נוסח סקווירא טשערנאבל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ראש הקהל האט געשריבן:קענסט מיר אפשר טרעפען איין סקוירא חסיד און שיכון סקווירא צו בכלל, וואס זיין זיידע קומט פון סקווירא און רוסלאנד??

לפי דבריך איז נישט געווען כמעט קיין דזיקעווער חסידים אדער ראזוודאווער אדער ראדזמינער אדער אלכסאנדערער .אמשינאווער .אדער ליסקער
חסידים אמאהל . ווייל מעט טרעפט נישט היינט דיא אייניקלעך . נאר בעלעזער .שינאווער .מונקאטשער . אין סאטמערער .ווייל באלד וועט שוין זיין
א תקופה וואס קיינער וועט נישט דערציילען אז זיין זיידע איז געפאהרען צים עצי- חיים קיין סיגעט .אין אביסעל גערער . טראכט איבער וואס דיא
האסט געשריבען .
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ראשית, צום פותח האשכול,
בנוגע די ספרי מכון שפתי תהלה, רופט 845-598-2660,
און אויף די הקפות איז דא איינער וואס האט ארויסגעגעבן אין עטליכע פארמאטן, זיין נומער איז 845-499-5523
אדער ווי בן בוזי זאגט, קענסטו קוקן אין ליקוטי צבי.
און אויב ווילסטו סיי וועלכע "מנהגים" פון די הקפות, פרעג דא (אדער עפען אן אשכול דערוועגן, נאכדעם וואס די אשכול איז שוין ביי א אנדערע מסכתא), און מ'וועט דיר גערן ענטפערן.

* * *

ראש הקהל האט געשריבן:זיי וואלט געדארפט שרייבען טשערנאביל, ווייל אלעס איז טשערנאביל, סקווירא האט גארנישט מוסיף געוועהן?

ראשית כל, רבי איציקל סקווערער, האט גענומען פארשידענע זאכן פון זיין שווער רבי הערשעלע סקווערער וועלכע איז געווען אן אייניקל פון בעל שם טוב זיע"א, וואס אין טשערנוביל האט מען געזאגט אנדערש, א שטייגער ווי די עבודה ביי מוסף יו"כ, ועוד.
חוץ דעם זענען במשך די יארן צוגעקומען פארשידענע הנהגות וכדומה, א שטייגער ווי "קה אכסוף" בליל שב"ק, א פירות טיש פרייטאג צונאכטס.
און נאך צענדליגע זאכן וואס זענען אריינגעקומען במשך הדורות אדער צוליב געוויסע אומשטענדן, א שטייגער ווי שטיוול, חומרות אום פסח, מקוה מיטל נאכט יו"ט, וכו' וכו'.

ראש הקהל האט געשריבן:די איינציגסטע מנהגים וואס מ'האט אריינגעברענגט פון בעלזא, איז דעס וואס רעבעצין טראני האט געהייסען איר מאן,

דער סקווערע רבי זצ"ל האט איינגעפירט ביי זיך פארשידענע שיינע מנהגים וואס איז אים געפאלן אין בעלזא, ווי למשל זאגן תהלים דעם ערשטן טאג סליחות, גיין מיט א גארטל די גאנצע טאג, ועוד. חוץ דעם איז טאקע געווען זאכן וואס די רביצין ע"ה האט געוואלט מ'זאל עס טוהן.

אגב, איך ווער נתפעל וויפיל שטותים מ'קען שרייבן אין איין אשכול...
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אז איהם וואונדערט נאך די שטותים איז מיר שוין גאר קיין וואונדער נישט פארוואס ער ווערט נישט נתגלה בעגלא דידן דא למטה אויף אייוועלט תיכף ומיד ממש.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:און נאך אן אשכול, צו ווען א רבי מאכט אן עקסטענשאן אדער א ריקאנסטראקשען פון א חסידות ד.ה. ער קאנווערט אידן וועלכע האבן פון פריער נישט באלאנגט צו דעם שלשלת, צו ער האט די רעכטן אנצוגיין מיט די זעלבע נאמען ווי זיינע פארגייער.

