ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2000
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
משכן וכליו ובגדי כהונה..
- אטעטשמענטס
-
- HMISHH.jpg (88.14 KiB) געזען 1919 מאל
-
- mishkan_hashem.jpg (731 KiB) געזען 1919 מאל
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
נישט דא נאך ספרים אויף בית המקדש ?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2000
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
תורת העולה על עניני בית המקדש ב"כ (רמ"א)
שלטי הגיבורים - בעניני המקדש וכליו
ספר אור המקדש - תמונות לתבנית בית המקדש השני
ספר לשכנו תדרשו - נבואת יחזקאל על בית המקדש השלישי
ספר הבית השני בתפארתו
ספר "בית הבחירה" - מכון המקדש
עבודת הקרבנות - שיעור יומי לכהנים
שלטי הגיבורים - בעניני המקדש וכליו
ספר אור המקדש - תמונות לתבנית בית המקדש השני
ספר לשכנו תדרשו - נבואת יחזקאל על בית המקדש השלישי
ספר הבית השני בתפארתו
ספר "בית הבחירה" - מכון המקדש
עבודת הקרבנות - שיעור יומי לכהנים
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
אין א צווייטע פלאץ האט מען דערמאנט נאך ספרים
איטשע האט געשריבן:אגב איז דא הערליכע ספר ״תבנית היכל״ פון א פריערדיגע, אויפ׳ן צווייטן בית המקדש. אויף מהר״ם קזיס אויף תמיד אדער מידות איז הערליך שיין. שוין אפגערעדט דער ספר שלטי הגבורים, לעצטנס שיין איבערגעדרוקט, איז א יחיד במינו.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
זייער אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט די ארויסגעבער פון די ארטסקראל ספר "המשכן".
אינטערעסאנטע ידיעות און אומפארענטפערטע פראגן איבער דעם בניית המשכן.
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=141500

- שר חמש מאות
- תגובות: 671
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
די נושא האשכול האט מיר דערמאנט אז מען דארף מעורר זיין אויף א גראבן גרייז אין א בילד וואס ערשיינט בחומשי עוז והדר, ושמעתי אז די זעלבע איז דא אין זייערע משניות. טאקע נישט בענין צורת המשכן והמקדש, נאר בענין העבודות.
עס איז אין חומש ויקרא, אין די בילד פון עבודת תרומת הדשן.
כ'וועל אבער געבן די געלעגנהייט פאר הקהל הקדוש צו טרעפן.
עס איז אין חומש ויקרא, אין די בילד פון עבודת תרומת הדשן.
כ'וועל אבער געבן די געלעגנהייט פאר הקהל הקדוש צו טרעפן.
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
גלות איד האט געשריבן:בגדי זהב
די "הוצאה" דארף זיין בבגדים פחותים, ווער זאגט אז אויך די "הרמה"?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 671
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
אדערווייל וועל איך נאר געבן די פונקטליכע מראה מקום צום בילד, די ענטפער וועל איך לאזן נאך א טאג.
עס איז אין קונטרס ההוד וההדר, אין די מקראות גדולות. עמוד לג, אונטן, לינקס.
בנוגע וואס מען האט דא דערמאנט וועגן בגדי זהב, אויב כ'געדענק ריכטיג זעהט מען דארט בגדי לבן, מיט א גארטל פון כלאים, וואס מיינט אז דער בילד איז פון א כהן הדיוט. ממילא איז דער ענין נישט נוגע אהער. וכידוע המחלוקת אויב דער כהן גדול האט געמאכט תרה"ד יוה"כ.
בין כך כוונתי, אויף א סאך א גרעסערע טעות.
עס איז אין קונטרס ההוד וההדר, אין די מקראות גדולות. עמוד לג, אונטן, לינקס.
בנוגע וואס מען האט דא דערמאנט וועגן בגדי זהב, אויב כ'געדענק ריכטיג זעהט מען דארט בגדי לבן, מיט א גארטל פון כלאים, וואס מיינט אז דער בילד איז פון א כהן הדיוט. ממילא איז דער ענין נישט נוגע אהער. וכידוע המחלוקת אויב דער כהן גדול האט געמאכט תרה"ד יוה"כ.
בין כך כוונתי, אויף א סאך א גרעסערע טעות.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 671
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
איבער די טעות וועליך אי"ה צוריק קומען שפעטער.
מען קען זאגן אז דער גאנצער בילד איז נישט ריכטיג.
דערווייל נאר עפעס וועגן די נושא פון בגדי זהב.
