דעם ענין ווערט ברייט אויסגעשמועס'ט אין
די וואכעדיגע גליון א מחי'.איך לייג דא ארויף די טעקסט:
גשמיות איז גוט?ערשטנס, לאמיר ווערן קלאר: זענען גשמיות'דיגע תענוגים גוט פאר'ן מענטש אדער נישט? פון איין זייט שטייט א קלארע פסוק "ושמחת בכל הטוב אשר נתן לך השם אלוקיך"
(דברים כו,יז)! דו זאלסט זיך פרייען מיט די פיינע גשמיות וואס דער אויבירשטער האט דיר צוגעשטעלט. נאך קלארער שטייט עס אין רש"י אפאר פסוקים פריער "עשיתי ככל אשר צויתנו" זאגט רש"י "
שמחתי ושימחתי בו", איך האב געטון אזוי ווי דו האסט געהייסן, דהיינו
איך האב מיך געפרייט דערמיט, און איך האב דערפרייט אנדערע. זעהט מען דאך אז זיך פרייען מיט גשמיות איז גאר דער ציווי השם! אזוי אויך אויפ'ן פסוק "והתענג על השם" זאגט רש"י אז פשוט פשט מיינט עס אז מען זאל זיך מחי' זיין מיט גשמיות'דיגע תענוגים, בשעת'ן זיך אנלאנען אויפ'ן אויבירשטן
(תהלים לז,ד). מען קען ברענגן אויף דעם מקורות גענוג אנצופילן א גאנצע ספרים שאפע. עס איז קלאר אז דער אויבישרטער וויל אז אונז זאלן אנערקענען און "עפרישיעטן" די גשמיות'דיגע חסדים וואס ער טוט מיט אונז.
פון די צווייטע זייט, זאגט דאך דער הייליגער רבי ר' אלימלך אז "האדם לא נברא רק לשבר את הטבע". קוקט דאך אויס אויבנאויף, אז גשמיות און תענוגים איז שלעכט, און דער מענטש דארף צעברעכן זיין תאוה דערצו. נאך מער קען מען פרעגן, אויב זענען גשמיות'דיגע תענוגים טאקע ממש שלעכט, ווי אזוי קען מען מאכן אויף דעם א ברכה בשם ומלכות און דאנקען דעם אויבירשטן 'ליהנות בהם בני אדם'
(ביי ברכות אילנות)? די גאנצע הנאה פונעם מענטש איז דאך נאר א נסיון אים צו פארדרייען א קאפ? ווייטער דערציילט די גמרא
(ברכות מד.), אז די צוויי שטיקער פייער, די הייליגע אמוראים ר' יוחנן און ריש לקיש, זענען ארויסגעגאנגן קיין גינוסר און דארט געגעסן פון די געשמאקע פירות ביז ריש לקיש איז ממש שיכור געווארן דערפון, אזוי ווייט אז ר' יוחנן האט געדארפט ברענגן פאליס אים אהיימצוטראגן! כאטש וואס אונז זענען בכלל נישט משיג וואס דארט איז פארגעקומען, דאך דערציילט אונז דאס די גמרא פאר א סיבה. אונז דארפן זיך עפעס אויסלערנען פון דעם. וואס דארף מען זיך ארויסלערנען פון דעם וואס די צוויי הייליגע אמוראים האבן זיך מתענג געווען מיט זיסע פרוכט אויף אזא גוזמא'דיגע פארנעם?
גשמיות איז עבודת השםבעזרת השם וועל איך עס אויסשמועסן אויף צוויי וועגן. די ערשטע וועג נוצט די לשונות וואס מען טרעפט געווענליך אין די חסיד'ישע ספרים, וואס דאס איז אביסל א העכערע שפראך. און די צווייטע וועג איז די זעלבע געדאנק, נאר מיט אנדערע אותיות, לויט ווי אזוי דער אלטער פון סלאבאדקע האט עס אראפגעלייגט, וואס הערט זיך עפעס מער פראקטיש אין דעם היינטיגן דור, און דעם מהלך נעם איך דא אין די גליונות.
