ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

לכבוד זמן שמחתינו וועלן מיר פראבירן יעדער שטיק צייט ארויף קומען דא אין באשרייבן די נייע ספרים וואס קומען ארויס כמעט מידי יום ביומו. אין פארשטייצעך מען קען נישט באשרייבן אלע ספרים וואס קומען ארויס, וויבאלד עס איז דאך כמעט כמים שאין להם סוף, אבער מען וועט פראבירן וויפוהל די צייט וועט ערלויבן.
אין די אשכול 'ספרים חדשים שיוצאים לאור' ווערט שוין געברענגט א חלק פון די ספרים וואס קומען ארויס, אבער דארט וועט עס נאר געברענגט טריקען נאר מיט א בילד אדער עדווערטייזמענט, וזהו.
אין דער אשכול וועט מען פראבירן צו ברענגען אביסל א באשרייבונג אויף די נייע ספרים, די תוכן אין די מעלות, אין אסאך מאל אויך די דברים הצריכים תיקון לפי עניות דעתי.

ובזה החלי בעזה"י:

[align=center]ספר מבוא התלמוד[/align]
מבוא לתלמוד.jpg
מבוא לתלמוד.jpg (386.34 KiB) געזען 4135 מאל

הקדמה קצרה: שוין א לאנגע צייט וואס איך דריי מיך ארום מיט א שווער הארץ אויף 'ארטסקרול' פארוואס אלע זייערע גוטע ספרים אין books געבן זיי ארויס נאר אויף ענגליש, וואס זענען מיר היימישע אידישע רעדענדע שולדיג, אז אינז קענען נישט גענוסען פון די גאלדענע אוצרות וואס זיי געבן ארויס. אבער אין די לעצטע יאר האבן זיי געמאכט א שטיקל טויש אין דער ענין, אין זיי האבן אנגעהויבען ארויס צו געבן זייערע פיינע סחורה אויך אויף לשון הקודש, אין איינער פון די הערליכע זאכן וואס זיי האבן נאר ארויסגעגעבן איז די ספר 'מבוא לתלמוד'. שרייבען שרייבען זיי אז עס איז ווי א ספר השלמה צו די פירוש הארטסקרול אויף ש"ס, אבער אפילו אן דעם קען מען קובע זיין א ברכה לפני עצמו אויף דעם ספר.
די ספר איז געשריבן מיט א געוואלדיגע בהירות ווי נאר ארטסקרול קען, אין די ערשטע פאר פרקים ווערט באשריבען די תולדות עם ישראל פון די חיבור המשנה, ביז די חתימת התלמוד, אין שפעטער, זענען זיין מאריך די תולדות פון אלע באוויסטע תנאים אין אמוראים וואס ווערן געברענגט אין תלמוד בבלי, אין די תולדות איז געבויעט פון מעשות אין מימרות וואס זיי זאגן אין תלמוד בבלי און אין די מדרשים הפלא ופלא. זאגען אז עס איז א עונג שבת צו זיך אוועק זעצען אויפ'ן קאטש מיט דעם ספר איז א אנדער סטעיטמענט.
אין צום סוף ספר האבן זיי געדריקט די 'הקדמת הרמב"ם למשנה' מיט א פירוש, בתוספות ביאורים אין הערות, וואס די ספר הקדמת הרמב"ם איז סתם אזוי א חוב אויף א יעדער איד צו קענען, אין דא האבן זיי עס געמאכט פאר א דבר השוה לכל נפש.
ובנוסף צו דעם האבן זיי איבערגדריקט די 'אגרת רב שרירא גאון' וואס איז געדריקט אין אראמיש, אין זיי האבן צו געלייגט א פירוש אין דער זייט פון לשון קודש מעשה ידי אומן.
ווען איך וואלט ווען געוועהן א מנהל אין חדר, וואלט איך איינגעפוהרט אז מען זאל דעם ספר לערנען יעדער טאג פאר 15 מינוט אין קלאס.
הכלל העולה עס איז ווערט זיך איינצוהאנדלען דעם ספר, אין לפי עניות דעתי וועט מען נישט קיין חרטה האבן.




