נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מעין גנים
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין גנים »

מרדכי הכהן האט געשריבן:
די נאמען פון די מעשה איז: "מיין חול המועד האלטן מיט'ן נייעם ביכל..."

שוין עטליכע יאר וואס כ'האב איינגעפירט א מנהג הגון, כ'קויף נישט קיין שום מאגאזינען אויף יום טוב.

אנשטאט ספענדן דרייצן דאלער פאר דריי מאגאזינען, מיט אויפגעבלאזענע בילדער און עדס, און וואס גייט אין גארבידזש א וואך נאך יום טוב, צאל איך דאס זעלבע געלט פאר א גוטע ביכל וואס עס ליגט דערינען געווענליך יארן פון סורטש ארבעט, שרייבן און רעדאקטירן, בילדער און דאקומענטן, און ס'בלייבט נאך אין שטוב פאר א רעיני דעי.

געווענליך קויף איך א ביכל אויף לשה"ק, פשוט ווייל אויף אידיש קומט זעלטן ארויס געהעריגע באארבעטע ביכלעך. פאריגן חול המועד האב איך צ.ב.ש. געקויפט דעם ספר הנפלא "במחיצת ר' גדל", פון דעם גערער משגיח ר' גד'ל אייזנער, דאס איז א מאסט ריעד און סגייט נישט אזוי שנעל ארויס פון זכרון.

דעם סוכות איז יא באשטימט געווארן פאר א אידישן ביכל, כד עייל שבתי, און לשבחה יאמר אז ס'איז געווען זייער א געשמאקע חול המועד פארברענג... ווי אסאך האבן שוין געשריבן, עס ליינט זיך זייער פליסיג און רואיג, שיין צעטיילט די פרקים לויט אלע סארט ענינים, גוטע קעפלעך און אונטער-קעפלעך, און ס'איז פול מיט ידיעות איבער דאס לעבן און שאפן פון די שארית הפליטה אין די כ' ל' יארן און די פעולות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע למען הכלל אין יענע יארן.

אפילו די פערזענליכע לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי איז באלערנד, הגם כ'בין נישט קיין שום קרוב צו דעם איד, אבער ער האט זייער אינטערסאנטע זכרונות פון זיינע בחורי'שע יארן ביים עצי חיים און ביים רבי'ן אין ישיבה. ס'איז עמאציאנאל צו ליינען וויאזוי דער רבי האט אים געשיקט דריי מאל מיט א שליחות צו די רעביצין ע"ה נאך די פטירה פון די טאכטער רחל ע"ה אז זי זאל נשיט פארגעסן ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט...

קען זיין ס'איז באקאנטע זאכן אבער פאר מיר עכ"פ איז געווען א נייעס די הינטערגרונד פון די לאגערן אין עסטרייך.

כ'האב אלס געוואוסט אז ס'איז געווען אסאך אידן און גאנצע משפחות וואס זענען געבליבן לעבן אין די עסטרייכישע לאגערן, ביינונז אין סאטמאר איז געווען ר' משה אלי' עסטרייכער און די קינדער, ר' יצחק גאלדבערגער מיט די קינדער, אשת ר' נפתלי אינדיג און נאך. אפיציעל פלעגט זיין די ניגון אז פארטיזאנער האבן באמבארדירט די שינעס, אבער דער ביכל ברענגט פון קראנטע מקורות אז דאס איז געווען א קונצליך מאנעווירטע הצלה פלאן דורך הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וואס האט באוויזן צו אפראטעווען אזויפיל אידן, אן נעמען קרעדיט דערויף.

