חומש פשוטו של מקרא

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך Who knows »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:געזעהן די וואך שבת א סתירה ביים לערנען.
די "פשוטו של מקרא" טיישט אויף בגדי השרד אז ס'מיינט די בגדים פון כהן גדול, און רש"י שרייבט "אומר אני לפי פשוטו של מקרא" אז ס'קען נישט זיין בגדי כהן גדול נאר ס'מיינט די בגדים וואס מ'האט פארדעקט די כלי המקדש.

עי' במפרשים (רמב"ן, דעת זקנים ועוד) און כנראה דעת חז"ל (במדרש) אז עס מיינט בגדי כהונה

דרך אגב, דאס וואס אלע רבי'ס טייטשן בגדי השרד "באדינוגס קליידער" איז דלא כרש"י וואס טייטשט "לעכעריגע קליידער", און דאס איז טאקע איינע פון די "שינויים" וואס תורה ברורה האט רח"ל משנה געווען פון די "מסורה"
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך לב בשר »

Who knows האט געשריבן:

אויב אלע מלמדי תינוקת די לעצטע דורות האבן געטייטשט באדינוגס קליידער און איינער טוישט, האט ער משנה געווען פון די מסורה.
קאן זיין ביי דיר איז עס ליצנות, ביי מיר איז עס רח״ל.

לב בשר האט געשריבן:אויב אלע מלמדי תינוקת די לעצטע דורות האבן געטייטשט באדינוגס קליידער און איינער טוישט, האט ער משנה געווען פון די מסורה.

דו האלטסט באמת אז עס איז א פראבלעם, אדער פשוט למיגדר מילתא מ'זאל נישט ח"ו קומען משנה זיין אנדערע זאכן זאל מען גארנישט משנה זיין אפי' דאס אויך נישט?

אויב אלע מלמדים האבן אזוי געטייטשט איז דעס שינוי המסורה.

ביי מיר איז שינוי מסורה א פראבלעם.

(כ׳ווייס נישט וואס די מלמדים אינדערהיים האבן געטייטשט. כפי האמור איז אלעס אויב די מלמדים האבן אזוי געטייטשט...)
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

Who knows האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:געזעהן די וואך שבת א סתירה ביים לערנען.
די "פשוטו של מקרא" טיישט אויף בגדי השרד אז ס'מיינט די בגדים פון כהן גדול, און רש"י שרייבט "אומר אני לפי פשוטו של מקרא" אז ס'קען נישט זיין בגדי כהן גדול נאר ס'מיינט די בגדים וואס מ'האט פארדעקט די כלי המקדש.

עי' במפרשים (רמב"ן, דעת זקנים ועוד) און כנראה דעת חז"ל (במדרש) אז עס מיינט בגדי כהונה

דרך אגב, דאס וואס אלע רבי'ס טייטשן בגדי השרד "באדינוגס קליידער" איז דלא כרש"י וואס טייטשט "לעכעריגע קליידער", און דאס איז טאקע איינע פון די "שינויים" וואס תורה ברורה האט רח"ל משנה געווען פון די "מסורה"

כ'האב געמיינט א ווערטל.
רש"י שרייבט אומר אני לפי פשוטו של מקרא, און די פשוטו של מקרא שרייבט אנדערש...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

לב בשר האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:געזעהן די וואך שבת א סתירה ביים לערנען.
די "פשוטו של מקרא" טיישט אויף בגדי השרד אז ס'מיינט די בגדים פון כהן גדול, און רש"י שרייבט "אומר אני לפי פשוטו של מקרא" אז ס'קען נישט זיין בגדי כהן גדול נאר ס'מיינט די בגדים וואס מ'האט פארדעקט די כלי המקדש.

עי' במפרשים (רמב"ן, דעת זקנים ועוד) און כנראה דעת חז"ל (במדרש) אז עס מיינט בגדי כהונה

דרך אגב, דאס וואס אלע רבי'ס טייטשן בגדי השרד "באדינוגס קליידער" איז דלא כרש"י וואס טייטשט "לעכעריגע קליידער", און דאס איז טאקע איינע פון די "שינויים" וואס תורה ברורה האט רח"ל משנה געווען פון די "מסורה"

אויב אלע מלמדי תינוקת די לעצטע דורות האבן געטייטשט באדינוגס קליידער און איינער טוישט, האט ער משנה געווען פון די מסורה.
קאן זיין ביי דיר איז עס ליצנות, ביי מיר איז עס רח״ל.

