Samsung s10 - s20FE - A20

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Samsung s10 - s20FE - A20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

וואס איז חילוק ציווישן די אלע לעצטערע סעמסאָג פאונס?

ווי כאפט די חילוק ציווישן s20 און A version און s20 FE?
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: Samsung s10 - s20FE - A20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

די A line זענען די ביליגערע פאונס אין די Galaxy פאמיליע, און די S line איז די טייערע, די חילוק איז בעיסיקעלי די specifications, ד.ה. די פראסעסער, רעם, סטארעזש, א.א.וו.

לעצטענס צוליב די עקענאמישע מצב אין די וועלט, האבן זיי צוגעלייגט א נייער line, די (S20 FE (fan edition, דאס איז בעיסיקעלי ממש אזוי ווי די געהעריגע S20, מיט נישטיגע קאמפרעמייזען, פאר א ביליגערע פרייז, און זיי האבן א מוראדיגע הצלחה מיט דעם.

(עפל האט געטוהן ענדליך צו דעם, איינזענדיג די פארלאנג פאר בעסערע פרייזן)

די לעצטע מאדעל אינעם s line, איז די S20, איינס פארדעם איז געוועהן די S10.

יעצט אויב ווילסטו גיין מיטן סאמע בעסטן אפגעזעהן די קאסטן, נעם זיכער די S20 אקעגן די s10, ס'איז אייביג גוט צו האבן דאס לעצטע פאר אפדעיטס וכדומה, איך וואלט אבער געראטן צו ווארטן דריי וואכן, זיי קומען ארויס מיטן s21, וועט מען זעהן וואספארא חידושים קומען צום טיש.

אויב איז דיין באדזשעט ארום 200 ביז 400 בערך און די ביסט נישט קיין power user, און נישט קיין טעכנאלאגיע מענטש, וועסטו זיין זייער צופרידן מיט'ן A line, די לעצטערע פון דעם איז למשל די A71, אדער די A51, אדער נאך אסאך אנדערע.

אויב איז דיין באדזשעט ארום 500 ביז 700, כאפ דעם S20 FE, ס'איז נישט דא בדומה לו פאר דעם פרייז.

א זייטיגע זאך איז גוט צו וויסן, אויב איז די יעצטיגע פאון א רעלאטיוו נייער און אין א גוטער קאנדישן, איז אייביג גוט צו קויפן אויף סעמסאנג.קאם, זיי האבן געווענליך זייער גוטע טרעיד אין אפציעס.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: Samsung s10 - s20FE - A20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

יישר כח.

ווי כאפט די חילוק פון די S20 צו די S20FE ?
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: Samsung s10 - s20FE - A20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

קיין שום גרויסע חילוק, די בעק מאטריאל איז פון פלעסטיק אנשטאט גלאז וואס איז טייערער, האט האלב די רעם (אבער איבער גענוג), האט א פלעט סקרין אנשטאט א געדרייטע (ביי די עקן אין די ברייט), און נאך ממש קלייניקייטן, בקיצור קיין שום זאכליכע חילוק פאר אן עוורעדזש מענטש.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: Samsung s10 - s20FE - A20

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

א ברכה אויף דיין קאפ.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”