גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גוגל מעפס אדער וועיז אדער GPS

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 5:02 pm

וויאזוי פארט איר אויף די וועגן, גוגל מעפס?
51
50%
וויאזוי פארט איר אויף די וועגן, וועז?
35
34%
וויאזוי פארט איר אויף די וועג,ן אלטע מאדישע GPS?
16
16%
 
סך הכל שטימען: 102

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

farshlufen האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:וויפיל פון די "אינטערסעקאשנס" זענען ס"ה געווען א דריי אויפן מעין ראוד ווען א זייטיגע ראוד איז דערנעבן וואס די מאפע האט אפגעלערנט אלס אן אינטערסעקשאן

הג"ה, די פארגעשריטענע גוגל מיט זיינע קאלעגע מאפעס זענען דעם הינזיכט טיפישע קלעצער.

הארט אינמיטן פירער זאגט ער האלט דיך לינק ווי כאילו מיר האבן דא א שייד וועג, די זעלבע אויפן זיבעצענער נעבן גארדן סטעיט וכו'

אגרי 100%
זייער נאריש

א שאד מען קען נישט אריינגעבן רעפארטס צו מתקן זיין די נארישקייטן
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:אי איך האב גאנצע פאר געסן צי לייגן אז איר פארט נאך מיט א מעפ!!

אין ווער ניצט נאך קאר GPS, ווער איז ניצט קיין איינס נישט
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

ווען איך האב אנגעהויבן צו דרייוון פלעג איך זיך ארויסלאזן בדוקא אן א GPS, נאר גענוצט אנוויזונגען וואס איך האב געפרעגט אויפן טעלעפאון אזוי האב זיך אויסגעלערענט וויאזוי צו קוקן אויף די סיינס און נישט זיין אנגעהאנגען אינעם GPS
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איינער מיט עקספיריענס מיט עפפל מעפס?
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך בין א גרויסער פארער, סא העלעך אראפ לייגען מיינע עקספיריעס וואס איך האב מיט די גי פי עסלעך.
איך וועל זאגען די מעלות און חסרונות פון ביידע, אסאך האט מען שוין געשריבן דא.

איך וועל אנהייבן מיט וועיז. וואס די מעלות דערפון ווייסט דאך יעדער.

ס'זאגט אויס ווי דער רבי מיטן קאנטשיק שטייט.
און נאך מער ווי דעם, אז ס'דערציילט ווי די ספיד קעמרע אדער די רויט לייט קעמרע געפונט זיך.
ס'האט אסאך אפציעס זיך צו מאכן באקוועם וויאזוי דיין גיסטע איז.

די חסרונות.

ס'מאכט אסאך משוגע די אלע ווארענונגען שטותים וואס מענטשן לייגן אריין, ווי למשל א קאר שטײט אויפן שאלדער, ריק איך מיך אין די מידל לען, ביז איך זע אז דארט ווייט טיף אריין ביי די ביימער שטייט א קאר... זייער וויכטיג געווען... ממש געראטעוועט לעבנ'ס..

אבער דאס אליינס וואלט נאך נישט געפערליך געווען..
די גרעסערע פראבלעם איז אז ער קאן זיין זייער נישט קארעקט! ער זאגט אז דער וועג דארף צו נעמען א האלבע שעה שנעלער ווי גוגל צייגט, און אינמיטן וועג וועט ארויף קומען די טרויעריג בארימטע מעלדונג 'אויש... ס'וועט דיך געדויערן א האלבע שעה לענגער ווי געפלאנט....' הי.. הי.. הי.... ביסט אזוי קיאט....

סא ווען איך פאר שפעט ביינאכט (גאנץ אסאך) וועלעך ענדערש נוצן וועיז ארויס צו געבן די באהאלטענע חברה.


די מעשה מיט גוגל איז אזוי..