חסיד'יש גערעדט:דער הייליגער רבי ר' זושא פרעגט א קשיא: אויב די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש דארף עסן, איז כדי צו האבן כח פאר עבודת השם, פארוואס האט נישט דער אויבירשטער געמאכט אז א מענטש זאל בכלל נישט דארפן עסן? אלא מאי איז א סימן - עסן איז אויך עבודת השם! מען דארף מעלה זיין די ניצוצין קדישין
(ליגט מיר און קאפ אז כך שמעתי מפי מו"ר הרה"צ ר' צבי הירש פיש שליט"א). מעלה זיין ניצוצין? דאס איז דאך אן עבודה נאר פאר צדיקים, ניין?! אויב אזוי פארוואס האט דער אויבירשטער געמאכט אז פלעינע מענטשן זאלן אויך דארפן עסן? אונז טוען דאך נישט די עבודה? אלא מאי, איז א סימן אז אונז דארפן אויך טון די עבודה.
(ווי שוין דערמאנט, אויב פילסטו זיך אומבאקוועם מיט די שפראך פון דעם שטיקל, קענסטו גלייך גיין צום נעקסטן שטיקל וואס ברענגט ארויס דעם געדאנק מיט פשוט'ערע ווערטער.)נו, וואס איז די טאקע די עבודה?'עס איז אריינגעווארצלט די אמונה אין יעדעס יודיש קינד, אז די גאנצע חיות, רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע, און יעדע ריר וואס א מענטש טוט, אלעס קומט פונעם אור אין סוף וואס איז משפיע פון זיין ליכטיגקייט. און ער איז דער וואס דערלעבט אלעס, און שטעלט אהער יעדע מציאות. און עס איז נישטא קיין שום זאך וואס איז עקסטער פון אים, און קיין שום מציאות אויסער זיין רצון'
(הרה"ק מקאמארנא, נתיב מצותיך). דער הייליגער בעל התניא האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, אז ווען ער זעהט א חפץ, זעט ער נאר די אותיות וואס זענען דאס מהוה מיש לאין, ער זעט בכלל נישט די גשמיות'דיגע מציאות. אזוי אויך די חן און געשמאק פון א חפץ, קומט אויך נאר ווייל דער אויבירשטער באשאפט עס. מען דארף זיך מתבונן זיין, אז די גאנצע חן און געשמאק וואס דער חפץ האט, איז דאך נאר פון דעם ניצוץ הקדוש וואס ליגט דערין. למשל דעם גוף פון א מענטש, נאכדעם וואס זיין נשמה גייט ארויס, האט עס נישט קיין שום חן. נאר די קדושה פון דעם ניצוץ הק' גיבט פאר די זאך א חן. די זעלבע זאך איז מיט עסן. ווען א יוד זעהט א געשמאקע אייער-שפייז, דארף ער זען דארט דעם אויבירשטן. ער זאל זיך מתבונן זיין אז דא ליגט א שטיק אלוקות אין א גשמיות'דיגע צורה. אויב עסט ער מיט אזא כוונה, איז ער מעלה די ניצוצין פון דעם מאכל.
קומט אויס, אז די הנאה וואס דער אויבירשטער האט אריין געלייגט אין די גשמיות, איז טאקע צו מהנה זיין זיינע בריות, נאר דער מענטש דארף האבן שכל זיך צו מתבונן זיין בשעת ער שפירט די הנאה, אז די תענוג איז א קליין ברעקעלע פון די זיסקייט פונעם הייליגן באשעפער וואס איז מהוה דעם מאכל צוזאמען מיט דעם הנאה, און מיט די מחשבה צוברעכט ער זיין טבע! ווייל זיין טבע שלעפט אים צו זיין פויל, און זיך נישט מתבונן זיין אין דעם חלק אלוקות שבו, און ווען דער מענטש ברעכט זיך, און ער עסט נאר וויפיל עס פעלט אויס, און נאר טאקע מיט די ריכטיגע כוונה, איז ער מעלה די הייליגע ניצוצין און ברענגט א שמחה און אלע וועלטן. ע"כ בקיצור די שפראך וואס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים.
בעה"ב'טיש גערעדט:
דער באשעפער האט באשאפן דעם וועלט להיטיב לבריותיו. וויבאלד דער אויבירשטער איז דער שפיץ פון טוב, און די טבע פון א גוטער איז צו טוהן גוטס, האט דער אויבירשטער באשאפן באשעפענישן כדי צו קענען טון מיט זיי גוטס. די איינציגסטע סיבה פון די בריאה, איז אז מיר באשעפענישן זאלן האבן תענוגים. "האדם לא נברא אלא להתענג." וועגן דעם האט דער אויבירשטער באשאפן דעם אראנדזש מיט אזא הערליכע קאליר, אזא זאפטיגע געשטעל, און אזא זיסע טעם, שוין גרייט "געסלייסט", כדי מיר, זיינע קינדער, זאלן זיך מתענג זיין דערמיט. אויסער דעם האט דער אויבירשטער באשאפן נאך און נאך דרגות פון תענוגים פאר אונז מענטשעלעך, ביזן שפיץ פון תענוג פון טועם זיין מזיו השכינה. אבער אויך די פשוט'ע געשמאקע גשמיות וויל דער באשעפער אונז זאלן טועם זיין, הנאה האבן דערפון, און אים דאנקן דערפאר!
