ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
אזוי ווי עס דערנענטערט זיך די פרשת [תרומה - פקודי] פון די משכן, און עס געפינט זוך אסאך ספרים צו פארגרינגערן צו פארשטיין די פרשיות - מיט ציורים פונעם געבוי פון די משכן און אלע כלים וואס זענען אריין דערינען - אויף די ריכטיגע אופן,
אבער וויבאלד עס איז שוין היינט דא אזויפיל איז שווער מחליט צו זיין וועלכע איז די גרינגסטע קלארסטע און מערסטע מציאות'דיג, ווער עס קען ארויסהעלפן און דעהם ענין איז מכובד, יישר כחכם !
עס איז דא א לאנגע ליסטע פון ספרים וואס זענען ערשינען און דעהם ענין אבער היות כ'דענק נישט יעצט וועל איך גארנישט ברענגן כדי שלא לטעות,
אבער וויבאלד עס איז שוין היינט דא אזויפיל איז שווער מחליט צו זיין וועלכע איז די גרינגסטע קלארסטע און מערסטע מציאות'דיג, ווער עס קען ארויסהעלפן און דעהם ענין איז מכובד, יישר כחכם !
עס איז דא א לאנגע ליסטע פון ספרים וואס זענען ערשינען און דעהם ענין אבער היות כ'דענק נישט יעצט וועל איך גארנישט ברענגן כדי שלא לטעות,
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
מספרי ציורי המשכן וכליו
אזוי ווי איך זע דא אז דער חכמים וסופרים - ידענים און ווארטזאגער'ס רופן זיך נאך גארנישט אהן,
מסתמא האבן זיי געווארט איך זאל זיך צאמנעמן און דערמאנען כאטש א חלק פון די ספרים אז זיי זאלן קענען מייעץ זיין,
וועל איך טאקע אנהייבן שרייבען פון וואס איך האב זיך צאמגענומען און ס'איז מסתמא דא נאך, וזה החלי:
א) המשכן וכליו - בגדי כהונה, הרב ישראל חיים בלומנטל ז"ל - ירושלים תש"ח - ושנית ע"י בנו י-ם תשל"ה, ב' קונטרסים נפרדים,
ב) ספר תבנית המשכן וכליו, הרב שלום דוב שטיינבערג, ירושלים תשנ"ה, יו"ל מקודם בג' קונטרסים נפרדים תשנ"א,
ג) כל כלי המקדש בצבעם המקורי, הרב ש. שפר - ע"י הרב יעקב ויסברג, ב' קונטרסים, 1 בצבע רגיל 2 בצבע מיוחד ?,
ד) ספר - משכן ה', הרב שמעון שפיאצקי, ירושלם תשנ"ד,
ה) ספר המשכן, הרב אברהם בידרמאן - ע"י ארטסקרול מסורה, ? תשע"?, יש ג"כ בתרגום ענגליש,
ו) ספר המשכן בתפארתו, הרב דוד מייערס, ??,
ווער עס איז ממשיך מיט'ן שרייבען נאך ספרים, ביטע זיך האלטען צו די אותיות !
כ'גלייב אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס קען נישט מחליט זיין וועלכען ספר צו נוצען, און וויבאלד אז אין די קומענדיג שבת קודש וועט מען שוין ביי מנחה אנהייבען ליינען פ' תרומה איז הזמן קצר והמלאכה מרובה,
על כן בעט איך אז עס איז כדי פאר סיי ווער עס האט הערות צו איבער די מעלות איינס איבער'ן אנדרען כגון קלאר'רע בילדער - בעסער און הסברה - נענטער און קראנט'ר צום מציאות ע"פ גדולי המפרשים,
אדער ענליכ'ס זאלן זיך ביטע אנרופען - ותשועה ברוב יועץ !
פון אלע קאמענטארן פארשטייט זיך אז עס איז נישט שולל צו זיין איינס פון א צווייטע אז סאיז נישט גוט, נאר יעדע תקופה האט זיך וואס איז גוט פאר איהם, און קען זיין יעדער האט אן אנדרע טעם - וועט מען טאקע דא אויסגעפונען, יישר כחכם - בא ונצא !

