גליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

טישטוך האט געשריבן:
עכט האט געשריבן:א נייע ערשיינונג.
חסידישע קאמפעניס מאכן פראפעשאנעל מארקעטינג קליפס מיט גויטע'ס.
פארוואס?

פאר אסאך געלט. (איך בארעכטיג עס נישט, אבער דו פרעגסט פארוואס...)

סאו סלוינט זיך? (ע״ע סייד עפעקטס..)
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

עכט האט געשריבן:א נייע ערשיינונג.
חסידישע קאמפעניס מאכן פראפעשאנעל מארקעטינג קליפס מיט גויטע'ס.
פארוואס?

נישט קיין נייע זאך, און ווארשיינליך מאכן זיי נישט די קליפּס פארן היימישן עולם אודיענץ. רוב מאל איז דאס דעם קליענט׳ס פרעפרענץ ווען מען מארקעט פאר נישט אידישע אודיענץ. פון די אייגענע ערפארונג. (ביטע נישט אישי׳ן דערוועגן)
עכט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:01 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט »

ממש אזוי האט געשריבן:
עכט האט געשריבן:א נייע ערשיינונג.
חסידישע קאמפעניס מאכן פראפעשאנעל מארקעטינג קליפס מיט גויטע'ס.
פארוואס?

נישט קיין נייע זאך, און ווארשיינליך מאכן זיי נישט די קליפּס פארן היימישן עולם אודיענץ. רוב מאל איז דאס דעם קליענט׳ס פרעפרענץ ווען מען מארקעט פאר נישט אידישע אודיענץ. פון די אייגענע ערפארונג. (ביטע נישט אישי׳ן דערוועגן)

אבער פארוואס אדווערטייזט מען עס ביי חסידישע עולם אויך?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

עכט האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
עכט האט געשריבן:א נייע ערשיינונג.
חסידישע קאמפעניס מאכן פראפעשאנעל מארקעטינג קליפס מיט גויטע'ס.
פארוואס?

נישט קיין נייע זאך, און ווארשיינליך מאכן זיי נישט די קליפּס פארן היימישן עולם אודיענץ. רוב מאל איז דאס דעם קליענט׳ס פרעפרענץ ווען מען מארקעט פאר נישט אידישע אודיענץ. פון די אייגענע ערפארונג. (ביטע נישט אישי׳ן דערוועגן)

אבער פארוואס אדווערטייזט מען עס ביי חסידישע עולם אויך?

ווי זעסטו עס? איך זעה עס ב"ה נישט.

זעהט אויס אז זיי אדווערטייזן עס נאר אויף אזעלכע פלעצער ווי מקען זעהן נאך ראיות אסורות ממילא שפירן זיי אז דאס וועט קיינעם נישט שטערן צו זעהן
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

סיז מסודר האט געשריבן:
עכט האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
עכט האט געשריבן:א נייע ערשיינונג.
חסידישע קאמפעניס מאכן פראפעשאנעל מארקעטינג קליפס מיט גויטע'ס.
פארוואס?

נישט קיין נייע זאך, און ווארשיינליך מאכן זיי נישט די קליפּס פארן היימישן עולם אודיענץ. רוב מאל איז דאס דעם קליענט׳ס פרעפרענץ ווען מען מארקעט פאר נישט אידישע אודיענץ. פון די אייגענע ערפארונג. (ביטע נישט אישי׳ן דערוועגן)

אבער פארוואס אדווערטייזט מען עס ביי חסידישע עולם אויך?

ווי זעסטו עס? איך זעה עס ב"ה נישט.

זעהט אויס אז זיי אדווערטייזן עס נאר אויף אזעלכע פלעצער ווי מקען זעהן נאך ראיות אסורות ממילא שפירן זיי אז דאס וועט קיינעם נישט שטערן צו זעהן

;l;p-
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך וויל הערן די היתר וואס עטליכע ״היימישע״ ארגענעזאציעס האבן לעצטענס ארויסגעשטעלט ווידיוס מיט שירת/ וריקוד נשים אויף א פובליק פארנעם ?!