די שאלה איז צו די חסידות עקזיסטירט בכלל, ווייל זיי קומען דאך פון אנדערע מדינות א שטייגער ווי פון אונגארן קיין רוסלאנד.

חסידות איז נישט מוגבל צו קיינע מדינות. דער מייסד החסידות האט נישט געוואוינט אין אלע מדינות וואו חסידות האט זיך פארשפרייט ברוב הימים.

מאנכע ווילן דא (דאכט זיך) ארויסברענגען אז שיכון סקווירא באשטייט פון אונגארישע און האט מיטן רוסישן העיליגען סקווערער חסידות קיין שייכות.

לדעתי הקלושה איז דאס א טעות. די חסידות בדרך-כלל עקזיסטירט כל זמן דער לעבעדיגער ממשיך עקזיסטירט. קיין נפקא מינא וואו ער וואוינט, פלעטבוש, בארא פארק, אדער גאר אין ספרענג וואלע (כביטוי ר' יו"ט ערליך).

א חסידות באשטייט פון די ספרים וואס די פארגייער אדער היינטיגע האבן אהערגעשטעלט, אדער קפידות און מנהגים באופן שאין ספרים. עס באשטייט נישט פונעם פירמא נאמען וואס שטייט אויף די טשעקס.

ובנוגע הבלים וואס ווערן געפרעגט און געזאגט און פארענטפערט: יעדער איז אחראי פאר זיינע אייגענע רייד. די שטעלונגען פונעם ראש הקהל שטעלן ניט תמיד פאהר די איי-קיו פון די מעמבערס.
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

דאס איז קלאהר אז יעדער האט זיין אייגענע נאטור .אין דיא נאטור וואס עהר האט גירשנ'ט פין זיינע עלטערען . אין פין זיינע רעבי'ס מלמדים
אין פין זיינע חברים . אין פין דיא מדינה וואס עהר איז אויפגעוואקסען . אבער מיר האבען נאך קיינמאהל נישט געהערט אז מען זאל נישט
פארשטיין דיא גמרא ווייל זיא איז פארפאסט געווארען אין בבל ''עירק ''. אדער פארשטיין דיא ראשונים ווייל זייא זענען פארפאסט געוורען אין
פראנקרייך ''צרפת'' אדער שפאניא ..וואס אין דיא פלעצער האט מען דאך אנדערשט געטראכט ..דיא זעלבע איז מיט חסידות ..חאטשיק זיא
איז געבוירען געווארען אין אוקריינא דאס וויגעלע פין חסידות . אבער דיא תלמידים ותלמידי תלמידים .וואס זענען געקומען פין פארשידענע
מקומות . האבען דאס געלערנט אין פארטיישט אין טאקע מיט זייער אויפאסונג אין נאטור . דער ליטווישער ווייס רוסלאנדער תלמיד האט דאס
אנדערשט פארטיישט טאקע וויא דער גאליציאנער תלמיד אדער פאלישער תלמיד אין וועהר רעדט נאך פין אונגארישען תלמיד . אבער ס'איז געווען
יסודות וואס זענען פארבליבען דאס זעלבע .אזוי וויא מען זעהט אז דער רמב''ן אין דער רשב''א אדער רא''ה האבען זייער אייגענעם גאנג אין דיא
גמרא ולא ראוי זה כראוי זה .דער מאירי אדער דער ריטב''א האבען זייער גאנג נישט אזוי אייגען ארטיג מעהר מאסף לכל המחנות .נישט וויא
דיא טיפקייט פין רמב''ן אדער דיא גלאטקייט פין רשב''א .וכו' וכו' דיא זעלבע איז מיט חסידות מען קען נישט מדמה זיין דיא תורות פין פרי הארץ
צים בית-אהרן חאטשיק ביידע זענען ביידע פין דיא זעלבע געגענט . אדער דיא פארשידענע גאליציאנער דינאסטיס .אט האט למשל דער הייליגער
רוזינער געזאגט דיא ערשטע יאהרען לאנגע מאמרים אין שפעטער געטוישט אויף קורצע . נעמטס דער בארדיטשעווער רב'ס ספר קדושת-לוי
אדער דעם אפטער רב'ס ספר אוהב-ישראל ביידע פין אוקריינא אין זייא האבען גאהר קיין דמיון .אט למשל דער שפת-אמת האט געקעניגט מיט
אמאהל מיט דעם ישמח ישראל אין גרויס פולין האבען זייא עפעס א דמיון וכהנה וכהנה .האבען בעלזער תורות א דמיון ציא דיא ראפשיצער תורות .
וכו' וכו' אבער אלעס איז א פירוש אויף דעם תורת הבעש''ט ותלמדיו .ס'איז תלוי וועהר דער זאגער איז אין פאר וועמען מען זאגט .אין וויא דער
סקווערער רבי זצ''ל האט געזאגט אין געלייגט דעם דגוש '''וויא אזוי מען זאגט''''מיט וואס פאר א הכנה . ויש הרבה להאריך בזה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וואויל געזאגט.

