בענין ד' גליות ובענין החיה הרביעית, בחלום דניאל.

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אלץ-ווייסער

בענין ד' גליות ובענין החיה הרביעית, בחלום דניאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דער חלום פון דניאל איבער די ארבעה חיות איז א מיסטעריע וואס מאטערט יעדן פון אייביג אן.

אין די יעצטיגע עפאכע ווי מיר שטייען איז עס ספעציעל רעלעוואנט. אויסער דעם וואס עס ווערט דערמאנט אין פ' תולדות אין אבן עזרא כ"ז מ'.

באתר דנה חזה הוית בחזוי ליליא וארו חיוה רביעיה דחילה ואימתני ותקיפא יתירה ושנין די פרזל לה רברבן אכלה ומדקה ושארא ברגליה רפסה והיא משניה מן כל חיותא די קדמיה וקרנין עשר לה.
[אין פרייער אידישער איבערזעצונג: נאכדעם האב איך געזען אין די זעעניש פון ביינאכט, און אט א פערטע חיה, פארכטיג און שרעקעדיג, און ספעציעל שטארק, און גרויסע אייזנערע ציינער צו איר, זי עסט און צעמאלט אלעס, און וואס זי לאזט איבער צעטראט זי מיט אירע פיס. זי איז אנדערש פון אלע אדערע חיות וועלכע זענען פאר איר (פון די פריערדיגע חלומות), און זי האט צען הערנער].

וואס די חיה איז, און וועמען די שרעקליכע און פארכטיגע 4'טע חיה טוט פארשטעלן איז א פארוויקלטע און סבוך באשלי רברבא.

דער גרויסער פרשן התורה, רשיה"ק אויפן ארט, איז מסביר אז דאס גייט ארויף אויף די פארטיגע מלכות רומי, וועלכע האבן חרוב געמאכט דאס בית המקדש.
אינעם שניט פון רש"י גייט אויך דער רמב"ן הק', דער רמב"ם. דער אברבנאל און דער מלבי"ם ציט אויך אין די ליניע, אז דאס גייט ארויף אויף די רוימער בכלליות.
דער מלבי"ם אויף זיין שטייגער איז מבאר אז דאס גייט ארויף אויפן פויבסט סילוועסטאר דער ערשטער (314 למס'), וועלכער איז געבראכט געווארן קיין רוים דורך עמפעראר קונסטאנטין, צו געוועלטיגן אין רוים און אויף גאנץ איטאליע.
דער מלבי"ם פרובירט אויך אריינצולייגן אז ס'קען פארט זיין אז די חיה הרביעית איז סיי ישמעאל און סיי רומי.

פון די אנדערע זייט איז דא רבינו סעדיה גאון, וועלכער איז מפרש אז דאס גייט ארויף אויף מלכות ישמעאל, און אויף זיין דרך גייט ראב"ע, וועלכער איז מבאר אז די חיה השלישית וועלכער ווערט אנגערופן "נמר" [לעמפערט] גייט ארויף אויף יון און רומי, און די פערטע חיה איז ישמעאל.

דער מצודות גייט נאך זייער מהלך, ערקלערנדיג די צען מלוכות [צען הערנער] וועלכע האבן זיך אנגעהערט אין מלכות ישמעאל:
בראסן
אצפהן
אלימן
מיכה
מצרים
אפריקי
מלכות ישמעאל
פלשתים
אלברבר
און כוש

און פסוק ח' גייט דער חלום צו ערקלערן וויאזוי א "קרן זעירה" רייסט ארויס 3 הערנער פון די פארכטיגע חיה.
און דער מצודות איז דאס מבאר אז ס'וועט קומען א מלך מעם מזרח, און ער וועט דערלאנגען פאר די ישמעאלים און וועט פון זיי אויסרייסן 3 מלוכות. און דער קעניג מעם המזרח וועט זיין א קלוגער און א געלערנטער, וידבר נפלאות של המקום.

פון חז"ל טרעפט מען מערערע מאל אז די חיה הרביעית גייט ארויף אויף מלכות רומי/אדום.
[שבועות ו ע"ב, עבודה זרה ב ע"ב].

די גמרא אין שבועות באציט זיך צו דניאל ז' כ"ג.
כן אמר חיותא רביעיתא מלכו רביעיה תהוא בארעא די תשנא מן כל מלכותא ותאכל כל ארעא ותדושנה ותדקנה.