די קאפיטלען פון התאחדות הרבנים און אלע מערכות... סאום האו באווייזט ער צו דעקן כמות פון דרייסיג קריטישע יאר און דאס אריינשטופן אין איין מצומם'דיגע באנד... דו באקומסט ביי יעדע מאורע, יעדע אסיפה, יעדע פראטעסט, אלע בעיסיק פרטים, שיין געשילדערט אז מ'זאל ארויסהאבן דאס בילד, אבער נישט צופיל מאריך געווען, נישט צו פארלירן די פאקוס...
איין זאך וואס איז מסתם די גולת הכותרת פון דעם ביכל איז דער אוצר פון דאקומענטן וואס ליגט באהאלטן צווישן די בלעטער, ס'איז אביסל צו קליין, מעג ווען זיין גרעסער און מער ליינבאר, אבער אז מען טוט זיך אויס די גלעזער און מען באטראכט די דאקומענטן פון דער נאנט איז דא אסאך גוטע סחורה...

אויף עמוד קע"ג האבן מיר א האנט געשריבענע פראטאקאל אז התאחדות נעמט אויף די חשוב'ע אברכים זיי זאלן אנהויבן נעמען שימוש, הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער, רבי יוסף טייטלבוים (ווער אידאס?), ר' שלמה יהודה וויינבערגער, און רבי יקותיאל יהודה פילאפ.

אויך הגאונים רבי שמשון צינער, רבי שמעלקא פרידמאן, ר' נטע ווייס (וועלכע? ), ר' משה מאיר בריעף, באקומען אויך ערלויבעניש צו זיצן עבור שימוש.

אין א דאקומענט שפעטער, פון אן אסיפה א' וילך תשל"ז, אין שטוב פון פאפא רב ז"ל, נעמט מען אפיציעל אויף הגאוה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער און רבי יקותיאל יהודה פילאפ אלס מורי צדק, נישט איידער דער פאפער רב שטעלט זיי אויפ'ן צימבל מיט שאלות איבער מראות.

עס ווערט דארט אויסגערעכנט אז הגרז"ל פילאפ שליט"א האט באקומען הוראה פון הגה"צ רמ"א פריינד, הגר"א לייטנער, קאפיש און הגר"ש וואזנער בעל שבט הלוי. נישט געוואוסט דאס.

אויף עמוד רל"ה ביי אן אסיפה איז דא אן אומבאקאנט בילד וואו מ'זעט אדמור מהר"א מסאטמאר זיצט נעבן זיין רבי דער דיין ר' ישראל חיים מנשה ז"ל, אויף רל"ט זיצט ער נעבן זיין ברודער ר' שלום אליעזר אלס בחור, אויף רל"ג דארף מען צו זען אדמו"ר מהרי"י אלס קליין בחור'ל ביי א פראטעסט, ס'איז נאר פשוט נישט קלאר אזוי אז ער קען מיך סייווי איינרעדן וואס ער וויל...

די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...


עמוד רכ"ג איז דא זייער אן אינטערסאנטע בריוו פון שארמאש רב, דער דיין ר' ישראל חיים מנשה און דער קארלסבורגער רב, אדרעסירט צו ר' יוסף ובנו ר' יחזקאל וויינשטאק אז זיי דארפן ענדערש גיין זיצן אין תפיסה, נישט צו מסר'ן א צווייטן איד. א שיינעם שמועס מיט ר' יחזקאל איבער זיין טורמע טערמין.


די בילדער פון דעם תשל"ד פראטעסט אויף עמוד רצ"ח איז חול המועד, אבער ממש רוב עולם גייט מיט די היטן, אפילו ר' נתן יוסף, בלויז דער וואוידיסלאווער רב מיט נאך עטליכע זקנים גייט א שטריימל. ס'איז געווען אן אנדערע וועלט... מ'האט געוואוסט אז מ'גייט קיין מאנהעטן קען מען נישט אנטון דעם שטריימל, דער גוי וועט אונז דאך אנקוקן ווי משוגע...

שיינע אומבאקאנטע בילדער אויף עמו' רפ"ד פון א פראטעסט מיט ר' יחזקאל'ע מערץ מיט זיין בטלני'שע טראגע. די ליטווישע גדולים ר' משה פיינשטיין, רבי אברהם קאלמאנאוויטש אן די היט...

