מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בילד
בילד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

וואס איז די הלכה מיט איינער וואס לייגט ארויף א יוטאב אין פאבליק איז דאס די זעלבע איסור אוידער נישט
אין לכה"פ אויף די חלק הריקארדינג איז עס מותר צו קאפיען ?

א דאנק
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געברענט די שיעור פין הגאון האדיר ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט“א וואס זאגט אז עס נישט קיין שום איסור צי קאפיען סידיס וכו'
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

יעדער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געברענט די שיעור פין הגאון האדיר ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט“א וואס זאגט אז עס נישט קיין שום איסור צי קאפיען סידיס וכו'

ווען איז די שיעור געווען?
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קאץ און מויז האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געברענט די שיעור פין הגאון האדיר ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט“א וואס זאגט אז עס נישט קיין שום איסור צי קאפיען סידיס וכו'

ווען איז די שיעור געווען?

איך ווייס נישט איך מיין אז ער האט געזאגט מער ווי איין שיעור וועגן די נושא
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יעדער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געברענט די שיעור פין הגאון האדיר ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט“א וואס זאגט אז עס נישט קיין שום איסור צי קאפיען סידיס וכו'

ווען איז די שיעור געווען?

איך ווייס נישט איך מיין אז ער האט געזאגט מער ווי איין שיעור וועגן די נושא

דער שאלה איז געווען, וועלכע שיעור האסטו געהערט אז דו זאגסט אז עס איז אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט געברענגט?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
יעדער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געברענט די שיעור פין הגאון האדיר ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט“א וואס זאגט אז עס נישט קיין שום איסור צי קאפיען סידיס וכו'

ווען איז די שיעור געווען?

איך ווייס נישט איך מיין אז ער האט געזאגט מער ווי איין שיעור וועגן די נושא

דער שאלה איז געווען, וועלכע שיעור האסטו געהערט אז דו זאגסט אז עס איז אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט געברענגט?

איך האב געהערט די שיעור אויף סאטמאר מאנסי טעל. ליין 8454141199 עקס. 4 5 1 12
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אני הקטן האב געפרעגט הגאון ר' חיים קלמן גוטמאן די שאלה, זיין תשובה איז געווען אז די אלגעמיינע סידי'ס מעג מען קאפיען נאר די וואס ווערט פארקויפט בתנאי שכירות וכו' (אזויווי קרן שמואל ישעי' און נאך) איז אסור
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

רעגענדיג האט געשריבן:אני הקטן האב געפרעגט הגאון ר' חיים קלמן גוטמאן די שאלה, זיין תשובה איז געווען אז די אלגעמיינע סידי'ס מעג מען קאפיען נאר די וואס ווערט פארקויפט בתנאי שכירות וכו' (אזויווי קרן שמואל ישעי' און נאך) איז אסור

ער האלט אז איינער וואס האט געקאפיעט א סידי פין קרן שמואל ישעי' פאר אפאר יאר איז מחיוב צי באצאלען אפאר מיליען דאלאר פאר זיי לויט די חשבן פין 100 דאלאר א טאג?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יעדער האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:אני הקטן האב געפרעגט הגאון ר' חיים קלמן גוטמאן די שאלה, זיין תשובה איז געווען אז די אלגעמיינע סידי'ס מעג מען קאפיען נאר די וואס ווערט פארקויפט בתנאי שכירות וכו' (אזויווי קרן שמואל ישעי' און נאך) איז אסור

ער האלט אז איינער וואס האט געקאפיעט א סידי פין קרן שמואל ישעי' פאר אפאר יאר איז מחיוב צי באצאלען אפאר מיליען דאלאר פאר זיי לויט די חשבן פין 100 דאלאר א טאג?

