וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

אברך משי האט געשריבן:איך זוך א ספר, אפשר איז שוין דא, וואס זאל אויסלערנען אלע עניני "זמנים" כגון שקיעה, צאת הכוכבים, רבנו תם, איינער וואס צולייגט אלע שיטות אויף קליין געלט ממש פאר מתחילים
קען איינער רעקאמאנדירן?

איך וואלט מער מציע געוועהן ספר הזמנים בהבנה, ממש געפיטערט אין מויל
אטעטשמענטס
ספר הזמנים בהבנה.jpg
ספר הזמנים בהבנה.jpg (62.29 KiB) געזען 1328 מאל
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

יעקב99 האט געשריבן:8. א ביאור אויף אלע פלעצער וואס זענען דערמאנט אין תורה [שבכתב ושבע"פ], מיט מפות און היינטיגע בילדער פון די פלעצער

9. א ביאור אויף אלע בעלי חיים וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט היינטיגע בילדער פון יעדע בעל חי

10. א ביאור אויף אלע סארטן חפצים [כלים, מטבעות, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט בילדער פון יעדע זאך

11. תולדות פון אלע מענטשן [צדיקים, נביאים, מלכים, שרים, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט היינטיגע בילדער פון יעדע זאך וואס האט מיט זיי [קבר, די שטאט וואס זיי האבן געלעבט דארט, וכדומה]

מען קען צולייגן

אלע צמחים דערמאנט אין דער תורה (משנה און גמרא)
אלע כלי זמר דערמאנט אין דער תורה (און משנה וגמרא דהיינו חז"ל)

אויף אלע צמחים ווייס איך נישט צו עס איז שוין דא, אבער אויף די י"א סימני הקטורת דארף איך צו האבן.
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

צד תמות האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:עס איז דא א געוואלד פון 'באקאנטע' צדיקים וואס זייער תולדות איז נאך נישט באשריבן, אדער איז עס געווען באשריבן אין ארטיקלען במשך ה'יארן אין צייטונגען וכדומה אבער נאך נישט ארויס לאור עולם אין א ספר.

לדוגמא?

וואס קומט מיר יעצט אויף'ן געדאנק..
ר' משה פיינשטיין (אויף לשון הקודש)
ר' שלמה זלמן אוירבאך (א נארמאלע מסודר'דיגע זאך אויף אים איז נאך נישט דא)
ר' אליעזר סילבער (קען נישט ווארטען איינער זאל זיך נעמען ארבעט'ן אין שרייבן קורות חייו, דארף זיין 'גאר' אינטרעסאנט)
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

סופרים וספרים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:עס איז דא א געוואלד פון 'באקאנטע' צדיקים וואס זייער תולדות איז נאך נישט באשריבן, אדער איז עס געווען באשריבן אין ארטיקלען במשך ה'יארן אין צייטונגען וכדומה אבער נאך נישט ארויס לאור עולם אין א ספר.

לדוגמא?

וואס קומט מיר יעצט אויף'ן געדאנק..
ר' משה פיינשטיין (אויף לשון הקודש)
ר' שלמה זלמן אוירבאך (א נארמאלע מסודר'דיגע זאך אויף אים איז נאך נישט דא)
ר' אליעזר סילבער (קען נישט ווארטען איינער זאל זיך נעמען ארבעט'ן אין שרייבן קורות חייו, דארף זיין 'גאר' אינטרעסאנט)

דער פראבלעס איז אז דאס זענען נישט פירמעס, און עס מוז זיך מאכן א אייניקל וואס זאל זיין אינטרעסירט און האבן די יכולת (סיי געלט און סיי דער טאלאנט) דערצו.

