יצחק אייזיק האט געשריבן:פאר רוב היינטיגע קינדער איז די גרעסטע הכנה צום בר מצוה אלע זייטיגע שטותים, זאַל, רעקל, הוט, פאטאגראפער וכו'. רוב קינדער זענען ליידער קאלט צום מציאות פון מקבל זיין דעם יצר טוב. אז שוין יא אזוי, זאל שוין כאטש זיין צום תפילין בייטל ווי איידער צום סוט.
ליידער זענען די טאטעס נישט צופיל בעסער היינט. אויב דער טאטע גרייט זיך צום פסח מיט א נייע בעקיטשע און אויף סוכות מיט אן איבערגעפוצטע שטריימל, איז א תפילין בייטל שוין אפי' בעסער. מ'דארף אנהייבן אריינברענגען א ווארימקייט צו א מצוה אין די קינדער/בחורים און טאטעס בכלליות, וועלן זיי אליין פארשטיין וויאזוי א הכנה צום בר מצוה דארף אויסקוקן.
מיטן האקן אויף א ספעציפישן פראבלעם וועלן זיי נאר וויסן אז די מפואר עדס זעמען פראבלאמאטיש, נישט אז אונזער דור דארף מער ווארימקייט צו אידישקייט. מ'דארף מאכן אן אויסגאבע צו ברענגען מער ווארימקייט צו אידישקייט, מצוות, ימים טובים, ווי איידער אן אויסגאבע צו האקן אויף עדס.
אבער דאס נוצן א סעלעברעטי איז טאקע גויאיש. איך האב פריער נישט געוואוסט אז דאס איז א בילד פון א אינגל.
אבער ביז היינט האט מען כאטש געוואוסט אז ס'איז דא שטויות זמני, די זאל, די רעקל, די הוט
(שוין בר מצוה געמאכט עטליכע קינדער נישט געוואוסט אז פאטאגראפער איז אויך א נושא צום טיש, שוין, איך בין א מאנדרויער), און נאכדעם איז דא א חלק הרוחני, קבלת עול המצות, תפילין
קומט מ'פויער און מאכט דעם רוחני אויך פאר א גשם
דערציילט מיר א איד די וואך ער איז געווען אין א ספרים סטאר ווי מ'האט אריינגעברענגט א שיפמענט פון תפילין בייטלעך וואס קומט פון אפריקא, געמאכט פון הויט פון א זיברע, און ס'קוקט אויס ממש ווי די קאליר ווי א זיברע, נישט אומזיסט האבן חז"ל געזאגט מן המותר שבפיך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.