ער האט נישט גערעדט פון באצאלן לאחר המעשה נאר צו מ'מעג קאפיען, און אדרבה הייב אויף א טעלעפאן און פרעג
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

צו מאכן נאך א קאפי פאר זיך, איבערלייגן אויף א סענסע וכדומה, מאכן א קאפי פון א חבר ווייל זיינס איז צעקריצט, צובראכן אדער פארלוירן פארשטייט יעדער אז ס׳איז ניטאמאל קיין פראגע. איא? אפילו אויב וויל מען האבן איינס אין די קאר און איינס פאר די שטוב און יעצט האט מען פאר זעך אליין צוויי שטיק איז אויך נישט אישו.

די אישו הייבט זיך אן ווען מ׳וויל יענעם געבן א ״קאפּי״. דאס מיינט, איך האב מיינס און איך בלייב דערמיט. און יעצט, אנשטאט מיין חבר זאל עס קויפן גיב איך אים דאס אומזינסט. היות איך וויל נישט גיין אין געשעפט באצאלן פאר מיין חבר א מתנה, ווייפ דאן וועט עס מיר קאסטן געלט, וויל איך אים עס געבן אויף אזא אופן אז ס׳זאל מיר גארנישט קאסטן! איז אזוי, אראפנעמען פון געשעפט און ארויסשפאצירן דערמיט, דאס וויל איך נישט טאן ווייל מ׳וועט דאך רופן די פאליציי און ס׳איז מיר נישט באקוועם די בישות. אראפריקן דעם איייטעם פון שעלף אזוי אז קיינער זאל נישט זעהן און נישט רופן קיין פאליציי, ווילעך אויך נישט, ווייל סוף כל סוף בינעך דאך א ״איד״ און כ׳וויל דאך נישט שאדן מאכן פארן געשעפט וואס וועט ברויכן באצאלן דערפאר פארן דיסטריביוטער וואס וועט ברויכן באצאלן פארן ארויסגעבער. בינעך אויפגעקומען מיט א מאסיווע בייפאל! כ׳וועל פשוט פאבריצירן נאך איינס! נאך איינס וואס איז נישט פינעם אינווענטארי, אזוי וועט די געשעפט נישט וויסן, די דיסטריביוטער וועט נישט וויסן, און דער ארויסגעבער וועט נישט וויסן.
היות איך וויך דאך זיין א שיינער איד, וועל איך פון דעם נייעם פאבריצירטן סטאק געבן אומזינסט פאר מיינע חברים וואס וועלן מיר אין אויסטויש געבן זייער אייגן פאבריצירטע סטאק און אזוי וועל איך באקומען מיין באצאלונג. אדער וועט ער מיר געבן א ריזן יישר כח פון וואס כ׳וועל הנאה האבן, און אט דער הנאה וועט זיין מיין באצאלונג.

היוצא לנו מזה, אז פאר ״זעך אליין״ איז הכל מודים אז דו מעגסט טאן דערמיט וואס די באגערסט. מעגסט לאזן מאכן 5000 קאפיס, האלטן אין סטארעדש ווייל דיי קינד איז זייער ווילד און יעדן טאג וועט ער אויפרייסן די פלאסטיר פון א נייע קאפי. אדער היות ס׳איז דאך ״דיינס״ קענסטו האדם הרוצה את שלו, קענסט עס צוברעכן, קענסט אנשמירן דערויף פינאט בּאָדער, קענסט קאנטראלירן ווען דיינע קינדער מעגן עס יא אדער נישט הערן, אלעס ווייל ס׳איז דיינס!

וואס דו מעגסט נישט טאן, איז עפענען א פעקטארי און פאבריצירן נייע סטאק - נישט קיין חילוק אויף וועלכע אופן און עס פארקויפן פאר אנדערע פאר זיי וועלכע פרייז, לאמיר זאגן אפילו פאר הנאה_פרייז_אומזינסט. ווייל דאן פארקויפסטו נישט ״דיינס״ דו פארקויפסט עפעס וואס איז נישט דיינס.