[align=center]ספר המזכיר[/align]
המזכיר.jpg
המזכיר.jpg (29.68 KiB) געזען 4135 מאל

דער ספר איז געווידמעט צו שרייבן די תולדות פון די מזכיר פון די לויבאווישטער רבין הרב התמים רבי יהודה ליב גרונער ז"ל.
פון אויבן אויף זעהט אויס ווי דער ספר דארף זיין זייער אינטרעסאנט, אין עס דארף האבן אסאך נייע אויפדעקונגען, אין ווי זיי שרייבן כסדר נאך יעדער דריטע שטיקל אז עס איז גענומען געווארען פון א 'יומן' וואס הגרי"ל האט געשריבן, אין די פרייז וואס זיי בעטען פאר דעם ספר ($30) געבט אפילו צו אז עס איז נישט נאך א ספר תולדות נאר עפעס א חידוש.
אבער נאכן אדורך ליינען, האב איך אפאר הערות. קודם כל, א ספר תולדות אויף א מענטש דארף זיין געשריבן דארך א מענטש א יודע סופר, וואס האט א גאלדענע פעדער, כדי די ספר 'זאל זיך ליינען', אבער דער ספר המזכיר פעלט דער סארט שרייבער, וועגן דעם פעלט דארט אויך די רצופות הקריאה, דהיינו איין שטיקל האט נישט מיט די צווייטע, אין עס ליינט זיך שווערליך.
נאך א חסרון האט דער ספר, אז עס זייער נישט מסודר, די פרקים האבן נישט קיין אנהייב אין קיין סוף, עס איז נישט געבויט אויף יארן וכדו', וואס דעס אלעס מאכט א בוקה מבוקה ומבלקה.
זאת ועוד, ווען איך האב ווען א יומן פון הגרי"ל - אין ווי זיי שרייבן איז דער יומן געשריבן געווארן, פון נאך בעפאר הגרי"ל האט באקומען דער פאסטאן, ביז די לעצטע טאג וואס דאס איז א געוואלד מיט סחורה - וואלט איך ארויסגעגבן די יומן ככתבו וכלשונו פון הגרי"ל, לויט די סדר השנים וואס עס איז געשריבן געווארען, אין אינטען גלייגט הערות אין הוספות אין מאריך געוועהן דארט ווי מען דארף מאריך זיין, אין די תולדות פון הגרי"ל וואלט איך געשריבן אין אנהייב פון די ספר בקצרה.
שוין! אבער אזוי ווי איך געב נישט ארויס דעם ספר, אין ווי איך פארשטיי וועט נאך ארויסקומען נאך חלקים פון דעם 'ספר המזכיר', איז אפשר אויף להבא וועלן זיי מתקן זיין הדברים הצריכין תיקון.
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

או הא!
ישר כחכם, מאכט אייך באקוועם.
למען לא ניגע לניק (ליפא)
עמדין
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:00 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמדין »

זייער גוט געשריבן...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עמדין האט געשריבן:זייער גוט געשריבן...
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליכע געדאנק און שיינע באשרייבונג.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

די ספר מבוא לתלמיד איז גאר א גיטע ארבעט אבער די אגרת לרב שרירא האבען זיי נישט געשריבען וועלעכע גירסא זיי האבען כידוע עס איז דא 2 גירסא
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

צ/ק

יישר כוח, גיי אן ווייטער, כה לחי
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יישר כחך
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

גוטע געדאנק!! א דאנק!
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:די ספר מבוא לתלמיד איז גאר א גיטע ארבעט אבער די אגרת לרב שרירא האבען זיי נישט געשריבען וועלעכע גירסא זיי האבען כידוע עס איז דא 2 גירסא

ליין די הקדמה, שטייט קלאר.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

א גוטע געדאנק פון אן אשכול
סופרים וספרים האט געשריבן:אין די ערשטע פאר פרקים ווערט באשריבען די תולדות עם ישראל פון די חיבור המשנה, ביז די חתימת התלמוד, אין שפעטער, זענען זיין מאריך די תולדות פון אלע באוויסטע תנאים אין אמוראים וואס ווערן געברענגט אין תלמוד .

די ערשטע איז 100 זייטן און די צווייטע 350 זייטן
אויך מיין איך וואלט געווען גוט ווען זיי האבן כללי הש"ס, און די כללי הוראה
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

כללי הש"ס וואלט געוועהן גאר פיין. כללי הוראה איז שוין א צווייטע פרשה, עי' שו"ת יביע אומר חלק א' בהקדמה
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

[align=center]ספר דרכי התלמודים[/align]
OIP.jpg
OIP.jpg (20.37 KiB) געזען 3852 מאל

דער בעל מחבר פון דער ספר, איז א גאון הגאונים, מארי דתרי תלמודאי, אין א עמקן מופלג, מיט'ן נאמען: הרב אחיקם קשת שליט"א, פון דער נאמען זעהט מען גלייך אז ער קומט פון אן אנדערע חדר ווי אינז, אבער אפילו אזוי מיינעך אז מען קען זאגען אז עס איז נאך נישט געוועהן קיין בחור נישט קיין חילוק אין וועלכע ישיבה ער לערנט, אדער א אפילו א אינגערמאן וואס איז השוקד על דלתי תורה, וואס איז נאך נישט אויסגעקומען צו אריינקוקען אין זיין באוויסטע הפלא'דיגע ספר 'קובץ יסודות וחקירות' [וואס איז ראוי צו א מאמר לפני עצמו].

