אובער טעקסי - נייע מהלך צו כאפן א טעקסי

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

אובער טעקסי - נייע מהלך צו כאפן א טעקסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

די קאמפעני uber.com איז ארויסגעקימען מיט א ניי מהלך צי כאפן א טעקסי, געענדיגט מיט די צייטען וואס מען שטייט אויף די גאס מיט אן ארויסגעשטעקטע האנט ווארטענדיג אז א טעקסי זאל זיך אפשטעלן אין דיר געבן א רייד...

די עפענסט אויף א קאנטע ביי זיי וואס קאסט נישט קיין שום פי, די לייגסט אריין דיין קרעדיט קארד אינפארמעישען, פין היינט אין ווייטער ווען די דארפסט א טעקסי קענסטי ביי זייער עפפ אויסוועלען וואסערע סטייל קאר די דארפסט, זיי האבן די געלע טעקסי, אין נאכדעם האבן זיי טייערע קארס, די קענסט זעהן ווי ווייט די טעקסי איז פין דיר זיי כאפן אויף דיי לאקעישען, אין זיי עסטימעיטן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר דיין טעקסי אנציקימען ביז דיר, אויך קענסטי אריינלייגען ווי די ווילסט פארן אין זי געבן דיר אן עסטימעיט וויפעל געלט עס גייט דיר קאסטן.

ווען די ריקוועסט א טריפ וועסטי זעהן א פיקטשער ווער דיין דרייווער איז, מיט אלע זיינע קאנטעקט אינפארמעישען, זיי געבן דיר זיין פאון נאמבער אויב דארפסטי אים קאלן, ווען די ענדיגסט קענסטי אים רעיטן אין שרייבען פאר די קאמפעני ווי גוט ער איז געווען.

ביים צאלן פאר א טעקסי, דארפסטי נישט האבן קיין קעש, עס גייט אוטאמאטיש אראפ פין דין קרעדיט קארד וואס ליגט אויף דיין פראפייל, די צאלסט נישט קיין טיפ פאר די דרייווערס, אויב למשל ביסטי געפארן מיט אפאר מענטשען אין יעדער דארף זיך משתתף זיין מיט די קאסטען האבן זיי אן אפשען פען ציטיילען די געלט צי אפאר מענטשען אין אויב יענער נעמט אן די ריקוועסט וועלן זיי ציטיילען די קאסט צווישען ביידע...

עס זעהט מיר אויס ווי זייער א גוטע איידע, זיי האבן שוין זייער סערוויס ארים די גאנצע וועלט.

יעצט זעה איך גראדע אז עס נישט א נייע זאך, אין עפעס ליגעל אישוס האבן זיי געהאט אין ניו יארק...

---
פאר איך פארגעס, א נייע יאזער וואס סיינט זיך אויף קען באקימען צוואנציג דאללער אףף זיין ערשטע טריפ אויב סיינט ער זיך אויף דורך די לינק https://uber.com/invite/uber_Microssoft_Ivelt אין איינמאל האסט אויפגעסיינט קענסטי אריינלייגען ביי די פראמאשען טעב די קאוד Hipmunk צי באקימען נאך א פינעף אין צוואנציג דאללער קרעדיט, אבער מען דארף עס טין גלייך נאכן אויפסיינען.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

זייער א פיינע איידיע, זיי האבן אויך קארס און וויליאמסבורג?
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

א סקרין שאט געכאפט פין וויליאמסבורג
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

פיינע נייעס

העמיר עס אויספראבירן בקרוב
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זיי ארבייטן מיט געלע טעקסיס? כ'האב געמיינט אז געלע טעקסיס זענען נישט ערלויבט צו נעמען "ארדערס" נאר אויפפיקן אויף די גאס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דארפן די טעקסיס אויך זיין איינגעשריבן אדער ווערן מעמבערס ביי אובער?

א רחמנות וועט זיין צו נוצן אובער אויף סעקאנד עוועניו, די סקרין וועט דיר פרירן פון אזויפול טעקסיס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זיי ארבייטן מיט געלע טעקסיס? כ'האב געמיינט אז געלע טעקסיס זענען נישט ערלויבט צו נעמען "ארדערס" נאר אויפפיקן אויף די גאס.

זיי האבן אייגענע קארס אויכעט, עפעס אישוס איז געווען מיט די געלע טעקסיס, איך מיין די עיקור די וועג וויאזוי מען באצאלט זיי, למעשה ווייסעך נישט פינקטלעך, זאל עס איינער אויסטרייען אין לאזן וויסן.
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

עס איז שוין לאנג דא אזא עפפ מיט׳ן נאמען Hailo.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מייקראסאפט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זיי ארבייטן מיט געלע טעקסיס? כ'האב געמיינט אז געלע טעקסיס זענען נישט ערלויבט צו נעמען "ארדערס" נאר אויפפיקן אויף די גאס.

זיי האבן אייגענע קארס אויכעט, עפעס אישוס איז געווען מיט די געלע טעקסיס, איך מיין די עיקור די וועג וויאזוי מען באצאלט זיי, למעשה ווייסעך נישט פינקטלעך, זאל עס איינער אויסטרייען אין לאזן וויסן.

אויב איז עס נאר געווענדליכע קארס זאל זיי איז עס פשוט א פארגעשריטענע קאר סערוויס. טאקע א גוטע נקודה, אבער נישט אזא באמבע, אויב האבן זיי די טעקסיס אויך איז עס שוין איינמאל א אויפטו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

זיי האבן אלעס ן געלע טעקסי, פשוטע טעקסי, לוקסוס קאר, און suv
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

דיסקלעימער: אויב סיינט איר זיך אויף מיט די לינק וואס איך האב געשריבען אויבן, זעה איך אז איינער האט אויפגעסיינט, אבער איך זעה נישט ווער נאר יענעמס ערשטע נאמען.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קליינקעפיק האט געשריבן:זיי האבן אלעס ן געלע טעקסי, פשוטע טעקסי, לוקסוס קאר, און suv

זייער אינטערעסאנט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

DansDeals - $60 In Free uber Ride Credit For New Customers
http://www.dansdeals.com/archives/42388
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א קאמפעטישען מיט "אובער".

