רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קומט אריין קלאר!
ביטע אפלאודען פראבלאמאטישע/ סעמי פראבלאמאטישע עד’ס און די עולם זאל רעיטן און קאמאנטירן און ששון ושמחה.......
באט חברה.... - מיט א שמייכל און זיך האלטן פאזיטיוו אפילו ווען מ’איז מוחה אויף אומאיידעלע עד’ס לטעמכם.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מ'קען כמעט אויף יעדע היינטיגע עד טרעפן זאכן וואס וואלט נישט געווען רוח חכמים נוחה הימנו 20 - 30 יאר צוריק.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ממה נפשך האט געשריבן:מ'קען כמעט אויף יעדע היינטיגע עד טרעפן זאכן וואס וואלט נישט געווען רוח חכמים נוחה הימנו 20 - 30 יאר צוריק.

נאר אויף יעדע עד?

אויף יעדע זאך היינט קען מען טרעפן... אויך אויף אייווועלט... גיי רעיט די גאנצע וועלט.

ס'גרעניצט זיך אביסל מיט רשעות צו נעמען דעזיינערס וואס ארבעטן שווער פאר זייער פרנסה, און אויספראקן זייער ארבעט ברבים אויב זיי האבן יא אדער נישט געמעגט מאכן אזא עד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

אגב פון די עד פעלט די עיקר ווערטער
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

און אגב דאגב, דער וואס האט ארויפגעברענגט די ערשטע פראבלעמאטישע עד, זעהט אויס צו זיין א קאמפעטישן גראפיקער... זעה נאר די צווייטע בילד (פון די רעטינגס) וואס ער האט אטטעטשד...

#עקל’דיג
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

4. עקלהאפטיג!!
אטעטשמענטס
page_70.jpg
page_70.jpg (105.47 KiB) געזען 2031 מאל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

צו די אלע וואס זענען מוחה אויף די מוחים: טאקע צו אייך רעדט מען דא...

די עדס זענען - איידל גערעדט - ארויס פון יעדע גדר. מען פראקט נישט דא אויס דעם 'גרעפיקער', מען רעדט וועגן דעם 'עד'.
די בילדער אויף די עדס, ווערטער אויף די עדס, משמעות פון די עדס, זענען פשוט נישט ראוי פאר א היימישע יוד צו זען.

---
איך רעיט דעם ערשטן עד דא אלץ נומבער 3
לעצט פארראכטן דורך פרישע קוגל אום דאנערשטאג יולי 01, 2021 8:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים וואלטן גענומען די טייערע צייט וואס זיי געבן אוועק פאר די אלע פארדאמונגען און מחאות אויף די אינטערנעט, און געשפענדט די צייט צו זיצן און פארברענגען מיט זייערע קינדערלעך, דערציילן מעשיות פון צדיקים, רעדן וועגן ערליכקייט און מדות טובות, וואלטן זיי פיל פיל מער אויפגעטון.

אנשטאט איז מען ביזי דורכקוקן די מאגאזינען מיט א פארגרעסערונג גלאז, טרעפן יעדע קלייניגקייט אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן, דאן פּאָסט מען עס אויף די אינטערנעט און מען שרייט פוי.

אודאי איז דא אמאל ווען אן עד רופט ארויס א ספעציעלע עקל, א שטייגער ווי באקאנטע נעשה ונשמע עד, אבער פון דא ביז נאכקוקן יעדע עד און טיילן צייכונגען, קומט, במחילת כבודכם, פון אסאך איבריג צייט און אן אומפארשטענדליכע רצון צו הייסן "הייליג". ס'איז אזא געשמאקע געפיל אזא, איך בין פון די עכטע אידן וואס פארשטייען נאך דעם פראבלעם...

ב"ה אז ביי מיר אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין, איך האב בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט ווי ליינען די קאלירפולע גארבעזש און אלס א סייד נאוט דארף איך נישט אזוי צעקאכט שרייען קעגן די פורצי גדר.
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

ugly
what's the idea of advertising sins
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מקץ האט געשריבן:ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים וואלטן גענומען די טייערע צייט וואס זיי געבן אוועק פאר די אלע פארדאמונגען און מחאות אויף די אינטערנעט, און געשפענדט די צייט צו זיצן און פארברענגען מיט זייערע קינדערלעך, דערציילן מעשיות פון צדיקים, רעדן וועגן ערליכקייט און מדות טובות, וואלטן זיי פיל פיל מער אויפגעטון.

אנשטאט איז מען ביזי דורכקוקן די מאגאזינען מיט א פארגרעסערונג גלאז, טרעפן יעדע קלייניגקייט אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן, דאן פּאָסט מען עס אויף די אינטערנעט און מען שרייט פוי.