דער ספר 'דרכי התלמודים' איז בעצם א המשך פון זיין ספר 'אמרי במערבא' ווי נאכן אדארך גייען בעיון גאנץ תלמוד בבלי אין תלמוד ירושלמי ברענגט ער אלע (!) פלעצער ווי די ירושלמי קריגט זיך מיט די בבלי.

דא אין די ספר 'דרכי התלמודים' איז ער ארויף א שטאפעל אין ברענגט 120 מחלוקת שורשיים ציווישען די דרך הלימוד אין תלמוד בבלי אין די דרך הלימוד אין תלמוד ירושלמי, אין פון דער מחלוקת שורשיים, זעהט מען אז די בבלי אין די ירושלמי האבן געהאט א אנדערע צוגאנג אין די דרכי הלימוד.

אין איך וועל שרייבן אפאר דוגמאות:

אין פרק ל"א שרייבט ער: אז די כלל פון 'כל העומד' - דהיינו, אז מען איז דן א זאך אויף זיין עתיד, שטייט נאר אין תלמוד בבלי אבער נישט אין תלמוד ירושלמי. ווי למשל: 1. די כלל פון כל העומד לזרוק כזרוק דמי (בבא קמא עו, ב) 2. כל העומד לפדות כפדוי דמי (בבא קמא שם) כל העומד לשרוף כשרוף דמי (מנחות קב, ב) כל העומד לחתוך כחתוך דמי (חולין עב, ב) שטייט נאר אין תלמוד בבלי, אין נישט אין תלמוד ירושלמי. אין אזוי אויך זעהט מען ביי די דין פון 'לולב של עיר הנדחת', ווי די תלמוד בבלי שרייבט די טעם פארוואס עס איז פסול איז ווייל 'כתותי מיכתת שיעוריה', וואס די סברא פון דעם איז ווי רש"י שרייבט אין מסכת חולין (פט, ב ד"ה שיעורא) ווייל מען זאגט 'כל העומד לישרף כשרוף דמי'. ווידער די ירושלמי שרייבט (סוכה, פ"ג, ה"א) די טעם פארוואס לולב של עיר הנדחת איז פסול איז וויבאלד עס שטייט אין פסוק: ולקחתם לכם, דרשנ'ט מען: משלכם, ולא משל איסורי הנאה. זעהט מען פון דעם אז די סברא אז מען איז דן א זאך על שם עתידו איז נאר געוועהן מקובל ביי די דרך הלימוד אין תלמוד בבלי, אבער נישט אין תלמוד ירושלמי.

אין פרק פ"ד ברענגט ער ארויס, אז אין די תלמוד בבלי ווערט מער נדגש די ענין פון 'לימוד התורה' ווי אין תלמוד ירושלמי, אין ער ברענגט אויף דעם 23 (!) דוגמאות. אין דא האט איר כמה דגמאות:
1. ביי די חטא פון די בני עלי, האט די אייבישטער געזאגט (שמואל א, ג, יד) וְלָכֵן נִשְׁבַּעְתִּי לְבֵית עֵלִי אִם יִתְכַּפֵּר עֲוֹן בֵּית עֵלִי בְּזֶבַח וּבְמִנְחָה עַד עוֹלָם דרשנ'ט אויף דעם די גמרא אין תלמוד בבלי (ראש השנה יח, א) בזבח ובמנחה אינו מתכפר, אבל מתכפר בתורה - פירוש: אז די בני עלי וועלן טאקע נישט ווערן מכופר אויף זייער עבירות מיט א קרבנות, אבער מיט 'לימוד התורה' וועלן זיי יא נתכפר ווערן ווייל לימוד איז אסאך גרעסער ווי די עבודה פון קרבנות. די ירושלמי (שבת, פ"ה, ה"ה) אבער דרשנ'ט אויף דעם פסוק: בזבח ובמנחה אינו מתכפר, אבל מתכפר לו 'בתפילה' - פירוש: אז די בני עלי וועלן נתכפר ווערן דארך 'תפילה'. אין די ירושלמי שרייבט נישט אז זיי וועלן נתכפר ווערן דארך 'לימוד התורה'.
2. די תלמוד בבלי (שבת, ל, א, מכות, י, א) דרשנ'ט אויף די פסוק (תהלים, פד, יא) כִּי טוֹב יוֹם בַּחֲצֵרֶיךָ מֵאָלֶף בָּחַרְתִּי הִסְתּוֹפֵף בְּבֵית אֱלֹהַי מִדּוּר בְּאָהֳלֵי רֶשַׁע, חביב עלי יום 'שאתה עוסק בתורה' מאלף עולות. די ירושלמי (שבת פ"ב ה"א) דרשנ'ט אויף דער פסוק: חביב עלי 'משפט וצדק' שאתה עושה יותר מן הקרבנות.נאך א פלאץ ווי די ירושלמי דרש'נט נישט דער פסוק אויף לימוד התורה, נאר אויף משפט וצדק.