דער גאס איז זייער אינטערסירט אבער נישט גרייט צו באצאלן פאר די ארבעט וואס עס פאדערט. נאך א נס אז עס זענען דא אזעליכע בלעטער ווי עלים לתרופה וואס קעיטערט פאר א חסידות, און אלס א דבר השלם צאלן מדפיסיס פאר א תולדות המחבר אבער זיי זענען ווינציג אינטרעסירט אין א תולדות השלם אויב עס מיינט טאקע עכט געלט, און פאר בחנם עסט מען כינים זאגט די וועלט. דאס איז מיין עקספיריענס.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יעקב99 האט געשריבן:אלע דברי תורה פון הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע [מלוקט פון ספרי תלמידיו], אין איין ספר/סעט ספרים

תורת המגיד?
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

סופרים וספרים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:עס איז דא א געוואלד פון 'באקאנטע' צדיקים וואס זייער תולדות איז נאך נישט באשריבן, אדער איז עס געווען באשריבן אין ארטיקלען במשך ה'יארן אין צייטונגען וכדומה אבער נאך נישט ארויס לאור עולם אין א ספר.

לדוגמא?

וואס קומט מיר יעצט אויף'ן געדאנק..
ר' משה פיינשטיין (אויף לשון הקודש)
ר' שלמה זלמן אוירבאך (א נארמאלע מסודר'דיגע זאך אויף אים איז נאך נישט דא)
ר' אליעזר סילבער (קען נישט ווארטען איינער זאל זיך נעמען ארבעט'ן אין שרייבן קורות חייו, דארף זיין 'גאר' אינטרעסאנט)

נאך א דוגמא:
פונעם מנחת אלעזר איז דא טויזענטער מעשיות, אין עס איז נאך נישט ארויסגעקומען א געהעריגע באשרייבונג, נאר תולדות רבינו וכו'
רבי משה ראזוודוב.
אזוי אויך פון דער צבי לצדיק פון בלאזוב
ה'תורת אלף משאפראן
און פיל נאך גרויסע באקאנטע צדיקים, עס איז דא אסאך קליינע באשרייבונגען אבער מען האט עס קיינמאל צוזאמגענומען.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

סופרים וספרים האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:עס איז דא א געוואלד פון 'באקאנטע' צדיקים וואס זייער תולדות איז נאך נישט באשריבן, אדער איז עס געווען באשריבן אין ארטיקלען במשך ה'יארן אין צייטונגען וכדומה אבער נאך נישט ארויס לאור עולם אין א ספר.

לדוגמא?

וואס קומט מיר יעצט אויף'ן געדאנק..
ר' משה פיינשטיין (אויף לשון הקודש)
ר' שלמה זלמן אוירבאך (א נארמאלע מסודר'דיגע זאך אויף אים איז נאך נישט דא)
ר' אליעזר סילבער (קען נישט ווארטען איינער זאל זיך נעמען ארבעט'ן אין שרייבן קורות חייו, דארף זיין 'גאר' אינטרעסאנט)

אויף ר׳ שלמה זלמן איז דא צוויי וואס איך האב. איינס נאר איבער אים, די אנדערע באשרייבט רש״ז און הגאון ר׳ מרדכי אליהו דורך איינער וואס איז נאנט געווען מיט ביידע.
אני הוא הנער, נער המדבר
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

געווענליך זענען אזעליכע ספרים "וועגן" די גדולים אבער נישט קיין עכטע תולדות, ווייל זיי דעקן בעיקר זיין צווייטן האלב לעבן (ווען ער איז שוין געווען א מפורסם און א האוז האלד נאמען) און זענען יוצא מיט ראשי פרקים אויף זיין ערשטע האלב לעבן, אריינגערעכנט זיינע עלטערן און אפשטאם און חברים און רבי'ס וכו'.

נעם הגאון רבי שלמה זלמן אלס א דוגמא, ער האט חתונה געהאט ביי די צוואנציג אין שנת תר"צ, אבער עס איז העכסט אינטרעסאנט ווי אזוי עס וואקסט אויס אזא גדול און ווי גרויס ער איז שוין געווען ביי די צוואנציג. דאס אשרי יולדתו איז דאך געזאגט געווארן אויפן מאמען פון גדול, איז קומט זיך איר אז די כותבי התולדות זאלן ארויס האבן די גדלות פון דאס שטוב וכו' אין אריין קריכן אין וואס מער פרטים דארט.