אודאי איז דא אמאל ווען אן עד רופט ארויס א ספעציעלע עקל, א שטייגער ווי באקאנטע נעשה ונשמע עד, אבער פון דא ביז נאכקוקן יעדע עד און טיילן צייכונגען, קומט, במחילת כבודכם, פון אסאך איבריג צייט און אן אומפארשטענדליכע רצון צו הייסן "הייליג". ס'איז אזא געשמאקע געפיל אזא, איך בין פון די עכטע אידן וואס פארשטייען נאך דעם פראבלעם...

ב"ה אז ביי מיר אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין, איך האב בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט ווי ליינען די קאלירפולע גארבעזש און אלס א סייד נאוט דארף איך נישט אזוי צעקאכט שרייען קעגן די פורצי גדר.

און קורצע ווערטער: אויב בוסטו אזויווי מיר אז די נעמסט נישט אריין קיין צייטנגען ביסטו גוט, אויב אבער נעמסטו יא אריין צייטונגען מעג דארט ליגן אלעס.
פארוואס פארשטייט איר נישט אז ס'איז דא א מיטל וועג? דאס איז, יא אריינעמען צייטונגען אבער די עדס דארט זאלן זיין אויסגעהאלטן?
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

מקץ האט געשריבן:ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים וואלטן גענומען די טייערע צייט וואס זיי געבן אוועק פאר די אלע פארדאמונגען און מחאות אויף די אינטערנעט, און געשפענדט די צייט צו זיצן און פארברענגען מיט זייערע קינדערלעך, דערציילן מעשיות פון צדיקים, רעדן וועגן ערליכקייט און מדות טובות, וואלטן זיי פיל פיל מער אויפגעטון.

אנשטאט איז מען ביזי דורכקוקן די מאגאזינען מיט א פארגרעסערונג גלאז, טרעפן יעדע קלייניגקייט אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן, דאן פּאָסט מען עס אויף די אינטערנעט און מען שרייט פוי.

אודאי איז דא אמאל ווען אן עד רופט ארויס א ספעציעלע עקל, א שטייגער ווי באקאנטע נעשה ונשמע עד, אבער פון דא ביז נאכקוקן יעדע עד און טיילן צייכונגען, קומט, במחילת כבודכם, פון אסאך איבריג צייט און אן אומפארשטענדליכע רצון צו הייסן "הייליג". ס'איז אזא געשמאקע געפיל אזא, איך בין פון די עכטע אידן וואס פארשטייען נאך דעם פראבלעם...

ב"ה אז ביי מיר אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין, איך האב בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט ווי ליינען די קאלירפולע גארבעזש און אלס א סייד נאוט דארף איך נישט אזוי צעקאכט שרייען קעגן די פורצי גדר.

און אייער צייט צו מוחה זיין אויף די מוחים איז עפעס ראציג?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מקץ האט געשריבן:ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים וואלטן גענומען די טייערע צייט וואס זיי געבן אוועק פאר די אלע פארדאמונגען און מחאות אויף די אינטערנעט, און געשפענדט די צייט צו זיצן און פארברענגען מיט זייערע קינדערלעך, דערציילן מעשיות פון צדיקים, רעדן וועגן ערליכקייט און מדות טובות, וואלטן זיי פיל פיל מער אויפגעטון.

אנשטאט איז מען ביזי דורכקוקן די מאגאזינען מיט א פארגרעסערונג גלאז, טרעפן יעדע קלייניגקייט אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן, דאן פּאָסט מען עס אויף די אינטערנעט און מען שרייט פוי.

אודאי איז דא אמאל ווען אן עד רופט ארויס א ספעציעלע עקל, א שטייגער ווי באקאנטע נעשה ונשמע עד, אבער פון דא ביז נאכקוקן יעדע עד און טיילן צייכונגען, קומט, במחילת כבודכם, פון אסאך איבריג צייט און אן אומפארשטענדליכע רצון צו הייסן "הייליג". ס'איז אזא געשמאקע געפיל אזא, איך בין פון די עכטע אידן וואס פארשטייען נאך דעם פראבלעם...

ב"ה אז ביי מיר אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין, איך האב בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט ווי ליינען די קאלירפולע גארבעזש און אלס א סייד נאוט דארף איך נישט אזוי צעקאכט שרייען קעגן די פורצי גדר.

