חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

חילוקי דינים צווישן הגה"ק משינאווא זי"ע ואביו הדב"ח זי"ע

תגובהדורך המסתתר » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 11:58 am

בס"ד

בהתקרב עלינו יומא דהילולא רבא פון הגה"ק משינאווא זצ"ל (ו' טבת), איז די פאסיגע צייט אויסצושמועסן די שינויי הלכות און חילוקי דינים צווישן אים און זיין גרויסן פאטער דער הייליגער דברי חיים זי"ע.

איך וועל שרייבן ראשי פרקים, ומלא תקוה אני אז דער ציבור וועט מוסיף זיין כיד ה' הטובה עליו.

א. קשר התפלין. לויטן דברי חיים זי"ע דארף דאס צו זיין א דל"ת כפולה (א מרובע) כשיטת ר' נתן אדלער זי"ע. און לויטן שינאווא'ער רב א פשוט'ער קשר.

ב. ברכת טלית קטן. לויטן דברי חיים מאכט מען נישט קיין ברכה און מ'איז עס מכליל אין ברכת הטלית גדול. און לויטן שינאווא'ער רב איז עס גענוג חשוב פאר זיך, און מען מאכט דערויף אן עקסטערן ברכה.

ג. ציצין המעכבין במילה. לויטן שינאווא'ער רב דארף מען איבער שניידן. ווידעראום דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז טאמער מ'שניידט איבער האט מען א דין רוצח.

ד. היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.

ה. לחם משנה בבציעת הפת. דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז מ'דארף אנכאפן מיט די הענט די לחם משנה ביז ווילאנג מ'עענדיגט שניידן די פרוסה, ווי דער בוטשאטש'ער רב שרייבט אז מצות לחם משנה איז אויפן בציעה און נישט אויפן ברכה, משא"כ דער שינאווא'ער רב האט געהאלטן אז ווען מ'ענדיגט די ברכה איז שוין נישט דא קיין חיוב לחם משנה און מ'קען אראפלייגן די לחם משנה.

ו. לשם יחוד. ווי באקאנט האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע נישט געזאגט לשם יחוד משום כבודו של מרן הנודע ביהודה זי"ע, דאקעגן דער שינאווא'ער רב האט אוודאי יא געזאגט. (ווארום ס'איז יש לעיין צו ביי דעם ענין האבן אלע קינדער פונעם דב"ח זיך יא געפירט ווי אים, אדער משנה געווען מדרכו און געזאגט לשם יחוד, מסתבר איז אז אלע האבן יא געזאגט)

ז. מזוזה. לויטן צאנזער רב זי"ע דארף דאס זיין כנגד הכתף לפי פסק המרדכי, לויטן שינאווא'ער רב ביים שליש העליון של הפתח כשיטת הרמב"ם. (בדרך אגב, ס'איז ידוע אז דער גארליצער רב זי"ע האט געהאלטן אז נאר די דרויסנדיגע טיר דארף א מזוזה און נישט די אינווייניגסטע טירן)

ח. לדוד ה' אורי. עס איז באקאנט אז דער צאנזער רב זי"ע האט נישט געזאגט לדוד ה' אורי פון ר"ח אלול ביז נאך די ימים טובים, ווייל דער מקור (חמדת הימים) איז פארנעפלט און שנוי במחלוקת. לעומת דעם ווייסן מיר אז דער שינאווא'ער רב האט יא געזאגט.

איך האב נישט אויסגערעכנט אלעס והנחתי מקום להתגדר בו, און צו מוסיף זיין און מבאר זיין.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 12:21 pm

המסתתר האט געשריבן:ג. ציצין המעכבין במילה. לויטן שינאווא'ער רב דארף מען איבער שניידן. ווידעראום דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז טאמער מ'שניידט איבער האט מען א דין רוצח.
[


מיינסט אוודאי ציצין שאינם מעכבין.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 12:48 pm

הרב זאנוויל, טוה קודם דורך גוט דעם ענין אין תשובות דברי חיים (יו"ד ח"ב סי' קטו קטז קיז) נאכדעם וועלן מיר זיך מפלפל זיין.

אוודאי לכתחילה דארף מען פארשניידן אויך די ציצין שאינם מעכבין, אבער בדיעבד נאכן שניידן און פורע זיין, און מ'זעהט אז ס'איז צוריק געקומען אביסל בשר וואס איז חופה די עטרה - וואס דאס הייסט ציצין המעכבין, האט דער צאנזער רב געהאלטן אז מ'טאר נישט איבער שניידן און טאמער יא איז מען מזרע עמלק רח"ל.