הגזמת אחי,

אריינברענגען מסורה דארט ווי מען דארף נישט, א שטייגער ווי אזא אומ-יסודותדיגע זאך ווי א טייטש אין חומש, מאכט נאר מענטשען פילן אן אפשיי צו די גאנצע מושג פון מסורה.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך למעלה משבעים »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:געזעהן די וואך שבת א סתירה ביים לערנען.
די "פשוטו של מקרא" טיישט אויף בגדי השרד אז ס'מיינט די בגדים פון כהן גדול, און רש"י שרייבט "אומר אני לפי פשוטו של מקרא" אז ס'קען נישט זיין בגדי כהן גדול נאר ס'מיינט די בגדים וואס מ'האט פארדעקט די כלי המקדש.

עי' במפרשים (רמב"ן, דעת זקנים ועוד) און כנראה דעת חז"ל (במדרש) אז עס מיינט בגדי כהונה

דרך אגב, דאס וואס אלע רבי'ס טייטשן בגדי השרד "באדינוגס קליידער" איז דלא כרש"י וואס טייטשט "לעכעריגע קליידער", און דאס איז טאקע איינע פון די "שינויים" וואס תורה ברורה האט רח"ל משנה געווען פון די "מסורה"

אויב אלע מלמדי תינוקת די לעצטע דורות האבן געטייטשט באדינוגס קליידער און איינער טוישט, האט ער משנה געווען פון די מסורה.
קאן זיין ביי דיר איז עס ליצנות, ביי מיר איז עס רח״ל.

הגזמת אחי,

אריינברענגען מסורה דארט ווי מען דארף נישט, א שטייגער ווי אזא אומ-יסודותדיגע זאך ווי א טייטש אין חומש, מאכט נאר מענטשען פילן אן אפשיי צו די גאנצע מושג פון מסורה.

וי"א אז אזא געפיל, מיינט געווענטליך אז ס'איז שוין לאנג דא אן אפשיי צו מסורה.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך Who knows »

איך האלט יא אז מסורה אויף א טייטש אין חומש איז א וויכטיגע זאך, אבער מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, ווען רש"י זאגט קלאר פארקערט האט רש"י א דין קדימה לכה"פ צו האבן די רעכט צו טייטשן אנדערש פון וויאזוי מלמדים האבן געטייטשט
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

למעלה משבעים האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:הגזמת אחי,

אריינברענגען מסורה דארט ווי מען דארף נישט, א שטייגער ווי אזא אומ-יסודותדיגע זאך ווי א טייטש אין חומש, מאכט נאר מענטשען פילן אן אפשיי צו די גאנצע מושג פון מסורה.

וי"א אז אזא געפיל, מיינט געווענטליך אז ס'איז שוין לאנג דא אן אפשיי צו מסורה.

און אנדערע ווערטער, דער וואס האט יא א געפיל צו מסורה וועט זיך די געפיל קיינמאל נישט קענען טוישען נישט קיין חילוק וואס מען וועט טוהן דערמיט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך מערכות הקודש »

גם רבני בד"ץ בני ברק מצטרפים נגד הפירוש 'פשוטו של מקרא',
Screenshot 2022-10-25 141143.png
Screenshot 2022-10-25 141143.png (191.82 KiB) געזען 1644 מאל
לעצט פארראכטן דורך מערכות הקודש אום דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך אומאן »

מערכות הקודש האט געשריבן:
גם רבני בד"ץ בני ברק מצטרפים נגד הפירוש המשכילי 'פשוטו של מקרא',
Screenshot 2022-10-25 141143.png
ביטע נישט פארפירן דעם עולם. זיי שרייבן נישט משכילי.
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך מערכות הקודש »

אומאן האט געשריבן:

שוין פאראכטן
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך מערכות הקודש »

אומאן האט געשריבן:
מערכות הקודש האט געשריבן:
גם רבני בד"ץ בני ברק מצטרפים נגד הפירוש המשכילי 'פשוטו של מקרא',
Screenshot 2022-10-25 141143.png
ביטע נישט פארפירן דעם עולם. זיי שרייבן נישט משכילי.
אינטערסאנט ווי זיי פארפירן דעם עולם
נאכן צוזאגן פאר די רבנים אז זיי גייען עס נישט ווייטער פארקויפן ביז מפארעכט די עוולות
למעשה פייפן זיי אריין אזוי ווי די בי"ד אין בני ברק שרייבט
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך farshlufen »