קודם כל, אזוי ווי איינער האט שוין געשריבן, אז זייער אסאך אומוויכטיגע זייטיגע עקזיטס, קוקט ער עס אן ווי די ראד צוטיילט זיך, און ער שרייט אז די דארפסט דיך האלטן אויף די לינקע לען, וואס באמת איז עס פלעין א זייטיגע עקזיט.

גוגל קען אויך זייַן זייער אסאך אומקארעקט, אבער ענדערש אויף פארקערט ווי וועיז, אז ער וועט דיר זאגן אז די וועג דארף צו נעמען צוויי שעה, און באמת וועט עס נעמען סאך ווייניגער.

אבער בעיקר איז די מעלה פון גוגל מעפ איז אז די קענסט זען פאר די דריקסט ''געגאנגען'' מער ווייניגער אלע וועגן ווילאנג ס'גייט דויערן, און די קענסט זען פאראויס צו די זאלסט טאקע נעמען די וועג וואס ער ווייזט, ביי וועיז קענסטו טאקע אויך זען ווען מ'גייט צו 'ראודס' אבער ביי גוגל קען מען סאך מער זען.

נאך מער, ווען די טשעקסט אויפן קאמפיוטער ביי גוגל די וועג, און ער ווייזט דיך וועלעכע וועג צו נעמען, קענסטו מיטן מייזל אנכאפן אזאלעכע ווייסע באליס אויף די וועג וואס ער גיבט דיר, און עס ריקן צו אנדערע וועגן, און ער וועט דיר זאגן ווילאנג יענץ גייט נעמען.

ווי למשל, ווען איך לייג אריין 'טראג מיך פון 55 פארעסט אין קרית יואל צו 1452 53 סטריט אין בארא פארק, און ער ווייזט מיך אז איך זאל נעמען די 17 די 4 די וועסט סייט און די בעטערי, און ס'גייט נעמען צוויי שעה,
וועל איך אנכאפן די באלי דארט ווי ער ווייזט מיר איך זאל נעמען דעם 4 און איך וועל עם שלעפן צום ווייטער די 17 צום 80, וועט ער מיר ווייזן אז ס'גייט טאקע נעמען 7 מינוט שנעלער מיטן לינקאלן טאנעל, העל איך עם אנכאפן דארט ווי ער ווייזט די לינקאלן טאנעל עקזיט און פירן ווייטער אויפן טורנפייק צום גאטעלעס צום וועריזאנא, העט ער מיר ווייזן אז ס'גייט טאקע נעמען א האלבע שעה שנעלער.

נאך א גאר שטארקע מעלה וואס גוגל האט, אז פאר יעדע עקזיט וואס ער הייסט דיך נעמען קען מען זען מיט וויפיל די שפארסט דעך אויף דעם וועג וואס ער ווייזט, און וויפיל ס'וועט געדויערן לענגער די אנדערע וועג.
און טאמער ווייזט ער אז די פאליסיידס וועט מיך נעמען דריי מינוט שנעלער וועל איך ענדערש נעמען די 17 וואס איז טאקע דריי מינוט לענגער, אבער דארט האב איך שפעטער מער אפשענס וויאזוי אנצוקומען צום שטאט וואס קען נעמען סאך שנעלער.

אבער וואס ס'איז מיר אינטערעסאנט איז אז פון די בארא פארק צו אפסטעיט האט גוגל אינגאצן פארגעסן אין באטראכט צו נעמען די וועריזאנא וועג. ער גייט ווייזן אז די שנעלסטע וועג איז דורכן וועסט סייט מיטן טאנעל, און ס'נעמט נאר צוויי א האלב שעה, און ווען איך פייף עם אן און איך גיי צום וועריזאנא וועט ער פלוצלינג טאקע זען אז ס'נעמט א דריי פערטל שעה שנעלער.

