מי יודע האט געשריבן:אלס סאטמערער און צו וויסן הלכה וואלט איך דיר געראטן צו קויפן אוצר הלכות, פשוט אין פסקי תשובות האב איך מורא מיך צו פארלאזן אויף עפעס, זייער אסאך נישט היימישע, און ס'איז דא זאכן וואס אונז האב מיר אנדערש אנגענומען אבער אלס ידיעות, קען זיין וועסט אין פסקי תשובות האבן מער א אויסוואל, פאר דעם איז נטעי גבריאל אויך גוט
אויף פסקי תשובות מעג זיך קיינער נישט פארלאזן, לאו דוקא א סאטמערע. ער האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט פאר מראי מקומות און געשריבן מיט א געשמאקע לשון. איך האב זייער ליב צו קוקן דערין אבער אויף הלכה למעשה דאאף מען נאכקוקן אינעווייניג אין די ספרים וואס ער ברענגט.
א פסק הלכה פון דריידל? הלכה למעשה? דארף מען פרעגן דעם פסקי תשובות אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף דריידל'ס פסקים...
ער איז א חשובער מורה הוראה בישראל, און א באקאנטער יודע ספר. גראדע האב איך געטראפן דארט גאר שטארקע חומרות וואס מ'פסקנ'ט דאהי לקולא, און נאכן מברר זיין האב איך געהערט אז אין ארץ ישראל פסקנ'ט מען דערויף לחומרא.
גארנישט מיט סאטמאר צו טוהן די פראבלעם מיט פסקי תשובות איז אז ער נעמט אריין אין זיין סך הכל פון פוסקים אסאך א ברייטערע היקף פון ספרים ווי די היימישע מורי הוראה לדוגמא ספרי רבי עובדי׳ אור לציון ציץ אליעזר אז נדברו משנה הלכות ועוד וואס ביי אוצר הלכות האסטע דאס נישט
ס'מער ווי דאס. איך האב געהערט פון צוויי מורי הוראה (און אויך אליינס געזעהן) אז ער קען ברענגן א פסק בשם א ספר וואס ווען מ'קוקט נאך די מקור זעהט מען אז ער זאגט נישט ממש דאס. נאכאמאל, ס'איז א געוואלדיגע ספר וואס איז מקיף גאר אסאך און איך האב געזעהן גרויסע דיינים האבן דאס אויף זייער טיש אבער ח"ו צו פסק'נען הלכה למעשה.
ווער עס איז שוין אמאל אריין צו הגאון רבי שלמה לייב וויינבערגער מגדולי הדיינים בקהילת סאטמר ומחברי ביד"ץ אין זיין ספרים צימער האט שוין זיכער באמערקט די "אויסגעהארעוועטע" פסקי תשובות אויף די טיש קוקט אויס ווי די מערסטע באנוצטע ספר ביים דיין!
אוצר הלכות איז זייער א שיינער אין קלארע ארבעט. אבער איין פראבלעם האט עס, כידוע אין די לעצעטע 60 יאר איז כמעט יעדער ערנסטע שאלה אין הלכה אדורך געגאנעגען די טיהר פון הרב אלישיב, אין א ספר וואס זאל נישט דערמאנען 'קיינמאל' הרב אלישיב, איז מיר א גרויסע פלא. אפילו די בעל נשמת שבת, ברעגנט אין זיינע ספרים 100'טע פסקים פון הרב אלישיב, און פארשטייט זיך ער שרייבט עס ברמיזה, וכלשונו: וכן פסק 'בקוב"ש'.
זיך אנשטויסענדיג אין דעם אשכול וויל איך הערן פון אנדערע בנוגע א שאלה וואס דרוקט מיר שוין לאנג.