דער כינוס הכללי איז זייער לעבעדיג באשריבן, ס'קען זיך דוכטן אז מען האלט עס מיט לייוו מיט אלע בילדער און דאקומענטן. אין די רעזולוציעס פון דעם כינוס סימן ז' פארלאנגט התאחדות אז די שטיצע פון די רעגירונג פאר רעליגיעזע שולעס זאל קומען דירעקט דורך א רעגירונג אגענטור אן קיין שום שום זייטיגער פארמיטלונג!

צען יאר שפעטער ביי דעם כינוס פון תשל"א, עמוד שס"ח, שטייט נאר שארפער אז "דער כינוס אפעלירט צו גאוו. ראקעפעלער אונטער צו שרייבן בילס וועלכע וועלן ערמעגליכן סטעיט שטיצע פאר ישיבות און דערמיט העלפן דעם שווערן מצב אין וועלכע אלע חרד'ישע מוסדות התורה והחינוך געפינען זיך יעצט".
גיי פארצייל דאס היינט...


אויף עמוד שנ"ו איז דא א בילד פון א בריוו וואס דער רבי האט פארגעשריבן בכתב יד קדשו, אבער דערנאך איז עס ערשינען אלס אן אפיציעלער בריוו פון התאחדות מיט די חתימה פונעם שארמאשער רב. זעהט אויס דער רבי האט געהאלטן אז די התאחדות וועט האבן מער א השפעה אויף די גאס.


א חידוש אז דער רבי האט דייקא געוואלט האבן די חתימות פון צוויי יונגע רבנים קעגן די בחירות, דער ספינקער רבי, רבי הערשעלע זצ"ל, און דער ביקסאדער רבי.

אין עמוד תמ"ט דער בריוו צו די ניו יארק טיימס שטעלט אוועק א קלאסישע נארמאלע סאטמאר... מיר האבן קאלעדזש פראפעסארן, סייענטיסטן, שרייבער און פילאזאפירער, ביזנעסלייט, נישט סתם א קנאי'שע הייפעלע פון עקסטרעמיסטן...


אין עמוד תנ"ז האבן מיר א לעבעדיגע שילדערונג פון א "קהל'ס מיטינג" בימים ההם, וואו ס'ווערט באשטימט אז דער רבי וויל האבן רבי ישראל חיים מנשה זצ"ל פאר מורה הוראה און יבלחט"א רבי געציל שליט"א זאל נעמען הוראה פון אים. אויפ'ן צעטל ווערט אויסגערעכנט אלע באטייליגטע, קהל'ס לייט. אלעס איז געווען זייער אפיציעל און עמטליך. נישט ווי היינט.


אין דעם לעצטן קאפיטל איז דא א גוטע הוראה בשם ר' אברהם'לע פאלקאוויטש וואס האט געפרעגט דעם שינאווער רב צי ער מעג נוצן מעשר געלט אויף צו פארן צו א צדיק, ווען דער שינאווער רב האט אים געפרעגט וועלכן רבי'ן ער מיינט, האט ר' אברהם'לע געזאגט: "צום רב"... האט אים דער שינאווער רב געזאגט: "פארן יא, אבער שטעלן מעהד נישט". דער רבי האט שפעטער איבערגעהערט די מעשה פון בנו ר' אפרים פאלקאוויטש און האט דאס מקבל געווען.

צום סוף פון די ביכל איז דא א טוץ פון פראטאקאלן וואס מדארף זיך אראפנעמען די צייט צו דורכקוקן. מ'קען דארט געפינען פנינים יקרים...

ביי די אסיפה פון תשי"ט איז דא א גאנצע טענה'ריי צו מ'זאל מאכן כוללים פאר אינגעלייט זיך צו משלים זיין בהוראה... הרב שפירא קיוויאשד איז זיך מתנגד, שאפראנער רב צייגט אן אויף דעם "אי התועלת" פון מייסד זיין כוללים, קראסנער רב איז אויך נישט אזוי צופרידן, און וואוידיסלאווער רב זאגט אז קודם דארף מען מחנך זיין די בחורים זאלן מסכים זיין צו לעבן א כולל שטייגער...