אז דאס גייט ארויף אויף מלכות רומי הרשעה, און דא רעדט מען דאך קלאר פון החיה הרביעית.
אבער ווי עס לויטעט דער "כפטיש יפוצץ סלע" זענען די מפורשים מבאר אז די משונה'דיגע פארכטיגע חיה גייט ארויף אויף ישמעאל.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

עס איז וויכטיג אנצומערקן אז אסאך מפורשים ווי דער מהרש"א אין ע"ז י"ט, זאגט אז פרס און ישמעאל זענען איינס, און אזוי זאגט אויך דער מהר"ל אין נצח ישראל. און פרס איז דאך צוגעגליכן צום בער פון צווייטן חלום. ווי די גמרא זאגט אויף די פרסיים מסורבלין כדוב (מגילה י"א, און ע"ז י"ב).

ווי אויבן-דערמאנט איז די טעמע שטארק רעוולעוואנט, ווען מיר זעהן אז לויט טייל מפורשים איז ישמעאל די פארכטיגע חיה, וואס וועט איבערשטייגן אלע אנדערע פאר איר.

דאס אז פארשאלטענע קריסטן פאסן גוט אין די חיה הרביעית איז איבריג צו זאגן. די לעצטע 2000 יאר האבן די ארכי-רוצחים אינעם גייסט פון זייער פארשאלטענע רעליגיע אויסגעמארדעט הונדערטער מיליאנען אידן עקדה"ש, אין הונדערטער לענדער. ווען מיר קוקן באטראכטן היינט פון אונזער קוק-ווינקל, זעהן מיר זיך מער אינעם געפאר פון די ישמעאלי'שע רוצחים, אבער מיט דעם אלעם קען גאר מעגליך צו זאגן אז אלו ואלו דא"ח. סיי רומי און סיי ישמעאל זענען ביידע נכלל אין די חיה הרביעית, זה בכה וזה בכה, און מיר האפען אז בקרוב ממש וועלן די ביידע רוצחים אויסגעראטן ווערן.
לעצט פארראכטן דורך אלץ-ווייסער אום מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 11:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אז דו האסט דערמאנט די גמרא אין ע''ז דף ב גיב נאר א קוק אין תוס' ד''ה וארו און אין תוס' משכא, עס איז מורא'דיגע ווערטער.
אין ד''ה וארו:
אבל פרס גם עתה היא חשובה אחר רומי ותעמוד בחשובותה עד סמוך לביאת המשיח כמו שמפרש בסמוך.

און אין ד''ה משכא:
והא דאמרינן עתידה פרס שתפול ביד רומי היינו סמוך לביאת המשיח כדאמרינן [סנהדרין צח ע''ב] עתידה מלכות רומי שתפשוט על כל העולם תשעה חדשים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

א דאנק הער פערשלאפן.

ס'איז טאקע דא וואס זאגן אז מלכות ישמעאל איז שוין מרומז אין פרס ביים צווייטן חזיון
דוד משמש

ד' גליות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

מיינט טייערע פריינד -אס איז שוין דורך די טרויער טעג - מען איז שוין די דריטע וואך פון די שבעה דנחמתא..

אבער ווי לאנג מען איז נאך און גלות .. קען מען זיך נאך דורכשמיעסען..
עס איז דא פיר גליות
דהיינו : בבל
מדי
יון
אדום

ביי אונז און חדר האט מען שוואך .. געלערנט נ"ך.. איך ווייס נישט פארוואס ( מען האט געזאגט וועגן די משכילים.. כ'פארשטיי עס נאך נישט ביז היינט צו טאג.. אבער פארפאלען..)

ביטע מיר צו העלפען מיט אייערע ידועות וואס דארף ווען זיין דברים ידועים ופשוטים..

א) מען איז פארטריבען געווארען צווויי מאל איינמאל דורך נבוכדנצר- ס'צוויטע מאל דורך טיטוס הרשע -אדום

יעצט ווען איז געווארען מדי.. איז געעוען א מלחמה צווישען בבל און מדי... ס'פעלט מיר די ידיעה.. זיבעציג יאר שפעטער איז דאך שוין לכאורה געווען אחשוורוש.. ריכטיג ? וואס דאס איז מדי

ב) אוןן ווען איז געווארען יון.. איז געווען א מלחמה צווישען מדי און יון ..

