נפש׳ל האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:נפש׳ל האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:יא? דאס האט נישט עכט מיט ענערדשי. ער שפירט, יעדער 'נפש'ל' קען שפירן. איך רעד פון עכט שפירן וואס יענער שפירט, און פון עכט ארומרוקן יענעמ'ס נפש אן אפילו איין ווארט. איך מיין אז דאס איז וואס זיי טוען.
איך כאפ נישט די חילוק פון "שפירן" ביז "עכט שפירן"
עכט כאפ איך יא, אבער איך רעד פון עכט שפירן,
יא, אבער עס ווענד זיך וויאזוי דו שפירסט עכט וואס יענער שפירט. צו דורך דעם וואס דו ביסט מדמה אז דאס דארף ווען יענער שפירן יעצט, לויט דעם וויאזוי יענער זעהט דיך אויך בחיצוניות, וויאזוי ער איז אנגעצויגן אדער רואיג, און נאך סימנים. נאכדעם איז דא אז דו טוסט עס מיט א העכערע כח. און נישט דורכ'ן קוקן אויף יענעמ'ס חיצוניות. נאר דורך דעם וואס דו ווילסט, אדער בעהטסט רשות, און דו לערנסט דיך אויס וויאזוי צו כאפן יענעמ'ס נפש פון ארויפקריכן מיט דיין מחשבה, מיט דיין באוואוסטזיניגקייט, אין די העכערע עולם וואו יענעמ'ס נפש איז. יעדער שפירט עפעס, מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו כאפן דעם שפיץ פאדעם און גיין פון דארט ווייטער. יעדער שפירט זייער אסאך מיסטישע זאכן. מ'ווייסט אבער נישט וואס און ווען. ביז מ'לערנט זיך אויס צו צעטיילן און כאפן וואס עס איז, און וויאזוי מ'גייט אהין.
די זעלבע זאך דא, מער ווייניגער די צווייטע מהלך וואס דו שרייבסט, אבער נישט קיין העכערע כוחות, נאר פשוט מ'ווערט ווי כאילו א SD קארטל אין יענעמס קאפ, און מ'טראכט פאר יענעם
דאס קוקט נישט אויס צו זיין פון וואס מ'רעדט דא. פון וואס דו רעדסט איז - ווארשיינליך - אז דו ביסט דיך מדמה וואס יענער דארף ווען צו טראכטן און שפירן. דאס האט נישט צו טון מיט העכערע כוחות. יעדער איינער קען אויסרעכענען וואס יענער דארף יעצט שפירן. אדער טראכטן. איך גלייב נישט אז א מענטש קען דאס טון אנדעם וואס ער זאל זיך לערנען דערצו.
ווייסט וואס, לאמיר דיך פרעגן: ווען דו ווערסט יענעמ'ס SD קארטיל, האסטו שוין געטראפן אז דו ביסט דיך גוט טועה, און דו האסט נאר געמיינט אז דאס טראכט יעצט יענער? ווייל ביי עכטע ענערגיע שפירט זיך עס אלץ א פאקט.