רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
זייער שיין געשריבן סיזמע!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
סיז מסודר האט געשריבן:Bissli האט געשריבן:דו האסט נישט די שטארקייט נישט אהיימצוברענגען די לינק ווייל עס גייט דיר שפארן אפאר דאלער ביי א סעיל דאן וואס ווילסטו פונעם מארקעטער? ער מאכט דאך אויך געלט דערפון.
און זיכער אז פאנינאוס עד דארף פארשריגן ווערן, אבער איינער וואס מיינט עס אמת’דיג ווייסט אז אויף יעדע עד איז דא אינדערזייט א נאמען און נאמבער און מ’קען אנרופן קאמפלעינען.
און שוואכע הכשירים ליגן און אלע היימישע געשעפטן און עס רייצט אן, פארוואס קויפסטו עס נישט אויב איז עס ביליגער און אינטערעסאנט? און פארוואס האסטו נישט מורא אז דיין קינד גייט גלוסטן דערצו?
ווייל ביי דעם האסטו די שטארקייט און דו דארפסט עס נישט גייין באשרייען צו בארואיגן דיין גילטי פילונג.
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
איך וואוין אין א אידישע סביבה ווייל איך וויל מיינע קינדער זאלן זעהן ארום זיך ערליכקייט און אידישקייט. איך וויל נישט זיי זאלן הערן און ליינען פארגרעבטקייט וואס איך איז א סתירה מיט אהבת תורה ויראת שמים, און איך האף אז מיטן וואוינען צווישן אידן וואס צילן צו די זעלבע זאלן זיי נאר דאס אויפפיקן.
ווען קינדער (און אפילו ערוואקסענע) זעען בילדער וואס צילט פאר מגושם'קייט, גייט עס אריין אין מח. די ערשטע מאל טראכט מען נאך פעך, און די צווייטע מאל שטערט עס שוין נישט אזוי שטארק, און די צענטע מאל פרעגט מען שוין וואס איז ראנג מיט די עד.
אפילו איך זאל נישט אהיימנעמען קיין איין אדווערטייזמענט אויסגאבע, גייען זיי זעהן פילע פון די עדס, אדער מיטן נעמען א אויסגאבע וואס ליגט ביים גראסערי, אדער אפילו עס זעהן אין ריזיג אויפן גראסערי טראק. אין אנדערע ווערטער די טענה 'נעם עס נישט אריין' איז נישט די עצה אז זיי זאלן עס נישט זעהן.
אנצורופן א גרעפיקער קאמפלעינען איז א גוטע און אפשר וויכטיגע זאך. סאיז אבער דא צוויי נקודות דא. 1) כבין א מענטש צווישן מענטשן, און איך שעם מיך, כוויל נישט ער זאל מארגן זאגן פאר זיין שותף מיט א געלעכטער אז סיזמע האט אים געקאלט קריטיקטרן. כדארף ווען זיין שטערקער? קען זיין, כדארף טאקע ארבעטן אויף מיר. 2)ווען איינער באקומט אזא קאל האט עס טאקע א השפעה, אבער גענוג מאל לאכט מען זיך אויס ווען איינער זאגט עפעס. משא"כ ווען די גאס רודערט אז סווערט לעצטנס געפערליך, מאכט עס מער אויס, קיינער וויל נישט די גאס זאל טייטלען אז ער איז דער וואס ציט איבער די שטריקל.
וועגן הכשרים: די גמרא זאגט אז אויף טריפה מעג מען זאגן איך גלייך עס אבער די תורה לאזט נישט, אויף עריות טאר מען עס נישט זאגן וויל סאיז מושך ממילא דארף מען שטיין ווייט דערפון. כזאג נישט אז עדס איז עריות, כברענג עס נאר פאר די געדאנק דערפון. א זאך וואס טוישט די מהלך המחשבה פון א מענטש איז נישט שייך צו זאגן 'לערן דיך אויס אז דאס איז נישט פאר דיר'. יעדע טאטע איז גענוג שטארק צו זאגן פאר א קינד "שעפעלע דאס איז נישט אונזער הכשר" און יעדע קינד ווייסט צו זאגן דאס עס מיר אונז יא און דאס נישט. א עד וואס ברענגט אריין פארגרעבטקייט קריכט אריין אין מח. כקען נישט זאגן "שעפעלע אויב דער עד האט א פיקטשער ווי די אייז קריעם צולאזט זיך, קוק נישט אויף עס" סארבעט נישט אזוי, און סאיז אזויווי איך האב פריער געשריבן, קודם זעהט מען נאך די גרויל דערפון און מיט די צייט געוויינט מען זיך צו דערצו.