ער ברענגט דארט אין די תשובות שארפע לשונות אויפן חכמת אדם, און שרייבט אז ער גלייבט נישט וואס ער האט געהערט בשם דעם בעלזער רב זי"ע.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 1:35 pm

דער צאנזער רב האט געהאלטן אז מ'דארף דרייען די רצועות פון די תפילין אויף אריין (כמנהג האשכנזים) און דער שיניאווער רב האט געהאלטן אז מ'דארף דרייען אויף ארויס (כמנהד הספרדים)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 1:53 pm

המסתתר האט געשריבן:
ד. היתר שטר מכירה לשבת. דער צאנזער רב זי"ע האט מתקן געווען אן היתר שטר מכירה לשבת, כדי צו ראטעווען פרנסות ישראל, האט אבער דער שינאווא'ער רב גע'ארבעט מעשים אפצוהאלטן אידן פון זיך באנוצן דערמיט.



בימים ההם האט מען געטראפן אסאך אויל קוועלער אין מזרח גאליציע (די לעמבערגע געגנט) און זייער אסאך אידן האבן געהאט פרנסה בשפע דערפון, מפלעגט קענען ארויספאמפען פון די קוועלער זייער אסאך אויל טעגליך. די שאלה איז געווארן לגבי שבת אז יעדן טאג וואס מהאט נישט גע'ארבעט איז דאס געווען א געוואלדיגע שאדן, מ'האט דעמאלט אויסגע'ארבערט עפעס א געוויסן סארט שותפות מיט א גוי אז 6 טאג אין די וואך וועט ארבעטן דער איד אין איין טאג דער גוי, מ'האט אויסגע'ארבעט אז יענער טאג זאל זיין שבת (מהאט פארשטייט זיך נישט ארויסגעזאגט אז סוועט זיין שבת, ס'געווען בהבלעה וכדו'). סאיז געווארן א מבוכה צווישן די רבנים טייל האבן גע'אסר'ט און טייל האבן מתיר געווען, דער צאנזער רב האט זיך ציגעשטעלט צו די מתירים ווידעראום דער שיניאווער רב האט גע'אסר'ט.
זידישטויב געפינט זיך אין מזרח גאליציע, הרה"ק רבי אייזיק'ל זידיטשויב'ער האט געהאט אסאך רייכע חסידים רוב םון זיי האבן טאקע געצויגן זייער רייכטום פון אט די אויל קוועלער, רבי אייזיקל האט טאקע אויך געהאלטן אז מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם היתר.
דער שיניאווער רב האט דעמאלט געשריבן א תשובה קעגן דעם היתר, ס'האט געקענט אויסזעהן דערפון א פגיעה בכבודו פונעם זידיטשויבער רבי'ן, דער טאטע דער צאנזער רב האט אים געהייסן אז ער מיז מקבל נזיפה זיין (מיטן גאנצן סדר אן די שיך), דער שיניאווער רב האט אבער געהאלטן אז ער איז גערעכט, אבער ער האט געמוזט מקיים זיין גזירת אביו, האט ער אויסגעוועלט תשעה באב אים צו גיין איבערבעטן, ווייל דעמאלט גייט מען סייווי נישט קיין שיך. ווי נאר דער שיניאווער רב קומט אריין צו רבי אייזיק'ל, רופט ער זיך אן צו אים " זידיטשויב'ער רבי, איך מיין אז איר זיצט אויף צו אן הויכן בענקל"
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:27 pm

יישר כח הרב המסתתר, פארן עפענען אזא סארט אשכול. ס'איז א סימבאל פון אן אשכול! אן אינטערסאנטער און א תורה'דיגער נושא. וכמותו ירבו.

איינע פון די זאכן איז אויך באוואוסט דאס ענין פון זאגן תחנון בימי הספירה אין דער וואך פון ספירת 'ההוד'. עס איז דא אויף דעם א גאנצע מעשה וואס דער שינאווער רב איז אמאל געווען צוגאסט אין זעלבן שטאט ווי זיין טאטע, און ביים דאווענען נאך שמו"ע ווען דער הייליגער רב האט געהייסן זאגן קדיש האט דער שינאווער רב ארויסגעשלעפט א מנין אינדרויסן און געזאגט תחנון.

דאכט זיך אז דעמאלט איז געווען די באקאנטע מעשה, וואס דער רב האט גע'אסרט דעם זון דורכצוטרעטן דעם 'שוועל פון זיין טיר''. און כידוע אז דאס קומענדיגע מאל ווען ער האט געוואלט אריין גיין צום טאטען, איז ער מחמת זה אריינגעקראכן דורכ'ן פענסטער...

