ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

אזוי ווי עס דערנענטערט זיך די פרשת [תרומה - פקודי] פון די משכן, און עס געפינט זוך אסאך ספרים צו פארגרינגערן צו פארשטיין די פרשיות - מיט ציורים פונעם געבוי פון די משכן און אלע כלים וואס זענען אריין דערינען - אויף די ריכטיגע אופן,
אבער וויבאלד עס איז שוין היינט דא אזויפיל איז שווער מחליט צו זיין וועלכע איז די גרינגסטע קלארסטע און מערסטע מציאות'דיג, ווער עס קען ארויסהעלפן און דעהם ענין איז מכובד, יישר כחכם !

עס איז דא א לאנגע ליסטע פון ספרים וואס זענען ערשינען און דעהם ענין אבער היות כ'דענק נישט יעצט וועל איך גארנישט ברענגן כדי שלא לטעות,
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

מספרי ציורי המשכן וכליו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

אזוי ווי איך זע דא אז דער חכמים וסופרים - ידענים און ווארטזאגער'ס רופן זיך נאך גארנישט אהן,
מסתמא האבן זיי געווארט איך זאל זיך צאמנעמן און דערמאנען כאטש א חלק פון די ספרים אז זיי זאלן קענען מייעץ זיין,
וועל איך טאקע אנהייבן שרייבען פון וואס איך האב זיך צאמגענומען און ס'איז מסתמא דא נאך, וזה החלי:

א) המשכן וכליו - בגדי כהונה, הרב ישראל חיים בלומנטל ז"ל - ירושלים תש"ח - ושנית ע"י בנו י-ם תשל"ה, ב' קונטרסים נפרדים,

ב) ספר תבנית המשכן וכליו, הרב שלום דוב שטיינבערג, ירושלים תשנ"ה, יו"ל מקודם בג' קונטרסים נפרדים תשנ"א,

ג) כל כלי המקדש בצבעם המקורי, הרב ש. שפר - ע"י הרב יעקב ויסברג, ב' קונטרסים, 1 בצבע רגיל 2 בצבע מיוחד ?,

ד) ספר - משכן ה', הרב שמעון שפיאצקי, ירושלם תשנ"ד,

ה) ספר המשכן, הרב אברהם בידרמאן - ע"י ארטסקרול מסורה, ? תשע"?, יש ג"כ בתרגום ענגליש,

ו) ספר המשכן בתפארתו, הרב דוד מייערס, ??,

ווער עס איז ממשיך מיט'ן שרייבען נאך ספרים, ביטע זיך האלטען צו די אותיות !

כ'גלייב אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס קען נישט מחליט זיין וועלכען ספר צו נוצען, און וויבאלד אז אין די קומענדיג שבת קודש וועט מען שוין ביי מנחה אנהייבען ליינען פ' תרומה איז הזמן קצר והמלאכה מרובה,
על כן בעט איך אז עס איז כדי פאר סיי ווער עס האט הערות צו איבער די מעלות איינס איבער'ן אנדרען כגון קלאר'רע בילדער - בעסער און הסברה - נענטער און קראנט'ר צום מציאות ע"פ גדולי המפרשים,
אדער ענליכ'ס זאלן זיך ביטע אנרופען - ותשועה ברוב יועץ !
פון אלע קאמענטארן פארשטייט זיך אז עס איז נישט שולל צו זיין איינס פון א צווייטע אז סאיז נישט גוט, נאר יעדע תקופה האט זיך וואס איז גוט פאר איהם, און קען זיין יעדער האט אן אנדרע טעם - וועט מען טאקע דא אויסגעפונען, יישר כחכם - בא ונצא !
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

כ'וועל צולייגן ענליך צו וואס כ'האב דערמאנט וואס קען זיין די עולם וועט דאס אויך נוצען, א דערווייל נאכנישט געזעהן קיין הערות קוקט אויס די עולם וועט זיך דארפן אליין'ס קלויבען, כ'בין נישט ממשיך מיט די אותיות ווייל ס'נישט ספרים באופן הנ"ל,

