על הספר: "ל"ו צדיקים שבדורינו"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

על הספר: "ל"ו צדיקים שבדורינו"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איין אינטערעסאנטער ספר געזען אין געשעפט 'ל"ו צדיקים שבדורינו' - ב' כרכים, וואו דער מחבר רעכענט אויס נעמען פון - טיילמאל - גאר פשוטע אידן מיט אינטערעסאנטע סיפורים און אייגנארטיגע שטריכן איבער דעם פערזענליכקייט, באגלייט מיט בילדער. וואס טוט אים פירן צו א מסקנא אז דער איז א ל"ו צדיק.

ביי טייל ברענגט ער נאך א מימרא פון א גדול אדער רב בנגלה וואס האט געזאגט אז 'יענער איז א צדיק נסתר' וכדומה.

די נעמען וואס ער ברענגט פון פארשידענע שיכטן ביי כלל ישראל, זענען גאנץ אומבאקאנט. איינער איז אפילו געווען א חייט, איינער א סנדלר. לויט ווי כאב שנעל געבליקט האט אויסגעקוקט ווי זיי האבן אלע געוואוינט אין ארץ הקודש אין די לעצטע הונדערט יאר. רוב לעבן שוין נישט, קען זיין איינער צוויי נאך יא? כדענק נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שוועמל, שוין געזעהן דעם ספר א צייט צוריק, גאר אינטערסאנט, דאכט זיך אז איינער פון די צדיקים, א חייט גאר, האט ארויסגעגעבן א חיבור על פרשת השבוע, כ'דענק אויף די מינוט נישט די נאמען, אבער קיין נסתר איז ער נישט געווען, מ'זעהט דאס אפען!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טאקע אויפן חייט פארציילט ער, זיין אייניקל האט אים אמאל אפען געפרעגט זיידע ביסט א צדיק נסתר? האט דער חייט אוועקגעמאכט, אויב ווייסטו דעם סוד איז דאס אויס נסתר... בין איך גארנישט.

מיין פראגע איז, ווי ברייט דארפן זיין די פלייצעס צו באשליסן ווער איז נסתר און ווער נישט. ממילא א צדיק איז דאך יעדער ועמך כלם צדיקים, אבער נסתר?!
איי מין פון וואנעט נעמט דער מחבר זיינע יסודות?
און אויב שוין יא נסתר, איז נישט קיין פראבלעם דאס מפרסם זיין? (אולי קאן זיין לאחר מותם איז אנדערש).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בעיקר זענען די נסתרים דאכט זיך ספרדים, דארט דארף מען נישט אזאליכע פלייצעס דערפאר...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דער חייט אויף וועם די רעדע איז דא, איז עס דער וואס האט געהאט זיין שניידעריי אינמיטן מאה שערים?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאך א זאך וואס כאב אויפגעפאסט בליקנדיג, ער האט נאר מאראקאנער, איטאליענער, תימנ'ער וכו' אפשטאמיגע. זעט אויס נישטא קיינע אונגארישע אדער גאליציאנע צדיקי נסתר..
(כבין נישט 100 פערצענט זיכער מיט דעם פרט, אבער מברויך מברר זיין און אפירזוכן אונזערע ל"ו צדיקים און ארויסגעבן א אייגענע בוך)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לעומת זה, ער ברענגט סטעיטמענטס אויף זיי פון רבנים ואדמורי"ם ווי כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א און להחל"ח גאב"ד ירושלים מרן הרמ"א פריינד זצ"ל. ביי איינעם איז דא עפעס איבער זיין שייכות מיט רביה"ק מהריט"ב מסאטמאר זי"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אזוי ווי עס איז נישט דא א אינסטראקשען ביך וויאזוי מען ווערט א צדיק נסתר וועל איך זאגען וואס איך האב געהערט. אז כדי צו זיין א צדיק נסתר דארף מען קודם זיין א צדיק, און אז עס זענען דא ל"ו צדיקים גלויים און ל"ו צדיקים נסתרים; מען קען זיין א צדיק גלוי אבער די וועלט ווייסט נישט דער אמת ווי גרויס א צדיק ער איז, איז קען ער זיין למעשה א "צדיק נסתר" כאטש עס זענען דא בילדער פון אים יעדע וואך אין די צייטונגען.

און דער זעלבע זאך קען איינער זיין א פשוטער שיסטער, באוויסט אלץ אן עם הארץ דאורייתא ודרבנן, און למעשה זיין א צדיק נסתר אויף וועמענס זכות שטייט די וועלט.

נאכדעם זענען דא אלע אין בעטווינס (צווישען יענקל דרוטאטש, און א גרויסער רב אדער רבי).

ווען איך וויל צייגען צו מיינע קינדער אויף איינער ווואס איז אן אויסערגעווענליכע איד און א גרויסע צדיק, איז זאג איך פאר מיינע קינדער אז "דער זעהט מיר אויס צו זיין א קאנדידאט צו זיין איינע פון די ל"ו צדיקים".

איך וואלט אפשר מפרסם געווען נעמען, אבער איך האב מורא.

