נא_שכל האט געשריבן:חוץ פון דעם האט געשריבן:איך האב געלערנט מסכת תמורה ערכין מעילה. דארט איז ממש יעדער דף געטוישט. גיי אריין אין בית מדרש אין עפען אויף צווי גמרות, די אנדערע מהודרת אין עוז והדר'ס [איך מיין די נייע עוז והדר]
אנשטאט מ'זאל זיך פרייען אז זיי האבן געמאכט אז מ'זאל קענען גרינג לערנען די בלעטער גמרא, האט מען טענות?!
ס'האט געהערט א שטארקע צומישעניש אין די מסכתות קליינע ווערטער/גרויסע ווערטער מפרש/רש"י תוס' וכו' וכו', און זיי האבן געמאכט אביסל סדר.
טענות האב איך נישט!
נאר צווי זאכ'ן, קודם זיי מודיע פאר די עולם אז די קדשים גמרות פון עוז והדר האט גארנישט מיט אלמנת ראם זי"ע, נאר א נייר עיצוב! (קען אפילו זיין אז האנדלט זיך פון א חושן משפט שאלה)
צווייטנ'ס, דאס איז גוט ווען די הייבסט אן די ערשטע מאל לערנען גמרא, הייב אן מי דעם, אבער רוב כלל ישראל האט זיך שוין צו געוואנט צו אן אנדערע צורת הדף אין פלוצלינג גייט מען אריין אין בית מדרש שבת נאכמיטאג אין מען עפענט א גמרא פון עוז והדר אויף קדשים, אן קיין שום מודעה פון פארדעם אין די צורת הדף איז געטוישט, וואס זאל איך זאגן עס רעגט אויף!
אין לגבי די שיינע ארבעט, א עגרי, אבער די זעלבע שיינע ארבעט קענסטו מאכן מיט'ן לאזן צורת הדף!!!