ווידעראום רבי אשר באב"ד, הרב כ"ץ סאמבאטלי, דער ברך משה, זענען יא שטארק תומך דעם רעיון.
זעהט אויס אז זיי האבן למעשה געווינען. פוק חזי מה עמא דבר...

ביי אן אנדערע אסיפה איז דער קאשויער רב מעורר אז מ'זאל ארויסשטעלן א מודעה קעגן די איבערגעטריבענע אויפרייסערישע בר מצות... דער ברך משה איז תומך די הצעה. הרב באב"ד פעסט זאגט אז קודם דארפן די רבנים צוימען זייערע שמחות קשוט עצמך תחלה ואח"כ קשוט אחרים.. אבער הרב י"א אייכנשטיין קיוויאשד ענטפערט דערויף אז די רבנים דארפן עס האבן פאר די פרנסה... האט עס אן אנדערע הלכה...

ביי די זעלבע אסיפה באקלאגט זיך דער קאשויער רב אויף דעם חיי דוחק פון פרומע משפחות וואס צוליב דעם דחקות קומט מען צו מכשולות פון מ.ה. בדרך איסור, ער שלאגט פאר אז מען זאל מאכן השתדלות ביי די גאווערמענט זאל טיילן גרויסע געלטער פאר קינדער געבענטשטע משפחות... אסאך זענען מפקפק אויף די הצעה אבער שאפראנער רב האלט אז אלס א חרדי'שע ארגאניזאציע קען מען יא עפעס טון דערוועגן.

ווינטער תש"כ ביי אן אסיפה שרייבט דער פראטאקאל: "לשאול מאת כ"ק אדמו"ר שליט"א הנשיא אם מסכים להמחיר שיעלה משני סענט לג' סענט לפלאמבע"... אנדערע וועלט געווען...
איין פראטאקאל דערמאנט "אודות המולי"ם ספרים ובהם מכתבים והסכמות מרבנים מזרחיים וציונים, הוחלט (בהצעת הרב מפאלטישאן שליט"א) לכתוב מכתב מחאה"...

אין יאר תשכ"א פאדערט סקולענער רבי אז מען זאל מאכן אפיעלס פאר די רומענישע אידן. קוים איז דער צדיק ארויס פון דארט מיט'ן לעבן און ער רודערט שוין ביי התאחדות צו העלפן זיינע ברודער.

בעפאר די מחאה אין יאר תשכ"ב איז דא א החלטה לדבר עם כל הרבנים והאדמורי"ם המפורסמים כמו ליובאוויטש, סקווער, באבוב וכו'... נאכדעם איז דא א פונטקליכע ליסטע וועלכע רב פון התאחדות זאל רעדן מיט וועלכע ליטווישע ראש ישיבה...

אין יאר תשכ"ג איז דא א פלאן צו רעדן מיט מעיאר וואגנער אז ער זאל מאכן איין וואגאן אין די טרעינס בלויז פאר מענער... א מהדרין טרעין...

ביי א אסיפה אין תשכ"ו ווילן עטליכע רבנים ארויסגעבן א מחאה קעגן מאכן פיקטשערס ביי חתונות, אבער דער ברך משה זאגט אז דאס וועט נישט ארבעטן, ער איז מציע אז די רבנים זאלן פריוואט מעורר זיין. עס ווערט א גאנצע דוסקוסיע און דער באטערער רב וואונדערט זיך אויף דעם גאנצן דיון, מיר ווייסן דאך אז פיקטשערס איז שורה א רוח טומאה, דארף מען דאך זיכער ארויסגיין דערקעגן...