נעם טאקע דעם טשערנאבילער מגיד אליינס וואס צווישן די קינדער האבן נישט קיין שייכות דער עמק תפלה צום מגן אברהם און/אדער צום מגן-קהלת-כנסת דוד כאילו זיי וואלטן געווען פון פארשידענע אנדערע דינאסטיעס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קרעפלקאפ האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:און נאך אן אשכול, צו ווען א רבי מאכט אן עקסטענשאן אדער א ריקאנסטראקשען פון א חסידות ד.ה. ער קאנווערט אידן וועלכע האבן פון פריער נישט באלאנגט צו דעם שלשלת, צו ער האט די רעכטן אנצוגיין מיט די זעלבע נאמען ווי זיינע פארגייער.

די שאלה איז צו די חסידות עקזיסטירט בכלל, ווייל זיי קומען דאך פון אנדערע מדינות א שטייגער ווי פון אונגארן קיין רוסלאנד.

חסידות איז נישט מוגבל צו קיינע מדינות. דער מייסד החסידות האט נישט געוואוינט אין אלע מדינות וואו חסידות האט זיך פארשפרייט ברוב הימים.

מאנכע ווילן דא (דאכט זיך) ארויסברענגען אז שיכון סקווירא באשטייט פון אונגארישע און האט מיטן רוסישן העיליגען סקווערער חסידות קיין שייכות.

לדעתי הקלושה איז דאס א טעות. די חסידות בדרך-כלל עקזיסטירט כל זמן דער לעבעדיגער ממשיך עקזיסטירט. קיין נפקא מינא וואו ער וואוינט, פלעטבוש, בארא פארק, אדער גאר אין ספרענג וואלע (כביטוי ר' יו"ט ערליך).

א חסידות באשטייט פון די ספרים וואס די פארגייער אדער היינטיגע האבן אהערגעשטעלט, אדער קפידות און מנהגים באופן שאין ספרים. עס באשטייט נישט פונעם פירמא נאמען וואס שטייט אויף די טשעקס.

ובנוגע הבלים וואס ווערן געפרעגט און געזאגט און פארענטפערט: יעדער איז אחראי פאר זיינע אייגענע רייד. די שטעלונגען פונעם ראש הקהל שטעלן ניט תמיד פאהר די איי-קיו פון די מעמבערס.