כ'האב געזעהן דער ספר אין ספרים געשעפט און זיך זייער געווינדערט. אויב איינער פון די אויס גערעכענט לעבען נאך, איז דער ווינדער פיל פאכיג גרעסער.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער 'זכרונות ממאה שערים' פון י. מ. יאקאב, איז אויך מלא וגדוש מיט צדיקים נסתרים...., ס'מאכט דעם רושם כאילו אין מאה שערים זענען קיין צדיקים גלויים נישט געווען צו קריגן, נאר נסתרים.....
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איז דא א מקור צו די אלע זאכן? איך ווייס אז ס'דא א מקור צו ל"ו צדיקים (איך ווייס נישט וואו) אינ'ם דור אבער ווי זענען די מקורות צו

א) אז ער מוז זיין נסתר

ב) אז די 36 איז לא פחות ולא יותר (און נישט נאר א מינימום)

ג) בכלל קראנטע מקורות אויף די גאנצע ענין (צדיקים שפייזן זיי, כחותיהם עניניהם וגו')

פון ליכט שטראלן און די "זכרונות" פון מהריי"צ ווייס איך שוין..
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איך לייג צו אז איך בין דא צו פרעגן. נישט מפקפק זיין און קיין שום אנדערע מסקנא. איך בין פשוט נייגעריג אויף א מקור
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מינומים 36 שטייט אין מסכת סנהדרין (צז:) מער קען זיין, ווי עס שטייט אין מסכת חולין (צב.) א מספר פון 45, וואס 30 דערפון זענען אין א"י, און די איבריגע כאן (בבל?).
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מילכיגער האט געשריבן:איז דא א מקור צו די אלע זאכן? איך ווייס אז ס'דא א מקור צו ל"ו צדיקים (איך ווייס נישט וואו) אינ'ם דור אבער ווי זענען די מקורות צו

עיין מס סוכה דף מה ע"ב (סנהדרין צז ע"ב) והא אמר אביי לא פחות עלמא מתלתין ושיתא צדיקי דמקבלי אפי שכינה בכל יום, שנאמר אשרי כל חוכי לו, ל"ו בגימטריא תלתין ושיתא הוו, לא קשיא הא דעיילי בבר הא דעיילי בלא בר.

ובמס' חולין צ"ב אלו מ"ה צדיקים שהעולם מתקיים בהם, ואיני יודע אם שלשים כאן וט"ו בארץ ישראל, ואם שלשים בארץ ישראל וט"ו כאן, כשהוא אומר ואקחה שלשים הכסף ואשליך אותו בית ד' אל היוצר הוי אומר שלשים בארץ ישראל וט"ו כאן.

ובמד' איתא אמר רבי תנחום בשם רבי אחא אין העולם חסר שלשים צדיקים כאברהם שכן יהיה בגימטריא שלשים.

=======
למעלה האט שוין גברענגט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

דאנקע.

האמיר שוין א תירוץ אויף 2). עני אנדערע מקור אויף 1) און 3)?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק,

און ווי איז דער מקור פאר גלויים און נסתרים?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יהיה כן האט געשריבן:דער 'זכרונות ממאה שערים' פון י. מ. יאקאב, איז אויך מלא וגדוש מיט צדיקים נסתרים...., ס'מאכט דעם רושם כאילו אין מאה שערים זענען קיין צדיקים גלויים נישט געווען צו קריגן, נאר נסתרים.....


צדיקים נסתרים זענען אנגעקומען קיין מאה שערים, לכאו' די בעסעטע פלאץ אין די וועלט פאר נסתרים!

דאכט זיך אז דער ספר האט נאר "געוועזענע" נסתרים, ער שרייבט נישט פון קיין לעבעדיגע.

האט נישט דער אידישע צייט געהאט לעצטנס א שמועס מיט א "צדיק נסתר"?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דא אין אייוועלט איז דאך יעדער א צדיק נסתר.....
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יהיה כן האט געשריבן:דא אין אייוועלט איז דאך יעדער א צדיק נסתר.....
:lol: :P
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מילכיגער, מנחם מענדל איז נישט גענוג מקור??...

---

ס'דא איינער אזא פארמער וואס די מאקאווער רב און תו"א רבי פלעגן גיין צו אים. איינער אן א בארד.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

אין די איסט סייד איז אויך געווען איינער ר' משה, מען האט געזאגט אויף אויף אים אז ער איז א צדיק נסתר, צדיקים פלעגן גיין צו אים און רעדן מיט אים בבדרך רמזים.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי יוסף וואלטוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

עליו אמרו הרבה צדיקים גדולות= ביניהם רבי שלמקע זווילער זי"ע כך שמעתי מנכדיו
אגב הוא לא היה ספרדי - הוא היה מפוילין
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שתוקא בתרין האט געשריבן:אין די איסט סייד איז אויך געווען איינער ר' משה, מען האט געזאגט אויף אויף אים אז ער איז א צדיק נסתר, צדיקים פלעגן גיין צו אים און רעדן מיט אים בבדרך רמזים.


נישט דער באקאנטער משה ניו יארקער?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

דאכט זיך מען רופט אים טאקע אויך ר' משה ניו יארקער ז"ל
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לוי יצחק האט געשריבן:מילכיגער, מנחם מענדל איז נישט גענוג מקור??...

---

ס'דא איינער אזא פארמער וואס די מאקאווער רב און תו"א רבי פלעגן גיין צו אים. איינער אן א בארד.


מיינסט אפשר [ק]ליפא'לע ערמאנטער?....
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יהיה כן האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:מילכיגער, מנחם מענדל איז נישט גענוג מקור??...

---

ס'דא איינער אזא פארמער וואס די מאקאווער רב און תו"א רבי פלעגן גיין צו אים. איינער אן א בארד.


מיינסט אפשר [ק]ליפא'לע ערמאנטער?....


;l;p-
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”