"נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

"נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

הנני מוכן ומזומן לפתוח אשכול איבער "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים, די ציל דא איז נישט בנוגע זייער לעבן און שאפן וואס אויף דעם האב איך געטראפן אנדערע אשכולות, נאר דייקא איבער זייערע נעמען וויאזוי מ'רופט זיי, |(און אויב איז אויך אויף דעם שוין דא אן אשכול ביטע ציווייזן) איך וועל אנהייבן מיט אפאר נעמען און איך האף אז די ידענים ותלמידי חכמים דא וועלן זיך ווארעם אנרופן סיי צוצולייגן נאך נעמען וואס מ'קען דן זיין איבער זיי, אבער בעיקר בארייכערן מיט ידועות אלעס ארום און ארום זייערע נעמען, וזה החלי בעזהשי"ת
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

רבה בר בר חנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

רבה בר בר חנה:
אגב איז דא צוויי אנדערע אמוראים: ס'איז דא רבה [רבא] בר חנה און רבה בר בר חנה (תוס' סנהדרין דף ה ע"א)

א) יש אומרים אז רבה'ס פאטער האט געהייסן "בר חנה" אבער תוס' (שם) קריגט און ער האלט אז רבה'ס טאטע איז געווען א זוהן פון "חנה" דערפאר הייסט ער בר-בר-חנה...

ב) איז "חנה" א געווען זיין זיידע אדער באבע? אמדערע ווערטער מיינט מען חנה אזויווי די מאמע פון שמואל, אדער איז עס א מענערישע נאמען? אין תוס' דארט איז מוכח אז חנה איז געווען זיין טאטע'ס טאטע, אבער פון חיד"א אין עין זוכר (מער' ר' אות ז') שטייט אז חנה איז א פרויען נאמען ממילא מיינט עס זיין באבע (אגב: ידוע שהרה"ק מקאלאשיץ זי"ע האט געהייסן "חנה" נאך זיין באבע די שינאווא רעביצין הצדיקנית "חנה" רחל)
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

עולא \ אילא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

עולא \ אילא:
כ'האב אמאל געהערט אז עולא און ר' אילא איז די זעלבע נאמען, ווייסט איינער אפשר א מקור צו דעם?

און סדר הדורות האב איך נאר געפינען אז ר' אילא ווערט אויך אנגערופן אין ירושלמי הילא הילאי או ר' לא
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

רב, האט געהייסן "אבא"
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

קלאנג האט געשריבן:
רב, האט געהייסן "אבא"
א גערסער חידוש (אזוי איז עס געווען פאר מיר) אז "רבה" סיי סתם רבה סיי רבה בר בר חנה וכו' האבן געהייסן אבא! רבה איז א צוזאם שטעל פון ר' אבא!
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: עולא \ אילא

תגובה דורך zugurnish »

כח און מח האט געשריבן:
עולא \ אילא:
כ'האב אמאל געהערט אז עולא און ר' אילא איז די זעלבע נאמען, ווייסט איינער אפשר א מקור צו דעם?

און סדר הדורות האב איך נאר געפינען אז ר' אילא ווערט אויך אנגערופן אין ירושלמי הילא הילאי או ר' לא
אטעטשמענטס
Screenshot_20221202-134111~2.png
Screenshot_20221202-134111~2.png (74.37 KiB) געזען 615 מאל
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אבוה דשמואל
הוא כינוי לשמו של אביו של שמואל, ושמו היה אבא בר אבא [הכהן]. (נזכר בשמו ע"י רב בקידושין מ"ד:, וחולין קי"א:, וע"י בנו שמואל בברכות י"ח:. ובירושלמי נזכר כמעט תמיד בשמו אבא בר אבא, (או אבא בר בא, או אבא בר ווא, ולפעמים אבוי דשמואל, וראה בבית אהרן שצויין לקמן שמסביר מה"ט נשתנה בירושלמי).
בספר יוחסין כתב דכנראה שמת אביו קודם שנימול כי קראו לו שם אביו.
הטעם שנקרא ע"ש בנו, ולא בשמו. יש שכתבו שכיון שהיה שמואל בנו גדול ממנו בתורה וחכמה, נקרא ע"ש בנו לכבוד ולמעלה. (ספר יוחסין).
עוד טעם כתב שם שמכיון שהיו הרבה ששמם היה אבא, נקרא כן כדי להכירו.
יש שכתבו (שו"ת הגאונים, שערי תשובה סי' יח) שמשום מעשה שהיה נקרא כן.
וז"ל בשו"ת הגאונים:
"וששאלתם אבוה דשמואל למה לא נקרא בשמו, אמרו כי אביו של שמואל הלך בסחורה למקום רחוק לימים מצאה אותו מדיית אחת שהיתה יודעת בלשון העופות ותבעתו לדבר עברה ונתנה לו אלף ככרי כסף, ואמר לה למה? א"ל שמעתי כי בזה הלילה תוליד בן שלא יהיה כמוהו בחכמה, וכששמע זה הלך בקפיצה הלילה לביתו וידע את אשתו ונתעברה ושב לדרכו בקפיצה, וכשבא הדבר לב"ד הלקוה וילדה בן ונקרא שמואל, ואח"כ בא אביו והעיד עליו והיה שמואל אומר אני ידעתי כשהלקו את אמי והכוני ברצועה על ראשי ומקום הרצועה ניכר בראשי שפצעו אותו ועל זה היו קורין אותו אבוה דשמואל להודיע לכל כי אביו היה"
מעשה זה מובא ג"כ בהלכות גדולות סוף הל' גיטין, ונרמז בקצרה בתוס' קידושין ע"ג., וברא"ש שם סי' ז'.
ובסדר הדורות כתב עוד טעמים ע"פ קבלה, שנקרא ע"ש בנו, יעו"ש.
ועי' בס' בית אהרן (מגיד) חלק א עמ' קיח ואילך אריכות גדולה בזה.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ר׳ מאיר האט עכט געהייסן ר׳ נהוראי ונקרא מאיר ע״ש שמאיר עיני חכמים בהלכה