קפידות ומנהגים אין להם שייכות לדרך החסידות
וכידוע דברי הרה"ק הרר"א במכתב הידוע, וכן האריך בזה הרה"ק מזידוטשויב בסמו"ט
והרבה צדיקים שינו המנהגים
ולדוגמא, יש הרבה תלמידי לובלין אשר ממנו קבלו דרך החסידות בסדר ההשתלשלות
ועכ"ז הנוסח שלהם ומנהגיהם שונים מן הקצה על הקצה, כי אין זה העיקר
הרה"ק מצאנז הי' תלמיד הה"ק מראפשיץ, וההקפה שלהם הוא שונה, ודו"ק
ואף האשכנזים למיניהם יש להם קפידות על מנהגים, ואין לזה שייכות לחסידות, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וכבר עמדתי על זה כי ענין הקפידות בסקווירא בא להם כי הרבי ר' איציקל מסקווירא היה מתפלל קבוע בבית מדרש העירוני מקום שמקפידים על המנהגים. כי הרי הדבר היה צריך להיות דוקא להיפך כי החסידים הרי היו אלו שהפריעו המנהגים ותקנות הקהלות ולמה נשתרבב כי דוקא החסידים עומדים כ"כ חזק על מנהגיהם עד קפידו"ת.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

והוא פלאי ........לא אדע מאיזה חדר אתה בא . ובכלל מנהגים ומנהגי בית אבא הוא דין. וסוגיא קשה וארוכה מתי ''צריך'' ומתי לא צריך לנהוג
כמנהגי אביו ורבו . ויש בזה אריכות דברים .וקשה להסיק מסקנות בזה . אך עכ''פ אפילו נכדי הרה''ק בעל העטרת צבי נבג''מ כל מה שידעו
ושמעו שזקינם או ש''ב הזידטשאווער רבי המהרי''א נבג''מ נהג. נהגו כן .וכן אלו הנוהגים כמנהגי הגאון החסיד הגר''א נבג''מ נוהגים כפי מה שכתוב
במעשה רב . או כמנהגי החזון איש .ולגבי מנהגים וקפידות כנראה שמעולם לא שמעת ממנהגי בעלזא . וגם הם ידעו ממכתבו המפורסם של הרה''ק
ר' אלעזר בן הרה''ק בעל נועם אלימלך מליזנסק נבג''מ שנדפס בסוף ספרו הקדוש . ויד כל אדם ממשמש בו .
וכידוע הראשונים שפיקפקו וזילזלו במנהגים וקפידות היו המשכילים למיניהם .שג''כ זילזלו באמונת צדיקים כידוע . וידוע מה נעשה בסופם
ואם אתה מעוניין נפתוח אשכול מיוחד בנידן זה
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מנהגים הם קדשי קדשים,
וידועים דברי הרמ"א בזה, וצריכים מסירת נפש על זה
אבל מה זה ולחסידות
זולת אם נאמר שאתה אוחז בשיטת הרה"ק מסאטמאר בשם הרה"ק מצאנז, שחסידות הוא מסירת נפש על קוצו של יו"ד של שו"ע, ולעשות טובה וכו'
שהמנהגים הם חלק משו"ע
ורוב מנהגי בעלז, הם מעיר בעלז ביסודם, מנהגי אשכנז עתיקים,
ואודת כתיבת מנהגים, ידוע מה שאמר הה"ק מהר"א מבעלז שמנהגים יש להם טבע שמשתכחים, וכן אמר בשם אביו, שמנהגים הם הנשאר מתושבע"פ
ועכ"ז שינה הרה"ק הרבה ממנהגי אביו, וכן למעלה בקודש, ומי יבין דרכם
ובכלל קשה מאד לקבוע, מה מותר ומה אסור לשנות, ומה נקרא נאכגעמאכט
ועין מה שכתב בן בוזי אודות מנהגי סקווירא
והרי גם בפראנקפורט מושב ההשכל הרגו אנשים על מנהג
עכ"פ לומר שזהו חסידות? לא מיני' ולא מקצתי'
למה זה תשאל לשמי...
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