היימיש מיין איך אז איינס פון די ארגענעזאציעס געהערט צו איינער פון די סאמע חסידיש׳סטע קרייזן אין ניו יורק

מען קען אנהייבן מתווכח זיין אין יעדער נקודה אבער ביטע האלט די קאפ גראד אין פארשטייט אז די ירידות הדורות פארט מיט א אבנארמאלע שנעלקייט לעצטענס
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

וואס עפעס? האט געשריבן:איך וויל הערן די היתר וואס עטליכע ״היימישע״ ארגענעזאציעס האבן לעצטענס ארויסגעשטעלט ווידיוס מיט שירת/ וריקוד נשים אויף א פובליק פארנעם ?!

היימיש מיין איך אז איינס פון די ארגענעזאציעס געהערט צו איינער פון די סאמע חסידיש׳סטע קרייזן אין ניו יורק

מען קען אנהייבן מתווכח זיין אין יעדער נקודה אבער ביטע האלט די קאפ גראד אין פארשטייט אז די ירידות הדורות פארט מיט א אבנארמאלע שנעלקייט לעצטענס

איך ווייס נישט איבער וואסערע ווידא און ארגעניזאציע דו רעדסט, אבער אייביג איז די שאלה וועלכע אודיענץ אדרעסירט מען.

אויב איינער מאכט אן עד אדער ווידיא געצילט פאר די היימישע אידן (ווי שוין דא אין די אשכול מיט רעכט אויסגערעכנט) וואס אנטהאלט צי עקלהאפטיגע מגושם׳דיגע בילדער אדער פראַזן איז דאס עפעס וואס איז ווערט א מחאה. אבער אויב מען צילט בכלל נישט קיין היימישע אידן אדער בכלל נישט קיין אידן דאן איז דער פראבלעם מיט דיר און נישט מיטן עד/ווידעא. זעלבסט פארשטענדליך רעד איך נישט פון שמוץ און טינופת וואס טאר א איד נישט ארויסגעבן אפּגעזען פאר וועלכן אודיענץ אדער קליענט. מען רעדט פון זאכן וואס ביי אן ערליכן איד איז דאס טריפה אבער פארן גוי איז דאס נארמאל. ואין כאן המקום להאריך יותר.

נ.ב. איך בין נישט קלאר אינגאנצן פארוואס די קצף איז אויף די מארקעטינג פירמעס בלויז און נישט אויף די קאמפאניע וואס ווערט געמארקעט זעלבסט; זיי האבן דאך דאס באשטעלט און אפּראווד, ועוד די אויסגאבעס און פלאטפארמעס וואס נעמען אן די סארט עדס.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

If you have a smartphone than I think it's better you should see any yiddisha ad than the goyisha news no deference in the Tuchen
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דער קליפ דארט איז א שטיק גשם פעך!!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

און דער קליפ איז פשוט ליצנות פון מצוות סוכה

אבער חלילה מען טאר נישט זאגן, ווייל מען וויל נאר קרעטעקירן

משוגעים וואס עטס זענץ, בויען א סוכה און שוויצן וויפיל קדושה דאס פארמאגט, וויפיל טהרה דאס ברענגט אויפן מענטש, וויפיל דערהויבט דאס די נשמה פונעם איד, איך רעדט שוין נישט די קינדער העלפן ארויס, און קוקן זיך צו, ווי אזוי מען גרייט זיך צו בויען א סוכה.

אבער אזא זלזול, פעך פעך פעך

איך ווייס אז דער וואס פארשטייט מיר נישט, וועט נישט פארשטיין מיין אויסברוך

אבער אז ס'טוט וויי שרייט מען.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
pop
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

מה בכך האט געשריבן:רעבויסעם, לא איש האשכולות אני, באט וואס זאלעך טוהן כהאב געהאט איבריג צייט היינט, אשר על כן שטעלעך עס אריין דא, על אף סקומט נישט ממש אריין אבער סאיז מעין דמעין פון די נושא, און אויב איינער פילט פאר וויכטיג צי ערענסט ממשיך זיין דערין זאלעס אריינציען און א פרישע אשכול, איך האבעס ארויסגעשטעלט אלס חומר לפאנטאזיע, וכל הרוצה לחלוק יחלוק.