א. אין די בילד זעהט מען טאקע דעם כהן גדול בבגדי זהב (ולא כמנו שכתבתי שנדמה לי), דאס איז כדעת הרז"ה ועוד, אז דער כהן גדול האט עס געמאכט.
ב. בנוגע בגדים פחותים, איז דעת הרמב"ם אז תרומת הדשן האט מען אויך געמאכט בבגדים פחותים. עי' בדבריו פ"ב מתמידין ומוספין ה"י, ובכס"מ ושאר נו"כ שם.
דאס איז אבער נאכאלס נישט קיין טענה אויפן בילד, אפילו לדעתו, ווייל די בגדים פחותים זענען דאך אויך געווען כשר'ע בגדי כהונה (ועי' רמב"ן ר"פ צו מה שמביא מהגמרא ב' דעות אם הוצאת הדשן היתה נעשית בבגדים פחותים או בבגדי חול). (כאטש אז מסתמא איז נישט געווען קיין באזונדערע פאר פון 8 בגדי זהב פאר תרומת הדשן, והרמב"ם לשיטתו אז דער כהן גדול האט עס נישט געמאכט יוה"כ).

- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
אז מ'רעדט וועגן טעותים אין קו' ההוד וההדר.
אין מס' בבא בתרא (יד:) זאגט די גמרא אז למ"ד אז די ס"ת איז געווען אינעם ארון, איז עס געווען נגלל לתחילתו דהיי' ווי א מגילה, און נישט מיט צוויי עצי חיים ווי אונזערע ס"ת.
וכלשונו של רש"י "אין לו אלא עמוד אחד ונגלל מתחלתו לסופו".
אין מס' בבא בתרא (יד:) זאגט די גמרא אז למ"ד אז די ס"ת איז געווען אינעם ארון, איז עס געווען נגלל לתחילתו דהיי' ווי א מגילה, און נישט מיט צוויי עצי חיים ווי אונזערע ס"ת.
וכלשונו של רש"י "אין לו אלא עמוד אחד ונגלל מתחלתו לסופו".
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
בנוגע די תרומת הדשן בילד פון הרב טקסט
די דלתות ההיכל זענען אפן
א שאלה: ווער און ווען פלעגט מען אנגרייטן די ספעציעלע מערכה פאר קטורת שלפני ולפנים?
די דלתות ההיכל זענען אפן
א שאלה: ווער און ווען פלעגט מען אנגרייטן די ספעציעלע מערכה פאר קטורת שלפני ולפנים?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 671
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
התשובה
מען האט תורם געווען פון די [קוילן פון די] נעכטיגע מערכה גדולה, נישט פון דער תפוח.
______________________
דעטאלן וואס זענען נישט מדויק זענען זיי שוין מגלה דעת אז עס קען זיך מאכן.

לעצט פארראכטן דורך רב טקסט אום מיטוואך מארטש 10, 2021 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 671
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
גלות איד האט געשריבן:א שאלה: ווער און ווען פלעגט מען אנגרייטן די ספעציעלע מערכה פאר קטורת שלפני ולפנים?
מסתמא די כהנים גלייך נאכן אנגרייטן די אנדערע מערכות, ע"פ הסדר בפ"ב דתמיד.
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
רב טקסט האט געשריבן:גלות איד האט געשריבן:א שאלה: ווער און ווען פלעגט מען אנגרייטן די ספעציעלע מערכה פאר קטורת שלפני ולפנים?
מסתמא די כהנים גלייך נאכן אנגרייטן די אנדערע מערכות, ע"פ הסדר בפ"ב דתמיד.
דאס הייסט יום כיפור צופרי, און ביי תרומת הדשן [חצות] איז עס נאך נישט געווען?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 671
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
- לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
יעך האב פארשטאנען אז מען האט אלעמאל אנגעגרייט די מערכות גלייך נאך תרה"ד, און פינוי הדשן לתפוח.
נישט דוקא אינדערפריה.
למעשה איז דאס נישט קיין טענה אויפן בילד, ווייל זיי מאכן אין אלע בילדער 3 מערכות. כמא"ד אז דאס איז געווען יעדן טאג.
דאס אז די מערכה גדולה ברענט עד לב השמים איז א ודאי נישט ריכטיג, ובכלל השגתי היא.

- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
ווען די יודן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געהאט די משכן פאר נאך 14 יאר. וואס האט מען געטון דערמיט נאכדעם?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
sheetrock האט געשריבן:ווען די יודן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געהאט די משכן פאר נאך 14 יאר. וואס האט מען געטון דערמיט נאכדעם?