כ'וועל צולייגן ענליך צו וואס כ'האב דערמאנט וואס קען זיין די עולם וועט דאס אויך נוצען, א דערווייל נאכנישט געזעהן קיין הערות קוקט אויס די עולם וועט זיך דארפן אליין'ס קלויבען, כ'בין נישט ממשיך מיט די אותיות ווייל ס'נישט ספרים באופן הנ"ל,
1) פשוטע בילדער און די חומשים, בפרט עוז והדר וועט לכאורה פארגרינגערן צו פארשטיין,
2) א משכן צוזאם שטעל, האב איך לעצט'נס געהערט פון מיט די זעלבע קאלירן פון די משכן [כמעט] און די אינטשעס לויט די אמות, גאר ווינדערליך פאר ווער עס האט עס געזעהן,
אויך קען מען צולייגען א מדרש חז"ל וואס איז מסביר מורא'דיג די בנין המשכן והמסתעף, און ס'איז בכלל נישט געדרוקט נישט און'עם ש"ס און נישט און די מדרשים סעט"ס, און די עצם מדרש איז בכלל נישט נמצא ביד כל אדם און אפילו און חק"ס'ען, דאס הייסט:
3) ברייתא דמלאכת המשכן, - ברם זכור אותם לטוב עוז והדר [מהודרה מהרחבת] וואס האבן עס אריינגעדריקט און'עם חומש און מזכה געוועהן דעהם רבים, און אויך האבן זיי עס גאר שיין איבער געדרוקט און צוגעלייגט א ביאור פון הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א,
אאההרנ"ע ותן בליבנו בינה להבין ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים וכו' ויהי רצון לראות בבנין ב"ה כשיחזור כל העבודה לאיתנו הראשון במהרה בימינו, אכי"ר.

כ'וועל ממשיך זיין מיט די נומערין [נישט מיט די אותית] ספרים וואס דער עולם ניצט ביאורים און טבלאות צו פארשטיין די מקראות מיט רש"י בעיקרו [און איז נישט מיוסד פאר די משכן וכלים זעלבסט ווי די מיט די אותיות],
4) רש"י כפשוטו, הערליכע בילדער און טבלאות אויף די הקמת המשכן וכלים און פרשת תרומה - תצוה,
5) תורת רש"י [- תורת מר"ם],ר' מר'דכי מ'נחם (מענדל) רייך, קלארע טבלאות וואס זענען מורא'דיג מסביר די פרשה,
עס איז זיכער אז א גרויסע עולם באגעניגט זיך צו פארשטיין די פסוקים מיט די דערמאנטע ביאורים אויף רש"י, די שאלה איז יעצט צו עס איז טאקע שואליכענן האט געשריבן די מעלה אנע קאלירט'ע בילדער, דאמאלט'ס איז רש"י כפשוטו אויך א גוטע מהלך,
אבער עכ"ז קוקט עס מיר אויס צו זיין נאך אלס זייער קאמפליצירט פון וואס כ'דענק פון אנדרע יארן,
4) רש"י כפשוטו, הערליכע בילדער און טבלאות אויף די הקמת המשכן וכלים און פרשת תרומה - תצוה,
5) תורת רש"י [- תורת מר"ם],ר' מר'דכי מ'נחם (מענדל) רייך, קלארע טבלאות וואס זענען מורא'דיג מסביר די פרשה,
עס איז זיכער אז א גרויסע עולם באגעניגט זיך צו פארשטיין די פסוקים מיט די דערמאנטע ביאורים אויף רש"י, די שאלה איז יעצט צו עס איז טאקע שואליכענן האט געשריבן די מעלה אנע קאלירט'ע בילדער, דאמאלט'ס איז רש"י כפשוטו אויך א גוטע מהלך,
אבער עכ"ז קוקט עס מיר אויס צו זיין נאך אלס זייער קאמפליצירט פון וואס כ'דענק פון אנדרע יארן,
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35255
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
חיים של שמחה האט געשריבן:א) המשכן וכליו - בגדי כהונה, הרב ישראל חיים בלומנטל ז"ל - ירושלים תש"ח - ושנית ע"י בנו י-ם תשל"ה, ב' קונטרסים נפרדים,
אויף היברו בוקס:
http://beta.hebrewbooks.org/33543
http://beta.hebrewbooks.org/37880
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
גענומען פון דא > viewtopic.php?p=1180445#p1180445
מ'דארף טאקע בקרוב אויך עפענן אן אשכול איבער אזעלכע ספרים וואס איז שוין דא, וואס איר זאגט אז זיי האלטן זיך נישט פעסט צו רש"י דארף מען אויך נאכגיין, בעז"ה בקרוב און אן אשכול פאר זיך, אז איר ווילט קענט איהר גיין פתיחה,
שואלכענין האט געשריבן:נאך א ספר (וואס קען האבן שייכות צו די יעצטיגע פרשה אביסל) וואס איך וואלט געוואלט זען:
קלארע בילדער לפי שיטת רש"י איבער דעם ביהמ"ק הראשון וארמונות שלמה המלך וכסאו
עס זענען דא עטליכע אזעלכע ספרים, אבער קיינער האלט זיך נישט פעסט צו רש"י
(מעגליך, אויב עוז והדר וכדומה דרוקן א נ"ך, וועלן זיי צושטעלן אזא זאך דערין?)