1) פשוטע בילדער און די חומשים, בפרט עוז והדר וועט לכאורה פארגרינגערן צו פארשטיין,
2) א משכן צוזאם שטעל, האב איך לעצט'נס געהערט פון מיט די זעלבע קאלירן פון די משכן [כמעט] און די אינטשעס לויט די אמות, גאר ווינדערליך פאר ווער עס האט עס געזעהן,
אויך קען מען צולייגען א מדרש חז"ל וואס איז מסביר מורא'דיג די בנין המשכן והמסתעף, און ס'איז בכלל נישט געדרוקט נישט און'עם ש"ס און נישט און די מדרשים סעט"ס, און די עצם מדרש איז בכלל נישט נמצא ביד כל אדם און אפילו און חק"ס'ען, דאס הייסט:
3) ברייתא דמלאכת המשכן, - ברם זכור אותם לטוב עוז והדר [מהודרה מהרחבת] וואס האבן עס אריינגעדריקט און'עם חומש און מזכה געוועהן דעהם רבים, און אויך האבן זיי עס גאר שיין איבער געדרוקט און צוגעלייגט א ביאור פון הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א,
אאההרנ"ע ותן בליבנו בינה להבין ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים וכו' ויהי רצון לראות בבנין ב"ה כשיחזור כל העבודה לאיתנו הראשון במהרה בימינו, אכי"ר.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך וואלט רעקאמענדירט די ערשטע אפשען (א) פון בלומענטאל
ער מאלט עס די מערסטע קלאר און שיין
(קיינער האט נאכנישט אהערגעשטעלט אזא הערליכע מנורה (למשל) ווי ער!)
לענ"ד איז די קאלירטע בילדער טאקע מעגליך א מעלה, אבער לגבי קלארקייט איז עס א חסרון
ווייל גאלד מיט גאלד מיט גאלד מיט גאלד זעט זיך שווער אן חילוקים
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

כ'וועל ממשיך זיין מיט די נומערין [נישט מיט די אותית] ספרים וואס דער עולם ניצט ביאורים און טבלאות צו פארשטיין די מקראות מיט רש"י בעיקרו [און איז נישט מיוסד פאר די משכן וכלים זעלבסט ווי די מיט די אותיות],

4) רש"י כפשוטו, הערליכע בילדער און טבלאות אויף די הקמת המשכן וכלים און פרשת תרומה - תצוה,
5) תורת רש"י [- תורת מר"ם],ר' מר'דכי מ'נחם (מענדל) רייך, קלארע טבלאות וואס זענען מורא'דיג מסביר די פרשה,

עס איז זיכער אז א גרויסע עולם באגעניגט זיך צו פארשטיין די פסוקים מיט די דערמאנטע ביאורים אויף רש"י, די שאלה איז יעצט צו עס איז טאקע שואליכענן האט געשריבן די מעלה אנע קאלירט'ע בילדער, דאמאלט'ס איז רש"י כפשוטו אויך א גוטע מהלך,
אבער עכ"ז קוקט עס מיר אויס צו זיין נאך אלס זייער קאמפליצירט פון וואס כ'דענק פון אנדרע יארן,
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

ש'כח שולאכענין פאר דיין יעוץ כ'פארשטיי וואס די זאגסט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חיים של שמחה האט געשריבן:א) המשכן וכליו - בגדי כהונה, הרב ישראל חיים בלומנטל ז"ל - ירושלים תש"ח - ושנית ע"י בנו י-ם תשל"ה, ב' קונטרסים נפרדים,


אויף היברו בוקס:

http://beta.hebrewbooks.org/33543

http://beta.hebrewbooks.org/37880
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

הרב פארשלאפען ! קוקט אויס אז איהר האלט אויך לכתחילה הרב בלונמנטאל'ס ריכטיג ?
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

שואלכענין האט געשריבן:איך וואלט רעקאמענדירט די ערשטע אפשען (א) פון בלומענטאל
אלע אנדרע האסטו אויך געזעהן ווייל סוף כל סוף זע איך נאך מעלות און די אנדרע אויך, די שאלה איז בעיקר צו און הבנה איז עס אויך קלאר'ער.
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

גענומען פון דא > viewtopic.php?p=1180445#p1180445
שואלכענין האט געשריבן:נאך א ספר (וואס קען האבן שייכות צו די יעצטיגע פרשה אביסל) וואס איך וואלט געוואלט זען:
קלארע בילדער לפי שיטת רש"י איבער דעם ביהמ"ק הראשון וארמונות שלמה המלך וכסאו
עס זענען דא עטליכע אזעלכע ספרים, אבער קיינער האלט זיך נישט פעסט צו רש"י
(מעגליך, אויב עוז והדר וכדומה דרוקן א נ"ך, וועלן זיי צושטעלן אזא זאך דערין?)