כותב אתה שמרן המהר''א שינה הרבה ממנהגי אביו מרן המהרי''ד . אולי יכול אתה לפרוט לי כמה מהם . ואהי' לך אסיר תודה . תודה מראש
לעצט פארראכטן דורך רבבה אום דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 5:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

טעציל תחת הכוס
שיר המעלות בהושע"ר
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

והוא פלאי האט געשריבן:טעציל תחת הכוס
שיר המעלות בהושע"ר

דאס זענען די 'הרבה ממנהגי אביו', וואס דו האסט געשריבן?
פארגעס נישט אויך אז מהר"א איז אויך געגאנגען א קלענערע בעקיטשע און שוך ווי זיין פאטער, כמדת קומתו, און אויף דעם קען מען אויך זאגן 'הרבה ממנהגי אביו'.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

והוא פלאי האט געשריבן:טעציל תחת הכוס
שיר המעלות בהושע"ר

איך האב דיר שוין איינמאהל געשריבען .....אז סיא זעהט אויס אז דיא ליינסט נישט דיינע אייגענע געמאזעכצעך .....ווייל אויב יא וואלסט דוא געווען אויס געמעקט אסאך פין זייא .
סיא איז נישט קיין חכמה אבי ציא שרייבען . מען דארף שרייבען מקורות דיק אין יסודותדיק . אויב נישט זעהט מען אויס וויא דיא אייניקלעך
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

חסידי סקווירא פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אין סקווירא שטעטיל איז א היפשע משפחות וואס שטאמען פון סקווירא חסידים פון דערהיים און פון טריסקער חסידים
ואלו הם משפחת -וואלאדארסקי--איילבוים--ראוויצקי---גרינבלאט--קנאבלאך-טעפפער--זאבנער--ארזעל--קלאץ--ניצליך ועוד
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

נוסחי התפחה זענען א יסוד אינעם לעבן פון א איד, אנגעהויבן פון מודה אני ברכות התורה ביז קריאת שמע שעל המטה. מיט דעם האבן זיך אפגעגבן די אנשי כנסת הגדולה און די גאוני הזמן לכל דורותיהם, ווייל תורה ותפלה הם תרי ריעין דלא מתפרשין און יעדע איינס פון זיי איז א פלגא דגופא.
אין די שפעטערדיגע דורות זעהט מען אז ס'האט זיך געטיילט און ס'האט געהאט פארשידענארטיגע אופני התפלה - למשך הדורות, כידוע ליודעים.

וואס איז מנהגי טשערנאביל קען מען זעהן אין ספר מגן דוד מהדורת תש"ך דעם לעצטן פעידזש, 10 מנהגים, ווי למשל: קץ, ברוך יאמרו ארויף לייגן די מענטעלע אויפן ספר תורה ביי די פאר און נאך ברכה, און נאך. און לכאורה איז דא נאך אסאך זאכן וואס איז געווען מנהג המקום, א שטייגער אז מ'קוקט אריין אין ערכי יהושע - מאנסטריטש ווי ער האט דארט די פר"ח מנהגים. און מ'קען ארום קוקן אויף אנדערע שולשלת'ער פון די מקומות אוקריינע און וואהלין.

מנהגי סקווירא איז אויך מנהגי טשערנאביל פשוט ווייל דער אדמו"ר הזקן מוהר"י געווען פון די שבעה קני המנורה. ער האט צום דריטן מאל חתונה געהאט קיין סקווירא ווען ער איז בס"ה אלט געווען בערך 30 יאר צו די שטוב פון אן אייניקעל בא"ב פון בע"ש הק' זענען איהם אויך צוגעקומען די מנהגי המקום פון זיין שווער. צי אלץ מנהגי השווער צי אלץ מנהגי המקום ווי מען רופט עס אין אזא פאל "לויט די אומשטענדען".

