הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

בניהו האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:האט אמאל געזאגט א חשובע יונגערמאן וואס טוט דאס, נישט די אוסרים און נישט די מתירים ווייסען באמת וואס דאס איז.
מען דארף זיין דארט צו כאפן באמת וואס דאס איז...
עס איז כוחות הנפש

בד״וו איינע פון די גרויסע וואס האבן זיך באנוצט מיט דעים מהלך איז געווען הרב ר׳ אברהם יאראוויטש זצ״ל.

ביים דורכנישטערן דעם אשכול איז מיר אינטערעסאנט געווען אריינצובאמפן אין די תגובה. ביסטו זיכער דערמיט? דאכט זיך ער פלעגט טוהן אנדערע זאכן.

הרב יוראוויטש פלעגט געבן טראפן... זיינע קינדער זענען דאס ממשיך היינט צוטאג...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ריכטיג. וועגן דעם האב איך געפרעגט דאס ער זאגט וועגן ענערדזשי.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פעלעד האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
אויף למעשה דארף יעדער פרעגן זיין מורה הוראה, און מיין מורה הוראה האט מיר גע'פסקנט אז לרפואה מעג מען אפי' אויב ס'איז כישוף
(נאר גיין צו איינעם וואס טוט די זאכן ער האלט אבער נישט אז א איד מעג עס טון)
און אזויווי איך פרעג אים אלע מיינע שאלות אפי' ווען ער איז מחמיר (ווי למשל כשרות ועוד) פארלאז איך מיך אויף אים אויך ווען ער איז מיקל

די פראבלעם איז, אז רובא דרובא האוסרים, אסערן נישט מטעם כישוף, נאר מטעם קוסם, און מטעם תמים תהיה, און אפשר אויך דרכי האמורי, ממילא אויב ער האט געפאסקענט אז כישוף איז נישטא העלפט נישט זיין היתר לגבי קוסם.

וזאת למודעי, אז די מציאות אין די עניינים איז גאנץ קאמפלעצירט, אלס איינער וואס קען אביסל די זאך, האב איך דורעכגענישטערט אלע תשובות אין דעם עניינים וואס כהאב געטראפן אין אוצר החכמה, און עס שרייט ארויס אז א גרויס טייל פון די כותבים תשובות ומאמרים סיי להיתר און סיי לאיסור ווייסן נישט קלאר וויאזוי עס ארבעט און אסאך ווייסן נישט פונקט וואס מען טוט, אנדערע שרייבן "לפי מה שתיארו לפני" וכדומה, וואס אן צו וויסן די מציאות איז די פסק גארנישט ווערט, אפשר לצור על פי צלוחית...
ממילא א רב וואס איז זיך נאר מתייחס צו כישוף און נישט צו קוסם ביי די עניינים, איז צע"ג מאד צו ער פארשטייט פון וואס מרעדט.

איך האב עס געשריבן אין קליין וועגן איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין א דעבאטע אויב מיין דיין מעג האלטן אנדערש ווי דיר אדער נישט,
סאיז געווען א דיסקלעימער אז אפילו איך לייג א לינק צו הרב רייזמאן'ס שיעורים ווי ער האלט אז מטאר נישט גיין, בין איך יא געגאנגען ע''פ הוראת פון מיין דיין

לגבי דיין דיוק אין מיינע ווערטער וואס פון דעם איז צע"ג מאד צו ער פארשטייט פון וואס מרעדט אן דעם וואס די ווייסט ווער די דיין איז
וויל איך דיר זאגן אז סאיז מיין לשון און נישט זיין, און מען קען זיך טאקע נישט פארלאזן אויף מיינע ווערטער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך וואונדער מיך צי מ'פרעגט די עצם קייטל. דאס הייסט אז איך מוז געבן א כח פאר די עצם קייטל, דו קייטל, דו ענטפער מיך. און נישט איך נוץ די קייטל אז ס'זאל ארויסברענגען מיינע געפילן.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נשמה האט געשריבן:איך וואונדער מיך צי מ'פרעגט די עצם קייטל. דאס הייסט אז איך מוז געבן א כח פאר די עצם קייטל, דו קייטל, דו ענטפער מיך. און נישט איך נוץ די קייטל אז ס'זאל ארויסברענגען מיינע געפילן.

צו וואס דארף מען צוקומען צום קייטל ארויסצוברענגן די אייגענע געפיל?
אני הוא הנער, נער המדבר
יומא טבא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 2:35 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יומא טבא »

נשמה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איינער קען דא ארויסברענגען קלאר וואס די חברה טוהען. "אן די הלכה חלק"?

