הגהות אויף ספרי קודש
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
הגהות אויף ספרי קודש
(מסתמא שוין דא אזא אשכול, אבער איך ווייס נישט אויף די מאמענט דערוועגן.)
אין מיין טעגליכע שיעור בספרי חסידות, באמערק איך שטארקע גרייזן אין אלע סארט ספרי קודש, פון אלע הוצאות ספרים. קענטיג לוינט זיך נישט פאר די מכונים למיניהם צו דינגען א מגיה מומחה וכדומה כדי ארויסצוגעבן א דבר השלם.
אבער צומאל איז דער גרייז אזוי בולט און דער ריכטיגער ווארט אזוי אפן, אז עס שרייט זיך מיר ארויס "אנטשולדיגט!?!"
איך וועל אנהייבן מיט צוויי דוגמאות.
ספר באר מים חיים (פ' לך, עמוד שג פון הוצאת ספרים שער התורה ג' כרכים, סוף דיבור המתחיל "וכן כשרואה לפניו") כלל הדברים, אשר הן במחשבה הן בדיבור ובמעשה בכל מה שהוא, ישים האדם אל לבו באיזה מדה מעשר מדות שרואה עתה לפניו ועוסק בה, ויראה לתקן מדה ההיא בדבר הזה שהוא חושב ומדבק ועושה בארץ:
ווער קען טרעפן דעם גרייז? (עס איז נישט נאר ביי דעם דרוק, איך האב עס געזען אין שול ביי אן אנדערע דרוק אויך, און אזוי איז עס אויך אין תקליטור תורני)
----
נאך א דוגמא פון זעלבן ספר (עמוד שיא), און דא וועל איך שוין מוזן שרייבן דעם ענטפער, ווייל עס איז שווער צוצוטרעפן אליינס.
דער באר מים חיים שרייבט אז עס זענען דא עטליכע סארטן עבדי המלך, מיט פארשידנארטיגע צוגענג צו מאכן דעם קעניג'ס קרוין, עיין שם באריכות נפלא. ביים צווייטן עבד שרייבט ער בסוף דבריו:
ורק לפי ערך סוג הראשון הם מובחרין במה שיודעין שכבוד לאיש בזה שהמלך נותן לו עבודה זו החשובה, ולא יחפוץ לעשותה בשביל קבלת פרס, אכן אף בזה לא בחר המלך להיות כלבו:
וואס??????? וואו קומט דער הונט דא אריין? (אדער 'כלבו' - ווי זיין הארץ - מאכט אויך נישט קיין סענס דא)
מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
---
עס באדערט מיך אז איך דארף טרעפן אזעלכע גרייזן אין ספרים וואס ווערן איבערגעדרוקט כסדר און זענען מצוי אין יעדע אידישע שטוב. יישר כח פאר'ן אויסהערן (אויב איינער האט א נומער צו די דערמאנטע מכון, קען מען זיך מעלדן, אפשר וועלן זיי מתקן זיין אין די הוצאות הבאות. אינעם ספר שטייט בלויז "הוצאת ספרים שער התורה" אן קיין שום אינפארמאציע אויסערדעם).

- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: הגהות אויף ספרי קודש
ומדברלכאורה האט געשריבן:(מסתמא שוין דא אזא אשכול, אבער איך ווייס נישט אויף די מאמענט דערוועגן.)
אין מיין טעגליכע שיעור בספרי חסידות, באמערק איך שטארקע גרייזן אין אלע סארט ספרי קודש, פון אלע הוצאות ספרים. קענטיג לוינט זיך נישט פאר די מכונים למיניהם צו דינגען א מגיה מומחה וכדומה כדי ארויסצוגעבן א דבר השלם.
אבער צומאל איז דער גרייז אזוי בולט און דער ריכטיגער ווארט אזוי אפן, אז עס שרייט זיך מיר ארויס "אנטשולדיגט!?!"
איך וועל אנהייבן מיט צוויי דוגמאות.
