נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

כ'האב די וואך זיך איינגעהאנדלט דעם נייעם ביכל "כד עייל שבתי" און ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ס'איז נאכנישט דא קיין מדובר דערוועגן דא.

ס'איז בעצם א ביאגראפיע ביכל פון ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש ע"ה דער מנהל פון התאחדות הרבנים בחייו פון רבינו מסאטמאר זי"ע. אבער למעשה איז רוב ספר מער א תולדות פון די התייסדות און די אויפטוען פון התאחדות הרבנים אין יענע יארן, זייער שיין באשריבן מיט אסאך פרטים.

מיך האב בעיקר געכאפט די ספר ווייל שוין לאנג וואס איך האב א טענה אז די סאטמארער מעגן זיך לערנען פון אנדערע וויאזוי מ'געט ארויס א שלימות'דיגע חיבור.

צום ביישפיל, פאראיאר איז ערשינען דאס ביכל "מאיר לדורות" פון ר' איצ'ה מאיר לעווין, נישט אריינגייענדיג אין די (אפענע) אגענדעס פון דעם ספר, אבער למעשה שטעלן זיי אהער א קנאקעדיגע ארבעט פון דאקומענטירן א תקופה מיט רייכע דאקומענטן און בילדער, אז סמאכט א רושם. בעלז און חב"ד זענען אויך זייער גוט אין דעם, צו ארויסגעבן רייכע ספרים מיט א היקף און מיט די גוטע דאקומענטן אז סזאל מאכן אן אימפאקט.

איך וואלט געזאגט אז דער "כד עייל שבתי" איז טאקע יא אויף דעם ניווא, ס'איז א רייכע קלאסישע ווערק גוט דאקומענטירט און אויסגעשטעלט. עס געט זייער א קלארע איבערבליק וויאזוי דער רבי האט למעשה געשאקלט די וועלט מיט אלע סארט פעולות פון אויפשטעלן אידישקייט, וויאזוי דער רבי האט גענוצט התאחדות צו טוישן די גאנצע "ווייבס" פון די אידישע גאס אין אמעריקע.

די חלק פון די לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש איז מיר טאקע נישט געווען צו אינטערסאנט, זינט כבין נישט קיין אייניקל און נישט קיין משפחה... איין זאך איז יא געווען א חידוש צו ליינען די השתשלות פון די טראנספארטן קיין עסטרייך אדאנק די השתדלות פון ר' מיכאל בער, אבער ממש דער חלק הארי פונעם ספר רעדט זיך נישט פון אים פערזענליך נאר די השתלשלות התאחדות הרבנים און ענינים וואס ער האט געהאט מיט'ן רבין זי"ע.

און בעיקר איז דאס גוט ווייל יעדע זאך איז באשריבן מיט אסאך געשמאקע דאקומענטן באגלייט, פון אלטע פראטיקאלן און פון דער איד פון יענע יארן, ער שוינט נישט קיין עווידענס... סליינט זיך ווי מען וואלט מיטגעלעבט די אלע פרשה'ס לייוו. און מען באקומט דעם געפיל פון "כמה גדולים מעשה חייא" מיט א נייע פרעספעקטיוו אויף די פעולות פון סאטמאר רב אין אמעריקע בימים ההם.

איין טענה נאר אז די פרייז איז אביסל פעפעריג... ס'דערמאנט פון די שכר לימוד... און כ'האף דאס ווערט נישט די נייע סטאנדארט ביי ספרים. פליז
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א שיינער אינטערדאקשן צום בוך, מאכסט מיר א אפעטיט עס צו קויפן..
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

viewtopic.php?p=3727309#p3727309

דא דערמאנט מען שוין דערוועגן
אטעטשמענטס
כד2752.png
כד2752.png (395.28 KiB) געזען 3386 מאל
Kad.png
Kad.png (394.35 KiB) געזען 3386 מאל
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

איך האב זיך אויכעט איינגעהאנדעלט די ספר "כד עייל שבתי", און איך קען זאגן אז באמת לא נראה כבושם הזה.