אין אזוי שרייבט ער נאך 120 יסודות וואס מען זעהט אז די ירושלמי אין די בבלי האבן געהאט אן אנדערע דרך אין לערנען. הפלא ופלא.
לעצט פארראכטן דורך סופרים וספרים אום מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 1:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א טיפן שכח פאר סופרים וספרים
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קארצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

ווארטן מיר בכליון עינים אויף נאָך א באריכט, מוראדיג הנאה געהאט, א טיפן דאַנק
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

ספר חכימא דיהודאי


חכימא דיהודאי (2).jpg
חכימא דיהודאי (2).jpg (42.23 KiB) געזען 3587 מאל


אויף די דעקל פון די ספר שטייט: ברקים היוצאים מפי חכם היהודים 'גדול הדור' רבי אהרן ליב שטינמן זצוק"ל. איז פון אויבן אויף זעהט אויס אז די ספר איז געווידמעט צו ארויס ברענגען די שארפע קלוגע 'ברקים' פון הגרא"ל שטינמן, אבער למעשה איז דער ספר אסאך מער ווי דעם, אין עס ווערט געברענגט אסאך הנהגות אין סתם מימרות, אין לאו דוקא קלוגע אין שארפע ברקים.

ווער הגרא"ל שטינמן איז געוועהן דארף מען פאר קיינעם נישט זאגן אין פארציילן, דער איד האט געשאקעלט א וועלט, אין פון אינדרויסען האט אויסגעזעהן ווי מען רעדט דא פון א תמימות'דיגע איד, וואס איז דבוק נאר בדברים העוסקים בחיי עולם, אין ער איז נישט אזוי באהאווענט בעניני עולם הזה, אבער ציווישען די בלעטער פון די ספר, זעהט מען ווי דער גאון וקדוש האט ארויסגעהאט פיין זיין דור, אין די הלוך ילך פון דער מענשטהייט פון זיין דור.

דריי דוגמאות פון מעשיות וואס איז מיר געפאלען:

1. (מער א באוויסטע מעשה), עס איז אמאל אריינגעקומען צו אים א מענטש מיט צוויי סארטען קאפלעך אין זיין הענט, איינס איז געוועהן מער אזא פשוט'ע, אין די אנדערע מער אזא אפדעטיעט סארט, אין געוויזען פאר די ראש הישיבה הגרא"ל, אין געפרעגט: די ראש ישיבה זעהט א חילוק ציווישען די ביידע קאפלעך? ענטפערט די ראש ישיבה: ניין! זאגט דער מענשט צו די ראש ישיבה מיט טענות: די ראש ישיבה זאל וויסן אז מען האט אהיים געשיקט מיין זוהן פון חדר, וויבאלד ער איז געגאנגען דער אפדעטעיט סארט קאפל, אין קוק, אפילו די ראש ישיבה זעהט נישט וואס די פראבלעם איז מיט די סארט קאפל, והא ראי' די ראש ישיבה זעהט נישט קיין חילוק ציווישען די צוויי. הגרא"ל האט געזעהן מיט וועמען ער האט דא צוטוהן, געט ער א פרעג צוריק דער מענטש: זאג נאר, די זעהסט יא א חילוק ציווישען די צוויי קאפלעך? ענטעפערט דער מענטש: ניין!, זאגט אים די חכם היהודים הגרא"ל: אויב אזוי וואס גייט די אן צו אנטוהן די פשוט'ע קאפל פאר דיין זוהן, אין שלום על ישראל?!!!