צדיקים האבן געזאגט אז די מחלוקת לשם שמים וואס דער שינאווער רב האט געפירט, האט אויפגעהאלטן דעם הייליגן רב בזה העולם אויף נאך צוויי און צוואנציג יאר.
*

לעומת זה דארף צוגעצייכנט ווערן דאס פארקערטע אויך. די גרויסע הערצה און חביבות וואס דער הייליגער שינאווער רב האט גענאסן פון זיין טאטען. עס איז באקאנט די ערשטע תשובה אין דברי חיים ח"ב ווי דער רב רעדט דארט וועגן די מאשין-ציצית, און ער שרייבט אז ער האט די מאשינען נישט געזען, אבער מיין זון הרב דשינאווע, "שלדעתי אינו משנה הדיבור אפי' יהבו לי' כל חללי דעלמא", האט מיר געזאגט אז ווער עס קוקט אן די מאשינען וועט גלייך זען די ציצית זענען בכלל נישט געמאכט בידי אדם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 3:53 pm

תשוח"ח להרב המסתתר תחת ניקו שליט"א, כמותך ירבו בגבולנו.

זייער אינטערעסאנט און באלערנד דער נושא ובפרט אז עס ווערט געשריבען כראוי וכנוכון נישט ווי אנדערע וועלכע פרובירען אריינצולייגן אנדערע מאטיווען אין די מחלוקת ואכמ"ל.

ווען דעם 'לשם יחוד' האב איך אמאל געהערט אז דער צאנזער רב איז אריינגעלאפן ווען דער שינאווער רב הט געזאגט 'לשם יחוד' און געשריגען; "ר' חאזקעלע פראָגאר (הנודע ביהודה ז"ל) איז נישט געווען קיין גראז-שניידער!..."

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 6:28 pm

ווען דעם 'לשם יחוד' האב איך אמאל געהערט אז דער צאנזער רב איז אריינגעלאפן ווען דער שינאווער רב הט געזאגט 'לשם יחוד' און געשריגען; "ר' חאזקעלע פראָגאר (הנודע ביהודה ז"ל) איז נישט געווען קיין גראז-שניידער!..."


וועגן דער לשם יחוד וואלט ווען כדאי געווען א שמועס פאר זיך.

דער נודע ביהודא זעלבס איז געווען א גרויסע בעל מקובל, עס איז לעצטענס געווען קאפיס פון א פרי עץ חיים פיל מיט הגהות פונעם הייליגן נודע ביהודא, און מען דערציילט אז ווען מען האט איינמאל איבערגעדריקט דעם נודע ביהודא האט דער דריקער אריינגעשריבן, אנשטאט 'צדיקים ילכו בם וחסידים יכשלו בם' האט ער געשריבן 'צדיקים ילכו בם ורשעים יכשלו בם', האט איינער פון די צדיקים בזמנו פארפירט אז מען טאר דאס נישט קויפן, אמער ער האט מועיל געווען אינעם נודע ביהודא, ווייל דער נודע ביהודא האט געמאכט פון רשעים חסידים, און דער דריקער האט געמאכט פון חסידים רשעים...

דער סיבה פון דעם נישט לאזן זאגן לשם יחוד זאגט מען נאך פון צאנזער רב, אז א איד קומט אריין פון מארק און ער וויל גלייך מאכן א יחוד קדשא בריך הוא ושכנתיה", עס גייט נישט אזוי...

און וועגן דער ענין פון איבער שניידן די ציצין המעכבין, שרייבט דער הייליגער דברי חיים אויך, אז דאס איז נאר מיטן תנאי אז די ערשטע מאל איז עס גוט גע'מל'עט, און ער גייט אריין אין די סוגיא וואס ווערט אנגערופן כשר גע'מל'עט.

און ווען מען רעדט פון די תשובות פון דברי חיים, וויל איך מצטט זיין די גאר אינטרעסאנטע און הייליג שארפע לשונות.

שו"ת דברי חיים יורה דעה חלק ב סימן קטו

והנה לכתחילה בודאי מסירין כל הערלה בכריתה לגמרי ועל זה הקפיד מרן רשכבה"ג מבעלזא אבל בדיעבד בודאי אין שום מצוה לכרות הערלה שנפלה למטה ע"י הפריעה ואדרבה העושה זאת הוא רוצח וחושש אני בו אם הוא מנפשות עמלק ימ"ש אשר חתך מילות בני ישראל [עי' דברים כ"ה י"ח ברש"י ד"ה ויזנב] ולכן אל ישמע להם ולא ילך בדרכיהם שלא על פי תורה רק מעשה בור ולדעתי שיתרה בהם שאם יוסיפו לעשות כן שיפסלו לעדות כמו המכה לאיש ישראל [חו"מ סי' ל"ד סעיף ד' בהגה] והי' שלום:

שו"ת דברי חיים יורה דעה חלק ב סימן קטז

הגם שבספר חכמת אדם מביא ראיה דצריך דוקא לחתוך והביא ראיה מיבמות [דלא נתנה פריעה לאברהם אבינו ואפילו הכי ציצין המעכבין נתרבה גם לו מהמול ימול] יע"ש ואתפלא לא ידעתי מה זה ראיה כלל באמת ודאי מעכב חתיכת הציצין אם נשארו חופה רוב גובה או רוב הקיפו אפילו לאברהם אבינו ע"ה אבל אם אברהם אבינו ע"ה הי' פורע אפילו שלא נצטווה מכל מקום ודאי לא הי' צריך לחתוך בגלוי שנתגלה העור השני לגמרי ומי שיש לו מוח בקדקדו ידע שהאמת כן הוא:

והנה שמעתי בשם עיר וקדיש הגאון הקדוש הרב החסיד מה"ר שלום ז"ל מבעלזא הקפיד בזה ואני לא אאמין שיצא כן מפיו הקדוש והן אמת כי לכתחילה ראוי לחתוך אפילו ציצין שאין מעכבין אבל אם פרע כבר ולצער את הולד לאחר הפריעה שנתגלה היטב אפילו אם אינו מקושה אין מצוה בזה רק עבירה ומסכן זרע ישראל בחנם ובאמת לדעתי אפילו אם רק נתקשה ונראה מהול אם נפרד כולו מעל הגיד יש לסמוך על הש"ך ז"ל ואפילו אמר לי נביא לא צייתינא ליה ומי שמוציא לעז על נימולי בני ישראל יחוש לעצמו וד"ל:

שו"ת דברי חיים יורה דעה חלק ב סימן קיז


והנה בפלפולו אין הפנאי אתי לטייל כידוע גודל טרדותי בשיעורין ותשובות הכרחיות ולדינא אמרתי דעתי ולא אשוב מפני כל ותהלה לקל יש לי הורמנא מגדולי עולם נוחי נפש ז"ל גאונים מפורסמים שסמכו אותי מה שלפי דעתי אין אחד מגדולי דורינו שיהי' להם הורמנא כזה ולכן לא איחת מקול אדם הוריני ה' בדרך האמת אך לא אמרתי קבלו דעתי יהי' להם מה שלהם ואני נפשי הצלתי:

ומה שכתב לי שלא לקבל לשון הרע יאמין לי ידידי שלא אדע דבר ולא שמעתי כלום מלשון הרע ולא ידעתי למי ירמוז כ"ת והי' בזה שלום כנפש אוהבו:


אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 7:06 pm

עס איז דוקא הלכות אדער מנהגים אויך ווייל אינז האמער ציצילייגן אפאר מנהגים אבער אויב נישט וועלן אינז זיך מיזן איינהאלטן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 7:13 pm

נישט זאגן תחנון אין הוד איז אויך א מנהג, טא פארוואס דארפסטו זיך צוריק האלטן?. אדרבה ילמדינו חוקרינו.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 7:59 pm

און צאנז איז דער מהנג ערב פסח פארן סוף זמן אכילת חמץ צו מאכן א חמצדיגע סעודה אזוי אריינציכאפן חמץ אז מען בענטשט אפי' אויף ביר עס האט זיך אנגעפאנגען ווען דער קשאניבער רב האט אלס קינד גענימן א חמץ'דיגע מעסער און אריין געשטאכן און דעם קעלבל וואס איז געווען אנגעגרייט פאר וי"ט האט מען געמיזט פערטיג מאכן דעם גאנצע קאלב האט מען צזאם געריפן די גאנצע שטאט און געמאכט א סעודה האט צאנזער רב געזען אז מענטשן האבן נישט געהאט וואס צו עסן (קען זיין משום שני סיבות איינס ווייל מען דארף שפארן געלט אויף יו"ט און צוויי ווייל די בני בית לויט אבער זייער אסאך פלאץ צו עסען ערב פסח)פון דעמלס איז געווארן דעם מנהג אז מען פראוועט אזא סעודה אין מען ריפט דאס סעודת פאנג למעשה האט צאנזער רב שפעטער געזאגט אז ביי דעם סועדה פאנגט מען דער ייצר הרע
למעשה האט שיניווער רב געזאגט אז וועגן דוד'ל (הרה"ק מקשאניב)האט געשטאכן דארף איך עסן א סעודה
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:18 pm

זיידעניו שרייבט
נישט זאגן תחנון אין הוד איז אויך א מנהג, טא פארוואס דארפסטו זיך צוריק האלטן?. אדרבה ילמדינו חוקרינו.