איך בין זיך מחי׳ מיט דעם אוצר הל׳ ווען עס קומט נאכצוקוקן א שאלה, כגון אין הל׳ שבת, בין איך שוין אסאך מאל גרינג און שנעל געהאלפן געווארן, [נישט חלילה צו פסק׳נען, נאר פשוט וויסן צו עס איז א שאלה, און וואס צו פרעגן].
מיין שאלה איז צו עס איז א תכלית פשוט זיך זעצן ׳לערנען׳ אוצר הל׳ לשם לימוד התורה, צו עס גייט אריין אין קאפ הל׳ וואס קומען אזוי אן קיין יגיעה, אדער אפשר איז מען כאטשיג קונה אין דעם ידיעת התורה.
איך פרעג עס, היות איך האב געזעהן אזעלכע וועלכע האבן זיך ממש קובע געווען א שיעור אין דעם, ונפשי חשקה זיך קובע זיין א שיעור אין הל׳, און קיין סך צייט האבן מיר נישט, קיצור שו״ע האבן מיר שוין גענדיג, און איך זיך א גרינגע הל׳ ספר זיך קובע צו זיין א שיעור, וויל איך הערן פון אנדערע זייער בליק בנוגע זיך קובע זיין א שיעור דערינען.
בערל קראקאווער האט געשריבן:זיך אנשטויסענדיג אין דעם אשכול וויל איך הערן פון אנדערע בנוגע א שאלה וואס דרוקט מיר שוין לאנג.
איך בין זיך מחי׳ מיט דעם אוצר הל׳ ווען עס קומט נאכצוקוקן א שאלה, כגון אין הל׳ שבת, בין איך שוין אסאך מאל גרינג און שנעל געהאלפן געווארן, [נישט חלילה צו פסק׳נען, נאר פשוט וויסן צו עס איז א שאלה, און וואס צו פרעגן].
מיין שאלה איז צו עס איז א תכלית פשוט זיך זעצן ׳לערנען׳ אוצר הל׳ לשם לימוד התורה, צו עס גייט אריין אין קאפ הל׳ וואס קומען אזוי אן קיין יגיעה, אדער אפשר איז מען כאטשיג קונה אין דעם ידיעת התורה.
איך פרעג עס, היות איך האב געזעהן אזעלכע וועלכע האבן זיך ממש קובע געווען א שיעור אין דעם, ונפשי חשקה זיך קובע זיין א שיעור אין הל׳, און קיין סך צייט האבן מיר נישט, קיצור שו״ע האבן מיר שוין גענדיג, און איך זיך א גרינגע הל׳ ספר זיך קובע צו זיין א שיעור, וויל איך הערן פון אנדערע זייער בליק בנוגע זיך קובע זיין א שיעור דערינען.
ייש״כ פארן נעמען די מיה צו ענטפערן, הצלחה רבה.
איך האב געפרעגט א אדם גדול (ביטע נישט פרעגן ווער) די שאלה און ער האט בכלל נישט פארשטאנען וואס די ספק איז.. ער האט געזאגט אז אוודאי איז עס געהעריג לימוד התורה און אפילו צוגעלייגט אז איינער וואס האט ווייניגער צייט צו לערנען זאל קודם קובע זיין א שיעור אין דעם ספר (אדער אן אנדערע מיט די זעלבע ציל) און לכשירחיב זאל מען גיין ווייטער מיט טור, שולחן ערוך, וכדו׳.
נ.ב. איך האב געפרעגט די שאלה אלץ איינער וואס ארבעט אגאנצן טאג און וויל קובע זיין א שיעור אין הלכה פשוט צו וויסן און טוהן מצוות ווי מען דארף.. איך האב געפרעגט ספעציפיש אויף די ספר אוצר הלכות ווס. משנה ברורה/שולחן ערוך הרב וכדו׳.