ספר באר מים חיים (פ' לך, עמוד שג פון הוצאת ספרים שער התורה ג' כרכים, סוף דיבור המתחיל "וכן כשרואה לפניו") כלל הדברים, אשר הן במחשבה הן בדיבור ובמעשה בכל מה שהוא, ישים האדם אל לבו באיזה מדה מעשר מדות שרואה עתה לפניו ועוסק בה, ויראה לתקן מדה ההיא בדבר הזה שהוא חושב ומדבק ועושה בארץ:
ווער קען טרעפן דעם גרייז? (עס איז נישט נאר ביי דעם דרוק, איך האב עס געזען אין שול ביי אן אנדערע דרוק אויך, און אזוי איז עס אויך אין תקליטור תורני)
----
נאך א דוגמא פון זעלבן ספר (עמוד שיא), און דא וועל איך שוין מוזן שרייבן דעם ענטפער, ווייל עס איז שווער צוצוטרעפן אליינס.
דער באר מים חיים שרייבט אז עס זענען דא עטליכע סארטן עבדי המלך, מיט פארשידנארטיגע צוגענג צו מאכן דעם קעניג'ס קרוין, עיין שם באריכות נפלא. ביים צווייטן עבד שרייבט ער בסוף דבריו:
ורק לפי ערך סוג הראשון הם מובחרין במה שיודעין שכבוד לאיש בזה שהמלך נותן לו עבודה זו החשובה, ולא יחפוץ לעשותה בשביל קבלת פרס, אכן אף בזה לא בחר המלך להיות כלבו:
וואס??????? וואו קומט דער הונט דא אריין? (אדער 'כלבו' - ווי זיין הארץ - מאכט אויך נישט קיין סענס דא)
מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
---
עס באדערט מיך אז איך דארף טרעפן אזעלכע גרייזן אין ספרים וואס ווערן איבערגעדרוקט כסדר און זענען מצוי אין יעדע אידישע שטוב. יישר כח פאר'ן אויסהערן (אויב איינער האט א נומער צו די דערמאנטע מכון, קען מען זיך מעלדן, אפשר וועלן זיי מתקן זיין אין די הוצאות הבאות. אינעם ספר שטייט בלויז "הוצאת ספרים שער התורה" אן קיין שום אינפארמאציע אויסערדעם).
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: הגהות אויף ספרי קודש
ומדבר
האסט געקוקט אין די עלטערע דרוקן? קען זיין עס איז שוין א אור אלטע טעות

לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אין אגרא דכלה
צ"ל "נמסר" נישט ווי ס'שטייט דא "נחסר" ס'איז א מסורה.
אין פרשת וארא
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- בדרך אפשר
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6316
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
- לאקאציע: על חוט מתוח
Re: הגהות אויף ספרי קודש
*בחרלכאורה האט געשריבן:מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
הגהות אויפן מגיה מומחה
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
Re: הגהות אויף ספרי קודש
פון וואו האב איך געוואוסט אז אזא תגובה גייט נאכקומען?...בדרך אפשר האט געשריבן:*בחרלכאורה האט געשריבן:מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
הגהות אויפן מגיה מומחה
Re: הגהות אויף ספרי קודש
התקליטור התורני איז מלא גרייזן, און זייער אסאך מכונים למיניהם זענען מעתיק פון דארטן און דרוקן, אן קוקן בכלל וואס עס שטייט אינעווייניג.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אלטע דרוק תרכ"א
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 358
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
דא האסטו די ערשטע דרוק, חמשה חומשי תורה, סדילקוב תק"פ.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 11&hilite=
דא שטייט אזוי ווי ביי מיין דרוק סידורי של שבת, "לא בחר המלך להיות כלבו".
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 11&hilite=
דא שטייט אזוי ווי ביי מיין דרוק סידורי של שבת, "לא בחר המלך להיות כלבו".
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 358
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אין דאס איז די ערשטע דרוק סידורו של שבת, מאהלוב תקע"ג
שטייט אויך אזוי https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=203
שטייט אויך אזוי https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=203
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אבער איר וועט מיר מודה זיין אז 'כלבו' מאכט עפעס נישט קיין סענס
---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר
ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)
שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג
ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...
אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]
---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר
ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)
שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג
ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...
אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 358
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
לכאורה האט געשריבן:אבער איר וועט מיר מודה זיין אז 'כלבו' מאכט עפעס נישט קיין סענס
---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר
ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)
שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג
ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...
אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]
איך בין מודה אז ס'איז א שווער לשון.
אבער אויב די ערשטע דרוק באר מים חיים, אין די ערשטע דרוק סידורו של שבת, שטייען ביידע אייניג, טאר מען נישט אליין פארעכטן, אן קיין קלארע הוכחה.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: הגהות אויף ספרי קודש
רעדסט פון די דריי בענדערדיגע?לכאורה האט געשריבן:אבער איר וועט מיר מודה זיין אז 'כלבו' מאכט עפעס נישט קיין סענס
---
פרישע גרייז, דאסמאל אין א מוסר ספר
ספר ראשית חכמה, הוצאת "תורה מציון" (תש"ס)
שער היראה פרק ב' (אות כא; די אותיות האט דער מוציא לאור אליינס מסדר געווען), עמוד נג
ואפשר לפרש 'הנכבד והנורא' כו', ואם כן 'הנכבד' יקרא מצד שם ידו"ד כו', 'והנכבד' מצד שם אלקים...
אנשטאט די צווייטע 'והנכבד' דארף שטיין 'והנורא'! [תקליטור תורני האט עס יא גוט]
דארט איז דא נאך גרייזן, אבער ער האט אנגעהויבן ממש פון סקרעטש.
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... =&pgnum=18
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר מאה
- תגובות: 117
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
פארגאנגענע וואך בשלח ברענגט דער נועם אלימלך אינעם ד"ה כל המחלה א פסוק "אני ד' אשר הוצאתיך מארץ מצרים", וואס כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז אין פסוק שטייט "אנכי ד' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים".
כ'האב נאכגעקוקט אין עטליכע דפוסים, פון דפוס ראשון ביז די נייעסטע מהדורה "פאר מקדושים", ביי [כמעט] אלע שטייט אזוי.
כ'האב הנאה געהאט אז זיי האבן עס אזוי געלאזט און נישט מגי' געווען, ווייל דער רבי ר' אלימלך ורבי אלעזר בנו האבן אויך געקענט דעם פסוק, און אז זיי האבן אזוי געשריבן איז זיכער דא א כוונה דערין.
בלויז אין איין מהדורה האב איך געזען אז זיי האבן פארראכטן אבער נישט בשלימות, זיי שרייבן "אנכי ד' אשר הוצאתיך". איז מה הועילו בתקנתן, יעצט האט מען נישט דעם פסוק און נישט די ווערטער פונעם נועם אלימלך, נאר ווערטער פון עפעס א דרוקער.
אז מען דערמאנט דעם שטיקל נועם אלימלך איז כדאי אראפצוברענגען זיינע לעצטע הייליגע ווערטער אין יענעם שטיקל, "אבל להשים חלילה שום מחלה על ישראל זה בלתי אפשר כי מה הטבה יבא מזה".

- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
לאמיר זעהן ווער ס'קען דא טרעפן א אפענע בולט'דיגע טעות (ספר גן רוה פרשת בא)
(די אלע נייע מהדורות ווי למשל הוצאת מיר וואס האבן אפילו געמאכט נקודות און נאך שיפורים האבן זיך נישט געיאוועט עס צו פאררעכטן)

- אטעטשמענטס
-
- גן רוה פרשת בא.jpg (173.67 KiB) געזען 1427 מאל
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: הגהות אויף ספרי קודש
דגבי הוצאה כתיב בלשון (רבים) [יחיד]חידוש נפלא האט געשריבן:לאמיר זעהן ווער ס'קען דא טרעפן א אפענע בולט'דיגע טעות (ספר גן רוה פרשת בא)
(די אלע נייע מהדורות ווי למשל הוצאת מיר וואס האבן אפילו געמאכט נקודות און נאך שיפורים האבן זיך נישט געיאוועט עס צו פאררעכטן)
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
יאפ!הלבלר בקולמסו האט געשריבן:דגבי הוצאה כתיב בלשון (רבים) [יחיד]חידוש נפלא האט געשריבן:לאמיר זעהן ווער ס'קען דא טרעפן א אפענע בולט'דיגע טעות (ספר גן רוה פרשת בא)
(די אלע נייע מהדורות ווי למשל הוצאת מיר וואס האבן אפילו געמאכט נקודות און נאך שיפורים האבן זיך נישט געיאוועט עס צו פאררעכטן)
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 358
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 117
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 25, 2020 4:32 pm
Re: הגהות אויף ספרי קודש
כ'האב היינט געלערנט א שטיקל דברי יחזקאל לשבועות וואו ער זאגט א שיינער ענין פארוואס בציבור ליינט מען די עשרת הדברות בטעם העליון וביחיד בטעם התחתון, כ'האב עס געלערנט אין די דברי יחזקאל החדש, וואס איז ארויסגעקומען תשנ"ט, און כ'האב דארט באגעגנט דעם טעות.