אין יאר תש"ל, בעפאר די כינוס הכללי, ביי אן אסיפה אין שטוב פון צעהלים'ער רב איבער די נושאים וואס מען זאל רעדן ביים כינוס. הגרנ"י מייזעלס שלאגט פאר אז מען זאל רעדן אודות ליובאוויטש, אבער ס'איז געבליבן אז "לא החליטו"...

בכלליות זענען די פראטאקאלן אנגעפולט מיט אלע ערליי קאלירפולע טעמעס, אנגעהויבן פון די חילול שבת צייטונגען, כשרות, זאלץ און צוקער, מקוואות טהרה, פרצות הדת, און וואס נישט.

אוועראלל איז עס א שיינע דזשורני – פופציג זעכציג יאר ריווערס. ווארט מיר שוין אויף די קומענדיגע באנד...
די אינטערעסאנטע תגובה האט מיך געמאכט קויפן די ספר... ייש"כ!
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

איך מיין אז מרדכי כהן דארף באקומען קאמישען אויף יעדער ספר ….
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

..
לעצט פארראכטן דורך פרעג אום זונטאג אקטאבער 30, 2022 5:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

מעין גנים האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:
די נאמען פון די מעשה איז: "מיין חול המועד האלטן מיט'ן נייעם ביכל..."

.................

אוועראלל איז עס א שיינע דזשורני – פופציג זעכציג יאר ריווערס. ווארט מיר שוין אויף די קומענדיגע באנד...
די אינטערעסאנטע תגובה האט מיך געמאכט קויפן די ספר... ייש"כ!
און אויך עפענען נאך א ניק...
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

מעין גנים האט געשריבן:
[quote="מרדכי הכהן"


די אינטערעסאנטע תגובה האט מיך געמאכט קויפן די ספר... ייש"כ!
און מיך האט עס כמעט געמאכט קויפען א צווייטע :lol: :-( :lol: ;l;p- ;l;p-
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

הרב מרדכי הכהן האסטו מיך אריינגעברענגט א רייץ צו קויפען דעם ספר,

און איך האב עס טאקע געקויפט און איך זע אז דער ספר איז א הערליכער שטיקעל ארבעט גארנישט איבערגעשאצט, איך האב נישט געוואוסט אז ר' שבתי מרדכי איז געווען ממש דער בריח התיכון פון אלע מערכות אין די בראשית יארן, איך געדענק טאקע אז מיין זיידע פלעגט זייער מעריך זיין ר' שבתי מרדכי.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

אויב איינער וויל וויסן וואס איז א עסקן לשם שמים זאל קויפן דעם בוך.
עס איז א חד בדרא.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

בלומענטאל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
כוחו בפה האט געשריבן:
די מעשה פון עמוד רי"ב וויאזוי התאחדות האט געראטעוועט דאס אויפגראבן די מערת המכפילה, מאכט עפעס נישט קיין טראפ סענס אין מיינע אויגן. ער ברענגט טאקע אויסצוגן פון דער איד בימים ההם און א בריוו פון דעם ירדנ'ער קעניג, אבער שווער צו גלייבן אז ס'איז ממש געווען א פלאן צו אויפגראבן די מערת המכפילה און נאר די קליינע התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג האט דאס אין די לעצטע מינוט פארמיטן...
לויט ווי איך געדענק באשרייבט דאס ר' סענדער דייטש ע"ה אויך אין זיין ספר בוצינא קדישא.
גא״מ
די מערכה פון מערת המכפילה איז א דבר ידוע מאוד, פאר ווער עס קען אביסעל סאטמערע היסטאריע, און נישט דאס איז די אינטערעסאנטקייט פונעם ספר
נו וודאי אזוי, געווען א שטארקע מערכה, מיט א פערזענליכע דעלעגאציע צום קעניג פון ירדן אין וואלדארף אסטאריע האטעל אין מאנהעטן.

אויך געווען באשריבן אין "בחצרות סאטמאר" אויסגאבע א צייט צוריק, מיט נאך בילדער און דאקומענטן.

