לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

farshlufen האט געשריבן:ס'איז מיר אינטערעסאנט וואס איר זאגט נאך פון טאשער רבי זי"ע, ער האט מקיל געווען [פאר חצות] בלויז ליל שישי, ליל שב"ק און מוצש"ק.

אפילו אן טאהשער רבי זענען דא פריערדיגע וואס שרייבן אז בעת צרה אדער פאר א חולה מעג מען זאגן תהלים פאר חצות
היינטיגע צייטן ווען יעדער איד האט ליידער א שווערע פעקל זה בכה וזה בכה, קיינער קען נישט זאגן אז ביי אים איז אלעס גאלד, איז עס אין גדר פון עת צרה וואס מ'מעג, וכ"ש בצירוף שאר הטעמים.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איש חמודות האט געשריבן:מוזט מיר נישט פאלגן, אבער מ'קען יא "רואיג" זאגן "תהלים" פאר חצות.
איינס ווייל אפילו לויטן אריז"ל הייסט נישט תהלים מקרא בלילה און ער אליינס האט געזאגט די ד' מזמורים ביינאכט נאך מעריב, און כל שכן אז ס'איז בעשרה, און בצירוף די טעם פון אשל אברהם אז ס'הייסט ווי לערנען, און בצירוף די טעם פון טאהשער רבי וואס גראדע האט עס א מקור אויך פון פריערדיגע אז בעת צרה איז אנדערש, לאור כל הנ"ל קען מען "רואיג" זאגן תהלים פאר חצות.

[אגב; הלוואי זאל דער עולם מקפיד זיין אויף אנדערע זאכן אזוי שטארק ווי אויף תהלים פאר חצות)


אפשר אידענטיפיצירט איר אייך מיט אייער נאמען?

איך ברענג א פסק פון א אנערקענטן מורי הוראה זז"ג און איר קומט מיט אייער שיקול הדעת, איך הער...

יעדער זאל פרעגן זיין דיין וועמען ער פרעגט אלע זיינע שאלות.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עיין בשו"ת יוסף אומץ מהרחיד"א סי' נד:
ועיין ספ' אמת ליעקב לרי"ש נינייו דף קז ע"א טור ב וע"ב טור א:
ועיין בשו"ת רב פעלים מהרי"ח טוב ח"ב ס"ב:
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

איש חמודות האט געשריבן:מוזט מיר נישט פאלגן, אבער מ'קען יא "רואיג" זאגן "תהלים" פאר חצות.
איינס ווייל אפילו לויטן אריז"ל הייסט נישט תהלים מקרא בלילה און ער אליינס האט געזאגט די ד' מזמורים ביינאכט נאך מעריב, און כל שכן אז ס'איז בעשרה, און בצירוף די טעם פון אשל אברהם אז ס'הייסט ווי לערנען, און בצירוף די טעם פון טאהשער רבי וואס גראדע האט עס א מקור אויך פון פריערדיגע אז בעת צרה איז אנדערש, לאור כל הנ"ל קען מען "רואיג" זאגן תהלים פאר חצות.

[אגב; הלוואי זאל דער עולם מקפיד זיין אויף אנדערע זאכן אזוי שטארק ווי אויף תהלים פאר חצות)

אנטשולדיגט מיר האיש החמוד: לדעתי איז זער אגב'דיגע הערה נישט אויסגעהאלטן.
דער עולם איז נישט "עולם גולם", אידישע קינדער זענען מקפיד שטארק אויף זאכן וואס זיי האבן געזעהן זייערע עלטערן מקפיד זיין שטארק !
האט מיר דערציילט א איד וואס איז געוועהן אין ביהמ"ד הגדול בשעת ווען רביה"ק זיע"א (בעל ההילולא) איז געוועהן במצב סכנה, און מ'האט געזאגט תהלים בציבור מיט התעוררות, און ווי נאר ס'איז געווארן נאכט האט דער עולם פארמאכט די תהלים'לעך, און אזוי האב איך שוין געזעהן מערערע מאל ביי פארשידענע פעלער (נישט נאר אין די סאטמאר'ע חדר). [ודלא כה'מימרא' (מקור ?) מהרה"ק מטאהש זי"ע)
און דאס וואס דו שרייבסט וועגן די אריה"ק מיט די ד' מזמורים, איז לדעתי קיין שום סייעתא, ווייל ביי אונז איז טאקע אויך נהוג אז די קאפיטלעך וואס מ'זאגט סייווי ביינאכט האט מען טאקע יא געזאגט אנשטאט תהלים, ווי למשל יושב בסתר, שיר המעלות אשרי כל ירא, און טאקע די ד' קאפיטלעך וואס מ'זאגט ביי קר"ש (דאס האב איך שוין געזעהן צענדליגע מאל ביי נסיעות אויף קברי צדיקים אז מ'טוט אזוי).
היינט איז געווארן א וועלט וואס פירט זיך שטארק מיט געפילן... און יעדע לויט זיין געפיל פסק'נט פאר זיך - זעה וואס די רבנים פון די עלטערע דור זאגן, און ווי אונגארישע הייזער שרייבט פריער "עס איז דא אסאך דיינים וואס זענען מחמיר דערין, לדוגמא הגה"צ רזל"פ שליט"א".
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז אויב דיין געפיל זאגט דיר אז דו דארפסט יא דעם תהלים אפי' ביינאכט פאר חצות, איז אבער די ווערטער "מוזט מיר נישט פאלגן, אבער מ'קען יא "רואיג" זאגן "תהלים" פאר חצות." נישט אויסגעהאלטן בעת ווען מ'האט יא מקפיד געוועהן דערויף כנ"ל.
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די ענין פון נישט לערנען תורה שבכתב ביינאכט איז נאר אויף חומש אדער אויך נ״ך?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

בניהו האט געשריבן:
די ענין פון נישט לערנען תורה שבכתב ביינאכט איז נאר אויף חומש אדער אויך נ״ך?
פון דעם וואס מען איז דן אויפן זאגן תהלים ביינאכט זעהסטו דאך אז עס גייט אויך אויף נ"ך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Tachlis Hayediah
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:18 pm

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tachlis Hayediah »

קען איינער אנווייזען ווי אין אשל אברהם שטייט דאס.
דאס וואס מען האט דא געשריבען איז א קאפי פון א אנדער פלאטץ אויף די זייטלעך, אבער שטייט נישט ווי עס שטייט. עס איז מיר נוגע .

""ב"אשל אברהם" מביא הגאון מבוטשאטש:
שאין שום קפידא על אמירת מזמורי תהלים בלילה לכולי עלמא, כיון שקבע ה' יתברך שאמירת תהלים יהא חשוב כ"נגעים ואהלות", אם כן הרי זה כלימוד משניות והאיסור רק על מקרא בלילה. ובמקום אחר כתוב שאולי אין קפידא כשאומרים בעשרה. עיקר הקפידא היא על לימוד המקרא, ועל ידי זה יש זכות על כל המנהיגים ונוהגים לומר מזמורי תהלים אחר מעריב.""
Tachlis Hayediah
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:18 pm

Re: לימוד מקרא - אמירת תהלים בלילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tachlis Hayediah »

עס שטייט און אשל אברהם סימן רל"ח
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”