ועל כגון דא נאמר אז מ'דארף אמאל אויך נוצן די טשעלי אין קאפ...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

א וויכטיגע זאך צו נעמען אין באטראכט אז די GPS קען זיין שטארק ראנג פלעצער ווי עטליכע לעינס פארן און עטליכע לעינס שטייען, לדוגמא ביפאר די עקזיט אויפן BQE ביי ווייט עוועניו וועט די GPS מאכן א עוורידידש פון די 4 לעינס און ווייסט נישט אז די וואס פארן ארויס דארף מען צולייגן נאך 10 מניט די זעלבע פאר למשל די לינקלאן טאנעל ווי 2 לעינס וואס ווארט אריינצופארן אינעם טאנעל פארט א פערטל מייל א שעה און צוויי לעינס וואס פארט נישט צו די טאנעל פליט 30 מייל א שעה, די GPS מאכט א עוורידידש און דארט זענען זיי ראנג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כא כא כא האט געשריבן:אבער וואס ס'איז מיר אינטערעסאנט איז אז פון די בארא פארק צו אפסטעיט האט גוגל אינגאצן פארגעסן אין באטראכט צו נעמען די וועריזאנא וועג. ער גייט ווייזן אז די שנעלסטע וועג איז דורכן וועסט סייט מיטן טאנעל, און ס'נעמט נאר צוויי א האלב שעה, און ווען איך פייף עם אן און איך גיי צום וועריזאנא וועט ער פלוצלינג טאקע זען אז ס'נעמט א דריי פערטל שעה שנעלער.

ועל כגון דא נאמר אז מ'דארף אמאל אויך נוצן די טשעלי אין קאפ...

דאס איז דערפאר וועל ס'איז אכט מייל לענגער און ער גיבט בלויז 3 וועגן, איז ער נישט גענוג קלוג צו געבן דריי אנדערע הויפט וועגן - אין דעם פאל בריקן - נאר קען געבן דריי וועגן וואס אלע פירן צום דזשי דאבעליו וא"כ מאי אהני לן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

עניטינג האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עס איז אייביג גיט צו האבן אין קאר אויך די אלטמאדישע gps, ווייל וועיז ארבעט דאך דורך די אינטערנעט און נישט אין אלע געגנטער איז דא א גיטע קאננעקשען, ווי למשל אין עטליכע פלעצער אין די קעטסקילס, ממילא אין אזעלכע פעלער קען גיט צוניץ קומען די פארצייטישע זשי פי עס.

איר האט א פינטל. מיט גוגול מעפס (אפשר אויך וועיז, איך בין נישט זיכער) קען מען דאונלאודן די דיירעקציעס ווען מען האט סערוויס אזוי אז עס ארבעט אויך ווען די סערוויס איז נישט אמבעסטן.

אפילו מיט וועיז אויב דו טוישט נישט דירעקציע ביי א פלאץ וואו עס איז נישטא קיין סערוויס וועט עס ווייטער פיין ארבעטן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מי יודע האט געשריבן:נוץ GPS
און צו דעם דארף מען אויך קוקן די וועגן פאראויס
למשל אין מאנהעטן צווישן די הויכע בנינים ווערט ער צודרייט ער ווייסט נישט וואו ער איז, און מ'קען זיך דרייען און פרייען א האלבע שעה פאר גארנישט

דענק מיר נאך די צייטן ווען איך בין געפארן מיט א מעפ, נישט ממש, נאר ארויסגעפרינט פון מעפ קוועסט, און טאמער האב איך געבלאנזשעט האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א געז סטעישאן קאלן פון א פאבליק פאון איינער זאל מיר העלפן ווייטער גיין, נאכנישט געהאט קיין סעלפאן אין יענע יארן

איך האב נאך געדרייווט אויף ניו העמפשיר און צוריק מיט אפגעשריבענע דירעקציעס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שנאפס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:נוץ GPS
און צו דעם דארף מען אויך קוקן די וועגן פאראויס
למשל אין מאנהעטן צווישן די הויכע בנינים ווערט ער צודרייט ער ווייסט נישט וואו ער איז, און מ'קען זיך דרייען און פרייען א האלבע שעה פאר גארנישט

