שישא האט געשריבן:ס'איז דא געדריקט א בריוו פון ר' אהרן ארי' כ"ץ א נאנטער תלמיד פון רבין פונדערהיים, ווי ער רייסט ארינטער דעם ביכל. ער זאגט אז במשך פון די 5 יאר וואס ער האט געלערנט אין סאטמאר האט דער רבי קיינמאל! נישט גערעדט אויף אזא וועג וואס ער זאל ברמיזה מיינען פארשטיפטע ראשונים וכדו', און דא האט ער א גאנצען באנד...
איך האב גערעדט דערוועגן מיט א תלמיד פון רבי'ן זי"ע, וועלכער איז שוין אן איינגעשטעלטער אין רבין'ס ישיבה זינט תשכ"א!, אז ווען די ספר איז ארויסגעקומען איז געווען אויבנדערמאנטע טענות אז דער רבי האט נישט גערעדט ברמז, האט ער מיר געזאגט אז ער האט בייגעוואינט אום תשי"ז אין רבין'ס ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד, צווישן מנחה און מעריב האט זיך אפט פארפירט שמועס'ן, דאן איז הגאון האדיר ר' שמואל וואזנער שליט"א געווען צוגאסט און דער רבי האט געשמועסט מיט אים, און דער פארזאמלטער ציבור האט פארשטייט זיך צוגענייגט א אויער צום שמועס, בתוה"ד האט דער רבי געפרעגט ר' שמואל איבער דעם 'בית דין' וואס די אגודה האט דאן אויפגעשטעלט דער רבי האט געוואלט וויסן די נעמען פון די רבנים, האט ר' שמואל געענטפערט: "זיי זענען נישט קיין אנשי שם", אויף דעם האט דער רבי געזאגט "לויט ווי רש"י זאגט אין פרשת בראשית זענען זיי יא אנשי שם", קיינער דארט האט נישט פארשטאנען די כוונה, האט דער בעל מספר שפעטער ארויסגענומען א חומש סו"פ בראשית און אויפן פסוק "המה מעולם אנשי השם", זאגט רש"י "אנשי השם, ששוממין את העולם"!...
דער רבי האט אזוי יא צומאל גערעדט...
נעוואדע, ווען דער רבי וואלט ממש קיינמאל נישט גערעדט אזוי, וואלט ער דאך נישט געהאט אויף וועם 'ארויפצושרויפן' די מעשה...
imzist האט געשריבן:א לינק צו די אפשאצונג פון אהרן ראזמארין "דער סאטמארער רבי" http://www.archive.org/details/nybc201937" onclick="window.open(this.href);return false;
עס איז ארויסגעקומען לכבוד די יארצייט פונעם סאטמאר רב זצ"ל פון די וואודריזדשער רב ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א א קונטרס "שנו מדותי", א געוואלדיגער קונטרס מלוקט פון זיינע שיעורים במשך פון די יארן וואס ער האט געזאגט, ער גייט דורט דארך מערערע ענינים וואס איז זייער שיין אין וויכטיג. הרבצת התורה מלחמתה של תורה זוהמת אמעריקא שער הנקיות טומאת הציונית עס איז כדאי צו קויפן אין אדורכקוקן.
געדרוקט בשנת תש"מ באלד נאך די פטירה, דער ספר האט די הסכמות פונעם סאטמארער דיין הגריח"מ פריעדמאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א און פון ר' יאסל ז"ל דער משב"ק.
א הערליכער באנד חלק א' פון א סעריע פון צוויי בענדער איבער די קשר און שייכות פון גדולי ישראל אין אמעריקא און איבער די וועלט למרן הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכען צווייטן וועלט קריג, עס איז כדאי זיך איינצוהאנדלען דעם בוך יו''ל ע''י מערכת מושיען של ישראל
היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.
און שרייבט אליין אז אין חלק ? פון מושיען, גייט ער האבן א קאפיטל פון די קשר צווישען מרן מסאטמאר זי"ע און מרן רחמ"ד זצ"ל, ווייסעך נישט די תועלת פון די כפילות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.
און שרייבט אליין אז אין חלק ? פון מושיען, גייט ער האבן א קאפיטל פון די קשר צווישען מרן מסאטמאר זי"ע און מרן רחמ"ד זצ"ל, ווייסעך נישט די תועלת פון די כפילות.
אין מושיען של ישראל וועט עס לכאורה זיין צושפרייט צווישען די דרייסיג בענדער א טייל דא און א טייל דארט, אינעם אביר הרועים וועסטו אין צוויי בענדער האבען אלעס לכאורה איז דאס די ריווח

עס קוקט אויספון די לשון, אז עס וועט זיין א "עקסטערע שמועס".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
לכתחילה אריבער האט געשריבן:היינט אריין געבליקט אין די טייל פון מרן רחמ"ד זצ"ל. נישט קיין גרויסע חידושים, און נישט אלעס געשריבן.
אויף די באקאנטע פיגורן למשל ר׳ מיכאל בער וכדו׳ גלייב איך נישט אז סוועט נאך זיין גרויסע חידושים, מרעדט דאך פון נאכן קריג, די אידן וואס זענען דארט געווען דערציילן, און סאיז שוין אסאך געשריבן.
איך עקספעקט אבער יא חידושים אויף די ווייניגער באקאנטע פיגורן.
ס'איז שוין געדרוקט געווארן אסאך אין אידיש אויך, איך האב אסאך געליינט פון רבין אין מיינע יונגע יארן נאך פאר דער מאשי"ן האט אנגעהויבן ארבייטן די חלק וואס נאר אידישע ליינער (קינדער און פרויען) דארפן וויסן איז שוין געדעקט, די שאלה איז נאר אויב די ביכער זענען דא צובאקומען
די זייל פון די אידישע וועלט אין די לעצטע דורות פארגאנגענע וועלטן נפלאות מהרי"ט צדיק כתמר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.