הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
דער ספר הקדוש חובת הלבבות דארף נישט קיין שום אריינפיר
יעדער בר בי רב דחד יומא, ווייסט אז אזא ספר קדוש עקזעסטירט, און רוב יודען האבן א תקופה מחייהם געלערנט חובת הלבבות,
חובת הלבבות איז נישט קיין לייכט ספר, צוליב דעם עפען איך דעם אשכול, אדורך צו שמועסען וואס פארא פירושים עס איז פארהאן אויף דעם ספר,
וזה החלי
דער ערשטע מפרש איז דער מנוח הלבבות, וואס לעצטענס האט מען דאס איבערגדרוקט מיט די אנדערע דריי באקאנטע פירושים, מיט ליקוטים מדברי החתם סופר
נאכדעם איז פארהאן די דריי באקאנטע מפרשים, געדרוקט צוזאמען אין כמה דריקען
טוב הלבנון
פת לחם
מרפא לנפש
עס זענען דא נאך דריי זייער נוצליכע פירושים, וואס מאיזה סיבה לא נתפרסמו כל כך
פי' ר' צדוק מזאסלאב זולצבאך תנ"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=
נאדר בקודש, געדרוקט אין הוראדנא תק"נ, (עס איז דא אויף אוצר החכמה),
אפאר יאר צוריק האט איינער געדרוקט א סעמפעל פון שער התשובה, מיט אן אייגענעם פירוש, מיט דעם נאדר בקודש איינער לאבענשטיין פון בני ברק האט עס געדרוקט, ער האט דארט אויך געדריקט
גליונות מכת"י ר' יצחק יהושע פרימו
נאך א פירוש געדרוקט אין לבוב תקנ"א, מיט גרויסע הסכמות, מען ווייסט נישט קיין אינפארמאציע אויף דעם מחבר http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0%22%d7%90
עיין כאן
אבער ער האט גרויסע הסכמות
דא איז עס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=
עס איז דא פארשטייט זיך לב טוב, בשתי מהדורות, דער לאנגע און דער קורצע
אויף יודיש איז אויך דא עטליכע פירושים,
דער מפרש אויף יידיש אין דפוס ווארשא, איז געווען אנגענומען אלס א גוטע פירוש
עס איז דא פון היברו פאבלישינג א פירוש פון איינעם אגוז (איך נעם נישט קיין אחריות, כמדומה אז פעלדהיים'ס פירוש אויף ענגליש, האט פון אים גענאשט)
http://www.hebrewbooks.org/41642
און לב ישראל, פון ר' אהרן ישראל קאהן
עס איז דא עטליכע קיצורים, וואס זענען בייהילפיג
מרגליות טובה
קיצור פון בעל צדה לדרך
און קיצור געדרוקט בסוף השל"ה
עס זענען דא נאך צוויי איבערזעצונגען פון אראביש
איינס פון ש ירושלמי
איינס פון קאפח (כידוע יש איסור על חלק מחיבוריו)
ר' יעקב עמדין אין מגדל עוז איז מעתיק עטליכע שערים, און לפעמים זאגט ער אין איינגערינגעלט א ווארט וואס העלפט צום פשט
אויף איינצעלע שערים איז דא נאך חיבורים
אויף שער היחוד איז דא די צוויי חיבורים, מיט זעלטענע הסכמות
http://hebrewbooks.org/23954
פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)
אויף שער חשבון הנפש, פון ר' שמעון זאב מייזליש
איך גלייב אז עס איז דא נאך, אדרבא ואדרבא

לעצט פארראכטן דורך והוא פלאי אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
למה זה תשאל לשמי...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פון עקספיריענס, אז איינער וויל נישט לערנען דעם ספר פאר שיעור עיון, נאר פאר א מוסר שיעור, זאל מען נישט לערנען קיין מפרשים, נאר לב טוב פשוט צו פארשטיין די שפראך. נאך בעסער איז ווען מען ווערט רגיל בלשונו הצח און מען קען עס לערנען אינעווייניג געהעריג, און אינדערזייט נאך האבן א שטיקל הנאה פון די געשמאקע לשון לימודים.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
לב טוב אויך נישט
נאר לשון המתרגם הזך
און אדער נוצען דער ווארשע-ווילנא מפרש אויף יודיש ע"פ מרפא לנפש
אדער מנוח הלבבות
אדער דער לבוב אדער זולצבאך פי' די אלע האבן געגעבען ממש א. מינומום
דער לב טוב פארוואסערט שוין
א דאנק אים האבן עס אנגעהויבן לערנען טויזענטער יודען אויב נישט רבבות
עכ"ז זאג איך מי שאפשר בלאו הכי איז בעסער

איך שרייב דאס דאך אויך, אבער ביז מ'לערנט זיך אויס דעם לשון, צי מתוך הספר אדער פון עוסק זיין אין אנדערע ספרים מהתקופה, האט לב טוב די מעלה אז מ'דארף אים נישט לערנען ווי א פירוש נאר מען קען קוקן א גאנצער פאראגראף צי נאך מער אין איין צי, משא"כ ווען מען דארף האלטן איין פינגער אויבן און איינס אונטן און נאך יעדע 2'טע ווארט אריין קוקן אינעם פירוש, פארלירט עס די געשמאקע, דער המשך און בעיקר די התפעלות הנפש.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
-
- שר העשר
- תגובות: 49
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 4:12 pm
חובת הלבבות ע"פ בנין שמעון
מהרה"ח ר' שמעון זאב מייזליש.