ג) דערנאך אדום .. האט זיך לכאורה אויך געטוישט מלוכות ווי יודען זענען נעבעך פארווארפען..

און פארוואס רופט מען נישט אן גלות שפאניע- גלות פארטיגאל- גלות רוסלאנד - גלות פוילען - גלות רוסלאנד .. און אוודאי גלות אמעריקע.. און גלות ביי די ציוניסטען......ועוד ועוד..
און לאמיר זאגען אז דאס זענען אלע בני עשיו הוא אדום..

אבער עס איז דא און גלות אויך אחינו בני ישראל מעדת הספרדים .. וואס טאמיר איינער האט פארגעסען ...זיי זענען אויך יודען... און אויך און גלות...
אויב אזוי דארף דאך זיין גלות ישמעאל .. און דארט אליינס גלות איראק.... גלות איראן (וואס באמת זענען זיי שוין די צוויטע מאל - בבל -מדי..) גלות טערקיי- מאראקא- תימן - ועוד ועוד ..און ליידער ווי נישט ??

און אויב מען רעכענט גלות מצרים.. איז דאך שוין א פינפטע גלות...
און ווי איז טאקע דער מקור אז עס איז נאר דא פיר גליות...
און אשור - גלות אשור ווערט נישט גערכענט.. ? מען רעכענט נאר בני יהודה?..

אוי רבותי העלפטס מיר ארויס ........
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

די פיר גליות, וואס זענען מרומז אין די ראשי תיבות פון "אלה מסעי בני ישראל", זענען פיר גליות "אויסער" גלות מצרים. אויף די פיר גליות האט השי"ת געזאגט דעם צווייטן "אשר אהי'", וואס משה רבינו האט נישט מגלה געווען פאר אידן אין מצרים, והודה לו הקב"ה, צוליב די' לצרה בשעתה.

גלות אשור ווערט נישט גערעכנט, ווייל נישט אלע אידן זענען פארטריבן געווארן דעמאלט. עס זענען נאך געבליבן די שבטים יהודא ובנימין (אהליבה), און בעיקר: דער בית המקדש

די פיר גליות זענען געזאגט געווארן בנבואה פאר די לעצטע נביאים בימי בית מקדש הראשון, ובמיוחד פאר דניאל וועלכער איז גענומען געווארן אין גלות בבל נאך ביי גלות יהוכין, עלף יאר פאר'ן חורבן בית מקדש הראשון וואס איז גלות צדקיהו.

אין בבל איז מען פארטריבן געווארן נאכ'ן חורבן בית ראשון.

אינמיטן די שבעים שנות בבל, האבן זיך געטוישט די מלוכות (מלחמות, פאליטיק, ואכמ"ל), און די מאכט איז אריבער צו מדי, כידוע, מלכות אחשורוש, חיל פרס ומדי, ואכמ"ל.

קורץ נאכ'ן בנין בית שני, איז די וועלט מאכט אריבער פון מדי צו יון - גריכנלאנד איז געווארן די וועלט'ס אימפעריע, און געוועלטיגט אויך אויף ארץ ישראל א לאנגע צייט, ביז די חשמונאים האבן זיי באזיגט ביים נס חנוכה.

פון דארט און ווייטער האט די וועלט'ס אימפעריע זיך צעביסלעך אריבערגעגליטשט צו אדום, וועלכע האט געקעניגט למחצה, לשליש ולרביע ביז צום חורבן בית שני, און פון דארט און ווייטער איז מען אפיציעל אין "גלות אדום", וואס איז דער שורש פון דעם איצטיגן גלות (שורש גם למעלה ע"י שריה ואכמ"ל), אבער מען איז שוין פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט.

ווי פארשטענדליך, איז היינט אוממעגליך צו זאגן אויף יעדן לאנד צי זיי זענען נכדי בני עשו, אדער נכדי בני ישמעאל. איין משל: ביי יעדן איז נאטורליך אנגענומען אז די יושבי ארץ תימן זענען בני ישמעאל. דערווייל, אז מען קוקט אין פסוק ביי די אלופים, אין פרשת וישלח, איז אלוף תימן פון די בני עשו.
וכבר אמר לי אחד מגדולי עסקני יהדות תימן, א דבר פלא, אז אין תימן גייט יעדער איינער ארום, בלי יוצא מן הכלל, מיט עטליכע מעסערס און גאנס. איז דאס נישט קיין פארווירקליכונג פון "ועל חרבך תחי'"? הלא דבר הוא.