א מעשה מיט כריין
"דוב'עלע, גיי זיי-מוחל צו די גראסערי קויפן שארפע כריין" האט די מאמע למשפחת דאנציגער באפוילן פאר איר כמעט-צען יאריגע תכשיט'ל, בשעת'ן דינסטן צוויבל לכבוד יום טוב, "און מאך זיכער אז עס זאל זיין פון 'טוב-טעם', און אויב זיי האבן נישט, זאלסטו קויפן פון 'גאלדען-טעיסט'. און וואטש ווי דו קראסט!"

"אבער איך פארשטיי נישט קיין ענגליש. איך ווייס נישט וואס צו קויפן. איך קויף גארנישט!" זיין קול האט זיך געהערט אנטשלאסן.

"עס איז נישט קיין פראבלעם" האט זי אים בארואיגט, "עס שטייט אויפ'ן פושקע אזוי: “Tuv-Taam horseradish extra strong”

"און די horseradish extra strong וועט זיין אנשטאט כריין?" זיינע אויגן-ברעמען האבן זיך היבש געהויבן.

"נאופ. horseradish איז כריין."

"אין וועלכן הינזיכט?" האט ער ממש נישט פארשטאנען.

"ווייל אין ענגליש רופט מען כריין horseradish." האט זי מיט געדולד מחנך געווען איר דוב'עלע.

"און tuv-taam איז א גוי'אישע קאמפאני?" האט ער פרובירט צו מאכן סדר אינעם נעפל.

"ניין!" האט זיך די מאמע צושמייכלט: "tuv-taam איז א אידישע פירמע."

ווי א שלאנג געביסענער האט ער אויפגעשפרונגען: "אה!! זיי פארקויפן די כריין בעיקר פאר גויים צוצועסן אויף זייער געפילטע-פיש!"

"ווידער גרייזטו מיין טייער קינד. כריין איז אן אויסשליסליכע אידישע עסן."

"אלא מאי, מוז מען זאגן" האט ער געדרייט זיין פינגער ווי א ת"ח: "די בעלי-בתים פון די כריין קאמפאני זענען מאדערנישע אידן, און זיי קענען נישט קיין אידיש." - האט ער ענגילטיג באשלאסן. 'אז מ'נוצט דעם קאפ – טרעפט מען צו' האט ער זיך געקלאפט אין פלייצע פאר זיין אוקימתא.

"אויך נישט. די בעלי-בתים קענען גוט די מאמע לשון, און כריין פארקויפט מען בעיקר פאר חסיד'ישע אידן."

וכאן הבן שואל: "דעמאלס פארוואס שטייט horseradish אין ענגליש אנשטאט געהעריג כריין?!"

ענגלישע קאטשעניו
מיר אלע פרעגן די זעלבע.

פארוואס, קאמפאני, דארפסטו זיך לערנען ענגליש צו קענען שרייבן, און איך, מר. קאסטומער, ברויך זיך פלאגן עס צו לייזן? שרייב אלעס אויף אידיש און עס וועט זיך ווייטער פארקויפן. אויף מיין אחריות. פאר וועלכע צוועק פארקויפסטו הערינג און חלה מיט ענגלישע סטיקערס? ווייל דער וואס קויפט עס קען נישט קיין אידיש. אוודאי אזוי.

און לאמיר זיך באציען אויף פשוט'ע פראדוקטן ווי ברויט און מילך. פארוואס למען הפעטרישקע שטייט milk? וועלכע ארעמע גייסט קען נישט אויסליינען די ווארט מילך?! ווער?! אה, דו? ביסט דאך אן אויסנאם.