דאכט זיך מיר אז אויף הגאון רבי משה'ס מציבה שטייט פון וועמען ער איז א אייניקל, און די כותבי התולדות (כותבי סיפורים) האבן זיך נישט באמיהט צו קיקען צו וויסן וואס צו זיכן. א תולדות מיינט א ריכטיגע תולדות און נישט נאר סיפורים איבער א גדול.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

יצחק טובי' האט געשריבן:פאר מיר פערזענדליך איז בילדער א מיינעס, איך האב ליב א מסודר'דיגע ספר אן קיין פאטשקערייען.

אסאך בעסער מיט בילדער. אבער אמת'דיגע בילדער.
דאס העלפט זייער צו פארשטיין.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

סעלפאן האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:
10. א ביאור אויף אלע סארטן חפצים [כלים, מטבעות, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט בילדער פון יעדע זאך

איך האב לעצטענס געזעהן אזא קונטרס עס האט אויזגעזעהן צו זיין זייער אינטערסאנט.
ארויס געגעבן דורך קינדער פון המחנך המפורסם ר' ירוחם ווייכברויט פון מאנסי.
(איך ווייס נישט ווי מ'קען דאס באקומען).

ווי הייסט דאס?
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

צד תמות האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:8. א ביאור אויף אלע פלעצער וואס זענען דערמאנט אין תורה [שבכתב ושבע"פ], מיט מפות און היינטיגע בילדער פון די פלעצער

פון מוה"ק איז דאכט זיך דא היפש א גוטע ספר אויף דעם

מיר זוכן דאך א היימישע זאך עפ"י מקורות מוסמכים מרבותינו.
נישט פון זיי.
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

יעקב99 האט געשריבן:ווי הייסט דאס?

דענק איך נישט.
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זכרונות האט געשריבן:געווענליך זענען אזעליכע ספרים "וועגן" די גדולים אבער נישט קיין עכטע תולדות, ווייל זיי דעקן בעיקר זיין צווייטן האלב לעבן (ווען ער איז שוין געווען א מפורסם און א האוז האלד נאמען) און זענען יוצא מיט ראשי פרקים אויף זיין ערשטע האלב לעבן, אריינגערעכנט זיינע עלטערן און אפשטאם און חברים און רבי'ס וכו'.

נעם הגאון רבי שלמה זלמן אלס א דוגמא, ער האט חתונה געהאט ביי די צוואנציג אין שנת תר"צ, אבער עס איז העכסט אינטרעסאנט ווי אזוי עס וואקסט אויס אזא גדול און ווי גרויס ער איז שוין געווען ביי די צוואנציג. דאס אשרי יולדתו איז דאך געזאגט געווארן אויפן מאמען פון גדול, איז קומט זיך איר אז די כותבי התולדות זאלן ארויס האבן די גדלות פון דאס שטוב וכו' אין אריין קריכן אין וואס מער פרטים דארט.

דאכט זיך מיר אז אויף הגאון רבי משה'ס מציבה שטייט פון וועמען ער איז א אייניקל, און די כותבי התולדות (כותבי סיפורים) האבן זיך נישט באמיהט צו קיקען צו וויסן וואס צו זיכן. א תולדות מיינט א ריכטיגע תולדות און נישט נאר סיפורים איבער א גדול.

אסאך ספרים איבער אונזערע גדולים האבן די פראבלעם. מ׳פליעט דורך די ערשטע צוואנציג/דרייסיג יאר און מ׳שרייבט נאר איבער די מופתים שפעטער ווען מ׳איז שוין געווען ברייט באקאנט...
אני הוא הנער, נער המדבר
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

נא_שכל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:3. עץ חיים מיט א קלארע ביאור אבער נישט צו באריכות [ענדלעך צו תפארת ישראל על המשניות]
5. א סידור מיט כוונות צום דאווענען מלוקט פון חסידישע ספרים
6. הלכות שמיטה/תרומות ומעשרות/כלאיים מסודר הלכה למעשה, מיט אלע שיטות הפוסקים

עץ חיים עם הביאור של רבי יעקב משה הלל שליט"א.

ווי הייסט דאס?
עס איז ממש א קלארע ביאור אז ייעדער איינער קען פארשטיין?

סידור עם כוונת מחסידישע ספרים ג"כ כבר יש, שכחתי שם הסידור, אחד בשם "טויב" ממאנסי הוא המלקט.