דענק מיר נאך די צייטן ווען איך בין געפארן מיט א מעפ, נישט ממש, נאר ארויסגעפרינט פון מעפ קוועסט, און טאמער האב איך געבלאנזשעט האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א געז סטעישאן קאלן פון א פאבליק פאון איינער זאל מיר העלפן ווייטער גיין, נאכנישט געהאט קיין סעלפאן אין יענע יארן

איך האב נאך געדרייווט אויף ניו העמפשיר און צוריק מיט אפגעשריבענע דירעקציעס

גם אני בחלומי, ס'איז גראדע נישט אזוי שווער, גאנץ א גראדע וועג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:אי איך האב גאנצע פאר געסן צי לייגן אז איר פארט נאך מיט א מעפ!!

אין ווער ניצט נאך קאר GPS, ווער איז ניצט קיין איינס נישט

לעצטענס בינעך געווען אין די מאונטענס וואו מיין פאון (ווערייזאן) האט נישט געארבעט, האבעך געניצט די דזשי פי עס פון מיין קאר וואס גייט דורך AT&T
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

לייטער האט געשריבן:א וויכטיגע זאך צו נעמען אין באטראכט אז די GPS קען זיין שטארק ראנג פלעצער ווי עטליכע לעינס פארן און עטליכע לעינס שטייען, לדוגמא ביפאר די עקזיט אויפן BQE ביי ווייט עוועניו וועט די GPS מאכן א עוורידידש פון די 4 לעינס און ווייסט נישט אז די וואס פארן ארויס דארף מען צולייגן נאך 10 מניט די זעלבע פאר למשל די לינקלאן טאנעל ווי 2 לעינס וואס ווארט אריינצופארן אינעם טאנעל פארט א פערטל מייל א שעה און צוויי לעינס וואס פארט נישט צו די טאנעל פליט 30 מייל א שעה, די GPS מאכט א עוורידידש און דארט זענען זיי ראנג

איך ניץ כמעט נישט יענע עקזיט. כ'פאר ארויס ביי עקזיט 32B
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

שנאפס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:נוץ GPS
און צו דעם דארף מען אויך קוקן די וועגן פאראויס
למשל אין מאנהעטן צווישן די הויכע בנינים ווערט ער צודרייט ער ווייסט נישט וואו ער איז, און מ'קען זיך דרייען און פרייען א האלבע שעה פאר גארנישט

דענק מיר נאך די צייטן ווען איך בין געפארן מיט א מעפ, נישט ממש, נאר ארויסגעפרינט פון מעפ קוועסט, און טאמער האב איך געבלאנזשעט האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א געז סטעישאן קאלן פון א פאבליק פאון איינער זאל מיר העלפן ווייטער גיין, נאכנישט געהאט קיין סעלפאן אין יענע יארן

איך האב נאך געדרייווט אויף ניו העמפשיר און צוריק מיט אפגעשריבענע דירעקציעס

ווען די רבי ז"ל פלעגט נאך דארט זיין?
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: גוגל מעפס אדער וועיז אדער אלטע מאדישע GPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:נוץ GPS
און צו דעם דארף מען אויך קוקן די וועגן פאראויס
למשל אין מאנהעטן צווישן די הויכע בנינים ווערט ער צודרייט ער ווייסט נישט וואו ער איז, און מ'קען זיך דרייען און פרייען א האלבע שעה פאר גארנישט

דענק מיר נאך די צייטן ווען איך בין געפארן מיט א מעפ, נישט ממש, נאר ארויסגעפרינט פון מעפ קוועסט, און טאמער האב איך געבלאנזשעט האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א געז סטעישאן קאלן פון א פאבליק פאון איינער זאל מיר העלפן ווייטער גיין, נאכנישט געהאט קיין סעלפאן אין יענע יארן

איך האב נאך געדרייווט אויף ניו העמפשיר און צוריק מיט אפגעשריבענע דירעקציעס

ווען די רבי ז"ל פלעגט נאך דארט זיין?

לאל

ווען מיינסטו האט זיך וועיז אנגעפאנגען?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”