האט איהם דער באשעפער באשאנקן מיט 4 זוהן און יעדער האט געהאט אן אנדערע תכונת הנפש, ווי באקאנט. למשל די צוויי יונגסטע די איינציגע פון דריטע זיווג איז דער עלטערער געווען א פריער און דער צווייטער א שפעטער. דער עלצטער זוהןס זוהן ראי"ה וואס איז געווען א געוואלדיגער חסיד פון פעטער איז אויך געווען אנדערש געווען אין נאטור בשעת דער פעטער אדמו"ר מוהר"ד האט געזאגט אסאך תפלות ווי פון חיד"א האט דער פלומעניק אדמו"ר מוהרי"מ איבערגעזאגט ווערטער.

וויפיל מנהגים אדמו"ר מוהר"ד האט גענומען פון בית אוסטרה איז נישט באקאנט, ווייל לכאורה האט ער קיינמאל דארט נישט געווען, ער האט חתונה געהאט לאחר פטירת חותנו. ווידער דער תכונת הנפש פון אדמו"ר מוהרי"י איז געווען מורכב מיט די שארפקייט פון אוסטרה, ווייל מלכות איז איהם שוין געווען מושרש פון אדמו"ר הזקן מוהר"י. (ואגב איז דאס אויך געווען א חילוק אין הנהגה צווישן די ברידער בני הרמב"ן)

אדמו"ר מוהרי"י האט נאך די וואנדער יארן אוקריינע און רומעניע בימי בחורותו חתונה געהאט קיין בעלזא גאליציע אין געוואוינט אין פשעמישל און זיך באזעצט אין קאלאראזש ביז קיין יאס און פון דארט קיין בוקארעסט מיט פליטי חרב און נאכהער געקומען קיין אמעריקע און שפעטער מייסד געווען דעם שטעטל, א חשבון פון 40 יאר כסדר געהאט מיט מענטשען פון פארשידענע מדינות, האט ער געואלט דאווענען זיין נוסח צוזאמען מיט די מנין צוזאמענגעשטעלט פון אונגערישע-אויבערלענדע-גאליציאנע-פוילישע-אמעריקאנע אידן.

אין די כ' יארן האט אדמו"ר מוהרי"י געארבעט אויף א נוסח התפלה געבויעט אויף די נוסח סידור של"ה מהדורת זיטאמיר און סידור עמדין מהדורת באלאבאן פון לעמבערג און נאך. און אויף דעם איז געבויעט די היינטיגער צוזאמנשטעל פון מכון שפתי תהלה.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

צו א גיט ווארט ......קודם כל רוב פין דיינע רייד האסטו גענומען פין מיינע פרירעדיגע תגובות .האדמו''ר מהרי''י זצ''ל האט נישט געוואינט אין פשעמיש . נאר אין אסטילא בייא
זיין שוועהר . וואס האט זיך אוועק געצויגען פין דארט לאחר פטירת חותנו האדמו''ר מהרי''ד זצ''ל . אין האט געוואלט אריין זעצען דארט זיין איידעם אלס ממלא מקום . אין עהר האט
נישט געוואלט . אין דער פעטער אדמו''ר מהר''א זצ''ל האט דאס נאך אין ארץ ישראל מפליא געווען כידוע . אדמו''ר מהר''ד האט נישט געגעסען קיין קעסט אין אוסטראה . אין בכלל
נישט געהאט דיא נאטור . אבער זיין זיהן אדמו''ר מהרי''י שוין יא . אויך האט דאס געהאט ציא טיהן דאס וואס עהר האט געווינט אין רומני' . אין געזעהן דיא ווירטשאפט פין מלכות
בית רוזין . וואס אין זיין בלוט איז דאך גערינען בגשמיות אוסטראה אין ברוחניות רוזין ווייל זיין זיידא אדמו''ר מהר''י זצ''ל איז דאך געווען דארט איין איידעם האט עהר דאס אדאפטעט
ממילא האט עהר געהאט א קאמבינאציע פין זיין טאטעס אין בעלזער פרימקייט בפשטות .אין מלכות רוזין אויך זיין שוועהר דער אסטילער רב האט געהאט אין זיך אריסטרקאטישקייט
כידוע . אע''פ וואס עהר איז געווען פינף אין צוואנציג יאהר אויף קעסט בייא זיין שוועהר אויף קעסט מיט דעם גאנצען בעלזער רעזשים .וואס איז א פרשה פאר זיך . איז עהר געבליבען
אייגענארטיג אין אעפ''כ האט איהם זיין שוועהר ליעב געהאט אהבת נפש כידוע . בכלל זענען אלע איידימער דיא טשערנאבלער אייניקלעך פין מיטעלען אין פרירעדיקען בעלזער רב
געבליבען טשערנאביל אפילו ר' ישעי' זושא בן ר' פינעלע וחתן דודו אדמו''ר מהר''א והי' חביבו של זקינו מהרי''ד .
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