לויט ווי איך געדענק האט נישט ירדן אליינס געוואלט גראבן, נאר א גרופע ארכיאלאגן פון אמעריקאנער יוניווערסיטי, און דער רבי זי"ע האט געארבייט מיט א מהלך אז די ירדן רעגירונג זאל פשוט נישט געבן קיין רשות פאר יענע יוניווערסיטי מענטשן צו גראבן.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דער חידוש איז ווי מען פלעגט אים שיקן די פארגעשלאגענע געזעצן בעפארן דורכפירן אז ער זאל עפראוון...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

[quote="טראוועי"]אויב איינער וויל וויסן וואס איז א עסקן לשם שמים זאל קויפן דעם בוך.
עס איז א חד בדרא
דער חידוש איז ווי אזוי אזא גרויסער עסקן און אזא נאנטער מענטש פונעם רבין איז ממש ווי פארגעסן געווארן, און
אזוי אויכעט למשל ר' יואל קליין ראה"ק בשנים קדמוניות איז פארגעסן געווארן, און אזוי אויכעט אנדערע עסקנים, סאיז אמעזינג ווי אזוי מיט א בוך קען מען באמת מחיה מתים זיין.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

נחמן ברייט האט געשריבן:
ווייסט איינער אויב מ'קען עס באקומען אין ענגלאנד?
יא איך האב געהערט אז עס איז דא צובאקומען אין לאנדאן
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

ליינענדיג די פערטע מאל דעם ספר (איך קען עס נישט סטאפען צו לייענען), האב איך אינאכט גענומען אז עס איז כמ"פ געווען דער פראבלעם פון גראבן קברים(חיטוטי שכבה), איז שוין הרב דוד שמידל דעמאלטס געווען אינוואלוועד אין די גראבן ענינים?
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בלומענטאל האט געשריבן:
ליינענדיג די פערטע מאל דעם ספר (איך קען עס נישט סטאפען צו לייענען), האב איך אינאכט גענומען אז עס איז כמ"פ געווען דער פראבלעם פון גראבן קברים(חיטוטי שכבה), איז שוין הרב דוד שמידל דעמאלטס געווען אינוואלוועד אין די גראבן ענינים?
מן הסתם, דער בריסקער רב ז"ל האט איהם דאך אנפארטרויעט מיט די ענינים און ער איז שוין נסתלק געווארן בשנת תש"כ

נאר וואס דען, קען זיין ער איז נאך געווען דעמאלט נאר אין א"י און נישט איבער די גארער וועלט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

א שיינעם אינטערוויו פונעם מו"ל מו"ה אברהם בערקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/74366
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

בלומענטאל האט געשריבן:
א שיינעם אינטערוויו פונעם מו"ל מו"ה אברהם בערקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/74366
זייער א שיינער אינטערוויו עס איז עמעזינג ווי שווער עס איז ארויסצוגעבן א דבר נאה ומתוקן, און אויב דער מחבר זעט וואס איך שרייב דא וויל איך אים זאגן אז עס דערקענט זיך די ארבעט אין די ספר וואס ער האט געארבעט אזוי שווער.
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

בלומענטאל האט געשריבן:
א שיינעם אינטערוויו פונעם מו"ל מו"ה אברהם בערקאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/74366
ער ברענגט שטארק ארויס אז כדי ארויסצוגעבן א שיינע שטיקעל געשרייבאכץ דארף מען
קודם אליינס זיין אינוואלווד, און נאכדעם נישט נאכלאזן כאטשיג אז עס האלט און איין אויפקומען
עיכובים ווי למשל אז שרייבערס און ריסערטשערס שלאפען איין, און אנדערע עיכובים.

