כשרע טעלעפאן האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:Forkosh האט געשריבן:איך טריי אריינצוגיין צו jewish music group אויף טעלעגראם און איך באקום אן ערראר
"this group is unavailable due to copyright infringement"
קען מיר איינער העלפן מיט דעם?
איך ווייס נישט וואס דער גרופע איז (כאטש אבוויעסלי שערט עס גע'גנב'עטע אלבומס...) אבער קיינער קען דיר נישט העלפן דערמיט, טעלעגראם אויף דער סמארטפאון בלאקט עס.
אדער קענסטו עס עפענען אויף א קאמפיוטער (אדער אין בראוזער), און אויך קען זיין אז זיי האבן שוין געמאכט א נייע גרופע/טשענעל וואס איז (נאכ)נישט געבלאקט.
איך האב געהערט זאגן אבער נישט קאנפירמד, אז די היימישע זינגערס האבן זיך צוזאמענגענומען און געסטראשעט טעלעגראם אויב זיי וועלן נישט בלאקן טשענעלס וואס שעירן געגאנבעטע אלבוימס וועלן זיי סוען, ממילא האבן זיי געבלאקט אסאך טשענעלס.
דאס האט מיר געמאכט לאכן...
טעלעגראם האט זיך ארומגעשלאגן מיט די רוסישע רעגירונג, אבער וועט זיך שרעקן פון אפאר חסידים? באמת?
וואס יא, גוגל און עפל האבן גאר שטארקע געזעצן פאר עפעס וואס זענען אויף זייערע פלאטפארמעס, איינע פון זיי איז קאפירייט, וועלכע איז פארבאטן. כדי צו קענען בלייבן אויף די פלאטפארמעס האט טעלעגראם געמאכט די "ריפארט" קנעפל, וואו מ'קען באריכטן א טשעננעל אלץ קאפירייט, און טעלעגראם פארשפארט עס. אקוראט דאס איז וואס ניגון מוזיק טוט, ער גייט ארום צו טשעננעלס וואס האבן אן אלבום אדער DVD וואס ער דיסטריביוט, ריפארט עס, און טעלעגראם פארשפארט עס.
גראדע האבן זיך די אלבום גנבים אן עצה געגעבן, און זיי מאכן אן עקסטערע טשעננעל פאר יעדע אלבום, אזוי אז ווען ס'ווערט פארשפארט ווערט נאר די איין טשעננעל פארשפארט.
טעלעגראם אליינס גייט נישט אן אז מ'נוצט זייערע סערוויסעס צו באקומען קאפירייט זאכן, די טעלעגרעם APK פאר ענדרויד וואס גייט דורך זייער אייגענע סייט און נישט דורך די גוגל פלעי סטאר, האט נישט א חלק פון די באגרעניצונגען.