נישט דאס האבן אינז געמיינט אבער אז איר דערמאנט עס שוין וועלן מיר דערציילן וואס ר'יענקלע פון פשעווארסק האט פארציילט (וואס מן הסתם נעמט איר עס פון עם)אז צאנזער רב איז געווען און שטאט רידניק (דארט ווי ער האט משמש גיווען אלס רב פאר צאנז) עס איז געווען דער וואך פון הוד און מען האט אנגעפאנגן קדיש האט שיניווער רב געזאגט נו תחנון למעשה איז ער ארויס און געזאגט תחנון (ר' יענקלע פארציילט א זאך וואס ער האט געהערט פון א איד אז ער האט ארויסגענימן א מנין האט ר' יענקלע גענדיגט אבער יאך פארצייל עס נישט אזוי אינז המער שוין לאנג געווינדערט אויף דעם גרס' ווייל ווען צאנזער רב איז און בהמ"ד ווער וואלט ארויסגעגאנגן נאך אינז האמער געהערט ר' יענקלע פארשטיי איך גיט אז ר' יענקלע איז זיך מצרף צו מיין טענה)האט זיך צאנזער רב אויסגעפירט פון ווי קימט צו מיר אזא הייליג קינד האט ר' מאטעלע הורנסטפלער זיך אנגעריפן פאר מיר איז קיין ווידער ניט(אזוי אויף רוסש אידש)
יארן שפעטער האט שינווער רב געווען און רידניק דעם זעלבן וואך לאחר פטירת אביו הק' האט ער געהייסט נישט זאגט תחנון האט ער שפעטער פארציילט אז דעמלס האט ער געהאט א חלום אז ער דארף ווערן א רבי האט ער געטראכט אז דער טאטע קען זיין א רבי ע"פ חסידת און איך וועל זיין א רבי ע"פ הלכה אזוי וועט זיין טאטע האבן עריכת ימים און דאס האט צאנזער רב געמיינט פון ווי נעמט מען אזא הייליג קינד זי"ע
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:53 pm

דאכט זיך אז נאר אום טאג פונעם נודע ביהודא'ס יארצייט האט מען נישט געזאגט לשם יחוד, אדער מיש איך מיך אויס מיט בעלזא?

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 10:25 am

קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע מגיבים און מוסיפים.

הרב אלף בית, גוטע באלערנדע הערות חן חן. הרב זארעך ווי שטענדיג אנטוישט אויך נישט מיט זיינע זאפטיגע פונקטן, אבער כ'וועל זיך מתייחס זיין צו עטליכע פון זיי.

דאס וואס ר' זארעך שרייבט די מעשה ווען ער האט אים גע'אסר'ט אדורכצוגיין דעם שוועל פון די טיר, און נעקסטע מאל איז ער אריינגעקומען פון פענסטער. לויט ווי מ'דערציילט איז ער ארויס שוין אויך דורכ'ן פענסטער, ווייל ער האט שוין נישט געמעגט אריבערגיין די שוועל... און אגב, נאך די מעשה דעמאלט'ס האט זיך דער הייליגער צאנזער רב זי"ע אויסגעדריקט "איך ווייס נישט וואס איך האב זוכה געווען צו אזא הייליגן זוהן", וואס דאס איז פשט אז דאס זענען געווען דברים נעלים ונשגבים ועמוקים מאד. (איצט זעה איך אז חוקר האט דאס שוין געברענגט)

דאס וואס דו שרייבסט אז צדיקים האבן געזאגט אז די מחלוקה האט אויפגעהאלטן דעם צאנזער רב זי"ע אויף די וועלט נאך 22 יאר, דאס ספעציפיש האב איך נאכנישט געהערט, אבער ס'איז דא ערגעץ וואו (איך וועל נאכזוכן דעם מקור) אז דער הייליגער שינאווא'ער רב האט זיך אויסגעדריקט "אז די מחלוקה האט גורם געווען אריכות ימים פארן טאטן".

און אז דו רעדט'ס שוין פון די אויסדריקן פונעם דברי חיים זי"ע אויפן הייליגן זוהן איז א חידוש האסט נישט דערמאנט די אינטרעסאנטע טיטלען דארטן טאקע (אין יו"ד ח"ב סי' ה') ווי פאלגענד: "לבני ידידי הרב המאור הגדול החריף ובקי בוצינא קדישא חסידא ופרישא פ"ה כו' כקש"ת מו"ה יחזקאל שרגא נ"י אבד"ק שינאווע יע"א".

* * *

יישר כח אויך הרב מיללער און הרב זיידעלע פאר די הערות נכונות.

דאס וואס הרה"ג ר' זיידעלע זז"ג שרייבט ביי ציצין המעכבין, "אז דער הייליגער דברי חיים שרייבט אויך, אז דאס איז נאר מיטן תנאי אז די ערשטע מאל איז עס גוט גע'מל'עט, און ער גייט אריין אין די סוגיא וואס ווערט אנגערופן כשר גע'מל'עט."