2. כידוע אין ארץ ישראל איז די נושא פון 'דרייווען קארס' זייער אפגעפרעגט, אז רוב רובו של חרדי'שע אידן איז מאכן לייסענס (רישיון) פאר א קאר ווי אזא אפגעפרעגטע זאך (איינער פון די זאכן וואס ירושלים דארץ ישראל, איז מער הייליג ווי ירושלים דאמעריקא) ובפרט אין ליטווישע ארץ ישראל'דיגע וועלט. איז איינמאל אריינגעקומען צו הגרא"ל א אינגערמאן, אין געפרעגט פון די ראש ישיבה, אויב ער מעג מאכן לייסענס צו דרייווען א קאר? האט אים די ראש ישיבה גענטפערט: וואס גייסטו האבן פון דעם אז די האסט לייסענס? ענטפערט די אינגערמאן: אז מען ער קען פארדינען א געוואלד מיט צייט דארך דעם וואס ער קען דרייווען א קאר. פרעגט אים די ראש ישיבה צוריק: אין וואס גייסטו טוהן מיט די צייט וואס די גייסט פארדינען???? ומפני האדם חפו!!

3. א נערוועזע בריסקע סארט אינגערמאן איז אמאל אריין צו די ראש ישיבה, אין זיך אויסגערעדט, אז עס האט אים געכאפט די נערווען, אז ער האט נישט אינזינען געהאט ביי זיין חתונה בשעת ער האט מקדש געוועהן זיין פרוי 'לשם קנין', אין ער איז אין א גרויסע פראבלעם, וואס זאל ער טוהן?
האט אים די ראש ישיבה צוריק געפרעגט: זאגט נאר, היינט ווען די האסט געקויפט ברויט אין גראסערי אינדערפרי, האסטו אינזינען געהאט לשם קנין???

איין הערה אויף די אויסשטעל פון די ספר, די ספר איז ספר וואלט געקענט זיין האלב די סייז, דארך נישט דריקען אזעלכע גרויסע אותיות, אין געבן אזויפוהל רוח ציווישען איין שורה אין די אנדערע, אבער נאך אלעם ליינט זיך עס געשמאק.

די מוציא לאור איז: מערכת 'קול חוצב', דעס איז א שרייבער וואס שטייט אינטער די קנאקעדיגע ספרים: 1. קול חוצב - תולדות רבי שלום שבדרון, 2. ויאמר הנני - אויף הגאון רבי אברהם גנחובסקי 3. ספר ללא שם - אויף הגאון רבי בן ציון פלמן, ועוד. אבער דער ספר חכימא דיהודאי, איז בכלל נישט געבויעט אויף די מהלך פון די דריי ספרים אויסגערעכנט אויבן, נאר מער ווי א 'ספר ליקוטים'.
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

געזען אין דער שרייבער אויסגאבע. זייער שיינע רעוויאוס הרב סופרים וספרים!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

ספר תורת החינוך

תורת החינוך.jpg
תורת החינוך.jpg (64.73 KiB) געזען 3074 מאל

דער ספר איז א ליקוט פון דרשות פון די פה מפיק מרגליות כבוד קדושת טאלנא רבי'ן שליט"א פון ירושלים. די טאלנא רבי איז שוין באוויסט פאר צענדליגער יארן פאר א איש חינוך, אין פארשטייט צו נפש פון א קינד א בחור ווי אזוי צו מחנך זיין. ווער עס האט שוין געהערט א דרשה פון אים אויף חינוך ווייסט וואס איך מיין.

דא האבן זיינע תלמידים ארויסגעגעבן א ספר מיוסד אויף די פרשת השבוע, אבער יעדער שטיקל איז געבויט אויף עניני חינוך, דהיינו זיי האבן צוזאם גענומען פון אלע זיינע דרשות וואס איז געוועהן אויף עניני חינוך וואס האט א דיירעקטע שייכות מיט די פרשות השבוע [וואס האט א מעלה אין א חסרון, ווייל אז די ווילסט ארויס געבען א ספר אויף חינוך, וואס דארף עס האבן מיט די פרשה צוטוהן, געב ארויס א ספר מיוסד אויף 'ערכים' אין חינוך, אבער פון די אנדערע זייט ווען עס איז מיוסד אויף די פרשת השבוע ווערט עס מער געלערנט, אין א מענשט טרעפט מער א אינטערעסע אריין צוקוקען דערינען]. אין צו סוף פון יעדער מערכה אויף די פרשה שטייט אין אזא קעסטעל 'זאת תורת החינוך' א קארצע ביאור וואס מען נעמט ארויס למעשה בעניני חינוך פון דעם מאמר.