אבער בדרך כלל, ווערט דער גלות גערופן "גלות אדום", ווי געזאגט, עס האט מיט די שרי מעלה וכו'.

אבער איין פונקט איז כדאי צו באטאנען, פון רבי חיים וויטאל שטייט, אז פאר ביאת המשיח וועלן אידן זיין אונטער גלות ישמעאל און נישט אונטער גלות אדום. קען זיין אז די אלע אידן וואס זענען געווען אין די מדינות ישמעאל האבן שוין יוצא געווען דעם גלות, און קען זיין, אז אפילו מיר אין ניו יארק, וועלכע ציטערן יעדע רגע פון א טעראר אטאקע, זענען פאקטיש אין גלות ישמעאל.


והעיקר, בקרוב זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פון אלע גליות, מיט אלע אירע נעמען, ארבע מלכיות נדוש נא, במדותך פעולתם כבראשונה, כאשר שמענו כן עוד חיש נא וכו', ווי מען זאגט דארט שבת החודש ביי מוסף.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כבוד רבי דוד המשמש וכבוד הרב אמת האכילה (בלשון סגי ודיברה תורה בלשון נקיה)

עס איז דא אין דעם ענין א וויכטיגער רמב"ן על התורה, אין פרשת בלק, די לעצטע שטיקל אויף די פרשה פון ברכת בלעם [די שטיקל איז ארויס גענומען געווארן דורכן צענזור, און עס געפינט זיך נישט אין די מקראות גדולות חומשים, אויך נישט אין די נייע מקראות גדולות [המאור], אבער עס געפינט זיך אין די רמב"ן מהדורת שעוועל, און אין מהדורת פירוש טוב ירושלים די פינף בענדער] בקיצור דער רמב"ן איז דארט מאריך זייער אין דעם חשבון פון די ד' גליות, ער בארירט אסאך נקודות וואס דו האסט בארירט, קוק עס גוט אדורך, ווי דער הייליגער חת"ס שרייבט אין זיין צואה אויפן פי' הרמב"ן על התורה 'כי הוא ראש אמונת אומן', עיי"ש ותמצא מנוח.
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

אה ישר כח ר' יהי' כן
איר האט געשריבען בהאי לישנא - אבער עס געפינט זיך אין די רמב"ן מהדורת שעוועל, און אין מהדורת פירוש טוב ירושלים די פינף בענדער] ע"כ

אפשר קענסט דו מאכען א קאפי -און עס ארויף לייגען דא
לתועלת שלי- ולתעולת הרבים
-
אויך א דאנק אייך ר' שקר האכילה - (במאמר המוסגר אזא ת"ח ווי אייך וואלט בעסער געןווען א בעסערע נאמען..- ס' איז פשוט שווער צו שרייבען ישר כח ר' שקר וכו'. אזא ניק איז א פארברענגען ניק- אבער אזא יוד א בר אוריין ווי אייך... ואלט געפאסט עפעס ...)

צוריק צום ענין אבער ווי באלד איך בין איצט און א געיעג (ראש)... קען איך נישט איצטער מיט אייך ארום רעדען - אבער שפעטער אדער אפשר מארגען -וועלען מיר זיך ווייטער משתעשע זיין בדברי תורה בענין הנ"ל ...
בונם דער טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונם דער טרעגער »

שקר_הדייעט האט געשריבן:איין משל: ביי יעדן איז נאטורליך אנגענומען אז די יושבי ארץ תימן זענען בני ישמעאל. דערווייל, אז מען קוקט אין פסוק ביי די אלופים, אין פרשת וישלח, איז אלוף תימן פון די בני עשו.