אסאך מאל לערנעט מען אין חסידישע ספרים פארשידענע עניינים וואס מדארף מכווין זיין ביים דאווענען, אבער ווען עס קומט למעשה פארגעסט מען אלעס.
עס וואלט געדארפט זיין א סידור ענדלעך צו "סידור המפורש" וכדומה, וואס ברענגט בקצרה די טיפע כוונות פון די חסידישע ספרים כדי צו מכוון זיין ביי די דאווענען.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

להודות האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:אלע דברי תורה פון הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע [מלוקט פון ספרי תלמידיו], אין איין ספר/סעט ספרים

תורת המגיד?

עס וואלט געדארפט ארויס קומען א ספר וואס איז מלקט אלע אלע דברי תורה פון מגיד צו איין פלאץ.
[כעין בעש"ט ה' כרכים וואס איז ארויס לעצטנס].
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

יעקב99 האט געשריבן:דברי תורה פון מגיד

ספר "תורת המגיד" טוט דאס.
איך מיין ס'דא וואס ארבעטן אויף א ליקוט כעין די בעש"ט.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יעקב99 האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:3. עץ חיים מיט א קלארע ביאור אבער נישט צו באריכות [ענדלעך צו תפארת ישראל על המשניות]
5. א סידור מיט כוונות צום דאווענען מלוקט פון חסידישע ספרים
6. הלכות שמיטה/תרומות ומעשרות/כלאיים מסודר הלכה למעשה, מיט אלע שיטות הפוסקים

עץ חיים עם הביאור של רבי יעקב משה הלל שליט"א.

ווי הייסט דאס?
עס איז ממש א קלארע ביאור אז ייעדער איינער קען פארשטיין?
שרשי הי"ם

עס איז בנמצא אויף אוצר החכמה.

ס'האט א פירוש משולב ע"ד הפשט, מלוקט פון כמה ספרים, ובתוכם כמה כת"י על עץ חיים. און דערנאך האט עס חידושים וביאורים, מקשה ומתרץ כדרכה של תורה, ס'קען זיך דאכטן מ'לערענט א שטיקל בבא קמא.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

זכרונות האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:8. א ביאור אויף אלע פלעצער וואס זענען דערמאנט אין תורה [שבכתב ושבע"פ], מיט מפות און היינטיגע בילדער פון די פלעצער

9. א ביאור אויף אלע בעלי חיים וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט היינטיגע בילדער פון יעדע בעל חי

10. א ביאור אויף אלע סארטן חפצים [כלים, מטבעות, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט בילדער פון יעדע זאך

11. תולדות פון אלע מענטשן [צדיקים, נביאים, מלכים, שרים, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט היינטיגע בילדער פון יעדע זאך וואס האט מיט זיי [קבר, די שטאט וואס זיי האבן געלעבט דארט, וכדומה]

מען קען צולייגן

אלע צמחים דערמאנט אין דער תורה (משנה און גמרא)
אלע כלי זמר דערמאנט אין דער תורה (און משנה וגמרא דהיינו חז"ל)

אויף אלע צמחים ווייס איך נישט צו עס איז שוין דא, אבער אויף די י"א סימני הקטורת דארף איך צו האבן.

טאקע דארף מען א ספר וואס איז מבאר אלע סארט צמחים וכדו' וואס איז דערמאנט אין תורה.
אבער זאל זיין ע"פ רבותינו הראשונים והאחרונים בדרך המסורה לנו [און נישט לויט המצאות פון חוקרים].

אין ספר הקדוש "שלטי הגיבורים" איז מבואר די כלי זמר וואס זענען דערמאנט אין תורה. עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער וואלט עס איבער געדרוקט מיט היינטיגע שיינע בילדער.
סממני הקטורת איז מבואר גוט מיט שיינע בילדער אין ספר "פירושי הראשונים על ברייתת פיטום הקטורת" פון א חשוב'ער תלמיד חכם פון ארץ ישראל.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

צ.ק.

12. א ספר ביאור ווי בית המקדש האט און וועט אויסזעהן מיט שיינע בילדער
[אבער דווקא א היימישע ספר ע"פ רבותינו, אן תערובת פון חוקרים חיצונים וואס טראכטן אויס וואס עס שמעקט זיי]
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

צ.ק.