די טאלנא רבי איז באוויסט מיט זיין הערליכע שיינע דרשות אין שיעורים, צו איז זיינע שיעורים אויף חומש רש"י, ווי אזוי ער צונעמנט א רש"י מיט זיינע קשיות הפלא ופלא, אין שפעטער ווי מיט א פוליש'ע יסוד פון א שפת אמת והמסתעף פארטיישט ער די רש"י בדרך מתוק [הגם, זיינע קשיות איז אסאך שענער פון די תירוצים]. אין אזוי אויך זיינע שיעורים על הש"ס, אזעלכע שיעור כללי'ס איינמאל א אוואך אויף די סוגיות וואס מען לערנט יענע וואך אויף דף היומי, וואס איז על פי רוב געבויעט אויף די פולי'שע און גאליציא'נער ספרים, א שטייגער ווי שפת אמת על הש"ס (וואס אויב מען רעדט שוין, איז דארט דא א געוואלד מיט חידושים נפלאים געשריבן מיט א פשטות, ווי מען וועט אין א אנדערע געלעגנהייט בעזר השם מאריך זיין), אבני נזר, חלקת יואב, דובב מישרים וכדו', ווי דארט ווייסט ער זיין גאונות אין עמקות, אין עס ווערט איבער געגעבען מטובל במרגליות ופרפראות, אין בדומה לו!

ציווישען די בלעטער פון די ספר, איז דא א געוואלד מיט שיינע געדאנקען אין סיפורים אויף עניני חינוך [וואס אויב איינער האט נישט קיין כח צו דארך טוהן די גאנצע מערכה אויף יעדער פרשה, קען מען נאש'ן פון דא אין פון דארט]. אין דא האט איר איינער פון די קרישקעלעך הללמד על הכלל כולו יצא:

ער ברענגט א מעשה (פרשת נצבים, עמוד שפה) וואס ער האט געהערט פון א איד די בעל המעשה. דער איד איז געוועהן א בחור וואס איז געקומען פון חוץ לארץ לערנען קיין ארץ ישראל אין א ישיבה, אין משום איזה סיבה האט אים איין שיינעם טאג די משגיח פון די ישיבה ארויסגעווארפען פון ישיבה, אין דער בחור וואס איז געוועהן א חוץ לארץ'דיגע בחור האט נישט געהאט ווי צו שלאפן, האט ער זיך בלית ברירה געדרייט אויף די ירושלים'ע געסער, אין אזוי גייענדיג האט ער אנגעטראפען די אלטע טאלנא רבי זי"ע [אבי אמו של הטאלנא רבי שליט"א], אין די ער האט געפרעגט די בחור, וואס דרייט ער זיך אזוי אויף די גאס, האט דער בחור פארציילט, אז מען האט אים ארויסגעווארפען פון ישיבה, אין ער האט נישט ווי צוגיין. ווען די טאלנא רבי האט דאס געהערט איז ער געווארען אינגאנצען ערשיטערט, אין ער האט געפרעגט דער בחור, ווער איז ער משגיח וואס האט דיך ארויסגעווארפען, אין ווי וואוינט ער, אין ווי נאר די בחור האט אים געזאגט, איז די טאלנא רבי בכבודו ובעצמו אריינגעקלאפט ביי יענער משגיח אינדעהיים, הגם עס איז שוין געוועהן נאך חצות הלילה, אין דער משגיח וואס איז שוין געלעגן אין בעט גרייט איינצושלאפען איז געקומען צום טוהר, אין צו זיין גרויס פליאה, זעהט ער שטיין דארט די טאלנא רבי'ן, אין די טאלנא רבי רופט זיך אן צום משגיח: איך פארשטיי אז מען דארף אמאל אמאל ארויס ווארפען א בחור פון ישיבה משום איזה סיבה שהוא אין אויף דעם האב איך נישט קיין טענות, אבער אויף דיך ווינדער איך זיך, "ווי אזוי קענסטו זיך לייגען שלאפן, ווען די ווייסט אז עס דרייט זיך א בחור אויף די גאס אן קיין פלאץ ווי צו שלאפן"???? אין פארשטייט זיך די משגיח האט אנגענומען די נזיפה, אין ער האט צוריק אריינגענומען די בחור, וואס איז שפעטער אויסגאוואקסען לשם ולתפארת.