ועוד. מיר געפונען זיך אסאך אין גראסערי, און די ווערטער dagim, taanug, kemach (אנטשולדיגט אויב לאז איך איינעם אויס), פראסקענען אין פנים. די פאקט אז די נאמען איז אין לשון קודש ווייזט עס אז דיין קאסטומער-באזע איז לכה"פ א איד וואס האט א ידיעה אין אונזער הייליגער שפראך – לשון הקודש. טא פארוואס שרייבסטו נישט ארויס "גדולה", "קדם", "גפן" אדער "דבש"? (איך ווייס, איך האב נאכאמאל אויסגעלאזט דיין קאמפאני. ווארט.)

ואם תאמר: "והלוא – און אמער? וויאזוי וועלן די אמיגאוס אין גראסערי פארשטיין אידיש? וויאזוי וועלן מיר טרעפן וואו די זופ-מאנדלען ליגן? עס איז גאנץ א גוטע געדאנק טעארעטיש, אבער אין פראקטיק בין איך נישט מסכים."

נישט געדאגה'ט, נעם נישט קיין איבריגע פרעשור. אלע קאנסעקווענצן זענען גענומען געווארן אין באטראכט. דאס אויך.

די ענטפער איז זייער פשוט. די איינגעשטעלטע גויים אין סופערמארקעט זענען אויסשליסליך געדונגען געווארן צו איינפאקן דיין שפייז און עס אפליפערן צו דיר אין שטוב. די ארבעט פון אנצייגן ווי פראדוקטן געפינען זיך, איז אן ארבעט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף די שפאנישע מרי-נפש צוליב די איינע סיבה, אז מיר אלע פארמאגן ב"ה א רעלאטיוו-קליינע פארשטאנד אינעם שפת המדינה, (מיר פארמאגן דאך אן אייגענעם שפראך), דערפאר ברויכן מיר פרעגן די ארבעטערס. אבער אויב אלעס הייבט אן שטיין אין אידיש וועט מען שוין נישט דארפן פרעגן גארנישט פון קיינעם נישט. פינטל.

די נושא ווערט איצט מער פארפלאנטערט ווען פירמעס פון חסידישע מלבושים און שטריימלעך, מאכן זייערע אדווערטייזמענטס אויף ענגליש. מן הסתם טוען זיי דאס פשוט אויס שרעק אז טראמפ וועט חלילה נישט וויסן ווען די איינמאליגע קאליר-סעיל קומט פאר. (סוד: ער וועט טאקע נישט וויסן. א שאד.)

האקן און בראקן
אידיש. דאס ווארט פילט אן מיט בענקשאפט און האפענונג. א קאמבינאציע וואס נאר אזא רייכע שפראך קען ארייננעמען. זי האט באגלייט דעם גלות-איד דורכאויס זיין וואנדערוועג, שפאנענדיג פון שפאניע צו תימן, פון אונגארן קיין אמעריקע, אויפנעמענדיג פאסאדזשירן - נייע ווערטער - אויפן וועג, בסבר פנים יפות.

ווערטער. פון די פארצייטישע קוטשמע - ביז די פארגעשריטענע קאמפיוטער שפירן זיך גאר היימיש אין אונזער שפראך, ווערנדיג גענוצט דורך אינג און אלט.

א שיינעם חלום האב איך.

איך שפאן אראפ וואלאבאוט און איך זעה היימישקייט. די שילדן איבער די געשעפטן זענען ליינבאר פאר יעדעם. אריינשפאצירנדיג אין בעקעריי זעה איך גלייך א אז דא פארקויפט מען חלה. ניין, נישט קיין ענגלישע challah. און געענדיגט מיט אלע ענגלישע sales. אידיש דאמינירט די גאס.

און איך וועק מיך אויף. אויסגערוהט.

בעצם קען מען אנהויבן מיטן אויסשטרעקן דאס באשולדיגונגס פינגער אין די דירעקציע פון די אינדוסטריעס, זייערע קאנסולטאטן און גראפיק-דעזיינערס.

אבער ניין, ליידער ידינו שפכו, מיר - די קאסטומער - זענען שולדיג אינעם בכיה לדורות, מיט דעם וואס מיר פארלאנגען נישט קיין ענדערונג אינעם סיסטעם וואס האלט אונז געבינדן שוין פאר לאנגע יארן, און מיר לאזן זיך פירן ווי בראקל-עוף צום שחיטה.