ווי אזוי ווייסט מען ווער עס איז וואס - אז עס שטייט דאך אז בא סנחריב ובלבל את כל העולם כולו...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לתועלת הרבנים ולתועלת כל חכמי ולמדי הבית המדרש פה אידישע וועלט העולם היהודי.
הנני מעתיק כל דברי הרמב"ן במילואם, א נקמה אין דעם פארשאלטענעם צענזור וואס האט דאס ארויס גענומען, און מעלים געווען פון כלל ישראל, אזוילכע פערל רייד.
נאך די ווערטער אין רמב"ן דארט (במדבר כד פסוק כא, כב) 'לומר שיענו המגלים והגולים, וגם הוא עם כתים עדי אובד בסופו', נאך די ווערטער פעלט א לאנג שטיקל, זייער א וויכטיגע שטיקל כמעט רוה"ק, לערנט עס דורך און שטוינט מגודל קדושת רבינו הרמב"ן:

"והנה השלים דבריו באבדן כתים, כי היא החיה הרביעית שתכרת ביד המשיח כמו שאמר דניאל (דניאל ז, יא) והובד גשמה ויהיבת ליקדת אשא, כי עדי אובד הכרת זכרם לגמרי, וזה דבר מפורסם מדברי רבותינו (ע"ז ב:) כי החיה הרביעית שראה דניאל הוא רומי אשר הגלתנו, והיא אשר תאבד ביד המשיח, ואל תשתומם בזה מפני שהמלכות השלישי הוא יון, כמו שמפורש שם בדניאל (ח, כא), וכתים הוא מזרע יון, שנאמר (בראשית י, ד) ובני יון אלישה ותרשיש כתים ודודנים" כי זה אמת הוא ורבותינו מודים בו כמו שאמרו במגילה (ו ב) "איטליא של יון זה כרך גדול שברומי" והוא ידוע כי שם הארץ אשר רומי מכללה תקרא בספריהם ובלשונם איטליא, אבל הענין הוא כמו בכנען, כי היבוסי והאמורי והגרגשי והחוי הם בניו והם ואביהם יחשבו כל אחד לגוי בפני עצמו, כמו שנאמר (בדברים ז א) "החתי והגרגשי והאמורי והכנעני והפריזי והחוי והיבוסי שבעה גוים גדולים ועצומים", והיה כן בעבור כי כל אחד מאלה הבנים היה לגוי עצום ונקראו כן הגוים ההם בשם אביהם ושאר בני כנען אשר לא גברו כאחיהם נתייחסו אליו, וכן ארץ מצרים תתייחס לאב, ופלשתים וכפתורים בניו לעמים אחרים (בראשית י"ג יד). וכן במשפחות הנזכרות בפרשת פנחס "למכיר משפחת המכירי ומכיר הוליד את גלעד לגלעד משפחת הגלעדי", וכן רבים, אף כאן בני יון אלישה ותרשיש יתיחסו ליון והם מלכות שלישית, וכתים היה לגוי עצום ויחשב מלכות רביעית והיא שתמשך מלכותה עד המשיח ותאבד בידו.
ור"א (הוא האבן עזרא) נשתבש בזה (כאן, ובדניאל ז, יד) והכניס בהם מלכות ישמעאל, כי נפל פחדם עליו, וטען ואיך לא תמנה מלכות גדולה ועצומה כמוה, וזאת הטענה מחסרון דעת כי הארבע מלכויות שראה דניאל כולן עומדות זו אחר זו, כל אחת גוברת על הקודמת ותופסת המלכות ממנה, וכל אחת ממשכת בישראל שעבוד וגלות בימי מלכותה, ולכך הראה דניאל בחלומו כי ישתעבדו בנו הכשדים, ואחריהם יתפסו הפרסיים המלכות וישתעבדו בנו ואחריהם במקומם היונים, ואחר כך יגברו הרומיים וישעבדו אותנו עד עת קץ, כי לא תפסק מלכותם רק ביד הגואל.
והנה גלותנו בימי ארבע מלכויות, אבל אם יהיו בעולם מלכויות אחרות מלבד אלה בימי ארבע אלה לא ימנם הכתוב, ולא ראם דניאל, ואין לו צורך כלל בראייתם לידיעת הגאולה, והנה בימי פרס ויון וגם היום יש בעולם מלכויות גדולות מלבד רומי וישמעאל, כאנשי הודו וכוש וטמו"א והתת"ר וזולתם, ואם כן יחשוב מלכויות רבות, וידוע כי רומי הגלתנו בימי אספסינוס וטיטוס, לא ישמעאלים, ולכך בכל מקום שאנו, גם בישמעאל גם בהודו ובכוש, בגלות רומי אנחנו, עד שתאבד זכרה ונגאל ממנה, ומי יודע ואולי תאבד עוד מלכות ישמעאל קודם המשיח, אבל החיה הרביעית היא אשר הגלתנו, כמו שאמר (דניאל ז כא) "וקרנא דכן עבדא קרב עם קדושין ויכלה להון" ותמשוך בנו גלותה עד המשיח, דכתיב (שם פסוק כב) "עד די אתה עתיק יומיא ודינא יהיב לקדישי עליונין וזמנא מטה ומלכותא החסינו קדישין", וכל מבין במראות דניאל ימצא זה מפורש שם, כי במראה השנית ראה האיל המנגח (שם ח', ד), ונתפרש לו (שם בפסוק כ') כי הוא מלכות פרס, והצפיר והשעיר (שם בפסוק) הוא מלכות יון (שם בפסוק ה') והקרן הגדולה הוא המלך הראשון (שם) אלכסנדרוס הגובר על פרס, וכעצמו תשבר מלכותו ותעמודנה ארבע תחתיה, (שם בפסוק ח') הם ארבעה שלישיו המולכים תחתיו במותו, והזכיר הכתוב (שם בפסוק ט') "ומן האחת מהם יצא קרן אחת מצעירה ותגדל יתר אל הנגב ואל המזרח ואל הצבי", ואמר בה (שם בפסוק יא) "ועד שר הצבא הגדיל וממנו הורם התמיד", והנה זה דבר ברור למלכות רומא היוצא מיון שהוא אחד מבניו, והוא המסיר התמיד ולכן נקראו אלו שניהם בהמה אחת, והוא הצפיר והשעיר שאחת מקרנותיו גדולה והסירה התמיד, ושם עוד ראיות בזה, וקבלת רבותינו אמת, אינה צריכה חזוק" עכל"ק הרמב"ן.