דאס איינציגסטע פראגע וואס בלייבט איבער, איז אויב דו מעגסט נעמען דיין פיזיקל/דידשיטעל קאפי און עס אוועקשענקען פאר א חבר, צו פאר געלט אדער פאר דיין הנאה. אזוי ווי למשל א בוך וואס דו האסט שוין אויסגעליינט, ברויכסט עס מער נישט און די געבסט עס פאר א חבר וואס ברויך עס יא און ער גייט עס לכבוד דעם נישט קויפן.
דאס איז איז א פראגע וואס כ׳וואלט נישט געטאן אן רשות און כ׳וואלט נישט געוואלט אז בית דין של מעלה זאל מיר עס פארווארפן. עס גייט אריין אין מערערע שאלות. וואלט איך געוואלט אז מען זאל עס טאן צו מיינס א פראדוקט? איך וועל דאך פארלירן געלט און סעילס.

צו טענה׳ן אז יענער וואלט עס סייווי נישט געקויפט, איז קיין טענה נישט.
הלוואי וואלט איך געהאט א טייערן 800 מילימיטער נייקאן קעמערע לענס. איך ווייס קלאר אז איך גיי עס נישט קויפן, אבער כהאב א חבר וואס ארבייט אינעם בי ענד עיטש ווערהאוז און ער קען עס ארויסרוקן אן דעם וואס איינער זאל וויסן און מיר עס געבן ווייל איך גיי עס זיכער נישט קויפן.

ס׳איז נישט קיין גוטע משל, הא? ווייל אזא סארט לענס קאסט העכער צען אלפים און א סידי קאסט נאר עטליכע טולער.
וואס? בי ענד עיטש וועט דארפן באצאלן פאר נייקאן דערפאר? מוז נישט זיין. מ׳פיילט א קלעים אז ס׳איז אנגעקומען צובראכן און נייקאן געבט א ריפאנד.
אדער למשל ס׳איז דא א טייערע פאטאגרעפי בוך וואס מ׳דארף נישט ממש נעמען פיזיקעל דעם בוך, נאר אויפמאכן און מאכן קאפיס דערפון. ״פאבריצירן נייע״.

יו געט דע פּוינט.

דא קומט אבער אריין א וויכטיגע פאקטאר. כהאב געקויפט דעם סידי, כהאב עס פיינט און ״כ׳קען עס נישט צוריקגעבן!״ אדער, איך וויל עס הערן פארן קויפן. אויב האב איך עס ליב וועל איך עס קויפן. די פריוויא פון עטליכע סקונדעס איז נישט געניג. דאן וואלט יעדער פארשטאנען אז געוויסע אייטעמס האט נישט די סארט ״פריוויא אדער ריטורן. אזוי ווי מ׳קען נישט פרויבירן ס׳גאנצע עסן אין א רעסטאראנט און דערנאך אויסברעכן פאר א ריפאנד ווייל כהאב עס נישט ליב געהאט.

דינה דמלכותה דינה. פרויביר צו מזכה זיין א חבר מיט א קאפי פון א גוי׳אישן ארויסגעבער. דו האפסט/ביסט זיכער אז ער וועט נישט וויסן. אבער אויב ווען יא, און ער קלאגט דיך אן, וועט א ריכטער דיך לאזן גיין פריי? אבסעלוטלי נישט! ווייל ס׳איז אנטקעגן די געזעץ! יא יא טאקע דיין פראגע אז דיין חבר האט דיר ער געשיקט אומגעבעטן איז אויך אנטקעגן דעם געזעץ. וואס דו זאלסט טאן דערמיט? די זעלבע וואס דו וואלסט געטאן ווען ער שיקט דיר אומלעגאל א פעקל געווירצן.

היצט, אויב איז דא איין דיין/רב וואס האלט אדער זאגט אנדערש זאל ער מיר רופן אויף 718-344-1708 און כ׳וועל מברר זיין וואס זיין היתר איז.