יא, ביסט טאקע כשר גערעכט, ער גייט אריין אין די סוגיא "וואס הייסט ציצין המעכבין". אבער דיין לשון "נאר מיטן תנאי אז די ערשטע מאל איז עס גוט גע'מל'עט" איז נישט ממש מדויק. בעסער געזאגט "דאס אליין איז די סוגיא דא". און כאפ מיר נישט ביים ווארט, ווייל כ'וועל דיר שוין מסביר זיין מיין כונה, האלט קאפ.

ס'איז דא אין דעם ענין א גרויסע מחלוקת הראשונים "וואס מיינט ציצין המעכבין", אויך איז דא א מחלוקת אינעם ענין "ווען ווערט נולד דער פראבלעם פון ציצין המעכבין" (מכוסה רק בשעת קישוי או אפי' שלא). און דאס איז אמאל זיכער אז לכתחילה דארף מען חותך זיין ביים חיתוך די ציצין המעכבין ושאין מעכבין, נאר וואס, טאמער ס'איז דא א שטיקל ערלה "שאי אפשר להסירה בקלות בחיתוך" (לשון הד"ח), אדער א שטיקל וואס איז בספק צו ס'איז ערלה, דארף מען נישט ממשיך זיין מיטן חיתוך, נאר מ'נעמט דאס אראפ צוזאמען מיט די פריעה. איר הערט ווערטער ? דאס איז פשט אז מיר זענען עוסק דא אין עצם ענין וואס הייסט "גוט גע'מל'עט" לויטן דברי חיים, און פארשטייט זיך אז לויט די חולקים אויפן דב"ח דארף מען ווייטער חותך זיין.

יעצט, א שטאפל ווייטער, טאמער זעהט מען זיך נאך די פריעה, און מ'זעהט אז די עבודת החיתוך איז נישט געווען מושלם און עפעס ערלה איז נאך פארהאנדן, אזוי אויך לאחר זמן אויב ס'איז חזר וכסה רוב העטרה. דא האט זיך אוועק געשטעלט די וועלט'ס מחלוקה, זאל מען איבערשניידן אדער נישט. דער חכמת אדם, הגה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע, מהרי"א מקאמארנא זי"ע, ערוגת הבושם, האבן געהאלטן קלאר און דייטליך: יא איבערשניידן. דאקעגן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז דער וואס טוהט דאס איז מזרע עמלק, אזוי ווי דו האסט מעתיק געווען דעם תמצית התשובה. און ער האט נישט געגלייבט אז דער בעלזער רב ר' שלומ'קע זי"ע האט אזוי געזאגט. און אזוי האט אויך געהאלטן דער הייליגער חתם סופר זי"ע, און דער צמח צדק - ליובאוויטש זי"ע, אזוי אויך דער מהר"ם שי"ק זי"ע (כדעת רבו החת"ס), אויך הגאון המהרש"ם זי"ע (וואס איז א צאנזער חסיד געווען - ביז די תשובה אויף די טשארטקוב'ער שחיטה, אכלתי ואוכל עוד, שו"ת מהרש"ם ח"ז סי' מ"ח), אזוי אויך הגאון ר' יהושע'לע קוטנער זי"ע האט אזוי געהאלטן.

יעצט אזוי, די מחלוקה איז נאר ווען ס'איז חזר וכסה רוב העטרה, וואס טוהט זיך אבער ביי חזר וכסה כל העטרה כולה, דעמאלט'ס זאגט דער צאנזער רב די ווערטער: "אם נימול פעם אחת כהוגן" דארף מען אויך דעמאלט'ס נישט איבער'מל'ען. ס'איז אביסל שווער טאקע צו פארשטיין, דאס איז דאך זיכער אז בכל אופן דארף זיין גוט גע'מל'עט צום ערשטן מאל, איז דאך שווער וואס זאגט דער צאנזער רב די אויבנדערמאנטע ווערטער, הלמאי, לויט אים הייסט דאך "גוט גע'מל'עט" דאס וואס ביי די חולקים אויף אים הייסט "נישט גוט גע'מל'עט. ממילא וואלט איך געוואלט בעטן די מוהלים דא זאלן שארפן די פעדער'ס און אונז ארויסהעלפן אביסל אין די סוגיא מיר זאלן ארויסגיין קלאר דא.

איך האב מורא צו מאריך זיין צופיל אינעם נושא, ווייל באלד עפנט דער סקרענטאן'ער רב אן עקסטערן אשכול פאר הל' מילה און שליידערט אריין אהין א האלבע תגובה מיינע.