דער רמב"ן איז דא מסביר אז מיר זענען ביז משיח'ס טאג, תחת מלכות רומי!! און אז מלכות ישמעאל וועט בטל ווערן קודם ביאת המשיח!!!
(עס איז אויך דא נאך א חידוש אין דעם רמב"ן, דער רמב"ן לערנט אז מלכות רומי איז אפשטאמיג און א צווייג פון מלכות יון, ויש לדון בזה, כי במקומות רבים מבואר שמלכות רומי יוצאים מעשיו הוא אדום, והרי יון הוא אחד מבני יפת, והאיך יתכן זה, ועי' רש"י סו"פ וישלח 'אלוף מגדיאל, זה רומי', ועי' חזון איש אבן העזר הלכות פו"ר סי' ה' אות ז' מש"כ בזה.)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

עס איז באהאנדעלט געווארן,

דא שרייבט ער אז דער רס"ג האט אויך אנגענומען אזוי, אז ס'איז ישמעאל.
החיה הרביעית
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נו, אויף די דיעה באציט זיך דער רמב"ן און איז מחולק דערויף, (דער רס"ג איז אין איינקלאנג מיטן אבן עזרא, צי וואס דער רמב"ן באציט זיך) מען האט אין דעם דארטיגן אשכול נישט אנגעמערקט דעם רמב"ן. אפשר זאלן עס די גבאים צונויפשמעלצן.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

אויפען רעקאמדעישען פון הרב 'יהיה כן' האט מען צונויפגעשמאלצען די צוויי אשכולות

בענין ד' גליות ובענין החיה הרביעית, בחלום דניאל.

הגבאי
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

דער רמב״ן זאגט נישט קלאר אז מלכות ישמעאל וועט בטל ווערן טרם ביאת המשיח. ער שרייבט בזה״ל: ״ומי יודע ואולי תאבד עוד מלכות ישמעאל קודם המשיח״
אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכתב »

נאטרוליסט האט געשריבן:עס איז באהאנדעלט געווארן,

דא שרייבט ער אז דער רס"ג האט אויך אנגענומען אזוי, אז ס'איז ישמעאל.
החיה הרביעית



כמדומה לי שיש אומרים דפירוש הרס"ג הנדפס על ספר דניאל אינו מהרס"ג, וכן כתוב על שער הספר שהוא "מיוחס לרס"ג", ומאידך גיסא נדפס כמדומה ע"י קאפח פירוש הרס"ג מתוך כת"י. ואם כנים הדברים, הרי אין לנו (בין הראשונים) רק האבן עזרא שתפס דהחיה הרביעית הוא ישמעאל.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

וואו איז די קבר פון דניאל?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

שמאטע האט געשריבן:וואו איז די קבר פון דניאל?