אינטרעסאנט טאקע וואס איך און דו זוכן דא אויף אייוועלט.....
האסט א פראבלעם מיט אידן וואס עקל’ען זיך נאך פון פארגרעבטקייט??
ביי דיר הייסט א געשמאקע פארברענג ווינקל ווי אידן שמועס’ן זיך אדורך עניינים העומדים על הפרק - א רצון צו הייסן ”הייליג”??
איי עם סאררי!
גיי פליז פארציילן סיפורי צדיקים פאר דיינע קינדער.....

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:

ווען עס טוהט וויי- שרייט מען!
און ביי אסאך אידן איז די זיך אויסשמועסן דא אויף אייוועלט א וועג צו ארויס געבן הרגשים און אזוי אויך זיך אדורך שמועסן און אפי’ זיך טענה’ן בלהב אש און דאס אלעס אויף אן אנאנאמישער אופן
עפעס קוועטשט זיי? - מ’רעדט זיך אויס דא אויף אייוועלט.
דא פילט זיך א יעדער געשמאק און פריי זיך ארויס ברענגען קלאר און שארף אויף אן ערליכן אופן
אויב מיינסטו אז די עולם איז דא פאר מחאות- האט איר א גרויסע טעות
די אלע מוחים שטייען ביים אריינגאנג צו עיר ואם בישראל וויליאמסבורג תובב”א
דא אויף אייוועלט פארברענגט מען און מען האט הנאה פון יעדע מינוט אפילו ווען עס פליהט פעך און שוועבל און אויך ווען איינער רופט זיך אן פעך.
זיי געבענטשט מיין פריינד אהובי ידידי.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים וואלטן גענומען די טייערע צייט וואס זיי געבן אוועק פאר די אלע פארדאמונגען און מחאות אויף די אינטערנעט, און געשפענדט די צייט צו זיצן און פארברענגען מיט זייערע קינדערלעך, דערציילן מעשיות פון צדיקים, רעדן וועגן ערליכקייט און מדות טובות, וואלטן זיי פיל פיל מער אויפגעטון.

אנשטאט איז מען ביזי דורכקוקן די מאגאזינען מיט א פארגרעסערונג גלאז, טרעפן יעדע קלייניגקייט אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן, דאן פּאָסט מען עס אויף די אינטערנעט און מען שרייט פוי.

אודאי איז דא אמאל ווען אן עד רופט ארויס א ספעציעלע עקל, א שטייגער ווי באקאנטע נעשה ונשמע עד, אבער פון דא ביז נאכקוקן יעדע עד און טיילן צייכונגען, קומט, במחילת כבודכם, פון אסאך איבריג צייט און אן אומפארשטענדליכע רצון צו הייסן "הייליג". ס'איז אזא געשמאקע געפיל אזא, איך בין פון די עכטע אידן וואס פארשטייען נאך דעם פראבלעם...

ב"ה אז ביי מיר אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין, איך האב בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט ווי ליינען די קאלירפולע גארבעזש און אלס א סייד נאוט דארף איך נישט אזוי צעקאכט שרייען קעגן די פורצי גדר.

אינטרעסאנט טאקע וואס איך און דו זוכן דא אויף אייוועלט.....
האסט א פראבלעם מיט אידן וואס עקל’ען זיך נאך פון פארגרעבטקייט??
ביי דיר הייסט א געשמאקע פארברענג ווינקל ווי אידן שמועס’ן זיך אדורך עניינים העומדים על הפרק - א רצון צו הייסן ”הייליג”??
איי עם סאררי!
גיי פליז פארציילן סיפורי צדיקים פאר דיינע קינדער.....

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין עוד מלבדו
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

Dim האט געשריבן:און אגב דאגב, דער וואס האט ארויפגעברענגט די ערשטע פראבלעמאטישע עד, זעהט אויס צו זיין א קאמפעטישן גראפיקער... זעה נאר די צווייטע בילד (פון די רעטינגס) וואס ער האט אטטעטשד...

#עקל’דיג

וואס איס עקל’דיג?
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

מקץ האט געשריבן:ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים וואלטן גענומען די טייערע צייט וואס זיי געבן אוועק פאר די אלע פארדאמונגען און מחאות אויף די אינטערנעט, און געשפענדט די צייט צו זיצן און פארברענגען מיט זייערע קינדערלעך, דערציילן מעשיות פון צדיקים, רעדן וועגן ערליכקייט און מדות טובות, וואלטן זיי פיל פיל מער אויפגעטון.

אנשטאט איז מען ביזי דורכקוקן די מאגאזינען מיט א פארגרעסערונג גלאז, טרעפן יעדע קלייניגקייט אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן, דאן פּאָסט מען עס אויף די אינטערנעט און מען שרייט פוי.