ס׳איז דא איין אויסנאם ווען מאכן קאפיס און ארומשיקן און זאגאר ממש דאס וואס דער ארויסגעבער וויל. און דאס זענען געוויסע זינגערס וואס ווילן בעטן אלפים פאר א חתונה, און זייער גאנצע אלבום איז נישט מער ווי איין גרויסע אדווערטייזמענט. אויף אזוי ווייט, אז ווען מ׳האט פאר עטליכע יאר צוריק געוואלט מאכן א וועד וואס וועט זיך אפגעבן לעגאל מיט די אלע טעלעגראם טשענעלס וכדומה, איז עס געווען די ״זינגערס״ וואס האבן עס געבויקאט ווייל עכט ווילן זיי אז ס׳זאל יא ארום פארן. זיי ווילן ארויסקעשן פינעם אלבום זעלבסט, אבער זייער עיקר ציל איז אז ווי מער מענטשן זאלן עס הערן נישט קיין חילוק צו מען קויפט עס אדער מען באקומט עס בחינם.

מ'האט אסאך כוחות אריינגעלייגט אין דעם וועד, אריינגערעכנט דאס זיצן מיט די עף בי איי בכדי צו קענען קלאגן דראפ באקס מיט טעלעגראם. אבער ס׳איז געווען קלאר אז כדי צו קענען האלטן די אלע אידישע אלבומס אראפ פינעם פרייען שערינג אינטערנעט, האט די עף בי איי פארגעשלאגו א קאמיטע און מעמבערס, און יעדע׳ס דאונלאוד בחינם וואלט געקומען מיט א קלאפ אויפן טיר פינעם עף בי איי צום דעם מזכה את הרבים. למעשה, ווער האט עס געבויקאט? ווער? דו זינגערס! איינס ביי איינס! מ׳זעמער געבליבן א פיצי גרופע פון ממש איך מיט יוחי בריסקמאן, און נאך צוויי אנדערע.

איינער האט נאך פראגעס? ווייל איך האב נאך ענטפערס.
ובזה יצא ידי חובתי.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

עס וואלט טאקע געווען אינטערסאנט צו הערן מער איבער דעם
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הרב יואל קליין האט שוין אויסגעהערט די שיעור פין הרה“ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט“א?
ער איז שיין מבאר דארט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם איר קענט אים קאלן און זיך טעהנען מיט אים לאז נאר וויסן ווער עס איז געבליבען מיט די לעצטע ווארט (אסאך יודען האבן שוין פראבירט זיך צי טענה'נען מיט אים וועגן דעם ולא עלתה בידם)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

להערה בעלמא
יונתן שווארץ אין זיין אינטערוויו אין מאמענט פאריגע וואך זאגט עפעס אז ער האט שוין אויפגעגעבן אויף זיך שלאגן מיטן עולם איבער נישט קאפיען און היינטט צוטאגס לאזט ער שוין קאפיען זאלן כאטש מענטשן הנאה האבן
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ר' פנחס כץ פסק'נט אז ע''פ הלכה איז דאס נישט קיין פראבלעם
איך האב נישט גערעדט צו אים אבער געהערט פון אידן וועמען ער האט דאס געזאגט.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דעת בעל הבית היפך דעת תורה
לעצט פארראכטן דורך רעגנדיג אום זונטאג פעברואר 13, 2022 9:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דא האט איר א
שיעור פון הרב פאפלאנאש
איבער די נושא, זייער שיין און קלאר
שמעו ותחי נפשכם
_ _ _

הערנדיג דעם שיעור וועט אייך קלאר ווערן אז די אלע א.ג. "איסורים" גניבה וגזילה וכו' וכו' איז אלעס געבויט אויף לופט און האט נישט אין זיך קיין שום ריח של תורה
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
גראמען ליבהאבער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:55 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמען ליבהאבער »

א ריזיגען שכח רעגענדיג
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גראמען ליבהאבער האט געשריבן:א ריזיגען שכח רעגענדיג

יישר
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

הרב יואל קליין האט געשריבן:צו מאכן נאך א קאפי פאר זיך, איבערלייגן אויף א סענסע וכדומה, מאכן א קאפי פון א חבר ווייל זיינס איז צעקריצט, צובראכן אדער פארלוירן פארשטייט יעדער אז ס׳איז ניטאמאל קיין פראגע. איא? אפילו אויב וויל מען האבן איינס אין די קאר און איינס פאר די שטוב און יעצט האט מען פאר זעך אליין צוויי שטיק איז אויך נישט אישו.

