יוצר המאורות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
יוצר המאורות
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אין עטליכע געלעגנהייטן, אויסצושטעלן יוצרות.
אדורכטוענדיג די טעמע, האב איך באקומען א שטארקע געפיל צו יוצרות, ווען מען זעהט דעם הערליכן אויסשטעל, און כמובן מען פארשטיין וואס מען זאגט.
ווען מען זעהט לאנגע שטיקער יוצרות, נעמט עס צו דאס געפיל פון לענרען און זאגן.
אלזא, האב איך געקלערט אויב פיל איך אזוי, פילייכט פילע נאך.
דעריבער בין איך די שטימונג, ארויסצוגעבן א יוצרות, אין וועלכע די יוצרות זענען שיין אויסגעשטעלט אז מען זעהט די שיינקייט וואס דע פייטן האט געוואלט ביים שרייבן דעם פיוט.
צו איז עס די אקריסטכון, די גראם, די יתד און תנועה וכדומה.
כ׳קווענקל אויב צוצלייגן א פירוש אדער נישט.
אבער לעת עתה לכבוד פורים, האט איינס אן קיין פירוש.
ס׳פארמאגט א מאורה פאר פורים, און די קרובץ, כ׳האב נישט אנגעיאגט צוצולייגן די פיוטים וואס מען זאגט ביי מכניע זדים, ועד חזון למועד (אגב. פארוואס זאגן מען עס נישט?)

Re: יוצר המאורות
דער פידיעף קומט מיר עפעס נישט ארויף.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: יוצר המאורות
איטשע האט געשריבן:יוצר המאורות - פורים
ר' איטשע א גרויסן דאנק.
איי לאוו איט!
ס'איז א גוטע געדאנק. בעצם איז דאך דא כעין זה פון ר' דניאל גולדשמיט, וואס איך האב זייער הנאה צו זאגן אין זיין מחזור. אבער ס'איז בכלל נישט אזוי שיין ווי דאס וואס איר האט אהערגעשטעלט.
מענין לענין, לגבי השמטת פיוט בברכת "את צמח דוד" יש שמועס נאה בליקוטי מהרי"ח החדש.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: יוצר המאורות
ר׳ דניאל האט נישט אלעס, און ווען איר שרייבט, פארמאגט עס נישט די פראכט, וואס איז די דגוש דא.
Re: יוצר המאורות
נא_שכל האט געשריבן:
מענין לענין, לגבי השמטת פיוט בברכת "את צמח דוד" יש שמועס נאה בליקוטי מהרי"ח החדש.
לגבי די השמטות פון את צמח, איז היינט גארנישט שווער, ווייל סידור נוסח ארץ ישראל האט נישט קיין ברכת את צמח.
זעהט טאקע ווי מיר האבן צוגעלייגט די סיום הברכות פון נוסח ארץ ישראל, דארט ווי ס׳איז אנדערש און פארלאנדט זיך לויטן גראם.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: יוצר המאורות
איטשע האט געשריבן:ר׳ דניאל האט נישט אלעס, און ווען איר שרייבט, פארמאגט עס נישט די פראכט, וואס איז די דגוש דא.
ריכטיג.
[איך וואלט צוגעלייגט ממש נאך א טראפ ספעסינג צווישן די שורות ביים פיוט, אדער געמאכט א געדאנק קלענער. ביי רפאינו זענען עטליכע שורות פון די ליוורנו פונט אנדערש ווי אלע פיוטים].
איך זעה אז די מספר הדפים איז שוין אין די זיבעציגערס. מה הפשט? איז שוין דא יוצרות ביז אהין?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: יוצר המאורות
ביי רפאנו איז טאקע א טעות וואס האט פאסירט דארט.
הערשט יעצט געמערקט.
ס׳איז א מחזור׳ל פאר פורים וואס כ׳האב געמאכט פאר אימיצער לכבוד א שמחה.
וואס איך קווענקל אויב צו צולייגן א פירוש. ווייל ס׳איז דא כמה פירושים, הדרות קודש, מטה לוי וכו׳, אדער יעדער גלייכט זיך זיי אייגענע זיין מפרש.
לעצטנס האב געזען דעם עוז והדר, און זייער פירוש טויג נישט, ער טייטשט זייער יבש.
אדרבא קומט אריין מיט אייערע קאמענטארן.
הערשט יעצט געמערקט.
ס׳איז א מחזור׳ל פאר פורים וואס כ׳האב געמאכט פאר אימיצער לכבוד א שמחה.
וואס איך קווענקל אויב צו צולייגן א פירוש. ווייל ס׳איז דא כמה פירושים, הדרות קודש, מטה לוי וכו׳, אדער יעדער גלייכט זיך זיי אייגענע זיין מפרש.
לעצטנס האב געזען דעם עוז והדר, און זייער פירוש טויג נישט, ער טייטשט זייער יבש.
אדרבא קומט אריין מיט אייערע קאמענטארן.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: יוצר המאורות
אויב ווילסט עס פארקויפן, וועט עס מוזן האבן א פירוש, קיינער וועט נישט צאלן נאר פאר די גרעפיקס און אויסשטעל.
אבער אויב מ'מאכט א פירוש, וועט עס אביסל אוועקנעמען פון די שיינקייט פונעם פיוט, מ'דארף עס קענען מאכן קונצליך, אפשר מאכן גאר קליינע ווערטער אונטן ביים עמוד און א מסגרת?