דריידל האט געשריבן:ס'מער ווי דאס. איך האב געהערט פון צוויי מורי הוראה (און אויך אליינס געזעהן) אז ער קען ברענגן א פסק בשם א ספר וואס ווען מ'קוקט נאך די מקור זעהט מען אז ער זאגט נישט ממש דאס. נאכאמאל, ס'איז א געוואלדיגע ספר וואס איז מקיף גאר אסאך און איך האב געזעהן גרויסע דיינים האבן דאס אויף זייער טיש אבער ח"ו צו פסק'נען הלכה למעשה.
מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע מורה הוראה דאס צו באמערקן, ער איז סימפל נישט קיין מעתיק שמועה, ער איז נישט מדקדק אז עס זאל זיין 100% וואס עס שטייט אינעם מקור פון וואו ער ברענגט עס.
אגב, אינעם אוצר הלכות האב איך שוין אויך עטליכע מאל געטראפן אזוינע זאכן, און אויך א לאפוקי פון א תשובה ספר קען ווערן 'וגם בספר פלוני הזכיר סברה זו', על כן פארלאז מיר זיך טאקע נישט אויף אים בדרך כלל, אבער ס'איז נאך אלס פון די בעסטע ליקוטי הלכות מזמנינו.
מי יודע האט געשריבן:אלס סאטמערער און צו וויסן הלכה וואלט איך דיר געראטן צו קויפן אוצר הלכות, פשוט אין פסקי תשובות האב איך מורא מיך צו פארלאזן אויף עפעס, זייער אסאך נישט היימישע, און ס'איז דא זאכן וואס אונז האב מיר אנדערש אנגענומען אבער אלס ידיעות, קען זיין וועסט אין פסקי תשובות האבן מער א אויסוואל, פאר דעם איז נטעי גבריאל אויך גוט
אויף פסקי תשובות מעג זיך קיינער נישט פארלאזן, לאו דוקא א סאטמערע. ער האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט פאר מראי מקומות און געשריבן מיט א געשמאקע לשון. איך האב זייער ליב צו קוקן דערין אבער אויף הלכה למעשה דאאף מען נאכקוקן אינעווייניג אין די ספרים וואס ער ברענגט.
א פסק הלכה פון דריידל? הלכה למעשה? דארף מען פרעגן דעם פסקי תשובות אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף דריידל'ס פסקים...
ער איז א חשובער מורה הוראה בישראל, און א באקאנטער יודע ספר. גראדע האב איך געטראפן דארט גאר שטארקע חומרות וואס מ'פסקנ'ט דאהי לקולא, און נאכן מברר זיין האב איך געהערט אז אין ארץ ישראל פסקנ'ט מען דערויף לחומרא.
גארנישט מיט סאטמאר צו טוהן די פראבלעם מיט פסקי תשובות איז אז ער נעמט אריין אין זיין סך הכל פון פוסקים אסאך א ברייטערע היקף פון ספרים ווי די היימישע מורי הוראה לדוגמא ספרי רבי עובדי׳ אור לציון ציץ אליעזר אז נדברו משנה הלכות ועוד וואס ביי אוצר הלכות האסטע דאס נישט
ס'מער ווי דאס. איך האב געהערט פון צוויי מורי הוראה (און אויך אליינס געזעהן) אז ער קען ברענגן א פסק בשם א ספר וואס ווען מ'קוקט נאך די מקור זעהט מען אז ער זאגט נישט ממש דאס. נאכאמאל, ס'איז א געוואלדיגע ספר וואס איז מקיף גאר אסאך און איך האב געזעהן גרויסע דיינים האבן דאס אויף זייער טיש אבער ח"ו צו פסק'נען הלכה למעשה.
דריידל האט געשריבן:אויף פסקי תשובות מעג זיך קיינער נישט פארלאזן, לאו דוקא א סאטמערע. ער האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט פאר מראי מקומות און געשריבן מיט א געשמאקע לשון. איך האב זייער ליב צו קוקן דערין אבער אויף הלכה למעשה דאאף מען נאכקוקן אינעווייניג אין די ספרים וואס ער ברענגט.
