חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

קרעמער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:ר' משה חיים אפרים בלאך (דוכט זיך דאס איז געווען זיין פוהלער נאמען) האט ארויסגעגעבן "דריי" בענדער מיטן נאמען "דובב שפתי ישנים" מיט בריווען פון 'אלע' גדולי ישראל אקעגן דעם רעיון הציונית. למעשה ווען עס איז ארויסגעקומען האבן אסאך גע'טענה'ט אז אסאך בריווען זענען אינגאנצן גע'דמיון'ט און ארויסגעזויגן פון פינגער. דא שרייבט טאקע דער עולם דערוועגן אז ער איז געווען א באקאנטער בעקער און בעל דמיון, ממילא מעגליך זענען די מערערים גערעכט. נאך א ראי' לדבריהם איז דא אז ער ברענגט נישט קיין מקורות אויף זיינע בריווען, (אנדערש ווי די וואונדערבארע ספרים "משכנות הרועים" ג"ח אקעגן ציונות וואס אלע בריווען און ענינים האבן מקורות).

ווי עס ווערט דערציילט אין "איש חמודות" האט רב בלאך געבעטן פון מרן הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע ער זאל געבן א מכתב הסכמה אויף זיינע ספרים וויבאלד זיי קעגן דעם רעיון הציוני, אבער הגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וועלכער איז דאן געווען ביים רבי'ן האט מפציר געווען אז דער רבי זאל איהם נישט געבן קיין הסכמה, וויבאלד געוויסע בריווען זענען מזוייף, און וועט מאכן א רושם כאילו די גאנצע שיטה אקעגן ציונות איז מזויף, און דער רבי האט טאקע נישט געגעבן קיין הסכמה. וכן הוה, ווען די ספרים זענען ארויסגעקומען האבן פיהלע שרייבערלעך געשריבן אז זיי זענען מזוייף, (לדוגמא איז דא דארט א בריוו פונעם ישמח ישראל זי"ע אקעגן ציונות, וואס די אייניקלעך וחסידים טענה'ען אז ס'איז נישט זיין סגנון הלשון און איז קיינמאל נישט געווען באקאנט).

אין די הקדמה צו "דובב שפתי ישנים" חלק ב' איז ער מאריך ווי אזוי די אלע בריווען זענען אנגעקומען צו אים, באופן הפלא ופלא, און לויט ווי דער עולם זאגט שהי' בעל דמיון שטימט עס נאך בעסער.

נאך וואס האט ער געדארפט קומען צום סאטמאר רבי'ן פאר א הסכמה, ער האט דאך דאס געקענט פאבריצירן?...

דא האט איר דעם תירוץ.
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel03_0430.jpg
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

כנראה שהאדמו"ר מסאטמאר המריצו לעסוק בדבר זה
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel03_0419.jpg
חיליש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2012 11:59 am

ספרו 'מהרש"ם פוסק אחרון'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיליש »

האם ידוע על אמינות בספר זה או גם זה מלא דמיונות?
ספר.הערוך
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספר.הערוך »

ולא מיין האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:חיים בלאך איז געווען א קאסובער חסיד (דער לקט עני האט זיך ארויס געשטעלט שארף קעגן ציונות, ווי מ'קען טרעפן עטליכע מאהל אין ספר, אזוי אויך האט בלאך א לאנגע מאמר אויף ריעל 12 פון ר' משה'לע קאסובער קעגן ציונות וואס איז נישט בהכרח אז ס'איז אוטענטיש, אבער דאס באדייט נישט אז צוליב דעם האט בלאך געהאט א נייגונג דערצו ווארום אין וויען האט ער געקעמפט מיט די ציונים...)

א גרויס חלק פון עשר אורות האט ר' ישראל בערגער געהערט פון חיים בלאך, איך ווייס נישט צו דאס מיינט צו זאגן אז דער עשר אורות איז א זיוף מתוכו אבער גענוג אויף צו דרינגען אז ס'איז נישט אלעס וואס שטייט דארט תורת משה מסיני.

דאס איז א אלטע אנגענומענע זאך.

ואני שמעתי פעם שרבינו הק' בעל הויו"מ זי"ע אמר פעם שהעשר אורות הוא "פאלשע צעהן"

אין זיינע ספרים ברענגט ער פלאות'דיגע זאכן וואס שמעקט מיט הגזמה, אבער דער מחבר באווארנט זיך אינעם הקדמה פון זיין ספר ברענגענדיג בריוון וואס גדולי ישראל האבן געשריבן צו אים בהיותו בן י''ח ובן כ''א. ובקדושת יום טוב החדש בקונטרס תוספות יום טוב, מובא מכתב הגה''ק בעל קדיו''ט שבו מתפלא על הנושא שכתב אליו אביו הייטב לב בעניני קבלה. עכ''פ עפעס איז ער געווען, און כמדומה אז הרה''צ רבי יענקעלע זצ''ל פלעגט אים אסאך צו ברענגן.