הייסט עס אז מען האט געדרוקט א נייעם דברי יחזקאל און מען האט צוגעלייגט טעותים וואס זענען נישט געווען.
כ'האב נאכגעקוקט אינעם נייעם דברי יחזקאל פון עוז והדר - אביר יעקב, און דארט איז עס געווען פארראכטן (וויבאלד זיי האבן נקודות האבן זיי געשריבן מְחֻיָב און נישט מחויב), דערנאך האב איך געקוקט אין אן עלטערע דרוק און דארט שטייט "מחויב".
הייסט עס אז מען האט געדרוקט א נייעם דברי יחזקאל און מען האט צוגעלייגט טעותים וואס זענען נישט געווען.
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אן אינטערסאנטע הגה אין די הקדמה פון ספה"ק נועם אלימלך
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%97%D7%AA
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%97%D7%AA
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אקעי, פרישע טאג פרישע הגה
ספר הקדוש באר מים חיים פ' לך (קאפיטל יג פסוק ג), ד"ה עוד יאמר הכתוב וילך למסעיו...
סיי אין דפוס עוז והדר, סיי אין דפוס שער התורה, און סיי אין תקליטור תורני, די זעלבע גרייז עטליכע מאל איבערגע'חזר'ט
אין פסוק שטייט "וילך למסעיו מנגב ועד בית א-ל", און זיי שרייבן עטליכע מאל 'מנגד'...

ראשית חכמה (שער היראה פרק ט')
די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!
הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!
חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')
יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל
וכהנה וכהנה
דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!
הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!
חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')
יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל
וכהנה וכהנה
דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: הגהות אויף ספרי קודש
די הגהות זענען געמאכט נאך אויפן אלטן אופן און קענען נוצן אן איבער ארבייט אין דזשענעראל, אבער פון אזא איינער וואס קען ר"ח ווי אויך ספרי רבו הרמ"ק און צו דעם די היינטיגע זוך מיטלען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: הגהות אויף ספרי קודש
אפילו אין די מהדורא פון דריי בענדער (איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט אויך איבערגעדרוקט סידורו של שבת)?לכאורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:11 amראשית חכמה (שער היראה פרק ט')
די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!
הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!
חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')
יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל
וכהנה וכהנה
דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: הגהות אויף ספרי קודש
יא יא, די בארימטע דריי בענדער פרישע אויפלאגע פון ראשית חכמה (הרב וואלדמאן ז"ל)אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:09 pmאפילו אין די מהדורא פון דריי בענדער (איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט אויך איבערגעדרוקט סידורו של שבת)?לכאורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:11 amראשית חכמה (שער היראה פרק ט')
די הגהות פון אונטן זענען עפעס שרעקליך גרייזיג!
הגה אות ו' און הגה אות י"ט זענען ציטירט פון "מדרש תלפיות", אבער ממש ווי נח מיט זיבן גרייזן!
חוזה אנשטאט חזה (און איינמאל 'חוזר' גאר אנשטאט 'חזה')
יישירי אנשטאט יישירו, להזיהר אנשטאט להזהיר, יכוני אנשטאט יכונו, לשמאל אנשטאט ושמאל
וכהנה וכהנה
דער ספר האלט מסתמא אין איין ווערן איבערגעדרוקט, אבער נישט מוגה
---
יעצט לערן איך באר מים חיים פ' וירא, שרייבט דער נייער דרוק (שער החיים, און עס איז נישט זיין שולד, תקליטור תורני שרייבט אויך אזוי) "והכל לחיבוב המצוה כדי 'לגמור' חסד בעליונים ובתחתונים"
איר האט שוין געהערט פון לגמור חסד?
די אלטע דרוק האט עס ריכטיג: https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=103
"לגמול חסד"
ופשוט