תענוג, אדער עצלות און תאוהיעצט קענען מיר שוין אריין גיין אין די חילוק פון תענוג ביז באקוועמליכקייט, וואס זיי זענען אנדערש כרחוק מזרח ממערב. אונז וואוינען צווישן פעלקער וואס האבן פיין אויסגעמישט די צוויי מושגים, און ווי אזוי עס גוי'אישט זיך, יודיש'ט זיך. דוד המלך זאגט שוין אז ער 'קען נישט' זיין נאנט מיט א שלעכטע חבר, ווייל ער וועט זיך אפלערנען פון אים
(תהלים קא, ה ורש"י שם). איז זיכער אז אונז פשוט'ע אידן ווערן נשפע פון די פילע פארגרעבטע גוים וואס דרייען זיך ארום אונז. במילא דארפן אונז אביסל איבערמאכן אונזער מח און עס טרענירן צו טראכטן אנדערש ווי סטופיד דזשאני.
תענוג איז אן אקטיווע זאך. עפעס וואס געבט צו חיות פאר'ן מענטש. ווי ר' שמעון זעליחוב'ער זצ"ל שרייבט אין א בריוו
(נהרי אש מכתב נ') "והחיות שנתוסף בו ע"י ההנאה, תביאנו לקיום תורתך וכו'", די הנאה געבט פארן מענטש א חיות און העלפט אים אין עבודת השם. בשעת א מענטש האט תענוג, איז זיין מח אויף, פריש און מונטער. אבער ער איז געווענליך דוקא נישט באקוועם. די מח, און צומאל די גוף, ארבעטן פעסט אריין בשעת א מענטש האט תענוג. ווען א יונגערמאן טאנצט זיך אויס ביי א חתונה, האט ער דערפון א תענוג, איז ער דען באקוועם? א נעכטיגן טאג! זיין פיס טוט וויי, און עס גיסט זיך די שווייס, אבער ער כאפט ניטאמאל. ער איז יעצט אריינגעטוהן אין די שמחה פון זיין קרוב. ער שעפט נחת ווי די משפחה לעבט אריין אויף אלע באקן! א מחי'! אבער דער באקוועמער מענטש, וואס זיצט אין די זייט און קלאצט אוועק, אדער הויקערט אריין אין זיין טעלעפאון, איז אפשר באקוועם, אבער קיין תענוג האט ער נישט. זיין מח איז טויט, קוים וואס דאס הייסט בכלל געלעבט. ענליך צו ענין פון עצלות/באקוועמליכקייט, איז דער ענין פון תאוה. ווען א מענטש רוקט אריין א ראָד קאקאש מיט א טאץ סושי, קען אפשר אויסקוקן ווי ער איז אקטיוו, אבער באמת איז זיין מח טויט. ווען א מענטש האט הנאה פון זיין עסן, קייט ער שטאט, ער קאנצעטרירט זיך אויף די חסד השם פון די טעם, קאליר און שמעק פונעם מאכל. ער באמערקט ווי די ברויט ווערט זיסער ווי לענגער ער קייט עס
(די שפייעכטס אינעם מויל דרייען איבער די סטארטש אויף צוקער כדי עס זאל זיין געשמאק פארן מענטש. הפלא ופלא! שכח אייבירשטער.) וכו' וכו'. מיט מחשבה איז נישט מעגליך, און נישט אינטערעסאנט אריינצורוקן א ראד קאקאש. איי וועסטו פרעגן, וואס האט דאס צו טוהן מיט חסד השם? דאס קען דאך א גוי אויך טוהן. ער דארף פשוט צולייגן קאפ צו די קאליר, טעם, און שמעק פונעם מאכל, און דורך דעם ארויסנעמען א תענוג דערפון? דער תירוץ איז, אז צולייגן מחשבה איז אן עבודה. תענוג קאסט מח-ארבעט, מען דארף ניצן די מח ארויסצונעמען די פולע תענוג פון א זאך. אויב האט מען נישט קיין גוטע סיבה זיך צו קאנצענטרירן אויף די פיינע מעלות פון גשמיות'דיגע הנאות, איז נישט מעגליך דאס צו טוהן בקביעות. נאר א יוד, וואס פארשטייט אז בשבילי נברא העולם, דער באשעפער האט באשאפן טויזנטער גוים כדי איך זאל האבן א פיינע גלעזעל קאווע
(אפאר הונדערט גוים קלייבן די קאווע בונדלעך, נאך צענדליגע גוים ארבעטן אינעם פאבריק צו בראטן און צעמאלן די בונדלעך, וכו' וכו'), ער האט געגעבן פאר מיין עפל אזעלכע שיינע רויטע בעקעלעך, און אזוי ווייטער ביי א יעדע זאך, נאר אזא איינער קען אמת'דיג הנאה האבן פון די וועלט! יא, נאר אן ערליכע יוד האט עולם הזה. דער באשעפער האט באשאפן די וועלט להטיב לבריותיו, ווער עס אנערקענט עס, איז דער וועלט א גן עדן. קומט אויס אז "האדם לא נברא רק לשבר את הטבע," איז קיין שום סתירה מיט "האדם לא נברא אלא להתענג", טאקע דורך צוברעכן די פוילקייט און די טבע פון זיין אויף "אוטא-פיילעט", באקומט מען תענוג!