עירובין י״ג
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

כח און מח האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:
רב, האט געהייסן "אבא"
א גערסער חידוש (אזוי איז עס געווען פאר מיר) אז "רבה" סיי סתם רבה סיי רבה בר בר חנה וכו' האבן געהייסן אבא! רבה איז א צוזאם שטעל פון ר' אבא!
ליגט מיר אין קאפ, אז ס'שטייט ערגעץ, אז נאך אסאך וואס זייער ערשטער אות איז א "ר", מיינט אז ס'איז א קיצור פון רבי, אדער רב. (ווי למשל "רפרם", איז רב אפרים).
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

Kollel האט געשריבן:
ר׳ מאיר האט עכט געהייסן ר׳ נהוראי ונקרא מאיר ע״ש שמאיר עיני חכמים בהלכה

עירובין י״ג
די זעלבע גמרא זאגט אז זיין נאמען איז אויך געוועהן ר׳ אלעזר בן ערך.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

פייבל שרגא האט געשריבן:

פשוט פשט ווי ס'שטייט אין גמרא, קוקט אויס אז די גמרא גייט ווייטער אויף ר' מאיר אין זאגט לא ר' נהוראי שמו אלא ר' נחמי' ואמרי לה ר' אלעזר בן ערך.
און לויט דעם קומט אויס אז זיין נאמען איז טאקע געווען אדער ר' נחמי' אדער ר' אלעזר בן ערך, (וואס דאס איז אביסל אינטרסאנט).
די גירסא פון רבינו חננאל איז "ור' מיישא היה שמו, ולמה נקרא מאיר וכו'" דהיינו אז זיין נאמען איז געווען ר' מיישא.
און די המשך הגמ' ולא ר' נהוראי וכו', גייט ארויף אויף א צווייטע תנא.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ראובן איש מהעם האט געשריבן:
פייבל שרגא האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
ר׳ מאיר האט עכט געהייסן ר׳ נהוראי ונקרא מאיר ע״ש שמאיר עיני חכמים בהלכה

עירובין י״ג
די זעלבע גמרא זאגט אז זיין נאמען איז אויך געוועהן ר׳ אלעזר בן ערך.
פשוט פשט ווי ס'שטייט אין גמרא, קוקט אויס אז די גמרא גייט ווייטער אויף ר' מאיר אין זאגט לא ר' נהוראי שמו אלא ר' נחמי' ואמרי לה ר' אלעזר בן ערך.
און לויט דעם קומט אויס אז זיין נאמען איז טאקע געווען אדער ר' נחמי' אדער ר' אלעזר בן ערך, (וואס דאס איז אביסל אינטרסאנט).
די גירסא פון רבינו חננאל איז "ור' מיישא היה שמו, ולמה נקרא מאיר וכו'" דהיינו אז זיין נאמען איז געווען ר' מיישא.
און די המשך הגמ' ולא ר' נהוראי וכו', גייט ארויף אויף א צווייטע תנא.
און נישט פארגעסען,... מ'האט איהם אויך גערופען 'אחרים' (הוריות י"ג:, די גמרא אין עירובין איז אויך י"ג:).
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: עולא \ אילא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

zugurnish האט געשריבן:
/
וועמענ'ס ווערטער זענט איר מעתיק?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך האב געוואלט ברענגן דער לינק דאכט זאך ויקיפדיה אבער דער לינק האט ניט געארבעט האב איך געברענגט א בילד.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ראובן איש מהעם האט געשריבן:
און נישט פארגעסען,... מ'האט אויך גערופען ר' מאיר 'אחרים' (הוריות י"ג:, די גמרא אין עירובין איז אויך י"ג:).
ועי' תוס' מס' סוטה דף י"ב ע"א שני מהלכים מתי נקרא ר' מאיר ומתי אחרים, דפעמים מצינו שר' מאיר חולק עם אחרים
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: צונעמען פון רב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

רב: אבא, אבא אריכא, רבינו הגדול, בר פחתי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”