סיי די ידיעות וואס איז דא דארטן איז מוראדיג (די התאח"ר פון די בראשית יארן איז נאכנישט געווארן געדעקט),

און סיי די רייכקייט פון די ספר מיט אזויפיל היסטארישע דאקומענטען און פיקטשערס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען און איך מיין אז עס האט נאכנישט געזען דעם אור עולם, איך האב באמת געפיעלט בשעתן לייענען ווי איך לעב מיט די אמאליגע צייטן, די פאזעטיווקייט פונעם ספר וויאזוי דער רבי האט אויפגעבויט אידישקייט דורך די התאח"ר איז זייער באטעמט (אסאך ספרים פון תולדות פונעם רבין פאוקעסען נאר אויף די מלחמות נישט אזוי ווייט אויף די אויפטוען פונעם רבין),
ס'איז מיר באמת געווען א פארגעניגען עס דורך צוליינען, איך האלט באמת אז אזעלכע ספרים ברענגען באמת א כבוד פארן רבין זי"ע.

איך בין שטארק מחולק מיט הרב מקץ'ן די ספר איז לענ"ד ווערט אלע געלטער לייג דיך אביסעל אריין אין די שטארקע ארבעט וואס די מו"ל האבן דא אריינגעלייגט ס'איז מאסיוו.
לעצט פארראכטן דורך נישט קיין ספק אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 7:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אגב די דריי דיימענשאנעל בילד אויפן דעקל איז עפעס שלא מן העלמא הדין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מקץ במח"כ זענט איר נישט גערעכט, די רבי האט אראפגעשטעלט די ערשטע טריט אין אמעריקא אויסצופלאסטערן א מהלך פאר ערליכע אידן צו לעבן אינעם זוהמת וטומאת הגוי שוין מיט העכער 75 יאר צוריק, כמדומה ס'די ערשטע מאל וואס ס'ווערט אזוי פאכמאניש דאקומענטירט אלע הייליגע פעולות הק' החובקות זרועות עולם פון דעם צדיק הדורות נ"ע,
וואלט'ס געווען א פריוואטע משפחה ביכל וואלסטע געהאט א טענה, דער ביכל באלאנגט אין יעדע אידיש שטוב ולא נראה כבושה הזה עד היום, ס'ביליג באצאלט פארוואס דער מו"ל דעליווערט.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

ווער איז דער שרייבער?
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

;l ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארן נאמען
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
;l ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארן נאמען
די נאמען איז על שם די באקאנטע ווערטל וואס רביה"ק מסאטמאר האט געהאט אמאל געזאגט פאר ר' שבתי מרדכי ע"ה.

כד עייל שבתי איהי התאחדות, אז ווען ר' שבתי מרדכי קומט אריין איז דאס התאחדות.
---
סומקא
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2022 8:06 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סומקא »

וואלט כדי געווען איבער ארבעטן די ספר און ארויס נעמען די חלק פון די לעבנס געשיכטע פון ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש
מרדכי הכהן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 2:13 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי הכהן »

גברא דקפדנא האט געשריבן:
ווער איז דער שרייבער?

בי
דאכט זיך אז ס'איז ר' יצחק פריעד פון וויי עף.

טאקע זייער א לייכטע אבער פראפעסיאנעלע שריפט, ליינט זיך מורא'דיג געשמאק.

קרייסלער האט געשריבן:
אגב די דריי דיימענשאנעל בילד אויפן דעקל איז עפעס שלא מן העלמא הדין
יא, דאס גרעניצט זיך כמעט מיט די vr טעכנאלאגיע...
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

מרדכי הכהן האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:
ווער איז דער שרייבער?

בי
דאכט זיך אז ס'איז ר' יצחק פריעד פון וויי עף.