מ'דארף טאקע בקרוב אויך עפענן אן אשכול איבער אזעלכע ספרים וואס איז שוין דא, וואס איר זאגט אז זיי האלטן זיך נישט פעסט צו רש"י דארף מען אויך נאכגיין, בעז"ה בקרוב און אן אשכול פאר זיך, אז איר ווילט קענט איהר גיין פתיחה,
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך האב רעקאמאנדירט בלומענטאל'ס קונטרסים, לגבי די שיינקייט פון די כלים און קלארקייט פון די בילדער.
ער דעקט אבער נישט אלעס, און געוויסע דעטאלן (למשל וויאזוי די קלעים האבן געהאנגען אויף די עמודים) ווערט ביי אים נישט דערמאנט.
חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של שמחה »

איז איינע פון די דערמאנטע ספרים דא אויף היברובאק"ס ?
אדער איז נאך ענליכע ספרים און דעהם ענין וואס איז דא אויף היברובאק"ס ?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך ווייס נישט צי עס באלאנגט אין דאזיגן אשכול, אבער איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן ווער פון די אלע מפרשים אדער בילדער-ספרים עס נעמט שיין קעיר פון די סתירות די וואך (תצוה) אין רש"י הק' ווי ברייט דער אפוד איז געווען.
ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שואלכענין האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס באלאנגט אין דאזיגן אשכול, אבער איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן ווער פון די אלע מפרשים אדער בילדער-ספרים עס נעמט שיין קעיר פון די סתירות די וואך (תצוה) אין רש"י הק' ווי ברייט דער אפוד איז געווען.
ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק.

דהיינו?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

רש"י שרייבט אנהייב סדרה אז די אפוד איז געווען בלויז אזוי ברייט ווי דער ריקן, און שפעטער שרייבט ער אז איז אנגעקומען פארנט פונעם כהן ביז די עקן פונעם חושן.

ס'איז נישט ממש א סתירה, דאכט זיך
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

עס איז יא א היבשע סתירה, ווייל אין פסוק שטייט אז די כתפות האפוד זאלן ווערן באהאפטן "ביי די צוויי עקן פונעם אפוד", דארט זאגט רש"י קלאר אז דער אפוד איז "נישט" געגאנגען ווייטער ווי דער רוקן.
סאו, אויב גייט מען זאגן אז עס איז יא געגאנגען אביסל ווייטער צו פארנט, דאן ווערט דער פסוק א פראבלעם, ווייל עס איז שוין נישט ביי די עקן.
אויסער דעם, זאגט רש"י איינמאל א ווארט, אז די טבעות פונעם חושן זענען געווען "אויף" די טבעות פונעם אפוד.
דאס איז אנדערש ווי מען לערנט פשוט אז עס איז געווען קעגנאיבער. און כידוע, איז יעדע אות אין רש"י געמאסטן און געוואויגן.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

היינט געזעהן אין מלבים אז די מצנםת איז געווען ט"ו אמה הויעך, איז מען טאקע געגאנגען מיט 3 שטאקיגע היטלעך ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

דאס איז זיכער א טעות הדפוס, די גאנצע משכן איז געווען בלויז צען אמה הויעך, וויאזוי איז דער כהן גדול אריינגעגאנגען?
מעגליך דארף שטיין ט"ו אצבעות וכדומה (איך האב עס נישט נאכגעקוקט אינעווייניג).
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

דער מצנפת איז געמאכט פון א ווייסע סחורה וואס איז לאנג 16 אמה [ענדליך צו א לאנגע גארטל], און מ'דרייט דאס ארום דעם קאפ אסאך מאל, ביז עס ווערט א צורה פון א מצנפת.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

עס איז דא נאך ספרים בענייני בית המקדש?
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

יעקב99 האט געשריבן:עס איז דא נאך ספרים בענייני בית המקדש?

בית המקדש? אדער משכן וכליו?
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

ביידע
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:עס איז דא נאך ספרים בענייני בית המקדש?

בית המקדש? אדער משכן וכליו?


בית המקדש הראשון
אטעטשמענטס
בית המקדש הראשון 1.jpg
בית המקדש הראשון 1.jpg (210.01 KiB) געזען 1580 מאל
בית המקדש הראשון 2.jpg
בית המקדש הראשון 2.jpg (99.49 KiB) געזען 1580 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

בית המקדש השני
אטעטשמענטס
בית המקדש השני 1.jpg
בית המקדש השני 1.jpg (149.22 KiB) געזען 1580 מאל
בית המקדש השני 2.jpg
בית המקדש השני 2.jpg (64.02 KiB) געזען 1580 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

בית המקדש השלישי
אטעטשמענטס
בית המקדש השלישי 1.jpg
בית המקדש השלישי 1.jpg (255.21 KiB) געזען 1580 מאל
בית המקדש השלישי 2.jpg
בית המקדש השלישי 2.jpg (66.66 KiB) געזען 1580 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”