זאל מען זיך לאזן וואוילגיין?איי אויב אזוי, אז דורך הנאה האבן פון דעם וועלט איז מען מקיים דעם רצון השם וואס ער וויל להטיב לבריותיו, אפשר זאל איך ווערן א 'נָבָל ברשות התורה' און זיך אנפרעסן, אויספָּאפן און זיך לאזן וואוילגיין? איך דארף נאר ס"ה טראכטן פון די חסד השם פון די אלע גוטע זאכן, און דאס וועט מיך שוין אויטאמאטיש געבן א חיות אין עבודת השם, ניין?
נישט ממש. דאס איז אזוי ווי איינער זאל זאגן, אז אויב גאזאלין געבט כח פאר די קאר, אויב אזוי, לאמיר טאקע גיסן גאזאלין פון אלע זייטן, אנפילן די טראנק, די זיצן, אויפ'ן דאך און ווי נישט. אזוי וועט דאך די קאר האבן אסאך מער כח! יעדער פארשטייט אז דאס איז נאריש. די קאר דארף נאר אזויפיל גאזאלין ווי ער קען פארנעמען און פארדייען אויף א נארמאלע וועג. אויב די וועסט אים אנשטאפן מיט געז איבער'ן מאס, וועסטו נאר ערגער מאכן. די זעלבע איז מיט'ן מענטש. דאס ביסל עסן און גשמיות'דיגע הנאות וואס פעלט אויס פאר'ן מענטש, קען ער פארנעמען, און דאס קען ער צולייגן קאפ און ארויסנעמען די מאקסימום תענוג וואס מעגליך דורכ'ן זיך פארטוהן אין די חסד השם פון די זאך. אבער אויב וועט ער נעמען איבער די מאס, וועט נישט מעגליך זיין צו זיך מתבונן זיין געהעריג און עכט הנאה האבן דעפון. די זעלבע פארקערט, איינמאל א מענטש כאפט אז די גאנצע תענוג וואס ער האט, קומט פון התבוננות, דהיינו פון זיין מח, דארף ער נישט קיין סאך. א פשוט'ע זיסע עפל איז גענוג אים אנצופולן מיט תענוג און נחת רוח. אזוי ווי די באקאנטע מעשה פונעם תם וואס האט פיזיש געשפירט אין זיין ברויט דעם טעם פון פלייש.
יעדער ווייסט דאס!היינט צוטאגס ווייסן שוין דאס אפילו די גוים. עס איז דא צענדליגע שטודיעס וואס האבן איבערגעוויזן אז מען קען מאכן א מענטש טעיסטן אין א מאכל א צווייטע טעם, עפעס אנדערש ווי עס איז עכט, פשוט דורך טוישן די אויסזעהן. ווי למשל, מען האט אריינגעלייגט אביסעל רויטע קאלערינג אין ווייסע וויין, און עס געגעבן פאר די גרעסטע פראנצויזישע וויין-קארפן-קעפ אין די Univiersité de Bordeaux. זיי האבן זיך געשוואוירן ביי די בארד אז עס א רויטע וויין. די רויטע קאליר האט געמאכט די מח פיזיש שפירן אויפן צינג די טעם פון רויטע וויין. אזוי אויך, אפאר יאר צוריק לכבוד פורים, האט די מים-חיים סאדע קאמפעני געמישט די קאלערס און די פלעיווערס פון די סאדעס. ווי למשל, זיי האבן אריין געלייגט אן אראנדזשע קאליר אין די קאלע סאדע וכדו'. ווער עס געדענקט, האבן מענטשן נישט געקענט דערגיין וואסערע טעם מען פילט אין די סאדע! כאטשיג געווענליך שווערט זיך דער מענטש אז ער האט
נאר ליב קאלע סאדע און נישט קיין שום אנדערע פלעיווער, אבער די רגע ער האט נישט געקענט
זען וואסערע סאדע דאס איז, האט ער שוין נישט געוואוסט צי ער האט עס ליב צו נישט!