איך וועל דיר זאגן וויאזוי עס ליגט מיר אין קאפ.

זיי פרובירן צו פארבעסערן די געלויף פון ענערגיע אינעם מענטש. אזוי ווי ווען דו פרובירסט אויפצושטאפן א פארשטאפטע סינק. די ענערגיע אין א מענטש דארף לויפן, עס טאר נישט ווערן געבלאקט. זיי האלטן (אדער עס איז טאקע אזוי) אז די גאנצע סיבה פארוואס א מענטש האט חולי נפש, (אדער אפילו חולי גוף) קומט פון סטאק ענערדשי.

זיי פרובירן מיט זייער מחשבה, (אדער מיט זייער כח המדמה) און זיי קאנצענטרירן זיך שטארק אויף די קלייענט וואס קומט צו זיי, (און אפשר אויך אויף די מקור וואס געבט ענערגיע פאר דעם געוויסן מענטש, לאמיר זאגן אז זיי קאנצענטרירן זיך אויף די מזלות וואס האבן השפעה אויף דעם מענטש, יעדע מענטש האט דאך א געוויסע מזל, און פרובירן פון דארט צו געבן ענערגיע פאר'ן מענטש, איך ווייס נישט פונקטליך). זיי פרובירן צו דערשפירן און זיי כאפן אויף וואו יענעמ'ס ענערגיע איז סטאק, און זיי עפענען דאס מיט די כח המחשבה, מיט די כח פון קאנצענטראציע. (אזוי זאגן זיי).

האסט אמאל געזעהן א מענטש וואס האלט אין איין רעדן? ער איז סטאק אין די ענערגיע וואס איז ארום די מויל. האסט אמאל געזעהן א מענטש וואס קען נישט אויפהערן טראכטן? ער איז סטאק אין די ענערגיע ארום די 'מחשבה צענטער'. און אזוי ווייטער.

מער ווייניגער, סטאק ענערגיע איז אזא סארט 'עצבות'. דער מענטש ווערט סטאק ביי אין פלאץ אין זיין קערפער. אדער בכלל ער ווערט אומבאלאנסירט. זיי טענה'ן אז זיי כאפן אויף וויאזוי דער מענטש איז אומבאלאנסירט, און זיי שטעלן עס צוריק. דו זאגסט זיי "אין חדר בין איך דורך אזא שטארקע ווייטאג" און זיי זאגן "טראכט פון עס" און דו טראכסט פון עס, און זיי מאכן אז דו זאלסט עס זייער שטארק שפירן, און נאכדעם טוען זיי קאנטראלירן דיין נפש, און די ווייטאג היילט זיך אויס. (אזוי צו זאגן) און די ענערגיע גייט אוועק פון בלייבן סטאק ביי יענע פלאץ אינעם נפש.

איך האב שוין אמאל געפילט ווי איינער מאכט ענערגיע אויף מיר. דאס קוקט מיר אויס צו זיין א מאניפיולירונג אויפן נפש.

זיי פרובירן מיט זייער 'מחשבה' דאס אויפצומאכן. שמחה קען דאס אויך אויפמאכן. וועסט זעהן א מענטש וואס איז בעצבות, מאך אים בשמחה און ער הייבט זיך אן רירן. די חילוק צווישן שמחה און עצבות, איז ענערגיע. עצבות איז ענערגיע וואס איז געבליבן שטעקן. מרירות איז נישט ענעריגע וואס איז געבליבן שטעקן.

ווען א מענטש גייט דורך א טראמא אין זיינע יונגע יארן. צום ביישפיהל: ער האט געמוזט איינהאלטן זיין ענערגיע. ער האט געמוזט זיין שטיל. דאס מיינט אז זיין ענערגיע איז געבליבן סטאק.

זיי פרובירן סיי צו - פון ערגעץ וואו - אראפצוברענגען צום מענטש, ענערגיע. און סיי עס צו באלאנסירן. עס זאל נישט זיין סטאק.

ס'איז כאילו זיי מאניפיולירן מיט זייער מחשבה, די נפש פונעם קלייענט.

דאס מיין איך איז די מציאות הדברים. איך רעד נישט פון די קייטל, און פון מוסקל טעסטינג.