רבבה האט געשריבן:צו א גיט ווארט ......קודם כל רוב פין דיינע רייד האסטו גענומען פין מיינע פרירעדיגע תגובות .האדמו''ר מהרי''י זצ''ל האט נישט געוואינט אין פשעמיש . נאר אין אסטילא בייא

ר' פיניעלע איז געווען מער בעלז ווי טשערנאבל, אזוי זעהט עכ"פ אויס אין שארית לפנחס
למה זה תשאל לשמי...
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

והוא פלאי האט געשריבן:

אין אופן התורה זאגען .אבער נישט אין הנהגה עצמית עהר האט געדאווענט שפעט -לאנג- אויף געווען גאנצע נעכט ממש ביז אינדערפרי . וכו' וכו' געהערט פין ברך משה וואס
איז געווען איין גרויסער חסיד זיינער כידוע
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

אריינגעהנדיג אין א סקווירא שטיבל, האב איך געזעהן אז מ'איז זייער מקפיד צו זאגען ברוך יאמרו, [דאס הייסט נישט נאר מ'זאגט נאר ממש מקפיד משרייט אריין אויב דער בעל תפלה איז א פרמדער אין ווייסט נישט...] איך פארשטיי נישט די "קפידה", ואסביר לפי ווי איך ווייס האט מען לכתחלה געדאוונט נוסח אשכנז עד שבא מרן האר''י בעש''ט אין איינגעפירט נוסח ספרד, יעצט ווען חסידים האבען אנגעהויבען דאווענען נוסח ספרד האבען די אשכנזים אין די שוהל'ן פארפירט [וכידוע דבפולין-גלצי' מתפללין בבתי כנסיות בנוסח אשכנז] האט מען געמאכט פשרות אין מ'האט איבער געלאזט רעשטלעך פון נוסח אשכנז שלא יתרבה מחל', און ווי די וועסט קוקן איז איבערגעבליבן איין פלאץ ברוך יאמרו אנדערע פלעצע לדור ודור וכו' אנדערע פלעצער ברוך יאמרו נאר ביי מוסף הכל לפי מקומו , למעשה נוסח החסידים בכלליות הוא נוסח ספרד וא''כ מ[ה]ק[ו]להר[ע]ש אויב דאווענט מען נוסח ספרד, כאילו מ'האט נישט געהאט קיין ברירה האט מען געלאזט ברוך יאמרו אבער נישט ווייל דאס איז דער נוסח, שטייט מען ווי א... מ'איז מקפיד אויף ברוך יאמרו
זייער הנאה געהאט וואס מ'האט געשריבען פריער מנהגים האט נישט מיט חסידות ווירמייזע פראנקפורט האבען אויך מנהגים און זיינען מקפיד אויף דעם אזוי ביי די חסידים וואס האבען קפידות, נאר ס'קומט פון דעם וואס מ'האט נישט ארויס חסידות שרייט מען קפידה מנהג אזויווי איינער האט נישט ארויס חסידות און מיינט אז שטריימעןל איז דער עיקר וכו' כמו כן אם לא יודעים חושבים שהעיקר הוא מנהגים ונעשה קודש קדשים וכו', עד כדי כך שיבוא יום ויאמרו שהבעש''ט בא לעולם לתקן שיאמרו הודו ער''ש [ס'נאך זייער א לאנגע שמועס אז באמת איז בהיפך ביי חסידים האט מען נישט געהאלטען פון נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא וכו' שהרי שינוי הרבה והרבה ממנהג אבותיהם סיי בהנהגה סיי מנהגים כידוע לכל והמפורסם אי''צ ראי' ווי אנדערע זאגען טאמער וואלסטו געווען בימי הבעש''ט וואלסטו נישט געווארען קיין חסיד נאר געמאכט א חרם אז מ'איז משנה והדברים עתיקים ואמתיים ופשוטים לכל בל עיון קל]
לעצט פארראכטן דורך להבין שמועות אום מיטוואך אקטאבער 26, 2011 9:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