א פסק הלכה פון דריידל? הלכה למעשה? דארף מען פרעגן דעם פסקי תשובות אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף דריידל'ס פסקים...
ער איז א חשובער מורה הוראה בישראל, און א באקאנטער יודע ספר. גראדע האב איך געטראפן דארט גאר שטארקע חומרות וואס מ'פסקנ'ט דאהי לקולא, און נאכן מברר זיין האב איך געהערט אז אין ארץ ישראל פסקנ'ט מען דערויף לחומרא.
גארנישט מיט סאטמאר צו טוהן די פראבלעם מיט פסקי תשובות איז אז ער נעמט אריין אין זיין סך הכל פון פוסקים אסאך א ברייטערע היקף פון ספרים ווי די היימישע מורי הוראה לדוגמא ספרי רבי עובדי׳ אור לציון ציץ אליעזר אז נדברו משנה הלכות ועוד וואס ביי אוצר הלכות האסטע דאס נישט
ס'מער ווי דאס. איך האב געהערט פון צוויי מורי הוראה (און אויך אליינס געזעהן) אז ער קען ברענגן א פסק בשם א ספר וואס ווען מ'קוקט נאך די מקור זעהט מען אז ער זאגט נישט ממש דאס. נאכאמאל, ס'איז א געוואלדיגע ספר וואס איז מקיף גאר אסאך און איך האב געזעהן גרויסע דיינים האבן דאס אויף זייער טיש אבער ח"ו צו פסק'נען הלכה למעשה.
ווער עס איז שוין אמאל אריין צו הגאון רבי שלמה לייב וויינבערגער מגדולי הדיינים בקהילת סאטמר ומחברי ביד"ץ אין זיין ספרים צימער האט שוין זיכער באמערקט די "אויסגעהארעוועטע" פסקי תשובות אויף די טיש קוקט אויס ווי די מערסטע באנוצטע ספר ביים דיין!
אוודאי אזוי, פאר אוצר הלכות איז פסקי תשובות געווען די מערסטע באנוצטע ספר ביי די מורי הוראות, ווייל ער געט דיר אדרעסן, אבער מ'דארף קענען מכריע זיין, און דאס איז נישט געמאכט פאר איינער וואס איז נישט קיין מורי הוראה (בנוסף וואס איינער האט דא פריער געשריבן און כ'האב עס שוין געהערט פון אנדערע אויך אז אסאך מאל איז נישט מדויק נאכגעברענגט, וכבר שמעתי כן על ספר הלכה אחרת מגדולי דורינו)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
חוץ פון דעם האט געשריבן:אוצר הלכות איז זייער א שיינער אין קלארע ארבעט. אבער איין פראבלעם האט עס, כידוע אין די לעצעטע 60 יאר איז כמעט יעדער ערנסטע שאלה אין הלכה אדורך געגאנעגען די טיהר פון הרב אלישיב, אין א ספר וואס זאל נישט דערמאנען 'קיינמאל' הרב אלישיב, איז מיר א גרויסע פלא. אפילו די בעל נשמת שבת, ברעגנט אין זיינע ספרים 100'טע פסקים פון הרב אלישיב, און פארשטייט זיך ער שרייבט עס ברמיזה, וכלשונו: וכן פסק 'בקוב"ש'.
כדברי פארשלאפן ועוד אונז האב מיר ב"ה אייגענע גדולים, און יעדע שאלה וואס איז נישט דערמאנט אין די ספרי אחרונים האט ער מגדולי המורים וואס זאלן מכריע זיין, די תורה איז נישט געגעבן געווארן נאר פאר די ליטאים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע האט געשריבן:אלס סאטמערער און צו וויסן הלכה וואלט איך דיר געראטן צו קויפן אוצר הלכות, פשוט אין פסקי תשובות האב איך מורא מיך צו פארלאזן אויף עפעס, זייער אסאך נישט היימישע, און ס'איז דא זאכן וואס אונז האב מיר אנדערש אנגענומען אבער אלס ידיעות, קען זיין וועסט אין פסקי תשובות האבן מער א אויסוואל, פאר דעם איז נטעי גבריאל אויך גוט
אויף פסקי תשובות מעג זיך קיינער נישט פארלאזן, לאו דוקא א סאטמערע. ער האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט פאר מראי מקומות און געשריבן מיט א געשמאקע לשון. איך האב זייער ליב צו קוקן דערין אבער אויף הלכה למעשה דאאף מען נאכקוקן אינעווייניג אין די ספרים וואס ער ברענגט.