אבער אויב מ'מאכט א פירוש, וועט עס אביסל אוועקנעמען פון די שיינקייט פונעם פיוט, מ'דארף עס קענען מאכן קונצליך, אפשר מאכן גאר קליינע ווערטער אונטן ביים עמוד און א מסגרת?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: יוצר המאורות
א שטייגער ווי דאס
דער פירוש איז הדרת קודש.
דער פירוש איז הדרת קודש.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: יוצר המאורות
איטשע האט געשריבן:א שטייגער ווי דאס
דער פירוש איז הדרת קודש.
גאנץ גוט. בערך אזוי.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: יוצר המאורות
יוצרות ליום א׳ דפסח (מערבית, יוצרות ליוצר ושמו״ע וטל) האב איך מיר א עצה געגעבן.
ווייסט אימיצער ווי מען קען באקומען די טעקסט פון די יוצרות פאר די רעשט פון פסח?
ווייסט אימיצער ווי מען קען באקומען די טעקסט פון די יוצרות פאר די רעשט פון פסח?
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: יוצר המאורות
איטשע האט געשריבן:יוצרות ליום א׳ דפסח (מערבית, יוצרות ליוצר ושמו״ע וטל) האב איך מיר א עצה געגעבן.
ווייסט אימיצער ווי מען קען באקומען די טעקסט פון די יוצרות פאר די רעשט פון פסח?
גייט מען ארויסלייגן פארן ציבור דער יוצר מיום א' של פסח, מיוסד על שיר השירים?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: יוצר המאורות
אן די איבעריגע יוצרות, זעה איך נישט אז כ׳זאל אניאגן.
לעת עתה נאדיר דאס.
די סייז, איז די פאקעטבוק סייז אויף lulu.com
לעת עתה נאדיר דאס.
די סייז, איז די פאקעטבוק סייז אויף lulu.com
Re: יוצר המאורות
איטשע האט געשריבן:לעת עתה נאדיר דאס.
אין אהבת עולם דארף לכאורה שטיין חלַק לילה. (אזוי אויך געזעהן אין 2 אלטע מחזורים, מער נישט געזוכט.)
און נאך טה"ד (כנּס לאום, ורעיתך ארסת).
נ.ב. די פרשה סתומה פאר למען ירבו פעלט נישט אויס. מעק אויס די ספעיס (אדער מאך נאך אינגאנצען די אלטע טעות הסידורים און מאך א נייע שורה...).
Re: יוצר המאורות
כאמור איז עס ווייט פון גרייט און בלתי מוגה
כ׳דארך עס נאך דורכגיין שורה ביי שורה מיט׳ן הדרת קודש מחזור, און מיט׳ן זולצבך מחזור.
כ׳דארך עס נאך דורכגיין שורה ביי שורה מיט׳ן הדרת קודש מחזור, און מיט׳ן זולצבך מחזור.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: יוצר המאורות
יישר כח ר' איטשע, א גרויסן דאנק, וועלמיר האבן א מער לעכטיגע יו"ט צוליב דעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: יוצר המאורות
איטשע האט געשריבן:יוצר המאורות - פורים
איצטערט אנגקומען דא.
א הערליכער ארבעט!
ס'זעט מיר אויס ווי אין די "מאורה" איז אין יעדע "שורה" דא נאך עטליכע גראמען. ס'זעט מיר אויס ווי יעדע שורה איז איינגעטיילט אין דריי אייניגע גראמען, און די לעצטע וואס לויפט צוזאמען מיטן גאנצן חרוז.
לדוגמא:
שיר קל נעלם, ליום אות עולם, והיה שם, למנשא לכל לראש.
יהללו יחדיו, יום יום מעידיו, כי בלעדיו, אין לדרוש.
די קומענדיגע שורה שטומט עפעס נישט.
בקום רע חורש, גרש יגרש, פורה שורש, לענה וראש.
נצר ראשית, גוי אשר השית, רוח חרישית, לעקור ולשרוש.
די קומענדיגע שטימט ווייער עפעס נישט.
זעט אויס אז דער מחבר האט געוואלט לויפן אויף דעם שניט, נאר ס'האט זיך נישט גענצליך אויסגעארבעט.
Re: יוצר המאורות
זעה די קאלירן - ס׳איז שוער צו זעהן
שיר קל נעלם, ליום אות עולם, והיה שם למ,נשא לכל לראש.
ס׳איז באזירט אויף 4 תנועות
שיר קל נעלם, ליום אות עולם, והיה שם למ,נשא לכל לראש.
ס׳איז באזירט אויף 4 תנועות
Re: יוצר המאורות
מיינע אויגן זעהן נישט די קאלירן. אפשר איז מיין סקרין שולדיג.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: יוצר המאורות
הערליך!
ס'צווינגט צו טראכטן וואס דא שטייט...
ס'צווינגט צו טראכטן וואס דא שטייט...
Re: יוצר המאורות
יעצט אריינגעפאלן דא,
די געדאנק איז א שיינע, גם אני בחלומי שוין געטראכט דערפון נישט איינמאל.
ווי דערמאנט איז דא גולדשמידט, ווי אויך די הוצ' קורן וואס
ביים היימישן ציבור, איז דא די סליחות און מחזורים פון מאירות וואס האט אביסל געטון אין דיע נושא, כאטש מ'קען אוודאי גיין אסאך ווייטער.
מיט הצלחה!

ממוצע האט געשריבן:מיינע אויגן זעהן נישט די קאלירן. אפשר איז מיין סקרין שולדיג.
ס׳איז זייער א טונקל רויט, בעתיד וועלן מיר עס בע״ה מאכן מער מערקזאם.