זייער שיין צולייגט די נושא עפ"י סברות אבער עפ"י הלכה האט איר געזאגט זילטש. במחילת כבוד הרב
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פישל גרין האט געשריבן:

אדרבה ווייז אויף פארקערט עפ"י הלכה

רעגענדיג האט געשריבן:

מסתם האסטו פארשטאנען אז איך בין זיך נאר חולק אויף דעם ערשטן חלק וואס איך האב ציטירט, אבער איך האב פשוט געמעקט רוב תגובה נישט אנצולייגן די בלאט, איך האב געמיינט מער דעם סוף פסוק, שטימט?

שטימט, און איר זענט גערעכט, און אויף דעם האמיר שוין געשריבן אז דעיס איז א קלאסישע ביישפיל פון דעת בעה"ב היפך דעת תורה
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אויסגעהערט דעם גאנצן ריקארדינג

1) ער זאגט קלאר אז ער איז ״נישט״ קיין דיין און ער קען נישט פסק׳קענע
2) ער רעדט פינען ״איידיע״ א ריעון דאס מעג מען. למשל יעדער מעג מאכן א סידי אויף יו״ט חנוכה ווי ער דערציילט דעם זעלבן מעשה. אבער אויב מאכט מען קלאר שאדן טאר מען דעמאלט אויך נישט.
3) ער זאגט נישט אין ערגעץ - נאכאמאל ער איז נישט קיין דיין- אז מ׳מעג נעמען א סידי וואס מען קויפט פאר זיך און עס אוועקטיילן בחינם פאר א צווייטן וואס דורכדעם וועט דער צווייטער עס נישט קויפן און מאכט א שאדן. אדרבה, ס׳איז ווי דעם איסור פון זיך אוועקשטעלן נעבן יענעמ׳ס געשעפט און טיילן ״יענעם״ פראדוקט און בלאקירן דעם סעיל.

דעת בעל האליידיגערס אויף אייוועלט אנטקעגן א איד וואס הארוועט אריין און א פראדוקט וואס אפילו לויט די שמועס דארף מען זיך רעכענען דערמיט.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הרב יואל קליין האט געשריבן:אויסגעהערט דעם גאנצן ריקארדינג

1) ער זאגט קלאר אז ער איז ״נישט״ קיין דיין און ער קען נישט פסק׳קענע
2) ער רעדט פינען ״איידיע״ א ריעון דאס מעג מען. למשל יעדער מעג מאכן א סידי אויף יו״ט חנוכה ווי ער דערציילט דעם זעלבן מעשה. אבער אויב מאכט מען קלאר שאדן טאר מען דעמאלט אויך נישט.
3) ער זאגט נישט אין ערגעץ - נאכאמאל ער איז נישט קיין דיין- אז מ׳מעג נעמען א סידי וואס מען קויפט פאר זיך און עס אוועקטיילן בחינם פאר א צווייטן וואס דורכדעם וועט דער צווייטער עס נישט קויפן און מאכט א שאדן. אדרבה, ס׳איז ווי דעם איסור פון זיך אוועקשטעלן נעבן יענעמ׳ס געשעפט און טיילן ״יענעם״ פראדוקט און בלאקירן דעם סעיל.

דעת בעל האליידיגערס אויף אייוועלט אנטקעגן א איד וואס הארוועט אריין און א פראדוקט וואס אפילו לויט די שמועס דארף מען זיך רעכענען דערמיט.

איך ווייס נישט אויב איר מיינט צי לצנות מאכען אדער איר רעדט ערענסט ווייל ער רעדט אין די שיעור פין קאפיען סידיס אפילו אויב מען וואלט עס ווען געקויפט וואס דאס איז א זיכערע שאדן פאר די ארויסגעבער
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”