רבותי! לא עת לחשות, עורו ישינים משינתכם, מיר מוזן זיך אויפוועקן!... סארי אי"י ע"ם אי"ן מחאה מאוי"ד... פשוט א טריקענע פראגע פארוואס טאקע דארך מען אלעס ארומדרייען אין ענגליש ? אונזער שפראף איז טאקע אזוי אפגעשליסן ?

I don't have a yiddish keyboard maybe you are in the typing field so you have and so dosn't the grocery have and since I remember the last 30 years its written in English
pop
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

וואס עפעס? האט געשריבן:געראדע דארף די גליון אויכעט ליגן אינעם עזרת נשים
א ריזן טייל פון קאפי-רייטערס אינעם היימישן מארקעט זענען פרויען
א גרויס חלק פון די פרויען וואלטן געקענט ניצן ״אידישקייט״...

נישט איך! יעננער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

pop האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:געראדע דארף די גליון אויכעט ליגן אינעם עזרת נשים
א ריזן טייל פון קאפי-רייטערס אינעם היימישן מארקעט זענען פרויען
א גרויס חלק פון די פרויען וואלטן געקענט ניצן ״אידישקייט״...

נישט איך! יעננער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

כמיין אז סדערקענט זיך א שטארקע שיפט צום גוטן אין די ימים נוראים עדס. רבונו של עולם אידן ווילן זיין וואויל! אבינו מלכנו כתבנו בספר פרנסה וככלכלה!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

מה בכך האט געשריבן:א מעשה מיט כריין

זייער גוט!!!!!!! ;l;p- ;l;p-
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

טישטוך האט געשריבן:
(אזוי ווי די 'השומרים' וועלכע טרייבן אויף מיליאנען פאר עטליכע קאמעדיע ליפלעטן פון דמיונות וואס זיי צושפרייטן אין אלע שולן)
,

השומרים טוט א געוואלדיגע הייליגע ארבעט, אויב שפירסטו געטראפן מיינט אז זיי רעדן טאקע צו דיר
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
soda water
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך soda water »

די גליון ערשיינט נאך? שוין לאנג נישט געזעהן
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

כלל ישראל איז נישט באנקראט
אין עוד מלבדו
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

א רעקארדירונג פון צוויי אידן וואס האבן געטון למעשה און אריינגערופן צו א געשעפט פארהאלטן.
https://www.dropbox.com/s/2ec3tqdmjjs41 ... 0.mp4?dl=0
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:א רעקארדירונג פון צוויי אידן וואס האבן געטון למעשה און אריינגערופן צו א געשעפט פארהאלטן.

אנבעליוועבעל! לייגט אריין ווערטער אינעם עד (ווי למשל עס שטייט אז מען ווארט שבת בלא בלא בלא) און דאן האט טענות.

דאס איז דער אישו מיט דער מערכה. אנשטאט פאוקעסן אויף עכטע נישט גוטע עדס מיט ביליגע מעסעדזשעס, אדער אפילו אויף דער עד איבער דער פרעס בילד, רעדט מען שטותים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

קנאפער ידען האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:א רעקארדירונג פון צוויי אידן וואס האבן געטון למעשה און אריינגערופן צו א געשעפט פארהאלטן.
https://www.dropbox.com/s/2ec3tqdmjjs41 ... 0.mp4?dl=0

אנבעליוועבעל! לייגט אריין ווערטער אינעם עד (ווי למשל עס שטייט אז מען ווארט שבת בלא בלא בלא) און דאן האט טענות.

דאס איז דער אישו מיט דער מערכה. אנשטאט פאוקעסן אויף עכטע נישט גוטע עדס מיט ביליגע מעסעדזשעס, אדער אפילו אויף דער עד איבער דער פרעס בילד, רעדט מען שטותים.