װאס איז דאס מוסקל טעסטינג? וויאזױ ארבעט עס? װי קען מען מער זעהן איבער דעם?
איז עס מותר אדער אסור?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

עס ארבעט נישט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
shomierpeevilshonoi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shomierpeevilshonoi »

לויט שות ים החכמה אויך קונטרס תמים תהיה קוסם ברויך נישט שממה וויאזוי טיט ר רפאל שמערלא דאס אוועקמאכן וועלכע נקודה ?
דובר מישרים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:44 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובר מישרים »

Screenshot_20221124-085454_Drive.jpg
Screenshot_20221124-085454_Drive.jpg (171.84 KiB) געזען 1216 מאל
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

"Energy Healing" and "Dowsing" - בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

I would like ask if someone hear heard a clear "דעת תורה" on the subject of "Energy Healing" and "Dowsing", I would greatly appreciate if can share this hear.
  • The question hear is not if it works or not, the question is if its מותר/אסור.

    Also I am not asking for "your" opinion, I am asking if you can share a "דעת תורה" you heard on this subject.

    The question is Mainly regarding Dowsing, please don’t mix it with all other types of alternative medicine.
Yasher Koach

(It just came out a new book/ספר from Rav Belsky on this subject).
Lion
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:13 pm

Re: "Energy Healing" and "Dowsing" - בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lion »

עובר ושב האט געשריבן:
I would like ask if someone hear heard a clear "דעת תורה" on the subject of "Energy Healing" and "Dowsing", I would greatly appreciate if can share this hear.
  • The question hear is not if it works or not, the question is if its מותר/אסור.

    Also I am not asking for "your" opinion, I am asking if you can share a "דעת תורה" you heard on this subject.

    The question is Mainly regarding Dowsing, please don’t mix it with all other types of alternative medicine.
Yasher Koach

(It just came out a new book/ספר from Rav Belsky on this subject).
קומסט צו אייוועלט צי הערן דעת תורה??
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

I want to hear if someone heard a clear דעת תורה on this subject.
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

איך פרעג איבער די שאלה אין אידיש. (א דאנק פאר דעם חשוב'ן ניק אין אישי קעסטל וועלכער האט עס איבערגעטייטשט).
*

איך וויל פרעגן אויב איינער האט געהערט א קלארע "דעת תורה" איבער די נושא פון "ענערדזשי היילונג" און "דאוזינג", איך וואלט זייער דאנקבאר געווען אויב מען קען דאס מיטטיילן דא.

קלארשטעלונג: די שאלה איז נישט צי די סארט היילונג מיטל העלפט אדער נישט, די שאלה איז צי עס איז מותר אדער אסור.

איך פרעג אויך נישט "אייער" מיינונג, איך פרעג אויב איר קענט איבערגעבן א "דעת תורה" וואס איר האט געהערט איבער די נושא.

די ספעציפישע שאלה איז נאר איבער "דאוזינג", ביטע נישט אריינמישן אנדערע נושאים פון אנדערע אלטערנאטיווע הייל מיטלען.

יישר כח
דובר מישרים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:44 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובר מישרים »

Screenshot_20230105_022506_Acrobat for Samsung.jpg
Screenshot_20230105_022506_Acrobat for Samsung.jpg (120.82 KiB) געזען 928 מאל
עובר ושב האט געשריבן:
איך פרעג איבער די שאלה אין אידיש. (א דאנק פאר דעם חשוב'ן ניק אין אישי קעסטל וועלכער האט עס איבערגעטייטשט).
*

איך וויל פרעגן אויב איינער האט געהערט א קלארע "דעת תורה" איבער די נושא פון "ענערדזשי היילונג" און "דאוזינג", איך וואלט זייער דאנקבאר געווען אויב מען קען דאס מיטטיילן דא.

קלארשטעלונג: די שאלה איז נישט צי די סארט היילונג מיטל העלפט אדער נישט, די שאלה איז צי עס איז מותר אדער אסור.

איך פרעג אויך נישט "אייער" מיינונג, איך פרעג אויב איר קענט איבערגעבן א "דעת תורה" וואס איר האט געהערט איבער די נושא.

די ספעציפישע שאלה איז נאר איבער "דאוזינג", ביטע נישט אריינמישן אנדערע נושאים פון אנדערע אלטערנאטיווע הייל מיטלען.

יישר כח
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואס איז ביי דיך דעת תורה? עס זענען דאך שוין פארהאנען עטליכע ספרים אין די נושא, טא וועל דיך אויס.