מ'דארף טאקע בקרוב אויך עפענן אן אשכול איבער אזעלכע ספרים וואס איז שוין דא, וואס איר זאגט אז זיי האלטן זיך נישט פעסט צו רש"י דארף מען אויך נאכגיין, בעז"ה בקרוב און אן אשכול פאר זיך, אז איר ווילט קענט איהר גיין פתיחה,
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm
שואלכענין האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס באלאנגט אין דאזיגן אשכול, אבער איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן ווער פון די אלע מפרשים אדער בילדער-ספרים עס נעמט שיין קעיר פון די סתירות די וואך (תצוה) אין רש"י הק' ווי ברייט דער אפוד איז געווען.
ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק.
דהיינו?
עס איז יא א היבשע סתירה, ווייל אין פסוק שטייט אז די כתפות האפוד זאלן ווערן באהאפטן "ביי די צוויי עקן פונעם אפוד", דארט זאגט רש"י קלאר אז דער אפוד איז "נישט" געגאנגען ווייטער ווי דער רוקן.
סאו, אויב גייט מען זאגן אז עס איז יא געגאנגען אביסל ווייטער צו פארנט, דאן ווערט דער פסוק א פראבלעם, ווייל עס איז שוין נישט ביי די עקן.
אויסער דעם, זאגט רש"י איינמאל א ווארט, אז די טבעות פונעם חושן זענען געווען "אויף" די טבעות פונעם אפוד.
דאס איז אנדערש ווי מען לערנט פשוט אז עס איז געווען קעגנאיבער. און כידוע, איז יעדע אות אין רש"י געמאסטן און געוואויגן.

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
דער מצנפת איז געמאכט פון א ווייסע סחורה וואס איז לאנג 16 אמה [ענדליך צו א לאנגע גארטל], און מ'דרייט דאס ארום דעם קאפ אסאך מאל, ביז עס ווערט א צורה פון א מצנפת.
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
עס איז דא נאך ספרים בענייני בית המקדש?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2000
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
יעקב99 האט געשריבן:עס איז דא נאך ספרים בענייני בית המקדש?
בית המקדש? אדער משכן וכליו?
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
חזקי פרידמאן האט געשריבן:יעקב99 האט געשריבן:עס איז דא נאך ספרים בענייני בית המקדש?
בית המקדש? אדער משכן וכליו?
בית המקדש הראשון
- אטעטשמענטס
-
- בית המקדש הראשון 1.jpg (210.01 KiB) געזען 1585 מאל
-
- בית המקדש הראשון 2.jpg (99.49 KiB) געזען 1585 מאל
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
בית המקדש השני
- אטעטשמענטס
-
- בית המקדש השני 1.jpg (149.22 KiB) געזען 1585 מאל
-
- בית המקדש השני 2.jpg (64.02 KiB) געזען 1585 מאל
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
בית המקדש השלישי
- אטעטשמענטס
-
- בית המקדש השלישי 1.jpg (255.21 KiB) געזען 1585 מאל
-
- בית המקדש השלישי 2.jpg (66.66 KiB) געזען 1585 מאל