על כל פנים די ספר איז שיין מסודר נחמד למראות עינים, אין אינז האפ'ן אז זיי וועלן ממשיך זיין ארויס צוגעבען נאך ספרים פונ'עם טאלנא רבי'ן שליט"א, ובפרט ווארטען מיר אז זיי זאלן דריקען זיינע שיעורים על הש"ס.
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

די שרייבסט דיך מוראדיג שיין און קלאר, יישר כוח על העבר, ובקשה על העתיד פאר נאך
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

מי הוא זה האט געשריבן:די שרייבסט דיך מוראדיג שיין און קלאר, יישר כוח על העבר, ובקשה על העתיד פאר נאך

;l;p-
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קנאפער ידען האט געשריבן:געזען אין דער שרייבער אויסגאבע. זייער שיינע רעוויאוס הרב סופרים וספרים!

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
סופרים וספרים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 10:28 am

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים וספרים »

ספר זכרון טל

זכרון טל.jpg
זכרון טל.jpg (82.39 KiB) געזען 2713 מאל

עס איז טאקע נישט אזוי ניי דער ספר, אבער דאך געפינט זיך דער ספר אויף די פאליצע, אין מען האלט נאך אין שנה ראשונה.

דער ספר איז א דוגמא פון א ספר וואס מען כאפט אן אין די ספרים געשעפט, אין אזוי נישט וועלענדיג טרעפט מען זיך א האלבע שעה שפעטער האבענדיג אפגעליינט א האלב ספר.
די ספר איז א ליקוט פון עובדות וספורים דערציילט דארך דער געהויבענע חסיד רבי לייבל טייטלבוים ז"ל. געבוירען איז ער אין קראקא, געדרייט האט ער זיך אין ראדומסק און אין בעלזא, אין גענאשט האט ער פון יעדעם. פאר די וואס האבן ליב די גאליציא'נער סארט שפראך איז דאס ספר א גאלדען גריב.

די ספר איז טאקע א קליין אין פאפיר, דערגרייכט נוטאמאל קיין 200 זייטען, אבער יעדער שטיקל דארט איז א דיימאנט שטיין, זיך צו באלעקען די פינגער, אזש אז מען קען זאגן, ניצוץ אחד יוצא ממפוח שלו ששורף אסאך אנדערע דיקע ספרים.
צו באמערקען אז דער ספר איז ארויסגעקומען חשון תשפ"א, אין דארט שטייט נאך, אויף רבי לייבל'ן שליט"א, אבער אין ליידער ממש אין יענער תקופה איז ער אוועק לחיי העולם הבא.

אין ווי פריער געשריבן איז ממש אויף יעדען דף דא א דבר חידוש, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועלן מיר שרייבן אפאר דוגמאות פון די ספר כדי צו געבן א טעימה קלה פון וואס עס רעדט זיך.

1. אין עמוד קכט שרייבט ער: עס האט אים פארציילט א חסיד מיט'ן ר' דוד יערסלאווער ע"ה, אז ער איז געוועהן אין געטא צוזאמען מיט די בעלזא רב ז"ל, אין ער איז צוגעגאנגען צום בעלזא רב ז"ל אין זיך געוואלט מזכיר זיין אז ער זאל ניצל ווערן פון די רשעים, אין ווי נאר ער האט זיך דערנענטערט צום בעלזא רב איז מרוב פחד האט ער נישט געקענט עפענ'ן דאס מויל, איז ער געבליבן שטיין דארט שטיל. נאך אפאר מינוט האט די בעלזא רב ז"ל אויף געהויבען זיינע הייליגע אויגן אין זיך אנגערופען פאר ר' דוד: דוד! וואס קען יעך טוהן? די טאטע ז"ל (מהרי"ד מבעלזא) האט געזאגט אז א הלוואה איז א סגולה אויף אריכות ימים, יעך מייך, אז א פקדון אויך, נעם דיר מיין קיטל. אין ר' דוד האט גענומען די קיטל פון די בעלזא רב אלץ פיקדון, אין באורח פלא איז ער ניצל געווארען פון די רשעים ימ"ש.