לעב יעצט!נחזור לעניננו.
איינער וואס לייגט נישט צו קיין מחשבה צום הוה, קען האבן די בעסטע און די שענסטע אויף די וועלט, און נאכאלץ נישט עכט הנאה האבן דערפון. משא"כ א מענטש וואס לייגט צו מחשבה צו זיינע גשמיות'דיגע הנאות בשעת ער האט עס, דארף נישט קיין סאך. א שטיקל ברויט, דער זינג פון א פייגל, און א קיל ווינטעלע אין א הייסן זומער טאג, קען אים ארויסנעמען פון די גלייזן מיט עונג, שמחה און א הכרת הטוב פאר'ן בורא עולם. דעם וואס מען רופט געווענליך א בעל תאוה, איז נישט קיין בעל תאוה, ער איז א בעל דמיון. ער איז פארנומען דמיונ'ען וואסערע תענוגים ער קען נאכלויפן, אבער פון די תענוגים וואס ער האט
יעצט האט ער נישט קיין הנאה. און ווען ער וועט שוין האבן דעם תאוה וואס ער דמיון'ט זיך, וועט ער אויך נישט האבן קיין הנאה דעפון, ווייל זיין קאפ וועט אים זיין פארנומען אין וואס ער קען באקומען נעקסט. דער ערליכע יוד, וואס זינקט איין זיין מחשבה און וואס ער פארמאגט, דער איז דער אמת'ע בעל תענוג.
די טענה, אז התבוננות אין די חסדי השם פון גשמיות, ברענגט צו פארגרעבקייט, איז אן אלטער. אבער ווי מען האט יעצט מסביר געווען, איז די טענה נישט ריכטיג. צענדליגער מענטשן קענען מעיד זיין, אז זיך פארטוהן אין די חסדי השם פון די וואונדערליכע תענוגים וואס דער באשעפער שטעלט אונז צו, מאכט דעם מענטש איידעלער און נישט פארקערט. ר' אביגדור מילער זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט, "יענער קומט צו פארן מיט א קאר אין שול, און האט א האנט זייגער
(השגות אין תאוות!), איך קום אין שול צופיס, און עס איז מיר גוט די זייגער אויפן וואנט. אבער ער, רופט מיר, דער בעל תאוה..."
איך וויל צוענדיגן מיט א שטיקל פונעם ביאגראפיע פון הגאון ר' אביגדור מיללער זצ"ל, וואס עס ווערט דארטן דערציילט פונעם טאג פון זיין פטירה:
"דערנאך האט ער זיך אונטערגעזינגן מיט'ן באקאנטן סלאבאדקער תנועה, 'האדם לא נברא אלא להתענג, דער מענטש איז באשאפען געווארן צו האבן תענוג,' דאס גייט ארויף אויף עולם הזה. נאר נאכן דאס פארשטיין, קען מען צוענדיגן דעם שטיקל 'על השם.' עולם הזה איז דער פלאץ וואו א מענטש דארף זיך אויסלערנען צו האבן תענוג. דער אויבירשטער איז דער נדבן וואס וויל דיר געבן נאר תענוג, און די גאנצע בריאה איז באשאפן געווארן נאר צוליב דעם. אודאי, די גרעסטע תענוג וואס דער אויבירשטער האט געקענט פאבריצירן; דאס זיין מיט'ן אויבירשטן, דאס וואַרט פאר אונז אין עולם הבא, אבער קודם דארף א מענטש אנטוויקלען אין זיך די מעגליכקייט צו הנאה האבן פונעם אויבירשטן, און ארויסנעמען תענוג פון זיין גאנצע בריאה, אנגעהויבן אויף דער וועלט. די וועלט איז באשאפען געווארן כדי אונז זאלן קענען אנטוויקלען אונזער פעאיגקייט צו זיך מתענג זיין מיט'ן אויבירשטן."