טאקע זייער א לייכטע אבער פראפעסיאנעלע שריפט, ליינט זיך מורא'דיג געשמאק.
דער שרייבער איז ר’ אייזיק פריעד ער וואוינט היינט אין בלומינגראוו
100% זיכער נישט קיין שום ספק
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:
ווער איז דער שרייבער?

בי
דאכט זיך אז ס'איז ר' יצחק פריעד פון וויי עף.

טאקע זייער א לייכטע אבער פראפעסיאנעלע שריפט, ליינט זיך מורא'דיג געשמאק.
דער שרייבער איז ר’ אייזיק פריעד ער וואוינט היינט אין בלומינגראוו
א נייע כוכב ?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

וויפול קאסט עס?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געדענק מיר נאך ר' שבתי מרדכי.

כ'האב שיר געקויפט דעם בוך, אבער די צווייטע האלב האט מיר עס געמאכט לאזן אויף די פאליצע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

מקץ האט געשריבן:
נישט קיין ספק האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:
ווער איז דער שרייבער?

בי
דאכט זיך אז ס'איז ר' יצחק פריעד פון וויי עף.

טאקע זייער א לייכטע אבער פראפעסיאנעלע שריפט, ליינט זיך מורא'דיג געשמאק.
דער שרייבער איז ר’ אייזיק פריעד ער וואוינט היינט אין בלומינגראוו
א נייע כוכב ?
איך האב שוין לאנג געהערט אז ער איז א מאסיווער שרייבער, איך געדענק אין ישיבה האט מען געשמועסט אז ער האט א געוואלדיגע פענע איך האב אבער נישט געוואוסט אז ער איז עד כדי כך , נטרונא׳ס פאפולערע ספר האב איך געהערט אז ער האט געשריבען, אבער די ספר “כד עייל שבתי” שטייט קלאר אז ער האט עס געשריבען, איך ווייס נישט צו ער איז א כוכב צו א שטערן אן אלטער צו א נייער, אבער די באטעמקייט און פראפעשינעלייט פון כד עייל שבתי איז באמת נתפעל צו ווערן
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

Rak Tov האט געשריבן:
וויפול קאסט עס?
אין בית הספר $33
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
וויפול קאסט עס?
אין בית הספר $33
3 מער ווי איין באנד? אויב יא איז עס כלל נישט טייער
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

Rak Tov האט געשריבן:
נישט קיין ספק האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
וויפול קאסט עס?
אין בית הספר $33
3 מער ווי איין באנד? אויב יא איז עס כלל נישט טייער
איין ספר
100% זיכער נישט קיין שום ספק
ברזילי
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברזילי »

א מאסיווע ארבעט

התאחדות איז געווען (לויט זיין ווערסיע) דער איד UJO OJC ODA און סורראנדינג
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8350
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:

כ'האב שיר געקויפט דעם בוך, אבער די צווייטע האלב האט מיר עס געמאכט לאזן אויף די פאליצע.
?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
מרדכי הכהן האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:
ווער איז דער שרייבער?

בי
דאכט זיך אז ס'איז ר' יצחק פריעד פון וויי עף.

טאקע זייער א לייכטע אבער פראפעסיאנעלע שריפט, ליינט זיך מורא'דיג געשמאק.
דער שרייבער איז ר’ אייזיק פריעד ער וואוינט היינט אין בלומינגראוו
איינער מיט זיין נומער?
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

הרב מקץ וויאזוי קען זיין אז ר׳ שבתי מרדכי איז נישט געווען כמעט באקאנט אין סאטמאר, אין די ספר זעט מען דאך אזויפיל זאכן מיט וואס ער האט געהאלפןדעם רבין?
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
הרב מקץ וויאזוי קען זיין אז ר׳ שבתי מרדכי איז נישט געווען כמעט באקאנט אין סאטמאר, אין די ספר זעט מען דאך אזויפיל זאכן מיט וואס ער האט געהאלפןדעם רבין?
נישט געווען באקאנט?

ווי אלט זיינט איר?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”