* * *

יעצט הרב חוקר, קענסט צולייגן וויפיל מנהגים דו ווילסט, אבער נאר פארקריך נישט פונעם עיקר נושא. מיר וועלן איצט אויך צולייגן אפאר חילוקי מנהגים:

א. דער הייליגער שינאווא'ער רב זי"ע האט זיך נישט גע'טובל'ט ליל יו"ט שני, דאקעגן דער הייליגער צאנז'ער רב זי"ע יא.

ב. דער צאנזער רב האט געפראוועט הקפות ביום שמיני עצרת, דאקעגן דער שינאווא'ער רב נישט.

ג. כ'האב אמאל געהערט אז אין שינאווא האט מען נישט געזאגט נשמת אום הושע"ר, און נישט געבלאזן די תקיעות ביים סדר ההושענות, פארקערט ווי אין צאנז.

נאך אן הלכה מחלוקה אין געווען ביי תפלין, וואס ווי באקאנט שרייבט דער צאנזער רב אין די תשובה אז מקום יש בראש להניח שנים גייט ארויף אויך לרוחב, האט אבער דער שינאווא'ער רב געהאלטן פארקערט אז דאס איז נאר לאורך, און ממילא דארף מען שטארק מדייק זיין אויף דעם בין עיניך.

דאכט זיך כ'האב אמאל געהערט אז אין הל' מזוזה איז געווען נאך א מחלוקה (אויסער דאס וואס מיר האבן אויבן דערמאנט בפתיחה), און איך דענק דאס נישט לעת עתה, ווער עס וועט אונז קענען באלייכטן אין דעם זאל געבענטשט זיין.

* * *

טרם אשים קנצי למילי: אן הוספה'לע אויף די לעצטע פאראגראף פון מיין פתיחה איבער דעם ענין פון לדוד ה' אורי וואס דער שינאווא'ער רב האט יא געזאגט, כ'האב געטראפן אן אסמכתא דערויף פון מונקאטש'ער רב זי"ע אין חמשה מאמרות (מששיב מפני הכבוד - קכ"ז), ער שרייבט ווי פאלגענד:

"ומאדומו"ר הגה"ק משינאווא זי"ע שמעתי מפה קדשו בשם אא"ז הגה"ק איש אלוקים מראפשיץ (זרע קודש) שהגיד, כי מיום שהיה צדיק אחד בעולם (אין רצוני לפרט שמו בזה מפני הכבוד) מאז והלאה הותר להחזיק ספר חמה"י, כי הצדיק הנזכר היה גלגול נשמתו, ובגודל עבודתו תיקן במה שנכשל המחבר חמה"י." ע"כ.

דאס איז פשט אז אפי' טאמער דער שינאווא'ער רב האט געהאלטן - אזוי ווי מ'האט אנגענומען אין צאנז - אז דער מחבר איז נתן העזתי, האט ער אויך געהאט אן הוראה פונעם ראפשיצער רב זי"ע אז מ'דארף נישט חושש זיין דערויף.

* * *

און פאר דיר יאסל וויל איך זאגן, איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט, דער צאנזער רב האט קיינמאל נישט געזאגט "לשם יחוד".
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:05 pm

יאסל שרייבט
דאכט זיך אז נאר אום טאג פונעם נודע ביהודא'ס יארצייט האט מען נישט געזאגט לשם יחוד, אדער מיש איך מיך אויס מיט בעלזא?

גוט געזאגט עס איז און בעלז דער מנהג אזוי
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 7:55 pm

איבער'ן ענין פון זאגן תחנון אין די טעג פון ספירת 'הוד', איז כדי מוסיף צו זיין נאך א חלק פון די מעשה:

ווען דער שינאווער רב האט פארגעהאלטן הלמאי מ'זאגט נישט קיין תחנון, האט עמיצער דארט [אפשר גאר דער צאנזער רב אליינס] אנגעמערקט אז ס'איז דאך מבואר אין זוה"ק אז די טעג פון 'הוד' זענען "תרעאין פתוחין", (די טויערן פון הימל זענען אפן] און דערפאר פירט מען זיך נישט צו זאגן תחנון אין די געהויבענע טעג, האט דער שינאווער רב געענטפערט: אדרבה, אז ס'איז תרעין פתוחין דארף מען דאך הערשט זאגן תחנון!!!!