די כלים האט מען ווייטער גענוצט אין משכן שילה און אין ביהמ"ק (חוץ פון די מזבחות)
די קרשים וכו' שטייט אין מס' סוטה ט.
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו, היכא, אמר רב חסדא אמר אבימי תחת מחילות של היכל.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
אוראייניקל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:ווען די יודן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געהאט די משכן פאר נאך 14 יאר. וואס האט מען געטון דערמיט נאכדעם?
די כלים האט מען ווייטער גענוצט אין משכן שילה און אין ביהמ"ק (חוץ פון די מזבחות)
די קרשים וכו' שטייט אין מס' סוטה ט.
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו, היכא, אמר רב חסדא אמר אבימי תחת מחילות של היכל.
שכח
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 328
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
sheetrock האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:ווען די יודן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געהאט די משכן פאר נאך 14 יאר. וואס האט מען געטון דערמיט נאכדעם?
די כלים האט מען ווייטער גענוצט אין משכן שילה און אין ביהמ"ק (חוץ פון די מזבחות)
די קרשים וכו' שטייט אין מס' סוטה ט.
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו, היכא, אמר רב חסדא אמר אבימי תחת מחילות של היכל.
שכח
אין נוב און דערנאך אין גבעון האט מען געניצט די זעלבע קרשים ווי גלגל.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
קאפ און אקסל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:ווען די יודן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געהאט די משכן פאר נאך 14 יאר. וואס האט מען געטון דערמיט נאכדעם?
די כלים האט מען ווייטער גענוצט אין משכן שילה און אין ביהמ"ק (חוץ פון די מזבחות)
די קרשים וכו' שטייט אין מס' סוטה ט.
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו, היכא, אמר רב חסדא אמר אבימי תחת מחילות של היכל.
שכח
אין נוב און דערנאך אין גבעון האט מען געניצט די זעלבע קרשים ווי גלגל.
הייסט ממש ביזן בית המקדש?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 328
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
sheetrock האט געשריבן:קאפ און אקסל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:ווען די יודן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געהאט די משכן פאר נאך 14 יאר. וואס האט מען געטון דערמיט נאכדעם?
די כלים האט מען ווייטער גענוצט אין משכן שילה און אין ביהמ"ק (חוץ פון די מזבחות)
די קרשים וכו' שטייט אין מס' סוטה ט.
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו, היכא, אמר רב חסדא אמר אבימי תחת מחילות של היכל.
שכח
אין נוב און דערנאך אין גבעון האט מען געניצט די זעלבע קרשים ווי גלגל.
הייסט ממש ביזן בית המקדש?
ריכטיג מיט אן הפסקה 369 יאר וואס דעמאלטס איז געשטאנען משכן שילה וואס איז געווען א בנין אן א דאך.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
קאפ און אקסל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:קאפ און אקסל האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:די כלים האט מען ווייטער גענוצט אין משכן שילה און אין ביהמ"ק (חוץ פון די מזבחות)
די קרשים וכו' שטייט אין מס' סוטה ט.
משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו ובריחיו ועמודיו ואדניו, היכא, אמר רב חסדא אמר אבימי תחת מחילות של היכל.
שכח
אין נוב און דערנאך אין גבעון האט מען געניצט די זעלבע קרשים ווי גלגל.
הייסט ממש ביזן בית המקדש?
ריכטיג מיט אן הפסקה 369 יאר וואס דעמאלטס איז געשטאנען משכן שילה וואס איז געווען א בנין אן א דאך.
דאס איז א מחלוקת רש"י ורמב"ם.
רש"י (פסחים לח:) שרייבט "באו להן לנוב ולא היה שם משכן אלא בית של אבנים היה והוקבע שם מזבח הנחשת".
אבער אין פיהמ"ש להרמב"ם (זבחים יד, ז) שטייט טאקע "אחר שחרב מקדש שילה בעונות אבותינו הקימו אהל מועד שנעשה במדבר בנוב אח"כ חרב נוב הקימו אותו בגבעון ועמד בגבעון ובנוב נ"ז שנה ".
אבער ס'זענען דא ואס ווילן מדייק זיין פון לשון הרמב"ם אין יד החזקה (בית הבחירה פ"א ה"ב) "ובאו לנוב ובנו שם מקדש וכשמת שמואל חרב ובאו לגבעון ובנו שם מקדש", פון דעם לשון "מקדש" אזוי ווי רש"י אז ס'איז יא געווען א בנין של אבנים.
Re: ספרים בעניני המשכן וכליו ובגדי כהונה
משכן ווערט דאך אויך אנגערופן מקדש