ארכיטעקטור און דיזיין

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

שווארץ אפעל האט געשריבן:דיזיין, לאמיר זיך אביסל צאמנעמען מיינע געדאנקען, ידיעות, אין אינפארמאציע וואס אין האט ציזאמגענימען בנוגע דיזיין,
איך האב גאר א שטארקע ליבשאפט צו דעי נושה, כאטש איך פלאן עס נישט צו טוהן פאר פרנסה, אבער יעדע זאך וואס קען האבן, אדער האט א שייכות מיט דיזיין, כאפט מיר,און איך האף אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא, מיט אזא שוואכקייט,
איך וועל פערבירן צו שרייבן א שטיקל שיער כללי, אבער איך בין נישט פון די בעסטע שרייבער, אלזא ביטע אטשולדיגן אויב מען פארשטייט מיר נישט,

איז אזוי,
ס'איז פארהאן 2 סארטן דיזיין, ארכיטעטשור, אין דיזיין, די חילוק איז , ארכיטעטשור איז די עצם אויסשטעל פון דעם דירה, און דיזיין איז דער מער אפעטיטליכע חלק פינעם הויז, (כאטש און ארכיטעטשור קען אויך ליגן גאר א געשמאקער אפעטיט,- חוץ פון פראקטישקייט- אבער עס וועט נישט זיין אזוי ניכר פאר ווער עס פארשטייט נישט )
איך וועל פראבירן יעצט צו רעדן פונעם 2טן חלק, ווי וועט איך ווייס איז די דיזיין ביים היימישן ציביר ציטיילט און 2 חלקים,
טראדישינעל,
און מאדערן,
ס'איז אויך דא קאנטעמפארערי, וואס דעיס איז נישטא אסאך .
טראדישינעל טייטש, פשוט, דעם פשוט'ן הויז וואס אינז זעמיר אלע ציגעוואוינט, (נישט בברוקלין ) א שיעפן דאך, א האלבן סטאפ סיין ביים דיינינג רום פענסטער, א בית מדרש'ל פענסטער העכערן פאדערשטן טיהר, געדייטע פארקניפטע מאלדינג'ס, כאפסט וואס איך מיין?

מאדערן, איז א געמיש פון קאנטעמפארערי און טראדישינעל, סוי איך וועל פראבירן מסביר צו זיין וואס קאנטעמפארערי מיינט, און דער עולם וועט זיין מכובד עס ציזאמצימישן.

קאנטעמפארערי, איז אינגאנצן א 2טע מעשה, פלאכע שיעפע דעכער, גראדע נישט אין סענטער'ד טיהרן, הויכע נישט מסודר'דיגע פענסטער, ( ס'הייסט איין לאנגע אויף די רעכטן זייט , אין אויף די לינקע זייט איז איינס 2 דריטל, און די 2טע איז א דריטל...) נישטא קיין סאך מאלדינג'ס , די סטעפ'ס וועלן הענגן פון די ווענט, מאדנע (?) רעילינג'ס, וכו'.

....

איך פארשטיי אז ס'איז דא אסאך אידן וואס דעי גאנצע מעשה דא איז נישט קיין שום חידוש, סארי,
כ'האף ממשיך צו זיין, ביטע קומט אריין מיט דיטעילס אויף וואס איך זאל מיר שרייבן, און איך וועל פראבירן,

ארכיטעקטשור האט די זעלבע מיט די דיזיין ווי מיט די אויסשטעל…אבער קיין איינס פון דע צוויי איז די דעפענישן פון ארכיטעקטשור
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

;l;p-
ליכטיגע פארבן האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:איך האב געהאט א דיזיינער פאר דעם הויז ער האט באשלאסן אז רויע האלץ איז שיין פאר די living room. מיר כאפט עס בכלל נישט, קען זיין אז דאס איז א נייע סטייל. מיין שאלה איז מיט וועלכע קאליר וואלט עס יא אויסגעקוקט שיין. איינער מיט א געפיל צו דיזיין קען אריינקומען מיט אן ענטפער?

אונז ווארט מער מיט שפאנונג און אונזער נייגער איז כמים שאין להם סוף.... עני אפדעידט? וואס איז למעשה געווארן?

למעשה האבן מיר זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט א קאליר. מען האט עס אראפ גענומען און געמאכט שיין ווייס.
אטעטשמענטס
IMG-20220512-WA0004.jpg
IMG-20220512-WA0004.jpg (87.59 KiB) געזען 947 מאל
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:;l;p-
למעשה האבן מיר זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט א קאליר. מען האט עס אראפ גענומען און געמאכט שיין ווייס.


איז עס פאר א איד אדער א גוי? די ווילסט א צווייטע איידע?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

בדרך אפשר האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:;l;p-
למעשה האבן מיר זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט א קאליר. מען האט עס אראפ גענומען און געמאכט שיין ווייס.


איז עס פאר א איד אדער א גוי? די ווילסט א צווייטע איידע?

פאר א גוי. אויף די מינוט דארף איך נישט נאך אן איידע, עס איז שוין פארדינגען. באט שכויח עני וועי.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך כאפ נישט, די דעזיינער האט דיר נישט געגעבן א רענדערינג וויאזוי עס וועט אויסקוקן?
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איך כאפ נישט, די דעזיינער האט דיר נישט געגעבן א רענדערינג וויאזוי עס וועט אויסקוקן?

ניין איך האב עס אזוי געקויפט.
פרישטיג
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 2:22 am

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישטיג »

די דיפערענץ פין architecture אין design איז, אז די architect וועט אויסשטעלן די הויז מיט אלע cods אין אז די בנין זאל זיך האלטן שטארק פאר לאנגע יארן, אין נאכדעם וועט די דיזיינער אריין קימען אין אויסשטעלן אלע איבריגע זאכן, די אויסשטעל פין די שטיבער, די קאליר, מאלדינגס אין טירן,
אסאך מאל אין בעיקר ווען מבויט טייערע הייזער וועט קודם די דעזיינער אויסשטעלן די הויז אין נאכדעם וועט עס גיין צים architect זאל צילייגן די אנדערע חלק פין code and architecture
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פרישטיג האט געשריבן:
די דיפערענץ פין architecture אין design איז, אז די architect וועט אויסשטעלן די הויז מיט אלע cods אין אז די בנין זאל זיך האלטן שטארק פאר לאנגע יארן, אין נאכדעם וועט די דיזיינער אריין קימען אין אויסשטעלן אלע איבריגע זאכן, די אויסשטעל פין די שטיבער, די קאליר, מאלדינגס אין טירן,
אסאך מאל אין בעיקר ווען מבויט טייערע הייזער וועט קודם די דעזיינער אויסשטעלן די הויז אין נאכדעם וועט עס גיין צים architect זאל צילייגן די אנדערע חלק פין code and architecture
די דעזיין איז אלץ פריער, די ארכיטעקט בויט די בנין וואס די דיזיינער האט דעזיינט, אויף פאפיר (חוץ אויב נעמט מען א דיזיינער פאר די פעינט)

---
צ"ק
וואס קומט דא אריין ארכיטעקט?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

וואס מאכט די חילוק צווישען די ערשטער בילד און די צווייטע?

בילד

בילד


זייער אינפארמאטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”