איך האב שוין געהערט פון אסאך אנדערע אז כדי ס'זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתוקן דארף מען
זיין "הענדס אן" און אליינס זיין אינוואלווד, און נישט נאכלאזן.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

היינט ו' טבת די יארצייט פונעם הייליגען שינאווער רב זי"ע, איז כדי צוצוברענגען די אינטרעסאנטע הוראה פונעם שינאווער רב פאר הרה"ח אברהם פאלקאוויטש ז"ל פון סאטמאר, וואס רביה"ק מסאטמאר האט מפליא געווען און עס ווערט געברענגט אין "כד עייל שבתי".

וז"ל:
הרה"ח רבי אברהם'לע ז"ל איז אסאך געפארן צו די צדיקי הדור, צווישן זיי די צדיקים לבית זידיטשוב און בעלזא, אזוי אויך איז ער אמאל געפארן קיין מונקאַטש, זכר צדיקים לברכה. אבער בעיקר האט ער זיך מדבק געווען בכל לב ונפש צו זיין הייליגן רבי'ן, הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, צו וועמען ער איז כסדר געפארן אויף ימים טובים און ביי אנדערע געלעגנהייטן זייענדיג פאררעכנט צווישן די געהויבענע שינאווא חסידים.
אין זיינע יונגערע יארן איז ר' אברהם'לע געווען זייער געדרוקט אין פרנסה און האט נישט געהאט קיין געלט פאר די הוצאות הנסיעה קיין שינאווא, האט ער אמאל געפרעגט פון הרה"ק משינאווא זי"ע צי ער מעג נוצן מעשר געלט אויף צו פארן צו א צדיק. ווען דער שינאווער רב האט אים געפרעגט וועלכן רבי'ן ער מיינט, האט ר' אברהם'לע געזאגט: "צום רב"... דעמאלט האט אים דער שינאווער רב געזאגט: "פאָרן יא, אבער שטעלן מעהד נישט".
ווען הרה"ח ר' אפרים פאלקאוויטש ז"ל האט אמאל פארציילט די עובדא פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע, האט דער רבי אים געבעטן אז ער זאל עס איבערדערציילן נאכאמאל, ווי דער שטייגער אַז ווען דער רבי האָט מקבל געווען אַ קראַנטע מעשה האָט ער דאָס געוואָלט הערן נאָכאַמאָל, ס'איז געווען קענטיג אז די מעשה האט ביים רבי'ן א גרויס חשיבות. ביי אן אנדערע געלעגנהייט האט דער רבי געפרעגט פון ר' אפרים אויב ער האט שוין געהערט די מעשה בעפאר די מלחמה, ווען ער האט געענטפערט אז יא האט דער רבי זייער הנאה געהאט.
שפעטער האט ר' אברהם'לע באקומען א ברכה פון הרה"ק משינאווא זי"ע אויף הצלחה און פרנסה בהרחבה. וכך הוה, ברכת צדיק עשתה רושם ווען ער איז געווארן שטארק פארמעגליך מיט הצלחה אין די געשעפטן זכותו הגדול יגן עלינו.
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

קוק איבער די שמועס פון א אסיפה וואס ווערט געדעקט אין "כד עייל שבתי" אין אשכול viewtopic.php?f=31&t=8585&view=unread#unread
כוחו בפה האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
https://we.tl/t-FebEEOHzNA

ווער ס'קען ביטע אהערשטעלן דעם טעקסט דערפון.

ווער ס'קען דאס דרייוון אדער דראפבאקס'ן העט האבן א גרויסע מצווה.
דרייוו
וועלעכע יאר איז דאס?
מיט וועם רעדט די רבי?
ווער האט דאס איצט ארויסגעגעבן?
אינעם נייעם ספר "כד עייל שבתי" קמב- קמג-קמד איז מבואר אז דעי רעקארדינג, איז פון די אסיפה כללית פון התאח"ר וואס איז פארגעקומען דינסטאג און מיטוואך תבא תשי"ט, י"ב און י"ג אלול תשי"ט, און די אסיפה איז געווען בעיקר געצילט איבער די "שוחטים יוניאן" וואס זענען געווען זייער בייז אויף התאח"ר איבער א אויפרוף פון התאח"ר פון יענע יאר פרשת במדבר אז מען זאל נישט קויפן נאר גלאט פלייש מיט א קלארע השגחה פון א ערליכער רב און אויב נישט ווערט מען נכשל מיט נבילות וטריפות.