יצא על שער חשבון הנפש,
האם ידוע על שאר חלקי הספר, האם מתעתד להוציא ?
יצא על שער חשבון הנפש,
האם ידוע על שאר חלקי הספר, האם מתעתד להוציא ?
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
אויב איינער ווייסט, איך זוך אינפא. אויפן מחבר פון פירוש הנפלא 'לב טוב'. מה היתה טובו, און אין וועלכע קרייזן האט ער זיך געדרייט?
Re:
יוראפ האט געשריבן:אויף שער הבחינה איז ארויסגעקומען לעצטענס א הערליכע באנד אויף אידיש מיטן פירוש אור אביגדור פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל
ערווארטעט בקרוב ארויסצוקומען א פרישן באנד אויף שער הבטחון.
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
והוא פלאי האט געשריבן:פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)
- אטעטשמענטס
-
- Hnet.com-image.jpg (268.16 KiB) געזען 2276 מאל
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
שפע רב האט געשריבן:אויב איינער ווייסט, איך זוך אינפא. אויפן מחבר פון פירוש הנפלא 'לב טוב'. מה היתה טובו, און אין וועלכע קרייזן האט ער זיך געדרייט?
איז ער נישט פון ארץ ישראל?
ערגעץ איז ער געווען באשריבן מיין איך.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10695
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
איך זוך די טעקס פון שער הבטחון פון חובת הלבבות, קען עס מיר ביטע איינער שיקן ?
--
באקומען אין אימעיל דורך איינעם ׁ(ווייס איך נישט ווערׂ..)
א גרויסן שכח
#מ'דארף נאר האבן בטחון און מ'באקומט עס...
--
באקומען אין אימעיל דורך איינעם ׁ(ווייס איך נישט ווערׂ..)
א גרויסן שכח
#מ'דארף נאר האבן בטחון און מ'באקומט עס...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re:
והוא פלאי האט געשריבן:לב טוב אויך נישט
נאר לשון המתרגם הזך
און אדער נוצען דער ווארשע-ווילנא מפרש אויף יודיש ע"פ מרפא לנפש
אדער מנוח הלבבות
אדער דער לבוב אדער זולצבאך פי' די אלע האבן געגעבען ממש א. מינומום
דער לב טוב פארוואסערט שוין
א דאנק אים האבן עס אנגעהויבן לערנען טויזענטער יודען אויב נישט רבבות
עכ"ז זאג איך מי שאפשר בלאו הכי איז בעסער
מעודי האב איך קיינמאל נישט געגליכן קיין ספרי עזר, דעריבער איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען אריינצוקוקן אין דעם לב טוב, לעצטנס האב איך אריינגעבליקט דערין [נאכן זיך מתווכח זיין מיט א חבר מיינס איבער ספרי עזר] און כ'האב זיך ממש נישט געקענט גלייבן ווי שטארק מ'קען משחית זיין די שיינקייט פון א שפראך.
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
יש ספר פירוש על חובת הלבבות שער הבטחון , מאת הגרי"ד דאמב זצ"ל
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
למעשה ווען איינער וויל לערנען די ספה"ק חובת הלבבות, היינט צו טאגס, מיט וועלכן פירוש זאל ער עס לערנען? אדער איז עס בכלל שייך צו לערנען אן עפעס א פירוש?
אויך האב איך אמאל געהערט פונעם באקאנטן מגיד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א אויף געוויסע שערים אינ'ם ספר וואס מ'האט ביי אונז נישט געלערנט, אדער ווייל עס איז חקירה, אדער סתם צו שווער צו פארשטיין, איינער ווייסט וועלכע ער רעדט וועגן?
אויך האב איך אמאל געהערט פונעם באקאנטן מגיד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א אויף געוויסע שערים אינ'ם ספר וואס מ'האט ביי אונז נישט געלערנט, אדער ווייל עס איז חקירה, אדער סתם צו שווער צו פארשטיין, איינער ווייסט וועלכע ער רעדט וועגן?
Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר
ער רעדט פון שער היחוד, וועגן חקירה, סתם אזוי ר' יחזקאל האט שיעורים אין חובת הלבבות?קולי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:02 amלמעשה ווען איינער וויל לערנען די ספה"ק חובת הלבבות, היינט צו טאגס, מיט וועלכן פירוש זאל ער עס לערנען? אדער איז עס בכלל שייך צו לערנען אן עפעס א פירוש?