אויב האסטו אויסגעהערט די דרשה פון הרב שמעון זאב צוגלייגט ער א שיינע פאר עדס וואס די פראבלעם מיט די עד איז נישט דווקא די ווערטער נאר וואס ליגט אונטער די ווערטער אדער מיט די בילד אינעם עד.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:א רעקארדירונג פון צוויי אידן וואס האבן געטון למעשה און אריינגערופן צו א געשעפט פארהאלטן.
https://www.dropbox.com/s/2ec3tqdmjjs41 ... 0.mp4?dl=0

אנבעליוועבעל! לייגט אריין ווערטער אינעם עד (ווי למשל עס שטייט אז מען ווארט שבת בלא בלא בלא) און דאן האט טענות.

דאס איז דער אישו מיט דער מערכה. אנשטאט פאוקעסן אויף עכטע נישט גוטע עדס מיט ביליגע מעסעדזשעס, אדער אפילו אויף דער עד איבער דער פרעס בילד, רעדט מען שטותים.

אויב האסטו אויסגעהערט די דרשה פון הרב שמעון זאב צוגלייגט ער א שיינע פאר עדס וואס די פראבלעם מיט די עד איז נישט דווקא די ווערטער נאר וואס ליגט אונטער די ווערטער אדער מיט די בילד אינעם עד.

כ׳מיין אז אויב איינער זאגט אז ער האט א פראבלעם מיט דעם עד ווייל ס׳זעט אויס גרויליג און פרעסעדיג, וועט ער זיין גערעכט.

אבער קנאפער שרייט אז די ביידע מעסידזעס באציען זיך בכלל נישט צו דעם עד מיט זייער הערה... און ער איז לכאורה גערעכט (חוץ אויב אין די אויבערשטע קליינע ווערטער פונעם עד שטייט יא אז מ׳ווארט דעם גאנצע שבת פאר מלוה מלכה, כ׳קען דאס נישט ליינען, ביטע לאז מיר וויסן אויב כ׳בין נישט גערעכט)
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

קנאפער ידען האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:א רעקארדירונג פון צוויי אידן וואס האבן געטון למעשה און אריינגערופן צו א געשעפט פארהאלטן.
https://www.dropbox.com/s/2ec3tqdmjjs41 ... 0.mp4?dl=0

אנבעליוועבעל! לייגט אריין ווערטער אינעם עד (ווי למשל עס שטייט אז מען ווארט שבת בלא בלא בלא) און דאן האט טענות.

דאס איז דער אישו מיט דער מערכה. אנשטאט פאוקעסן אויף עכטע נישט גוטע עדס מיט ביליגע מעסעדזשעס, אדער אפילו אויף דער עד איבער דער פרעס בילד, רעדט מען שטותים.

כפארשטיי נישט, דעיס איז א עכט נישט גוטע עד
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:אויב האסטו אויסגעהערט די דרשה פון הרב שמעון זאב צוגלייגט ער א שיינע פאר עדס וואס די פראבלעם מיט די עד איז נישט דווקא די ווערטער נאר וואס ליגט אונטער די ווערטער אדער מיט די בילד אינעם עד.

ווי קודי זאגט. איך ווייס אטז עס איז דא פראבלאמאטישע ווערטער אין עדס, אבער נישט יעדע עד וואס שטייט אידישע ווערטער איז פראבלאמאטיש, און די אלע "ווארטן אויף דעם אגאנץ שבת" דמיונות קומען מיר פאר ווי די זעלבע סארט מענטשן וואס זענען צלמים וואו נאר זיי גייען.

איך זאג פשוט אז אויב מען וויל יא ארומרופן און מאכן א מערכה, מאך עס כאטש לגבי די עדס וואס האבן טאקע ביליגע/נידריגע/ליצנות'דיגע מעסעדזש. (אדער אויב דיין אישו איז די בילדער - וואס איך קען זען זאל זיין ריכטיג - זאג דאס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פארשפארט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 1:45 pm

Re: גיליון ״אידישקייט״ - ארויסצוברענגען די שעדליכע נישט-אידישע מארקעטינג ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשפארט »

עס איז נישט קיין צוויי מענטשען עס איז איינס און אידיש און איינס און ענגליש אבער די זעלבע מענטש זאגט עס
מען קען זיך נאר טרעפן טאמער מען זוכט זיך
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”