אודאי איז דא אמאל ווען אן עד רופט ארויס א ספעציעלע עקל, א שטייגער ווי באקאנטע נעשה ונשמע עד, אבער פון דא ביז נאכקוקן יעדע עד און טיילן צייכונגען, קומט, במחילת כבודכם, פון אסאך איבריג צייט און אן אומפארשטענדליכע רצון צו הייסן "הייליג". ס'איז אזא געשמאקע געפיל אזא, איך בין פון די עכטע אידן וואס פארשטייען נאך דעם פראבלעם...

ב"ה אז ביי מיר אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין, איך האב בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט ווי ליינען די קאלירפולע גארבעזש און אלס א סייד נאוט דארף איך נישט אזוי צעקאכט שרייען קעגן די פורצי גדר.

מען דארף זיין פארנומען מיט עשה טוב אבער שטיין על המשמר אויכעט.
איינער פון די איינוואינער אין סורפסייד פלארידע האט לעצטנס איבערגעבויעט זיין אפארמענט פאר אסאך געלט, אבער די יסודות פונעם בנין איז געווען געשפאלטן און אלעס איז אוועק מיטן רויעך.
דא שרייען אידן אז מען דארף שטיין על המשמר אז די יסודות פון אונזערע קינדער זאלן זיך נישט שפאלטן, דארף מען זיי צוהעלפן, אז א עד אדער מאגאזין איז נישט געאייגנט זאל עס ווערן אויסגעשמועסט, אן קיין נעמען נאר די נושא.

בדרך אגב איז בעסער ארויסצושרייבן פארוואס א זאך איז נישט אויסגעהאלטן אדער עקלדיג, און נישט סתם פעך.
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

גליטשעדיג האט געשריבן:
בדרך אגב איז בעסער ארויסצושרייבן פארוואס א זאך איז נישט אויסגעהאלטן אדער עקלדיג, און נישט סתם פעך.

ס'הערט זיך מער הייליג ווען מען שרייט פעך. עקלדיג. אז מ'הייבט אן מסביר זיין ווייסט עס אז מ'איז שוין צו שטארק פארגרעבט אז מ'כאפט שוין אפילו נישט די פראבלעם, דאס דארף מען נישט מסביר זיין.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
Dim האט געשריבן:און אגב דאגב, דער וואס האט ארויפגעברענגט די ערשטע פראבלעמאטישע עד, זעהט אויס צו זיין א קאמפעטישן גראפיקער... זעה נאר די צווייטע בילד (פון די רעטינגס) וואס ער האט אטטעטשד...

#עקל’דיג

וואס איס עקל’דיג?

צו זעהן אזוי אפן יענעם'ס אזשענדע דא.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אויף יעדע זאך היינט קען מען טרעפן... אויך אויף אייווועלט..

נאופ!
אייוועלט איז אמאל געווען מער צוגעלאזן ווי היינט, היינט צו טאגס זענען זיי אסאך הייליגער....
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

מקץ האט געשריבן:ווען די אלע פלאמפייערדיגע הייליגע מוחים...

א גוטער מארקעטינג פאונט, אז יעדער וואס עקלט זיך פון צודרייטע ביליגע עדס איז א "הייליגער"...
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:קומט אריין קלאר!
ביטע אפלאודען פראבלאמאטישע/ סעמי פראבלאמאטישע עד’ס און די עולם זאל רעיטן און קאמאנטירן און ששון ושמחה.......
באט חברה.... - מיט א שמייכל און זיך האלטן פאזיטיוו אפילו ווען מ’איז מוחה אויף אומאיידעלע עד’ס לטעמכם.

נעמט ביטע אראפ דעם 'אידישקייט' גליון פונעם קעפל, ס'זאל נישט שמעקן פון קיין אגענדע.
פשוט אויסצושמועסן די פראבלעמאטישע עדס פאר זיי ווערן נארמאל און מיר זענען פראבלעמאטיש פארן עס נישט גלייכן.
און פאר די מוחה אויף די מוחים: אט דאס איז די כוונה דא, צו האלטן די קינדער'ס קעפ ריין, אז זיי זאלן נאך האבן דאס מינדעסטע אינטערעסע אין דיינע סיפורי צדיקים.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אור מופלא האט געשריבן:און פאר די מוחה אויף די מוחים: אט דאס איז די כוונה דא, צו האלטן די קינדער'ס קעפ ריין, אז זיי זאלן נאך האבן דאס מינדעסטע אינטערעסע אין דיינע סיפורי צדיקים.

אויף דעם איז דא אן עצה, צו טון וואס איך טו, און נישט קויפן קיין שום מאגאזינען אדער צייטונגען. איך קויף וועכנטליך די גליונות קונטרס וואס איז ריין פון עדס...