גאר שטארק כבוד הרב סיזמע!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
סיז מסודר האט געשריבן:
גענאגלט!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
א ת"ח שיקט מיר אריין אין אישי דעם לשון הרמב"ם אין שמונה פרקים ווי מען זעהט קלאר אז די גמרא (עס איז באמת א תורת כהנים) וואס מען האט דערמאנט באציט זיך יא אויף עריות, נאר נישט אויף רציחה וכדו', אזוי ווי כ'האב געשריבן
שהרעות אשר הן אצל הפילוסופים רעות הן אשר אמרו שמי שלא יתאוה אליהם יותר חשוב ממי שיתאוה אליהם ויכבוש את יצרו מהן, הם הענינים המפורסמים אצל כל בני אדם שהן רעות, כשפיכות דמים, וגזילה, וגניבה, ואונאה, ולהזיק למי שלא הרע לו, ולגמול רע למיטב לו, ולבזות האב והאם, וכיוצא באלו,
והם המצות אשר אמרו בהם חכמים דברים שאלמלא לא נכתבו ראוים היו לכתבן, ויקראו אותם קצת חכמינו האחרונים אשר חלו חלי המדברים המצות השכליות, ואין ספק שהנפש אשר תכסוף לדבר מהם ותשתוקק אליו שהיא חסרה, ושהנפש החשובה לא תתאוה לדבר מאלו הרעות כלל ולא תצטער בהמנעה מהם,
אבל הדברים שאמרו (עליהם) החכמים שהכובש יצרו מהם יותר חשוב וגמולו יותר גדול, הם התורות השמעיות, וזה אמת שאלמלא התורה לא היו רעות כלל, ומפני זה אמרו שצריך האדם שיניח נפשו אוהבת אותם ולא יביא לו מונע מהם אלא התורה,
ובחן חכמתם ע"ה ובמה המשילו, שהם לא אמרו אל יאמר אדם אי אפשי להרוג את הנפש, אי אפשי לגנוב, אי אפשי לכזב, אלא אפשי ומה אעשה (ואבי שבשמים גזר עלי), אבל הביאו דברים שמעיים כולם, בשר בחלב, ולבישת שעטנז, ועריות,
און דאס איז אויך א מפורש'ע ספרא און תורת כהנים:
ר' אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי"

אין גליון בנאות דשא פון הגר"ש אלתר פרשת אח"ק און די וואכן נאכדעם, איז געווען א שמועס איבער דעם.
אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו?!
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
ממוצע האט געשריבן:זאלסט מיר זייער מוחל זיין, איך הייב נישט אן צו כאפן וואס דו זאגסט....
סיז מסודר האט געשריבן:על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.....
זייער גוט ארויסגעברענגט.
און איך וויל צולייגן, אז איינער פון די גדולים האט זיך אמאל אויסגעדרוקט איבער ראיות אסורות: איין קוק ווי מען דארף נישט, איז טויזענט בלאט גמרא פארפאטשקעט. און אזוי אויך זאגט די מסילת ישרים: ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות.
און דא איז אויך אזוי, אז די קינדער זעהן די פראסטקייט, קומט נישט אריין שטארקייט. זיי האבן שוין געזען און עס איז שוין אין זייער מוחות. און עס אינגאנצען נישט קיין דמיון צו הכשרים.
- אייגנארטיג
- שר האלף
- תגובות: 1200
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
פארוואס איז נישט דא קיין גליון ב'
- פארפלאנטערט
- שר האלפיים
- תגובות: 2469
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm
- א קליינע וועלט!
- שר חמש מאות
- תגובות: 509
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm
Re: רעייטינג’ס אויף די וועכנטליכע עד’ס - לאור די גיליון ”אידישקייט” ערשיינונג
טייערע חבר.
ביטע "סטאפ" צו ברעכן נעגעטיוועטי אויף דיין סעסייעטו, יעדע מוחאה קען ארויסגעברענגט ווערן מיט די פילסטע קאלירן אפילו דו ווערסט נישט רויט פון שרייען,
stay positive, ס'איז זייער געשמאק צו ליינען דיין תגובה, האסט א פוינט, ס'איז קיוט און אינטערעסאנט.. ביטע פא'הרג'ע עס נישט מיט נעגעיטיוועטי... קיינער האט עס נישט ליב
ובזה אני מסיום. enjoy life!