ווייסעך נישט פארוואס נאר דעם פסקי תשובות זאגסטו אז מ'דארף נאכקוקען, דער אוצר הלכות דארף מען אויך נאכקוקען. ס'קען זיין אז ס'גייט אריין אין גדר פון לימוד התורה, פשוט ווייל זיינע פסקים זענען אוודאי דברי תורה. אבער זיינע מראי מקומות, דארף מען גוט נאכקוקען, איך האב שוין פיעל געטראפן אנדערע משמעות במקור הדברים. אוודאי וועל איך נישט זאגן קבלו דעתי, געוויסע מאל איז עס תלוי בהבנת הדברים, אבער זינט ווען קען מען זיך פארלאזן אויף מראי מקומות? יעדער דיין פארשטייט אנדערש א מראה מקום. כ'רעדט אוודאי נישט ווען ס'איז א טרוקענע קלארע הלכה.

ביסט גערעכט. איך האב מיך נאר באצויגן אויף @מי יודע'ס תגובה אז ער וויל זיך נישט פארלאזן אויף פ"ת ווייל ער ברענגט פסקים פון "נישט היימישע" (ליין: נישט חברי סאכדעס דארה"ב וקנדא), אויף דעם האב איך געשריבן אז אפילו ווער ס'האט נישט קיין פראבלעם מיט "נישט היימישע" קען זיך אויך נישט פארלאזן אויף אים. דאס האב איך געהערט פון מורי הוראה. פ"ת קוק איך אסאך און איך האב עס זייער ליב אבער אוצר הלכות קען איך נישט ווייל איך קוק כמעט נישט דארט און איך האב נישט געהערט זאגן אז ער איז צומאל נישט קראנט אבער לכאורה ביסטי גערעכט אז מ'טאר קיינמאל נישט פסקנ'ן פון די קיצורים וכמבואר בפוסקים

נישט היימישע מיין איך פון וועם די רבי רעדט אין די תשובות דברי יואל אה"ע סימן קי"ח ד"ה ומובן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
חוץ פון דעם האט געשריבן:אוצר הלכות איז זייער א שיינער אין קלארע ארבעט. אבער איין פראבלעם האט עס, כידוע אין די לעצעטע 60 יאר איז כמעט יעדער ערנסטע שאלה אין הלכה אדורך געגאנעגען די טיהר פון הרב אלישיב, אין א ספר וואס זאל נישט דערמאנען 'קיינמאל' הרב אלישיב, איז מיר א גרויסע פלא. אפילו די בעל נשמת שבת, ברעגנט אין זיינע ספרים 100'טע פסקים פון הרב אלישיב, און פארשטייט זיך ער שרייבט עס ברמיזה, וכלשונו: וכן פסק 'בקוב"ש'.
כדברי פארשלאפן ועוד אונז האב מיר ב"ה אייגענע גדולים, און יעדע שאלה וואס איז נישט דערמאנט אין די ספרי אחרונים האט ער מגדולי המורים וואס זאלן מכריע זיין, די תורה איז נישט געגעבן געווארן נאר פאר די ליטאים
מיינסט צו זאגן אז די אוצר הלכות שרייבט: וכן פסק בנשמת שבת. אין ווען מען קוקט אריין אין נשמת שבת, זעהט מען אז ער האט געפסקנט אזוי על דעת ער פארלויזט זיך אויף הרב אלישיב. אקיצור א נייע סארט וועג צו מטהר זיין דעם רבותינו שבארץ ישראל. הער'איך.