און די "שוחטים יוניאן" האט עס אנגענומען ווי א פערזענליכע פראסק אז התאח"ר זאגט אז זייער פלייש איז זיכער נבילות וטריפות, און זיי האבן געוואלט אריינגעבן א קלאגע קעגן התאח"ר און איר מנהל הרשמ"ב, דער רבי איז דעמאלטס פונקט געווען אין ארה"ק, האט מען פארהאנדעלט מיט זיי אז זיי זאלן ווארטען ביז דער רבי קומט אהיים ער איז דאך דער נשיא און מען וועט זען וואס ער האט צוזאגן, און דער נירבאטורער רב און די רעקארדינג בערך ביי 12:27 האט בנוכחות פונעם רבין אויסגערופען "אז דעס וואס מען האט זומער געזאגט אז מען זאל נאר קויפען גלאט פלייש מיט א פארלעסליכער רב מיינט נישט צו זאגן אז פון די יוניאן איז טריפה עס ממינט צו זאגן אז עס קען זיין טריפה ווייל אן השגחה איז מעגליך אז עס טריפה און עס מיינט נישט דוקא די יוניאן".

למעשה זעט מען אז פון די אסיפה איז ארויסגעקומען אסאך תיקונים כמבואר בפרטיות בספר הנ"ל.

די רעקארדינג איז זייער אינטרעסאנט ווי מען הערט ווי פאר די מודעה פונעם נירבאטער'ער רב האט מען אויסגעשמועסט מיטען רבין פונקטליך וואס די מודעה זאל זיין, און וויאזוי דער רבי בעסערט עס אויס.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

[quote="בלומענטאל"]קוק איבער די שמועס פון א אסיפה וואס ווערט געדעקט אין "כד עייל שבתי" אין אשכול viewtopic.php?forms=0&t=8585&view=unread#unread
ייש"כ זייער שיין
100% זיכער נישט קיין שום ספק
קענווי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 1:37 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענווי »

איז דא צו באקומען דעם ספר אין ארץ ישראל
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

קענווי האט געשריבן:
איז דא צו באקומען דעם ספר אין ארץ ישראל
יא
100% זיכער נישט קיין שום ספק
קענווי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 1:37 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענווי »

ווי אין ירושלים?
א איד פון אמאל
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד פון אמאל »

אין ספר איז באשריבן מיט בילדער פון די פארטעסט חול המועד סוכות תשל"ד
כמדומה אז דאס איז א טעות די פארטעסט איז געווען תשל"ג ווייל תשל"ד איז געווען די יום כיפור מלחמה
עפעס שטימט נישט מיט דאטום ביי די מערכה
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

א איד פון אמאל האט געשריבן:
אין ספר איז באשריבן מיט בילדער פון די פארטעסט חול המועד סוכות תשל"ד
כמדומה אז דאס איז א טעות די פארטעסט איז געווען תשל"ג ווייל תשל"ד איז געווען די יום כיפור מלחמה
עפעס שטימט נישט מיט דאטום ביי די מערכה
יא עס איז זיכער א טעות און די פראטעסט איז פארגעקומען אין חוה"מ תשל"ג נישט תשל"ד, ווייל אזוי זעט מען אויכעט פון די דאקומענט וואס הרש"מ האט געשיקט פאר די מידיע וועגן די צוויי בחורים איז די דאטום September 7 1972, וואס קומט אויס אנהייב תשל"ג.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

קענווי האט געשריבן:
ווי אין ירושלים?
עיין אישי
100% זיכער נישט קיין שום ספק
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”