LYFT, ארבייט אז עני מענטש שרייבט זיך איין, ער גייט דורך א בעקגרוינד טשעק, און ער קען נעמען קאלס. זיי זענען שוין אין 60 סיטיס, אצינד קומען זיי קיין ניו יארק. אבער נישט אין מאנהעטן, נאר אין די אנדערע פיר באראס.

זייערע קארס האבן א רויטע "שנאוטצען" אין פארענט, צו דערקענען!!
אטעטשמענטס
rykuk.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די FCC האט היינט געזאגט אז "ליפט" האט נישט קיין רעכט צו אפערירן אין ניו יארק, און אז די שרייווער קענען באקומען א געלט שטראף, חוץ וואס מען קען אוועקנעמען די קאר.

ליפט זאגט אז זיי גייען ווייטער אן, און זיי זענען זיך מחולק מיטן FCC איבער די רשות וואס זיי ברויכען!!

---

אין אנדערע נייעס איז א פאסאנדזשער געווען "פארכאפט" דורך א "אובער" דרייווער, ווען יענער איז אנטלטפן פון א אינספעקטער, און געפלויגן א "קאר טשעיס" מיט א פאסאנדזשיר אין די קאר פאר 10 מינוט אין מאנהעטען! ענדליך נאך 10 מינוט האט יענער געפוילט, אז די דרייווער האט אים ארויסגעלאזט.

יענער האט געשיקט א טוויט, דער עולם האט אנגעהויבן רידערן, און "אובער" און די FCC זאגען אז זיי נעמען קעיר!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די FCC האט היינט געזאגט אז "ליפט" האט נישט קיין רעכט צו אפערירן אין ניו יארק, און אז די שרייווער קענען באקומען א געלט שטראף, חוץ וואס מען קען אוועקנעמען די קאר.

ליפט זאגט אז זיי גייען ווייטער אן, און זיי זענען זיך מחולק מיטן FCC איבער די רשות וואס זיי ברויכען!!

---

אין אנדערע נייעס איז א פאסאנדזשער געווען "פארכאפט" דורך א "אובער" דרייווער, ווען יענער איז אנטלטפן פון א אינספעקטער, און געפלויגן א "קאר טשעיס" מיט א פאסאנדזשיר אין די קאר פאר 10 מינוט אין מאנהעטען! ענדליך נאך 10 מינוט האט יענער געפוילט, אז די דרייווער האט אים ארויסגעלאזט.

יענער האט געשיקט א טוויט, דער עולם האט אנגעהויבן רידערן, און "אובער" און די FCC זאגען אז זיי נעמען קעיר!

וואו קומט דא אריין די FCC? אפשר FTC?
אויך פארשטיי איך נישט וואס רעבעצין שווארצענעגער דלשעבר האט דא צו באקומען א געלט שטראף...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן:

חחחח!!

יא, די TLC! און די "דרייווער"! ("שרייווער" און "דרייווער", זענען שכינים........... אויף די קיבאורד!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

און איך האב געמיינט אז מ'רעדט יא פין די FCC, ווייל די נייע קאמפאני אידאך אין דער "ליפט", און ווען דער שרייווער איז אנטלטפן פינעם אינספעקטאר איז ער דאך געפלויגן... אין א "קאר טשעיס" כ'מיין דאס איז די נייע סארט קאר וואס קען פליען..., און דאס באלאנגט שוין צו יא די FCC!

אהה, אנטשולדיגט כ'מיין צו זאגן FAA.. אופס.. איז נישט "טשעיס" א באנק? כ'בין שוין אינגאנצן צומישט!

חילי, נעקסטיים קום אריין אביסל קלארער!! עניוועי שכח פאר די באריכט!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אובער האט העליקאפטער ריידס אויך. אפשר דארט קומט די FCC אריין
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דער עולם זאל שוין אויפהערן מיט די ליצנות!!! עטס ווייסט עס קומט שוין אט אט די הייליגע טעג??
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

Lyft האט ענדליך באקומען די "OK" צו אנהייבן אפערירן אין ניו יארק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אה, ברוך השם! כאטש מיט די שנאוטצען??

אמת'דיג פארשטיי איך נישט, וויאזוי קען מען טראסטן פריוואטע דרייווערס?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

ליפט איז ווערט א אשכול פאר זיך.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

פלעכטער האט געשריבן:ליפט איז ווערט א אשכול פאר זיך.

נו נו, גאו עהעיד!! אדער ברעך עס אפ ביי חילי'ס תגובה אדער טויש דא דעם קעפל און לייג צו 'ליפט'.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

מייקראסאפט האט געשריבן: פאר איך פארגעס, א נייע יאזער וואס סיינט זיך אויף קען באקימען צוואנציג דאללער אףף זיין ערשטע טריפ אויב סיינט ער זיך אויף דורך די לינק https://uber.com/invite/uber_Microssoft_Ivelt אין איינמאל האסט אויפגעסיינט קענסטי אריינלייגען ביי די פראמאשען טעב די קאוד Hipmunk צי באקימען נאך א פינעף אין צוואנציג דאללער קרעדיט, אבער מען דארף עס טין גלייך נאכן אויפסיינען.

לינקס נישט גוט איינער האט האט א נייע לינק?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”