מדי דברי, צי אסור צי מותר אלס מקלו יגיד לו זוכסטו טאקע דעת תורה, אבער עס איז סתם אזוי אסור אלס חילול ה' אז דער עם ה' זאלען זיין בהמות. דאוזינג איז נארישקייט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

אנעים זמירות האט געשריבן:
וואס איז ביי דיך דעת תורה?
דעת תורה – Toras Avigdor.pdf
(98.52 KiB) געווארן דאונלאודעד 74 מאל
דעת תורה – Toras Avigdor
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

יעצט אז עמיצער האט שוין געענפערט פאר עובר ושב, וויל איך דווקא יא פרעגען אויף

האליסטיק היעלינג און גלייכען,
ס'דא וואס זאגען אז ס'קמט פון אינדיע פון כישוף מאכערס עובדי ע"ז, אבער די וואס זענען עוסק דערינען זאגען אז ס'איז שטותים און סי'ז סתם א חכמה און נישט קיין שום פראבלעם, ס'יז זייער פאפיולער געווארען, ווייס עמיצער א געהעריגע דעת תורה אויף דעס?
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

מחנך האט געשריבן:

The plain definition of Holistic Health is Body, Mind, Spirit, what can be wrong with this?, except if you mean something else

גוף - Body
גייסטיש - Mind
רוחניות - Spirit
if you take Mind and Spirit, from wrong places you will be in serious trouble.
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

איך זאג אייך לויפטס ווייט ווייט ווייט פון דעם. איך ווייס אז איך בין אין א ראנג אשכול, אבער דאך, אויב דאס וועט פארמיידן איין איד פון די ביטערע אגמת נפש וואס איך האב געהאט מיט זיי לוינט זיך עס. איך רעד ניטש פון איינעם וואס איז ניי אין די פיעלד, נאר פון איינע זיייער פאפולער. זי האט מיר צוגעברעגט כמעט צום ארגסטן. אויב איינער וויל הערן מער ווייל ס'איז אים נוגע, נישט סתם פאר נייגעריגקייט קען איך אים ענטפערן אין אישי.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
דובר מישרים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:44 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובר מישרים »

מחנך האט געשריבן:
יעצט אז עמיצער האט שוין געענפערט פאר עובר ושב, וויל איך דווקא יא פרעגען אויף

האליסטיק היעלינג און גלייכען,
ס'דא וואס זאגען אז ס'קמט פון אינדיע פון כישוף מאכערס עובדי ע"ז, אבער די וואס זענען עוסק דערינען זאגען אז ס'איז שטותים און סי'ז סתם א חכמה און נישט קיין שום פראבלעם, ס'יז זייער פאפיולער געווארען, ווייס עמיצער א געהעריגע דעת תורה אויף דעס?

" די וואס זענען עוסק דערינען זאגען אז ס'איז שטותים און סי'ז סתם א חכמה און נישט קיין שום פראבלעם"

למשל?
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

.So far this is what we have

ר׳ יחזקאל ראטה - אסור
הרב חיים ישראל הלוי בעלסקי - אסור

?Anyone Else
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

עובר ושב האט געשריבן:
.So far this is what we have

ר׳ יחזקאל ראטה - אסור
הרב חיים ישראל הלוי בעלסקי - אסור

?Anyone Else
ס׳װאלט געװען יושר זאלסט שרײבן װאס איז דײן ציל דא,קוקט נישט אױס ס׳איז די הלכה חלק
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

yoel2124441100 האט געשריבן:
ס׳װאלט געװען יושר זאלסט שרײבן װאס איז דײן ציל דא,קוקט נישט אױס ס׳איז די הלכה חלק
?What makes you suspect so
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

הרב עובר ושב,
דעת תורה ביי דאס איז דא אין פארשידענע ספרים לאיסור ווי דערמאנט און להיתר א דיקע ספר פון הרב שמרלר ועוד ווי דערמאנט.
קיין אנדערע נעמען וועט איר פשטות נישט טרעפן ווייל עס איז קאנטראווענשל... איך אליין האב געטראפן איינער פון גדולי פוסקי דורינו ביי איינעם אבער בין זיכער אז ווען מען וועט אים פרעגן וועט ער נישט ענטפערן.
אויך איז אמאל ארויסגעקומען לאיסור פון הרב ..... שליט"א שרייבנדיג לראי' אז עס איז ע"ז איבער עלענאר עמענדעלערא (די טיטשער פון אסאך) אז זי הייסט זיך אראפלייגן אויפן בעט אין א צימער פיל מיט צלמים וכו, ווען אין פאקט איז עס א ליידיגע צימער מיט א הענגענדיגע שויתי טאוועלע וואס איינער האט איר געגעבן (עכ"פ ווען איך בין דארט געווען).
דאס איז אזוי ווי דאקטוירים לגבי וואקסינס וואס האלטן זייער אמתע מיינונג ביי זיך צוליב פרעשער.
ודו"ק כי קצרתי ואין כאן המקום להאריך
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”