תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ווי געפינט זיך תיבת נח?
ווי געפינט זיך די הרי אררט וואס ווערט דערמאנט אין די תורה?
איז דאס אמת אז מ'האט לעצטנס געטראפען די תיבה?
ווי אזוי האט די תיבה אויס געזעהן?
וואס איז דאס עצי גופר?
אויך וואס איז דאס "כופר" וואס שטייט אין פסוק וכפרת מבית ומבחוץ בכופר?


די ערשטע שאלה איז, בכלל, ווער זאגט אז תיבת נח איז נאך דא, נאך אזוי פיהל טויזענטער יאהרן? אויף דעם וועלן מיר ברענגען א מדרש אין ילקוט שמעוני (אסתר תתרנו אות נה) "יעשו עץ גבוה חמשים אמה והיה המן חוזר ומבקש קורה של חמשים אמה ולא מצאה, אלא קורה שהיתה בתוך ביתו לפי שהיה בנו פרשנדתא הגמון בקרדוניא ונטל נסר אחד מתיבותא של נח שהיה ארכו של נסר חמשים אמה שעשה הקב"ה זכרון בהעולם שידעו דורות העולם שבא מבול לעולם שכן כתיב זכר עשה לנפלאותיו". המן האט געזאגט אז מ'זאל מאכען א בוים פון פופציג אמות הויך און הענגען אויף דעם מרדכי. ער האט געזוכט א בוים פון 50 אמות און נישט געקענט טרעפן ביז צום סוף האט ער גענומען איינע פון די גרויסע באלקענעס פון זיין הויז וואס איז געוועהן לאנג 50 אמות. ווי אזוי קומט דער באלקען אין זיין הויז? ווייל זיין זוהן פרשנדתא איז געוועהן דער מושל אין קרדוניא וואס דארט געפונט זיך די תיבה פון נח און ער האט גענומען פון דארט א ברעט פון 50 אמות. ווייל דער באשעפער האט איבער געלאזט די תיבה פאר אלע דורות צו זעהן אז ס'איז געוועהן א מבול אין די וועלט ווי ס'שטייט אין פסוק "זכר עשה לנפלאותיו" אז דער באשעפער האט געמאכט א געדענקעניש פאר אלע דורות אז די תיבה איז געבליבען מ'זאל געדענקען אז אויב מ'פירט זיך נישט אויף ווי מ'דארף האט דער רבש"ע אמאהל געשיקט א מבול אויף די וועלט.

פון דעם מדרש זעהן מיר עטליכע זאכען, קודם כל אז דער באשעפער האט איבער געלאזט די תיבה מ'זאל דאס קענען זעהן אין אלע דורות. קומט אויס לויט דער מדרש אז לכאורה געפונט זיך נאך די תיבה היינטיגע צייטען ערגעץ אין לאנד פון קרדוניא. תרגום שרייבט אויף "הרי אררט" "הרי קרדו" וואס דאס קען מען זאגען איז קרדוניא וואס שטייט אין מדרש. ווייטער זעהן מיר ווי אין מדרש שטייט אויף עצי גופר "דאעין דקרדינון" האלץ פון קרדוניא. אין יפה תואר א פירוש אויף דעם מדרש שרייבט אז קרדינון איז א פלאץ וואס דארט וואקסט די עצי גופר. אנדערע מפרשים על התורה שרייבן אז דער באשעפער האט געהייסן נח זאל זיך באנוצען מיט "עצי גופר" ווייל ס'איז זייער א גרינג האלץ וואס קען גרינג שווימען אויף וואסער. פונקטליך וואס דאס איז עצי גופר ווייסן מיר נישט. אפילו מיר האבן געטייטשט אין חדר "פומזען האלץ" איז דאס נאך אלץ נישט מוכרח אז דאס איז פומזען האלץ. ווייל "עצי גופר" ווערט דערמאנט נישט מער ווי איינמאהל אין גאנץ תנ"ך דא אין חומש בראשית אין פרשת נח. פון מדרש איז משמע אז די סארט האלץ וואקסט אין די געגענט פון אררט וואס איז קארדוניא. און זעהט אויס לויט דעם מדרש אז נח האט געבויט די תיבה אין יענע געגענט דארט ווי ס'האט זיך געפונען די האלץ. איך האב גיהערט פון געוויסע מנהלים מדקדקים וואס טייטשן אין חדר "עצי גופר" - "גופר האלץ".

ווייסען מיר שוין יעצט נאך א זאך אז נח האט געבויט די תיבה אין די געגענט פון הרי אררט, און עצי גופר איז א האלץ וואס וואקסט אין יענע געגענט.

