שווארץ אפעל האט געשריבן:דיזיין, לאמיר זיך אביסל צאמנעמען מיינע געדאנקען, ידיעות, אין אינפארמאציע וואס אין האט ציזאמגענימען בנוגע דיזיין,
איך האב גאר א שטארקע ליבשאפט צו דעי נושה, כאטש איך פלאן עס נישט צו טוהן פאר פרנסה, אבער יעדע זאך וואס קען האבן, אדער האט א שייכות מיט דיזיין, כאפט מיר,און איך האף אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא, מיט אזא שוואכקייט,
איך וועל פערבירן צו שרייבן א שטיקל שיער כללי, אבער איך בין נישט פון די בעסטע שרייבער, אלזא ביטע אטשולדיגן אויב מען פארשטייט מיר נישט,
איז אזוי,
ס'איז פארהאן 2 סארטן דיזיין, ארכיטעטשור, אין דיזיין, די חילוק איז , ארכיטעטשור איז די עצם אויסשטעל פון דעם דירה, און דיזיין איז דער מער אפעטיטליכע חלק פינעם הויז, (כאטש און ארכיטעטשור קען אויך ליגן גאר א געשמאקער אפעטיט,- חוץ פון פראקטישקייט- אבער עס וועט נישט זיין אזוי ניכר פאר ווער עס פארשטייט נישט )
איך וועל פראבירן יעצט צו רעדן פונעם 2טן חלק, ווי וועט איך ווייס איז די דיזיין ביים היימישן ציביר ציטיילט און 2 חלקים,
טראדישינעל,
און מאדערן,
ס'איז אויך דא קאנטעמפארערי, וואס דעיס איז נישטא אסאך .
טראדישינעל טייטש, פשוט, דעם פשוט'ן הויז וואס אינז זעמיר אלע ציגעוואוינט, (נישט בברוקלין ) א שיעפן דאך, א האלבן סטאפ סיין ביים דיינינג רום פענסטער, א בית מדרש'ל פענסטער העכערן פאדערשטן טיהר, געדייטע פארקניפטע מאלדינג'ס, כאפסט וואס איך מיין?
מאדערן, איז א געמיש פון קאנטעמפארערי און טראדישינעל, סוי איך וועל פראבירן מסביר צו זיין וואס קאנטעמפארערי מיינט, און דער עולם וועט זיין מכובד עס ציזאמצימישן.
קאנטעמפארערי, איז אינגאנצן א 2טע מעשה, פלאכע שיעפע דעכער, גראדע נישט אין סענטער'ד טיהרן, הויכע נישט מסודר'דיגע פענסטער, ( ס'הייסט איין לאנגע אויף די רעכטן זייט , אין אויף די לינקע זייט איז איינס 2 דריטל, און די 2טע איז א דריטל...) נישטא קיין סאך מאלדינג'ס , די סטעפ'ס וועלן הענגן פון די ווענט, מאדנע (?) רעילינג'ס, וכו'.
....
איך פארשטיי אז ס'איז דא אסאך אידן וואס דעי גאנצע מעשה דא איז נישט קיין שום חידוש, סארי,
כ'האף ממשיך צו זיין, ביטע קומט אריין מיט דיטעילס אויף וואס איך זאל מיר שרייבן, און איך וועל פראבירן,
ארכיטעקטשור האט די זעלבע מיט די דיזיין ווי מיט די אויסשטעל…אבער קיין איינס פון דע צוויי איז די דעפענישן פון ארכיטעקטשור