אטעטשמענטס
תקנת תמכין דאוריתא.PNG
תקנת תמכין דאוריתא.PNG (55.7 KiB) געזען 1564 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איישישאק »

אבי פארדרייט א קאפ

דער בני יששכר רעדט אויף משכילים וואס האבן געשריבן אויף חומש מיט א ציל צו ברענגן בילדונג ביי די יונגווארג דורך די חומש. נישט אויף אן ערליכע יונגערמאן וואס זוכט צו לערנן די פשוטו של מקרא לויט די גדולי המפרשים.

קושטא קאי, שיקרא לא קאי.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך farshlufen »

איישישאק האט געשריבן:
אבי פארדרייט א קאפ

דער בני יששכר רעדט אויף משכילים וואס האבן געשריבן אויף חומש מיט א ציל צו ברענגן בילדונג ביי די יונגווארג דורך די חומש. נישט אויף אן ערליכע יונגערמאן וואס זוכט צו לערנן די פשוטו של מקרא לויט די גדולי המפרשים.
וואס זענט איר אזוי ווילד.

דער הייליגער בני יששכר זאגט אונז קלאר, חומש לערנט מען אך ורק מיט גדולי הראשונים והקדמונים.

אלע אנדערע זענען לכל היותר ווערט ווי א צייטונג ארטיקל, גארנישט מיט די תורה הקדושה קיין שייכות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך איישישאק »

אנטשולדיגט, איך האב פארפעלט א ווארט.

דער הייליגער פשוטו של מקרא, איז נישט קיין 'לשון זרים', און ממילא קען מען לערנן די הייליגע חומש מיט זיין פירוש.

און דער בני יששכר רעדט פון היילגער מלמדים מיט היילגער קינדער, נישט הייליגער יונגעלייט און עלטערע הייליגער מענטשן.

הייליגער הייליגער הייליגער
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך farshlufen »

אנשולדיגט, איך האב נישט די זכי' צו פארשטין אזעלכע ה****ע ווערטער..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8850
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך יידישע קהילות »

למעשה זעהן מיר אז דער בעל בני יששכר זי"ע האט נישט געהאט א פראבלעם צו לערנען מיט קינדער דעם פירוש רשב"ם! כאטש כידוע אז זיין דרך איז אינגאנצן נישט ווי רש"י'ס, און גייט אפטמאל נאך אסאך ווייטער ווי דער אבן עזרא!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך נישט קיין ספק »

איך האף אז דער מו״ל פון פשוטו של מקרא האט הנאה פון די טויזענטער אידן, וואס לערנען און האבן הנאה צו לערנען און זיין הערליכער פירוש וואס איז אזוי שיין און קלאר.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך shalsheles »

געזען אין געשעפט אז די מו״ל האבן ארויסגעגעבן א חק לישראל כפשוטו מיט א פרישע הסכמה פון בד״ץ. זעהט אויס א שיינע ארבייט.
חזקי פרידמאן
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

shalsheles האט געשריבן:
געזען אין געשעפט אז די מו״ל האבן ארויסגעגעבן א חק לישראל כפשוטו מיט א פרישע הסכמה פון בד״ץ. זעהט אויס א שיינע ארבייט.
די פירוש אויף חומש איז די זעלבע פון פשוטו של מקרא?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך farshlufen »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
געזען אין געשעפט אז די מו״ל האבן ארויסגעגעבן א חק לישראל כפשוטו מיט א פרישע הסכמה פון בד״ץ. זעהט אויס א שיינע ארבייט.
די פירוש אויף חומש איז די זעלבע פון פשוטו של מקרא?
ניין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך מערכות הקודש »

פשוטו לעקוואד.png
פשוטו לעקוואד.png (255.79 KiB) געזען 773 מאל
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חומש פשוטו של מקרא

תגובה דורך פאראויס »

ס’איז א פרישע קול קורא? וואס האט אויפגעוועקט די מערכה יעצט?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פארשפארט

צוריק צו “ספרים ומחברים”