13. לקט ספרי חסידות ככתבם וכלשונם אויף ייעדע פרשה און פרשה, ענדלעך צו די ספרים אויף ימים טובים.
עס דארף זיין א סעט פון 53 בענדער, מיט הארטע דעקלעך.

[פונקט ווי עס איז דא ספרים "מועד במועדו" און "קריאי מועד" אויף די ימים טובים, מעג אויך זיין פאר ייעדע פרשה].
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

זכרונות האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:8. א ביאור אויף אלע פלעצער וואס זענען דערמאנט אין תורה [שבכתב ושבע"פ], מיט מפות און היינטיגע בילדער פון די פלעצער

9. א ביאור אויף אלע בעלי חיים וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט היינטיגע בילדער פון יעדע בעל חי

10. א ביאור אויף אלע סארטן חפצים [כלים, מטבעות, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט בילדער פון יעדע זאך

11. תולדות פון אלע מענטשן [צדיקים, נביאים, מלכים, שרים, וכדומה] וואס זענען דערמאנט אין תורה, מיט היינטיגע בילדער פון יעדע זאך וואס האט מיט זיי [קבר, די שטאט וואס זיי האבן געלעבט דארט, וכדומה]

מען קען צולייגן

אלע צמחים דערמאנט אין דער תורה (משנה און גמרא)
אלע כלי זמר דערמאנט אין דער תורה (און משנה וגמרא דהיינו חז"ל)

אויף אלע צמחים ווייס איך נישט צו עס איז שוין דא, אבער אויף די י"א סימני הקטורת דארף איך צו האבן.

אויף אלע צמחים איז דא צוויי הערליכע בענדער פון דעם באקאנטן ידען נפלא הגאון ר' מיכל שטרן מו"ץ בעזרת תורה מיטן נאמען "תורת הצמחים"

גאר א הערליכע ארבעט כדרכו בקודש
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

צ.ק.

14. ספר "כי טוב יום בחצריך" - א לוח דבר יום ביומו, וואס יעדען טאג וועט שטיין אלע זאכן וואס איז געווען אדער וואס האט א שייכות צו דעם טאג. און מ'וועט ברנגען אלע פסוקים און מאמרי חז"ל [משניות בבלי ירושלמי מדרשים וכו'] מיט א גוטע ביאור, כדי מ'זאל קענען לערנען אין דעם טאג די אלע עניינים וואס האט א קשר צו די טאג. ווי עס איז באווסט פון קדמונים די סגולה פון דעם.
צו ביישפיל: כ"ג סיוון, וועט שטיין די פסוקים פון ליהודים היתה אורה וכו', וואס איז געווען די טאג.
ה' תמוז, וועט שטיין די ערשטע פרק פון יחזקאל.
און אזוי ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך יעקב99 אום דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 8:47 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

15. ספר "הכנה לנסיעה קיין ארץ ישראל" - א ספר וואס וועט שטיין דארט אויף ייעדע פלאץ אין ארץ ישראל, אלע זאכן וואס זענען געווען אין די פלאץ.
מלוקט פון תנ"ך משניות בבלי ירושלמי מדרשים תוספתא וכו'.
און אזוי אויך די אלע הלכות וואס איז שייך צו דעם פלאץ, כגון ברכות הראיה, און ברכות "שעשה ניסים לאבותינו במקום הזה" אין געוויסע פלעצער, און נאך.
לעצט פארראכטן דורך יעקב99 אום דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 5:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

16. דער זעלבער געדאנק אויף פלעצער אין חוץ לארץ, כגון אור כשדים בבל פרס מדי ננוה אשור, אוין אויך שפאנייע און פראנקרייך וואס זענען דערמאנט איין מאל אין תנ"ך, און אויך אלע מדינות וואס זענען צוטיילט געווארן צו נח'ס אייניקלעך וכדומה.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: וועלכע ספר וואלט איהר געוואלט זאל זיין, און ס'איז נאכנישט דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

17. א ספר וואס וועט אויס לערנען הלכות שחיטה און ניקור, קלאהר, מיט בילדער, פון א' ב' ביז הלכה למעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”