געהערט אמאל בשם הגאון רבי שמעי' זז"ג, ווען איינער האט עם באשולדיגט אז ער לקח'נט זיין פירוש פון קהתי האט ער יענעם געענטפערט [בבחי' ענה כ' כאולתו], משל למה הדבר דומה, איינער האט געזעהן ווי זיין חבר טרונקט אן זיין קוה מיט מילך, פרעגט ער עם, זאג נאר, גייסט דאך איר מעלקן די מילך סאו וואס איז פשט גיבסט איר טרונקן מילך ארויס צוגעבן מילך, ענטפערט עם זיין חבר, וואס פארשטייסטו נישט, כ'טרונק איר אן חלב עכו"ם, און איך מעלק איר נאכדעם חלב ישראל....
איך הייב נישט אן צו פארשטיין הרב חוץ פון דעם׳ס פראבלעם ווייל דו וועסט כמעט נישט הערן פון א היימישע פוסק דאהי רעדן פון רב אלישיב׳ס פסקים אויף די לעוול ווי אין אר״י ביינונז איז רבי שלמה זלמן מער גאנגבאר.
לכבוד הרב @להודיע און @חמרא טבא איך האב נישט קיין כח איבערצוקייען ווי א מעלה גרה וואס איך האב פריער געשריבן. לדעתי, אזא הערליכע ספר פון פסקי הלכות אזוי ווי אוצר הלכות, איז נישט מעגליך צו מאכן אויב עס ווערט נישט דארמאנט דארט, פסקים פון די גרויסע פוסקים פון די לעצטע 70 יאר, אין דעס איז כולל הגרצ"פ פראנק, די ציץ אליעזר, הגרש"ז אוירבאך, הגרי"ש אלישיב וכו'. יעצט איך פארשטיי אז געוויסע האבן א פראבלעם אראפ צו ברענגען די הלכה 'בשם' דער ליסטע פון פוסקים [הגם איך פארשטיי נישט פארוואס הגרשז"א, דערמאנט מען יא אינגערויסן אין סאטמאר אפילו ער האט קונה געוועהן תורתו פון הרב קוק, אין זיין נאמען איז אייביג געוועהן הייליג ביי הגרשז"א עד יום מותו], איז דערפאר איז מען מטהר דער פוסקים, אז מען שרייבט וכן פסק ב... למשל מנחת יצחק, און ווען מען קוקט אריין אין מנחת יצחק [בהתשובות לפני שנתמנה לגאב"ד העדה החרדית] ברעגנט ער אראפ לרחצה פון ר' הירש פסח, און פון ציץ אליעזר, און פון הגר"ע יוסף [עי' לדוגמא בחלק ד' שמביא מהגר"ע יוסף בסי' מד, מו, פד, פה, קטו, קכב, קכג. ועוד הגדיל לעשות בסימן פה שכתב שם, וז"ל: ומ"מ כאמור יש להתייעץ בזה עם רב ספרדי מפורסם והנכון הוא עם הגאון מוה"ר עובדיה יוסף ס"ט שליט"א חבר בית דין בירושלים עיה"ק(ה"ה בית דין הרבני הגדול - הציוני) בעמח"ס שו"ת יביע אומר. ע"כ. ובדרך אגב, עי' בספר 'רבינו' עמ' שכא, של הרב אליהו שטרית יד ימינו של הגר"ע יוסף, מה שאמר לו הגר"ע, מה שאמר לו המנחת יצחק על זה שהפסיק להביא את ספרו יביע אומר, בספרו מנחת יצחק] און די מנחת יצחק פסק'נט מיט דעם שטיקלעך תורה וואס ער האט אראפגעברעגנט פון דער פוסקים. ובכן איז קליינקעפיג צו זאגן, אז 'אונז' דארפן נישט צוקומען צו די אלע גדולים, אינז האבן אייגענע. כ'פארשטיי, תורה מונחת בקרן זוית וכל הרוצה ללמוד ויבוא וללמוד, אבער עס איז כמעט אי אפשר צו מחבר זיין א ספר אויף הלכה אן דארפ'ן צוקומען צו די אויב'ן דערמאנטע פוסקים. נאר איינער שרייבט זייערע נעמען בגלוי, אין איינער איז עס מטהר דארך א כלי שני אדער שלישי.