האב איך אדורכגענישטערט די ספרי העשרות, און איך האב געטראפן דעם חיים בלאך בלויז איין מאל (צחצחות, מהרמ"מ מקאסוב או"י), א שמועה וואס איז גראדע יא קראנט, ויוצא ממקום אחר.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אז דער אשכול איז ארויף
איז באקאנט קלארע פרטים איבער זיין שווער לבית העללער
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איז דא א וועג צו געוואר ווערן, צו א בריוו וואס ער ברענגט אין 'דובב שפתי ישנים' איז קראנט, אדער פאלש
אדער קרוב לזה?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובה דורך dovidal »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

רבי בערל שווארץ ע"ה האט אסאך געוואסט איבער אים
אפשר ווייסען זיינע קינדער
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איינער וואס איז געווען מוחזק שקרן, איז בחזקת אז אלעס וואס ער האט געשריבן און געדרוקט זענען געווען פאלש.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
איז דא א וועג צו געוואר ווערן, צו א בריוו וואס ער ברענגט אין 'דובב שפתי ישנים' איז קראנט, אדער פאלש
אדער קרוב לזה?
בחזקת פאלש עד שיתברר לך שהוא קראנט.
והרבה כותבי תולדות גדולי הדורות נפלו בפח זה כידוע. והיינט איז שווער אפילו מברר צו זיין ווייל די כותבים שרייבן נישט מקורות, און מ'דארף פארשן און זוכן ביז מכאפט אז דער מקור איז פון אונזער צדיקל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
מחשין בלעז
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 3:41 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשין בלעז »

קען איינער ארויף לייגן די שמועס וואס הרה''ק מסאטמאר האט געהאט מיט אים
ארויסגעגעבן דורך ר' משה שווארץ פון ק''י
???
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

dovidal האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
איז דא א וועג צו געוואר ווערן, צו א בריוו וואס ער ברענגט אין 'דובב שפתי ישנים' איז קראנט, אדער פאלש
אדער קרוב לזה?
רבי בערל שווארץ ע"ה האט אסאך געוואסט איבער אים
אפשר ווייסען זיינע קינדער
ר' הערשל שווארץ'ס טאטע?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ווערעצקי האט געשריבן:
איינער וואס איז געווען מוחזק שקרן, איז בחזקת אז אלעס וואס ער האט געשריבן און געדרוקט זענען געווען פאלש.
אפי' זאכן, וואס איז נישט שייך צו זאגן אז ער איז דער מחדש פון דעם (ס'איז צו גוטע חידושים, און איך האב געהערט פון אן עלטערן איד וואס האט אים געקענט, אז אזאנ'ס האט ער נישט געקענט אליינ'ס אויסטראכטן).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
איז דא א וועג צו געוואר ווערן, צו א בריוו וואס ער ברענגט אין 'דובב שפתי ישנים' איז קראנט, אדער פאלש
אדער קרוב לזה?
רבי בערל שווארץ ע"ה האט אסאך געוואסט איבער אים
אפשר ווייסען זיינע קינדער
ר' הערשל שווארץ'ס טאטע?
YES
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
איינער וואס איז געווען מוחזק שקרן, איז בחזקת אז אלעס וואס ער האט געשריבן און געדרוקט זענען געווען פאלש.
אפי' זאכן, וואס איז נישט שייך צו זאגן אז ער איז דער מחדש פון דעם (ס'איז צו גוטע חידושים, און איך האב געהערט פון אן עלטערן איד וואס האט אים געקענט, אז אזאנ'ס האט ער נישט געקענט אליינ'ס אויסטראכטן).
למשל??
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

יידישע קהילות האט געשריבן:

א תורה פון ערשטן בעלזא רב, וואס זיין אייניקל רבי שלמה מסאסוב ברענגט אראפ
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_1.jpg
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_1.jpg (133.44 KiB) געזען 2635 מאל
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_2.jpg
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_2.jpg (182.73 KiB) געזען 2635 מאל
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_3.jpg
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_3.jpg (161.11 KiB) געזען 2635 מאל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
איינער וואס איז געווען מוחזק שקרן, איז בחזקת אז אלעס וואס ער האט געשריבן און געדרוקט זענען געווען פאלש.
אפי' זאכן, וואס איז נישט שייך צו זאגן אז ער איז דער מחדש פון דעם (ס'איז צו גוטע חידושים, און איך האב געהערט פון אן עלטערן איד וואס האט אים געקענט, אז אזאנ'ס האט ער נישט געקענט אליינ'ס אויסטראכטן).
למשל??
א תורה פון ערשטן בעלזא רב, וואס זיין אייניקל רבי שלמה מסאסוב ברענגט אראפ
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_1.jpg
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_2.jpg
דובב שפתי ישנים.jpg מכתב מרבי שלמה מסאסוב_Page_3.jpg
לעניות דעתי: מזויף!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רבים וטובים אומרים לי כך

די שאלה איז נאר, האט ער געקענט ממש מחדש זיין א גאנצע בריוו, מצוץ מן האצבע, אפי' ער איז נישט געווען דער גרויסער ת"ח?