סתם אראפרייסן ספעציפישע עדס קומט נישט פון צדקות. ס'איז א תאוה ווי אלע תאוות...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:מ'קען כמעט אויף יעדע היינטיגע עד טרעפן זאכן וואס וואלט נישט געווען רוח חכמים נוחה הימנו 20 - 30 יאר צוריק.

נאר אויף יעדע עד?

אויף יעדע זאך היינט קען מען טרעפן... אויך אויף אייווועלט... גיי רעיט די גאנצע וועלט.

ס'גרעניצט זיך אביסל מיט רשעות צו נעמען דעזיינערס וואס ארבעטן שווער פאר זייער פרנסה, און אויספראקן זייער ארבעט ברבים אויב זיי האבן יא אדער נישט געמעגט מאכן אזא עד.

גא"מ.
מען מעג און מען דארף מעורר זיין דעם עולם איבער אלע עדס. אבער צו נוצן אייוועלט פאר א פלאטפארם צו פערזענליך אויספראקען אלע עדס איז לשון הרע ממש. נישט איעדער קען אדער מעג מעורר זיין. עס דארף זיין על פי תורה וברוח חכמים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אור מופלא האט געשריבן:און פאר די מוחה אויף די מוחים: אט דאס איז די כוונה דא, צו האלטן די קינדער'ס קעפ ריין, אז זיי זאלן נאך האבן דאס מינדעסטע אינטערעסע אין דיינע סיפורי צדיקים.

אויף דעם איז דא אן עצה, צו טון וואס איך טו, און נישט קויפן קיין שום מאגאזינען אדער צייטונגען. איך קויף וועכנטליך די גליונות קונטרס וואס איז ריין פון עדס...

סתם אראפרייסן ספעציפישע עדס קומט נישט פון צדקות. ס'איז א תאוה ווי אלע תאוות...

צו ס'איז צדקות אדער תאוות ווייסעך נישט, אלקים יראה ללבב, ולא כל הלבבות שוות

אבער ביודעי ובמכירי, אז ס'העלפט! אויב יפי נפש פראבירן צו מאכן א שווייג, וועט עס מער אריינדרינגען טיעפער און טיעפער [אפשר אפילו אין דיינע גליונות אויך]. אויב מ'ברענגט ארויס דאס אפשיי, העלפט עס.

לאמיר דיר פארציילן א מעשה. אפאר יאר צוריק איז די פרוי פון פרעזידענט רעיגען געשטארבן. איינער פון די טעגליכע גליונות אין די שוהלן, האט עס באריכטעט אין די קורצע נייעסלעך: פרוי רעיגען געשטארבן ביי 92 יאר. אן אנדערע האט עס געהאט אין די געהעריגע נייעס מיטן קעפל: נענסי רעיגען געשטארבן. נאכפאלגענדיג מיט א לאנגע ארטיקל איבער איהר. סהדי במרומים אז צווישן די זאכן איז געשטאנען, אז פרעזידענט רעיגען האט איר געהייראט נאך וואס זיי האבן זיך געטראפן אין א איך-געדענק-נישט-פונקט. צום שלוס האבן זיי געשריבן: ס'איז וועלטס באקאנט וואס פרעזידענט רעיגען האט איר געזאגט נאכן געשאסן ווערן: 'זיסקייט, כ'האב מיר פארגעסן צו אראפבייגן'.
איך בין נישט קיין צדיק, אבער ס'האט מיר שטארק גע'ארט אז דאס ווערט די נייע נארמע, און כ'האב עס געוויזן פאר מיין דיין שליט"א, וועלכע האט מיר געזאגט צו גיין אהן זיי אהנרופן אין זיין נאמען. כ'האב אזוי געטוהן, די בעה"ב האט כמעט גע'חלש'ט, און האט מיר צוגעזאגט אז ס'געשעהט נישט מער, אויב יא פליעט די שרייבער, און אז איך זאל עס איבערקוקן יעדן טאג און איהם רופן אויב עפעס איז נישט גוט וכו'.

אבער, ניין לאז אפ די 'תאוות' און גיי קויף קונטריסים, ועולם כמנהגו יתנהג ושוטים יקלקלו. ביטע.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואו קומט די מעשה אהער??

אויב זעסטו אן עד וואס טויג נישט, זיי מוחל און ווייז עס פארן דיין שליט"א אדער רוף אן די קאמפעני דירעקט...

וואס האט אראפרייסן ספעציפישע עדס אויף אייוועלט מיט יענע מעשה??!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”