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:00 pm

ביד"צ האט שוין אנגעמערקט און א געמעקטע תגובה אז דאס איז פון די זאכן אויף וואס די חכמים זאגן חכמים הזהרו בדבריכם מ'קען ח"ו שוגג זיין אין די ענינים דאס זענען כהררים התלויים בשערה, אין אישית האב איך זיך געוואנדן צו הרב אבדק"ק צו פרעגן וואס דאס מיינט האט ער מיר געשריבן אז ער האט מקבל געווען פון הרה"צ ר' לייבוש שליט"א מפשעווארסק פיל ענינים וועגן דעם, און ער וואלט זיך אויף קיין פאל נישט געוואגט ארויף צו ברענגען די זאכן אויפ'ן כתב,
אך בזאת, ר' לייבוש האט פארציילט אז דער שינאווער רב האט זיך געהאלטן אלס א תלמיד פונעם ערשטן בעלזער רב מהר"ש, ובהיות נאך די הסתלקות פונעם בעלזער רב וואלט ער ווען געקענט אליין אנפאנגען צו פירן האט ער מורא געהאט אז אין מלכות נוגעת בחברתה און דאס וועט ח"ו שאדן פארן פאטער דער צאנזער רב, דערפאר האט ער געהאט די מחלוקת'ן,

ביטע מסביר זיין די סיבה פארוואס מען האט געמעקט זיין תגובה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:59 pm

בן-בוזי,
פון וועלכע תגובה רעדט איר?

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 1:23 pm

מיללער האט געשריבן:בן-בוזי,
פון וועלכע תגובה רעדט איר?

ער האט געשריבן חכמים הזהרו בדבריכם מ'זאל זיין געווארנט וואס מען שרייבט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » פרייטאג ינואר 02, 2009 2:54 am

קען זיין אז די החלטת הביד"צ איז געווען אז אפי' דאס ווארט פון ר' לייבוש איז אסור לפרסום, ממילא האט דער ביד"צ אליין דאס אויסגעמעקט.

ולעצם הענין כבוד הביד"צ, אני לא שמעתי למנוע מלעסוק בכך, לולא אם מדברים בלשון מדברת גדולות, אבל דברים כהווייתן למה לא, תורה היא וללמוד אנו צריכין. אדרבא את מקורו יערה לנו מה האיסור בזה.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מיטוואך ינואר 07, 2009 8:34 pm

נאך פון די חילוקי המנהגים
און שטאט צאנז (און ווי אויך אלע גאליציאנער שטעטלך) האט זיך דער טייך פארפרוירן וויינטער און עס איז נישט יעדער וואך געווען פרישע פיש פאר שבת ווען עס האט זיך געמאכט אז עס איז אנגעקימן א פרישע פיש האט צאנזער רב קודם געגסן די איינגעזויערטע פיש (וואס עס האלט זיך פאר א לענגערע צייט) און דערנאך דער פרישע פיש אלס תדיר קודם
אבער שיניווער רב האט געהאלטן אז דער פרישע פיש קימט לכבוד שבת קימט דאס פריער
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:47 pm

המסתתר: אויף סעיף ו, וויל איך מוסף זיין למשול ביי ספירה האט דער דברי חיים אנגעפאנגען, הנני מוכן ומזומן, א שטאטס לשם יחוד, אבער נישט מען האט אנגעפאנגען ביי די ברכה, אין די זעלבע ביי תפילון לייגען און דאס גלייכען.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 7:22 pm

און די באבוב'ער הגדה שטייט בשם אדמו"ר מבאבוב זצ"ל איז זיינדיג אלס קינד ביים זיידן דער קדושת ציון זצ"ל ביים סדר האט ער גוויזן מיטן פינגער אויף דער לשם יוחד און דערנאך אנגעפאנן מיטן קול ויהי נועם וכו'
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:31 am

צאנזער רב האט געהאלטען אז דער תפילין מוז נישט זיין פונטקליך אינמיטען (בין עיניך) אין דער שינאווא רב האט געהאטלטען אז יא

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מארטש 04, 2009 2:26 pm

החריף, ווי שטייט נאר אין די גמ' כיון שראה נזכר הלכה עפעס אזוי, דיין תגובה דא האט מיר דערמאנט אז איך וויל עפעס אנפרעגן אונזער ת"ח דא, און היות עס איז א שטיקל המשך פון דיינס וועל איך עס לייגן דא.

אין איינע פון די לקוטי הלכות אויף פורים האב איך געזען אז עס איז דא חילוקי דיעות מיט וועלכע תפילין צו הערן די מגילה אינדערפרי, מאנכע האלטן אז מיט די רש"י'ס און מאנכע האלטן אז מיט די ר"ת'ס, שרייבט ער דארט אז דער דברי חיים פלעגט עס הערן מיט ביידע תפילינ'ס אנגעטון.

ער ברענגט נישט קיין מקור, און היות עס איז די ערשטע מאל וואס איך הער דאס וויל איך וויסן דריי זאכן, איינס אויב איינער האט שוין געהערט דערפון, צווייטנס אויב איז געווען נאך צייטן אין יאר וואס דער דברי חיים האט זיך אזוי געפירט, דריי איז געווען נאך צדיקים מיט דעם מנהג.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט