תרנגול האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:אה, איך בין אויך א מחותן צום טיש, זינט איך דריי מיך שוין ארום מיט א קיאסערא קאדענץ א צוויי-דריי וואכן
מיך באדערט די XT9WORD פיעטשער פון די טעקסט, אפשר באלאנגט עס אין אן אנדערע אשכול?
מיין פריערדיגע טעלעפאן האט געהאט T9WORD, און אויב איך האב אמאל געשריבן א פרישע ווארט, האט ער דאס געדענקט אויף ווייטער אויך. די יעצטיגע, דארף איך באזונדער טייפן דעם פרישן ווארט ביי יעדע טעקסט וואס איך שיק, אדער קען איך דאס אריינלייגן אינעם דאטאבאזע ביי "מיינע ווערטער", א זאך וואס דויערט איבריגע צייט.
איינער מיט אן עצה?
איך בין זיך מצרף צו די שאלה. איינער מיט אן עצה?
קען זיין אז וואס איך שרייב איז א דבר ידוע או פשוט, אבער איך האב דאס היינט באמערקט. עס איז נאכאלץ נישט ווי אויף די אלטע טעלעפאנען, אבער דאך שנעלער (עכ"פ ווייניגער נערווירנד...) ווי דעם דרך הארוכה הנ"ל.
אנשטאט צו גיין יעדעס מאל צו "מיינע ווערטער", קענט איר סעלעקטן דעם ווארט (דורך select text) ביים עס שרייבן אינעם טעקסט/מעמא, ביים קליקן done וועט איר - אויסער copy און cut - אויך באקומען די אפציע add word.
אבער סעלעקטירט נאר דעם איינעם ווארט, א ספעיס, און אלעס וואס add word לאזט נישט דורך, וועט הרג'נען די זאך.