(איך פרעג ווייל איך וויל וויסן).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
רבים וטובים אומרים לי כך

די שאלה איז נאר, האט ער געקענט ממש מחדש זיין א גאנצע בריוו, מצוץ מן האצבע, אפי' ער איז נישט געווען דער גרויסער ת"ח?

(איך פרעג ווייל איך וויל וויסן).
איינס? צענדליגע!
איך זעה נישט די גרויסע חידושי תורה דא. ווי אויך היעלה על הדעת אז דער בעלזער רב זאל שרייבן א מכתב תוכחה צו א צווייטער רב (הגר"צ קאלישער) און איהם גיבן א סגולה פון זאגן יעדן טאג פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים ז"פ?
דער גאנצער שפראך פון אתחלתא דגאולה וכו' איז נאך בימים ההם נישט געווען אזוי גאנגבאר.
בקיצור א זיוף גמור.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ראשון לציון
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:24 am

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשון לציון »

יידישע קהילות האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
רבים וטובים אומרים לי כך

די שאלה איז נאר, האט ער געקענט ממש מחדש זיין א גאנצע בריוו, מצוץ מן האצבע, אפי' ער איז נישט געווען דער גרויסער ת"ח?

(איך פרעג ווייל איך וויל וויסן).
איינס? צענדליגע!
איך זעה נישט די גרויסע חידושי תורה דא. ווי אויך היעלה על הדעת אז דער בעלזער רב זאל שרייבן א מכתב תוכחה צו א צווייטער רב (הגר"צ קאלישער) און איהם גיבן א סגולה פון זאגן יעדן טאג פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים ז"פ?
דער גאנצער שפראך פון אתחלתא דגאולה וכו' איז נאך בימים ההם נישט געווען אזוי גאנגבאר.
בקיצור א זיוף גמור.
דאכט זיך מיר אז אין תרנ"ט איז נאכנישט באשאפן געווארן די מטבע הלשון "די ציונים" אז ער זאל שרייבן "הציונים מוויען" מ'האט זיי גערופן די חובבים או חובבי ציון או משכילים וכו'.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

א דאנק אייך יעדער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יידישע קהילות האט געשריבן:
לעניות דעתי: מזויף!!
גם המכתב אחר כך מהערך ש"י נראה מזויף, מי שהוא בקי קצת בלשונות רואה שאינו דומה כלל.

דוגמא קטנה, הערך ש"י לעולם לא יכתוב על איזה ציון "ראה" אלא עי', כדרך רוב המחברים של זמנו.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

ארויסגעקומען א קונטרס דורך הרב שווארץ פון קרית יואל וואס געט ארויס די דברות קודש פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און די קונטרס איז דא א שמועס רביה"ק מיט הרב בלאך זייער אינטערעסאנט
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

..
אטעטשמענטס
SW11.jpg
SW11.jpg (105.92 KiB) געזען 960 מאל
SW1.jpg
SW1.jpg (173.22 KiB) געזען 960 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

יידישע קהילות האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
רבים וטובים אומרים לי כך

די שאלה איז נאר, האט ער געקענט ממש מחדש זיין א גאנצע בריוו, מצוץ מן האצבע, אפי' ער איז נישט געווען דער גרויסער ת"ח?

(איך פרעג ווייל איך וויל וויסן).
איינס? צענדליגע!
איך זעה נישט די גרויסע חידושי תורה דא. ווי אויך היעלה על הדעת אז דער בעלזער רב זאל שרייבן א מכתב תוכחה צו א צווייטער רב (הגר"צ קאלישער) און איהם גיבן א סגולה פון זאגן יעדן טאג פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים ז"פ?
דער גאנצער שפראך פון אתחלתא דגאולה וכו' איז נאך בימים ההם נישט געווען אזוי גאנגבאר.
בקיצור א זיוף גמור.
עס שטימט אויך נישט די יארן. דער שר שלום איז נסתלק געווארן תרי"ד און דער דרישת ציון איז ערשט געדריקט געווארן אין תרכ"ו.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: חשיפה: אסיפות ר' משה חיים בלאך - האיש ופעולותיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

איך הער אז באבוב-45 אין זייער קובץ (כ'געדענק נישט וויאזוי עס הייסט) אויף פסח גייט האבן א נידון אויף דעם ספר זיינע דובב שפתי ישנים.
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”