דער גראפיק פארום עקזיסטירט שוין ב"ה פאר העכער 10 יאר אויף דעם הערליכן ווינקל, און איך מיין אז מ'קען זאגן אז כמעט סיי וועלכע הילף וואס א היימישער גראפיקער דארף קען מען טרעפן דא אויפ'ן פארום, פילע האבן שוין געטראפן פרנסה און ארבעט דערפון, און בכלל געטראפן אסאך גוטע הילף דערפון.
אלזא טייערע פריינט, גראפיקער, לעיאוטער, אויסשטעלער, פאטאשאפער, אינדעזיינער, און ווייטער.
זייט וויסן, אז בעזרת השם איז דער שרייבער פון די שורות געווען פון די איניציאטארן צו עפענען אטא דעם פארום, און אסאך צוגעגעבן אין די בראשית יארן אויפצובויען די אשכולות.
אצינד וויל איך בעטן הילף פון אייך, נישט פאר מיר, און נישט פאר מיין ביזנעס... נאר פאר א ברודער אין אייוועלט וועלכער דארף אונזער הילף.
אויב האט איר נאכנישט געהערט - וואס איך גלייב זיכער אז יא - רעדט מען פון א יונגערמאן וועלכער האט נישט קיין דרך הטבע'דיגע מעגליכקייט צו האבן קינדער, און אצינד האבן חברי אייוועלט זיך צוזאמגענומען צו מנדב זיין א מקוה לכותו, וואס פילע אידן האבן שוין געזעהן ישועות חוץ לדרך הטבע דערפון.
אלזא, ס'וועט זיין א כבוד פאר מיר אז איר וועט זיך משתתף זיין ביים קאמפיין אויף מיין בלאט, אלס טאקען פון הכרת הטוב פאר אייוועלט און פאר די ספעציעל געשמאקע גראפיק פארום.
גיבט א קליק און א שיינע נתינה
https://www.charidy.com/cmp/ivelt/sb
שפירט פריי צוצושרייבן אז איר גיבט עס לכבוד'ן גראפיק פארום.
געדענקט, יעדע נתינה גרויס אדער קליין איז ווילקאמען!
און ווער ווייסט, אפשר עט מען נאך זוכה זיין צוריק צו זיין היער און ווייטער שפינען דעם הערליכן פארום!
ידידכם עוז, שמערי הלוי
האט איר הנאה פון דעם גראפיק פארום?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
Re: האט איר הנאה פון דעם גראפיק פארום?
שמערל: דו קענסט נישט אפלאזן דיינע פינגער אפדריקן און אפיאפעצן פון דא, זייטשע מוחל און בלייבט מיט אונז... ס׳צייט פאר א גראפיק פארמעסט...
#מעיק די גראפיק פארם גרעיט עגעין
#מעיק די גראפיק פארם גרעיט עגעין
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: האט איר הנאה פון דעם גראפיק פארום?
שמערי בערי האט געשריבן:און ווער ווייסט, אפשר עט מען נאך זוכה זיין צוריק צו זיין היער און ווייטער שפינען דעם הערליכן פארום!
מי יתן והי'
Re: האט איר הנאה פון דעם גראפיק פארום?
לעקיש האט געשריבן:שמערל: דו קענסט נישט אפלאזן דיינע פינגער אפדריקן און אפיאפעצן פון דא, זייטשע מוחל און בלייבט מיט אונז... ס׳צייט פאר א גראפיק פארמעסט...
#מעיק די גראפיק פארם גרעיט עגעין
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
Re: האט איר הנאה פון דעם גראפיק פארום?
ער זאגט אז ער וועט גלייבן אז די עולם וויל ער זאל אויפלעבן דעם פארום, אז ער וועט זען פארלאנגן אין די קאמענטס דא
רעוואלטאלתי יותר מדי...
- עפעס א מענטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2747
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: עפעס א פלאץ