ס'איז שוין געדרוקט געווארן אסאך אין אידיש אויך, איך האב אסאך געליינט פון רבין אין מיינע יונגע יארן נאך פאר דער מאשי"ן האט אנגעהויבן ארבייטן די חלק וואס נאר אידישע ליינער (קינדער און פרויען) דארפן וויסן איז שוין געדעקט, די שאלה איז נאר אויב די ביכער זענען דא צובאקומען
די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות פארגאנגענע וועלטן נפלאות מהרי"ט צדיק כתמר
'די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות' חבל אז דער מחבר האט פארלוירן א דין תורה בנוגע דעם ספר און האט נישט געקענט ממשיך זיין, ווייל עס איז געווען א מעסטער פיעס.....
פארגאנגענע וועלטן (איז דא דערויף דא ערגעץ א גאנצער אשכול דערוועגן)... חבל מען האט עס איבער געזעצט אויף אידיש, אזוי איז עס נישט פאר מענער און נישט פאר פרויען\קינדער...... נפלאות מהרי"ט וצדיק כתמר איז היינו הך, חבל אז דער מחבר ר' א"ד גליק ז"ל לעבט שויניש....
אגב, האב איך פארגעסן צו דערמאנען דעם ספר "מבצר תורה ויראה" וואס הגם ס'איז אפיציעל באשריבן דעם רבינ'ס ישיבה האט עס אבער גאר אסאך אינטערעסאנטע תולדות פון רבין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ס'איז שוין געדרוקט געווארן אסאך אין אידיש אויך, איך האב אסאך געליינט פון רבין אין מיינע יונגע יארן נאך פאר דער מאשי"ן האט אנגעהויבן ארבייטן די חלק וואס נאר אידישע ליינער (קינדער און פרויען) דארפן וויסן איז שוין געדעקט, די שאלה איז נאר אויב די ביכער זענען דא צובאקומען
די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות פארגאנגענע וועלטן נפלאות מהרי"ט צדיק כתמר
'די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות' חבל אז דער מחבר האט פארלוירן א דין תורה בנוגע דעם ספר און האט נישט געקענט ממשיך זיין, ווייל עס איז געווען א מעסטער פיעס.....
פארגאנגענע וועלטן (איז דא דערויף דא ערגעץ א גאנצער אשכול דערוועגן)... חבל מען האט עס איבער געזעצט אויף אידיש, אזוי איז עס נישט פאר מענער און נישט פאר פרויען\קינדער...... נפלאות מהרי"ט וצדיק כתמר איז היינו הך, חבל אז דער מחבר ר' א"ד גליק ז"ל לעבט שויניש....
נפלאות מהרי"ט און צדיק כתמר האט מחבר געווען ר' נתנאל פארקאש ע"ה דער אנפירער פון די "כיתה" וואס פלעגט קומען צו יעדן קידוש לבנה ביים רבי'ן...
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.
און שרייבט אליין אז אין חלק ? פון מושיען, גייט ער האבן א קאפיטל פון די קשר צווישען מרן מסאטמאר זי"ע און מרן רחמ"ד זצ"ל, ווייסעך נישט די תועלת פון די כפילות.
אינטרעסאנט הרב געלבמאן שרייבט אין זיין קונטרס "מציל ומושיע", וואס איהר אינהאלט רעדט זיך בלויז איבער די הצלה טעטיקייטן פון רבי'ן ז"ל בשנות הזעם, עכ"פ שרייבט ער דארט סוף הקונטרס אז דער רבי האט זיך אפגערעדט אין סאמערסוויל תש"ז, נאך א לאנגע שמועס מיט ר' מיכאל בער "אז א שאד איך האב ערשט קענען געלערנט דא אין אמעריקא אין איבער זיינע פלענער, ווייל ווען איך וואלט ווען געוויסט איבער איהם וואלט איך געקענט ארויס באקומען פון ר' חיים פריינד דער גאנצע געלט (דאכציך 2 מיליאן דוללער שטייט דארט) וואס ער וואלט געברויכט".
זעהט מען פון דארט אז דער רבי האט איהם בכלל נישט געקענט, און אזוי אויך בכלל נישט געוויסט איבער זיינע פלענער.
אוודאי איז ריסקאווע רב א תלמיד געוועזען פינעם הייליגן עצי חיים און געארבעט אויף זיינע תשובות אבער ליידער האט די עצי חיים נישט מאריך ימים געווען ממילא קומט אויס אז די ריסקאווע רב וואס האט געהאט א שיבה טובה און אסאך שייכות געהאט מיטן רבי'ן אז בעיקר איז ידוע און באקאנט איבער זיין קשר מיטן רבי'ן און איבער זיין דינען פאר רב הקהילה בקהילת סאטמאר אין ב''ב
ביבער היט האט געשריבן:אוודאי איז ריסקאווע רב א תלמיד געוועזען פינעם הייליגן עצי חיים און געארבעט אויף זיינע תשובות אבער ליידער האט די עצי חיים נישט מאריך ימים געווען ממילא קומט אויס אז די ריסקאווע רב וואס האט געהאט א שיבה טובה און אסאך שייכות געהאט מיטן רבי'ן אז בעיקר איז ידוע און באקאנט איבער זיין קשר מיטן רבי'ן און איבער זיין דינען פאר רב הקהילה בקהילת סאטמאר אין ב''ב
אויב אזוי, ווען מ'שרייבט איבער ריסקאווע רב שרייבט מען אז ער איז געווען א תלמוד פון הייליגן עצי חיים און נאך די פטירה האט ער זיך מקשר געווען צום רבי'ן. פארוואס קען מען נישט אזוי שרייבן? פארוואס שרייבט מען אז ער איז "אויך" געפארן צום עצי חיים ווען דער אמת איז פארקערט?
כ'ערווארט נישט קיין תשובה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה [email protected]
דאכט זיך ער האט מסדר געווען די תשובות פון עצי חיים, איך ווייס נישט אויב ער איז געווען א תלמיד אבער א חסיד זיכער. דאכט זיך מיט אים איז דא עפעס א מעשה מיט עפעס וואס ער האט געזאגט פארן עצי חיים ביי אז יום השביעי, און ער האט אים עס דערמאנט יארן שפעטער? אדער איז עס גאר געווען ביים רבין?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.