ובעזר השם, במשך חול המועד ווען מען וועט האבן אביסל צייט, וועלן מיר פראבירן צוזאם קלויבן אפאר פסקי הלכות פון די ספר אוצר הלכות [וואס הגם איך האב די סעט אינדערהיים אין איך האב זייער הנאה פון דעם] אין ווייזען ווי די 'עכטע' מקור פון די הלכות זענען. וירא הקהל וישפוט. אגב דארף מען נאר נאכקוקען אין אוצר הלכות פון 'וועם' ער ברעגט די היתר צו טייפן חול המועד.
פארשטיי איך ווייטער נישט וואס דו ווילסט רב ווייס ברענגט פסקים פון רבי עובדי' אדער ער הייסט איינער זיך דורך רעדן מיטעם אן ענין וואס באלאנגט פאר א ספרדישע רב? ס'איז א שאלה צו די גדולי ישראל האבן זיך מעריץ געווען איינער דעם צווייטן על אף זייערע חילוקי דיעות? סך הכל ברענג איך ארויס אז אוצר הלכות ברענגט פסקים פון רבנים וואס מיינע זיידעס האבן געפרעגט זייערע שאלות משא"כ פסקי תשובות און ניין ציץ אליעזר איז נישט געווען קיין פוסק ביי חסידישע אידן און אפילו רב אלישיב בחייו וואלסטע נישט געהערט דער דעברעצינער רב אדער רב ביק זאגן פאר איינער וואס פרעגט זיי א שאלה אז רב אלישיב האלט אזוי און אזוי ופשוט הוא פאר ווער עס וויל טאקע פארשטיין
הרב חמרא נישט געוויסט די קענסט'ך מאכן פאר אזא תמים. לגבי הרב עובדי', ברעגנט ער זייער אסאך מאל זיין דעה, אין ער רעכנט זיך מיט דעם, איך האב נאר געברענגט מה שהגדיל לעשות בסי' פה, אבער אין די אלע אדערע סימנים, איז ער אין די רשימת הפוסקים וואס די מנחת יצחק באנוצט זיך וה"ה בצי"א. אין לגבי דעברעצי'נער רב אין הרב ביק, יעך ווייס נישט וואס די ווילסט. איך ברענגט נאר ארויס איין פוינט: זייער אסאך פסקים פון די אוצר הלכות קומען פון מקורות וואס מען מעג נישט דערמאנען אין זייערע ספרים, אבער פארט דארף מען צוקומען צו זיי, ברענגט מען עס בכלי שני. וזהו.
רוב שאלות וואס מאכן זיך אויפן כדור הארץ ווערט אדורכגעטון בכל קצוי תבל, יעדער קען האבן א מיינונג און בדרך כלל איז דא פון יעדע מיינונג א מאן דאמר אין אלע שיכטן, אויב הרב אלישיב האט געהאט די זעלבע מיינונג ווי ר' משה מנחם ווייס פארשטייט זיך אז ס'וועט טראגן מער האפט אין מיין הילוך החיים ווען עס קומט בשמו פון אן אנערקענטע חסידי'שע דיין. אפילו ווען איינער ברענגט אין א תשובה "וכן פסק הרב אלישיב", מיינט נאכנישט אז זיין פסק איז 'געבויעט' אויף הרב אלישיב.