להבין שמועות האט געשריבן:אריינגעהנדיג אין א סקווירא שטיבל, האב איך געזעהן אז מ'איז זייער מקפיד צו זאגען ברוך יאמרו, [דאס הייסט נישט נאר מ'זאגט נאר ממש מקפיד משרייט אריין אויב דער בעל תפלה איז א פרמדער אין ווייסט נישט...] איך פארשטיי נישט די "קפעידע"

פארשטייסט טאקע נישט?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

ים רויבער האט געשריבן:
להבין שמועות האט געשריבן:אריינגעהנדיג אין א סקווירא שטיבל, האב איך געזעהן אז מ'איז זייער מקפיד צו זאגען ברוך יאמרו, [דאס הייסט נישט נאר מ'זאגט נאר ממש מקפיד משרייט אריין אויב דער בעל תפלה איז א פרמדער אין ווייסט נישט...] איך פארשטיי נישט די "קפעידע"

פארשטייסט טאקע נישט?

א' כ'פארשטיי טאקע נישט
ב' כ'האב נישט געשריבען "קפעידע" סטויג נישט ביזט משנה......
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך האב געקלערט אז ווען איך וועל עס שרייבן אזוי וועסטו בעסער פארשטיין
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז פארהאן אויף די אינטערנעט א וועבזייטל פון משכילישע צייטונג און אז דו וועסט דארט מאכן א זוכעריי וועסטו געפונען אין די נייעס'לעך פון משך השנים אז דער יסוד הקפידות קומט דערפון וואס אין געוואוסע שטעט ווי עס זענען נישט געווען גענוג חסידים פון איין רבי'ן זיך צו פארמירן אין אן אייגן קלויז האבן זיך פארמירט קלייזלעך וועלכע זענען באשטאנען פון פארשידענע חסידים און וויבאלד יעדער האט געוואלט אז זיין חסידות זאל זיין דער אפיציעלער בעל הבית האט זיך אנטוויקלט געפעכטערייען ווי יעדער האט בתוקף עוז אנגעהאלטן די מנהגי החסידות און נישט צוגעלאזט אנדערש צו זאגן/טוהן איז דערפון געווארן שיטות כידוע פאר די וואס זענען באהאוונט אין די שטייגער פון מחלקות'ן און פון דארט איז עס פארבליבן עד ימינו אלה בשם "קפידות".
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

אז מ'רעדט פון זיך פירן ביי יענעם אין ביסמדרש מיט מנהגים...
איך האב געהאט א זיידן ע"ה וואס האט געוואוינט אין א דערפל אין מארמורש אין גלילות פון ווילחוביץ ווי עס האבן געוואוינט וויזשניצע חסידים, און דער זיידע מיטן טאטן זייענדיג די איינציגע ספינקא חסידים האבן זיך נישט דערוואגט צו דאווענען בנוסח-(בניגון) ספינקא ווייל אויב נאר אפילו א קנייטש איז שוין געווען אחת דתו...
תכלית הידיעה אשר לא נדע
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”