הייסן הייסט עס אין פרס-איראן (ברויך מען נאר פרעגן דעם גבאי'נען צו ער איז שוין געוועזן דארט)

קען זיין זיי העלן עס אויך אראפשיסן ביי מיסטעיק

כדי געווען זיך אריינסיינען נאר צו ענטפערן כבוד הרב שמאטע אפשר העט ער דאך אונז מהנה זיין מיט עפעס מער
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

נו וואדע האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:וואו איז די קבר פון דניאל?


הייסן הייסט עס אין פרס-איראן (ברויך מען נאר פרעגן דעם גבאי'נען צו ער איז שוין געוועזן דארט)

קען זיין זיי העלן עס אויך אראפשיסן ביי מיסטעיק

כדי געווען זיך אריינסיינען נאר צו ענטפערן כבוד הרב שמאטע אפשר העט ער דאך אונז מהנה זיין מיט עפעס מער


דא האסטו עם אין איראן טאקע...
https://www.zadikim.com/%D7%94%D7%99%D7 ... A8%D7%9F...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
צייט איז ווערדפול
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע: גלות

Re: בענין ד' גליות ובענין החיה הרביעית, בחלום דניאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

געלויבט השי״ת מיר האלטן שוין תשפ״ג מיר האבן שוין ממליך געווען דעם אייבערשטן האפנטליך ווי עס דארף צו זיין און אז אונזער ליבער טאטע האט מקבל געווען אונזערע תפילות און אונז פארשריבן פאר א זיס און א לעכטיג יאר, אמן.
יעצט צו אונזער נושא הוית סיעצט געווען ראש השנה און רוב דאווענען איז בעיקר אופן גאולה און מען האלט שוין ב״ה תשפ״ג (14 ״יאר״ נאכן עפענען דעם אשכול :oops: ) ועדיין לא נשענו און כל מיני קשיאות איז מיר ארויפגעשווימען יעצט פארשטייט זיך אז די גאולה אליין איז טאקע א דבר סתום וואס קיינער קיינער ווייסט נישט ניטאמאל מלאכים ושרפים, און זיכער אנשים בעולם הזה אפי׳ צדיקים, חוץ ממש יחידי סגולה האט מען מגלה געווען אבער נישט מער,
די שאלה הייבט זיך טאקע פונעם חיה רביעית פון אונזער גלות די סיבה איז פשוט ווייל אויף וואס ס׳איז געווען איז געווען אין מען קען זאגן וואס ס׳האט געמיינט אבער ביי אונזער גלות ווערט די זאך שרעקליך אומקלאר ביי מיר?
די ערשטע שאלה איז קען איינער זאגן דא מיט א קלארקייט ווער די היינטיגע רומיים זענען??
רש״י הקדוש זאגט ביים פערטן קרן אז סגייט ארויף אויף טיטוס יעצט טיטוס לעבט שוין נישט ווער זענען די היינטיגע רשעים??
און די אלע השמדות וואס כלל ישראל האט צוזאם געליטן פונעם און דעם לאנגן גלות איז דאס אלעס געווען די רומיים??
די רוסן און די דייטשן ימח שמם געהערן צום רומישע אמפעריע??
איך האב געהערט אז היטלער ימח שמו וזכרו מיט דריטן רייך זיינעם איז טאקע א המשך פונעם רומישע אמפעריע (איינער ווייסט פון דעם?) אבער כלל ישראל האט נאך אזוי געליטן פונעם רוס ווי די דייטשן ווער ס׳קען היסטאריע איז וואס האט די רוס מיט רוים?
עכ״פ פון אלע ראשונים איז משמע אז זיי האלטן אז די פערדע חיה איז שוין געווען, אז און קיינער באציט זיך נישט צו די אלע מלחמות וואס זענען געווען און די לעצטע דריי הונדרעט יאר וואס האט איבערגעדרייט די וועלט?
איינער האט אביסל קלארקייט אונעם השתלשלות און די קשר פון היינטיגע מאורעות צו די פסוקי התנ״ך??

א זיס לעכטיג יאר און מען זאל שוין זוכה זיין צו כי עין בעין יראו בשוב ה׳ צוין, אמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”