אזא מעשה איז בעצם נאך א מעשה פון א מופת פונ'עם בעלזא רב ז"ל בשעת'ן קריג, אבער וואס מיר איז געפאלן, בנוסף צו דעם אז מען זעהט אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים, דעס וואס בעלזא רב ז"ל האט נאך געזאגט פון טאטען 'א הלוואה איז א סגולה אויף אריכות ימים'. שוין אפאר יאר וואס איך האב געהערט דעם מימרא, אין דא איז עס מיט א מקור מוסמך.

2. איינמאל איז געקומען קיין בעלזא אויף יום טוב שבועות עפעס אן איש מכובד, אין מען האט געגעבען פאר דעם איש מכובד אן עלי' לתורה שבת נאך שבועות, די ערשטע הוספה, אין דער איד האט געהאט חלישות הדעת פון דעם, ווייל ער האט געהאלטען אז לפי כבודו וואלט ער געדארפט באקומען א שענערע עליה, איז בשעת'ן אדארך גיין זיך אנוויטשען גוט יום טוב נאכן דאווענען, איז ווי נאר דער איש מכובד איז אריבער די בעלזא רב ז"ל, רופט זיך די בעלזא רב ז"ל אן צו דעם איד: אין בעלזא איז דער ערשטע הוספה אויך געוועהן א חשובע עליה.

בעצם זעהט אויס ווי עס שטייט גארנישט דא, אבער איינער וואס ליינט אסאך בעלזא מעשיות ובפרט פון בעלזא רב ז"ל, איז דאס נישט סתם נאך א מעשה, נאר מען קען דאס אויסקעשן, והמבין יבין.

3. ער פארציילט אז נאכן קריג איז די סקווירא רבי ז"ל געוועהן אין אנטווערפען א שטיק תקופה, אין שפעטער איז ער געווארען קיין לונדון, אין ווי דארט איז ער געפארען קיין אמעריקע. פארציילט ער אז בשעת די סקווירא רבי איז געוועהן אין לונדון, איז צוגעקומען א איד צום סקווירא רבי'ן מיט א 'קאלפיק' אין מציע געוועהן פאר סקווירא רבי'ן זאל עס קויפן, אין אזוי וועט ער ממשיך זיין מסורת אבותיו הק', אין ער האט געבעטען פאר דעם 50 פונט. האט אים סקווירא רבי געזאגט אז ער האט נישט דער סכום צו צאלן פאר דעם, אין ער האט ניטאמאל ווייניגער ווי 50 פונט. האט זיך יעדער איד אנגערופען צום סקווירא רבי: רבי! תורה זאגט איר נישט, זינגען - זינגט איר נישט, איך זאג אייך עס וועט אייך קומען צום נוץ!

4. איינמאל איז ער ארויף צו רבי איציקל זצ"ל צוזאמען מיט זיין ידיד נעורים ר' אפרים צוויבעל, אין זיי זענען געגאנגען נאך געלט פאר אויס צו האלטן די בעלזא רב ז"ל הויז אין תל אביב, אין רבי איציקל האט געגעבן א סכום, אין ר' אפרים האט געבעטען פון ר' איציקל אן הוספה (אזוי ווי א גאליציאנ'ער קען), אין די גבאי דארט האט זיך אויפגערעגט אויף ר' אפרים היתכן ער בעהט אן הוספה, אבער ר' איציקל האט אים געגעבן דער הוספה, אין ער האט צוגעלייגט: איבער יאהר זאלסטו זיך ווייטער דינגען!

5. פארציילט ער אז רבי משה פיינשטיין איז געוועהן א באזוך ביים טשעבינ'ר רב, אין ווען רבי משה איז ארויס פון די באזוך, האט די טשעבינ'ר רב געפרעגט ר' יואל רייצער (מנאמני ביתו): וואס זאגסטו אויף אים? האט ר' יואל גענטפערט: ער מאכט דאך פון זיך גארנישט, האט טשעבינ'ר רב צוגעלייגט: "דאס איז דאך שיין שיינקייט"!
"אין חכמת אדם מגעת אלא עד מקום שספריו מגיעין, ולכן ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה ספרים"
(רבי יצחק קנפנטון - מגדולי חכמי ספרד - בספרו 'דרכי התלמוד')
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ספרי הרב אחיקם קשת http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=14630
אמרי במערבא https://www.hebrewbooks.org/52701
דרכי התלמודים https://www.hebrewbooks.org/65095
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: ספרים חדשים - מיט א קורצע באשרייבונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

יישר כח @סופרים וספרים
די אשכול איז א גאר גוטע געדאנק,הערליך און גוט געשריבן
איך קוק ארויס אויף די ווייטערדיגע
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”