (אפאר מאל)....
יעצט נעקסטע נקודה אז מ'וואלט געדארפט אפלאזאן די מערכה מיט ס"פ און מאכן די ווינט אז מ'דארף האבן די פרי אפראווד עפפ פילטער, פארוואס האסטו זוך דא אפ געשטעלט? למעשה איז דא אידן וואס דארף'ן יא א בראזער, די מערכה גייט מאכן אז זיי זאלן האבן אפענע אינטערנעט, אאוו ווי די גייסט איז דא אידן וואס דארפן (טאקע) האבן א דרגה שוואכער, אויב אזוי פארוואס זאל מ'שוין נישט מאכן די ווינד אויף די שטערקסטע דרגה, ווער ס'דארף שוואכער האט עניוועי, די ווינט און מערכה איז בעיקר פאר די וואס דארפן עס נישט, און די וואס דארפן עס יא קען עס אדער נעמען פאר א חיזיק צו זיין ווי מער אפגעהאקט, אדער באשילדיגען די ווינט....
און בכלל ביי מיך הייסט נישט א מערכה וואס גדולי ישראל שטייען מיט (עכ"פ מיינע רבי'ס) און פירען, מעשה נערות פון אימוויסענדע אידן....
איי די פראבלעים פון פליפ פאנס? יא ס'איז א ריזיגע פראבלעים... אבער אפשר איז א בעסערע עצה צו פארשטערקערען די ווינט ווי איידער נאך לאזן?
איך בין נישט די בעסטע שרייבער מיט די בעסטע ספעלינג... איך בין ס"ה איינער וואס האלט אז די מערכה האט געהאלפן זוך מחזק זיין.... און אפי' פאר דעם אליין האט זוך אלעס געלוינט...
(און סאררי... קען זיין איך האב נישט גוט פארשטאנען דיינע תגובות)