מיר האבן נאך א ראיה פון תנ"ך אז די תיבה איז געבליבען שטיין פאר טויזענטער יאהרן. ווייל ס'שטייט אז ווען סנחריב איז צוריק פון ירושלים נאך זיין גרויסע מפלה פסח ביינאכט ווען זיי גאנצע ארמעי איז געהרגעט געווארען בחצי הלילה. שטייט (ישעי' לז-לח) "ויהי הוא משתחוה בית נסרך אלהיו וגו'" ער האט זיך געבוקט צו נסרך זיין גאט. שטייט אין גמרא אז נסרך איז מלשון "נסר" א ברעט. ווייל ער האט געהאט א ברעט פון נח'ס תיבה און געמאכט פון דעם אן עבודה זרה.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ארץ אררט

יעצט לאמיר זעהן ווי און וואס איז דאס הרי אררט?
אין טערקיי נישט ווייט פון רוסלאנד מער צו מזרח זייט פון טערקיי און מערב זייט פון איראן איז דא א גרויסע בארג פון קרוב צו 17,000 פיס הויך וואס מ'רופט דאס "מאנט אררט". ווער זאגט אז דאס איז טאקע דער בארג וואס שטייט אין די תורה? יעצט לאמיר זעהן ווייטער. אין די תורה שטייט אז די תיבה האט גערוהט אויף "הרי אררט" אויף די בערג פון אררט. קודם כל זעהן מיר אז "אררט" איז נישט איין בארג נאר עטליכע בערג צוזאמען ווערן אנגערופן הרי אררט בלשון רבים. צווייטענס זעהן מיר אין תנ"ך אז דער נאמען "אררט" באציהט זיך אויף א לאנד. ווי ס'שטייט אין ירמי' נ"א "ממלכות אררט מני ואשכנז". קומט יעצט אויס אז דאס וואס מ'ווייזט היינט אויף א בארג אררט מיינט נאך נישט אז די תיבה געפונט זיך דארט, און דאס פלאץ איז אררט. ס'איז טאקע אמת אז אין אלטע ביכער האט מען געטראפען אז יענע געגענט האט געהייסען "ארארטא" אבער ווער זאגט אז דאס איז די זעלבע געגענט וואס שטייט אין די תורה. אבער אז מ'וועט זיך מער אריין טוהן אין עטליכע פסוקים וועלן מיר זעהן אז אין יענע געגענט איז געוועהן דאס לאנד פון אררט. קודם כל האבן מיר געברענגט דעם פסוק פון פריער ווי סנחריב האט זיך געבוקט צו א האלץ פון די תיבה שטייט דארט ווייטער אין פסוק אז בשעת ער האט זיך געבוקט צו זיין גאט האבען זיינע צוויי קינדער איהם געהרגעט, "והמה נמלטו ארץ אררט" זיי זיינען נאך דעם אנטלאפען צו די לאנד פון אררט. מיר ווייסען אז אשור ווי סנחריב איז געוועהן קעניג איז געוועהן אין יענע געגענט. דאס קען מען זעהן פון אלטע מאפעס. און אז זיינע קינדער זיינען אנטלאפען פון אשור קיין אררט, ממילא קען אויס קומען אז זיי זיינען אנטלאפען צו א לאנד וואס איז נישט ווייט פון אשור, קען מען פארשטיין אז אררט איז נישט ווייט פון אשור און אז אין יענע געגענט ווי ס'געפונט זיך היינט "מאנט אררט" איז געוועהן ארץ אררט. ווייטער האבן מיר פריער געברענגט א פסוק פון ירמי' "ממלכות אררט מני ואשכנז". אין א געוויסע פלאץ אין טערקיי ווייסען מיר איז געוועהן אנגערופן "מאנא" וואס דאס קען זיין איז דאס לאנד "מני" וואס שטייט אין פסוק. וואס געפונט זיך נישט ווייט פון "לעיק ארמיע". און די געגענט ווי ס'געפונט זיך היינט "מאנט אררט" קומט אויס לויט דעם חשבון צווישען דעם אלטען לאנד אשור און דעם אלטען לאנד "מאנא" פארשטייט מען דעם פסוק פאר וואס אררט ווערט דערמאנט נעבן מני, ווייל איינס איז נעבן די אנדערע.

פון די פסוקים וואס מיר האבן דערמאנט ווייסען מיר שוין אז "ארץ אררט" געפונט זיך יא אין דעם געגענט ווי היינט געפונט זיך א גרויסער בארג וואס ווערט אנגערופן "מאנט אררט". די מאנט אררט וואס מ'ווייסט היינט איז דער העכסטער בארג אין די גאנצע געגענט. דער בארג אליינס ווערט צוטיילט אויף צוויי חלקים, גרויס אררט און קליין אררט. פאר די קומענדיגע 15 מייל פון דעם בארג אררט איז נישט דא קיין צווייטער בארג. אבער מ'קען זאגען אז ווי באלד ס'שטייט אין די תורה א לשון פון "הרי אררט" מיינט דאס אז די בערג וואס זיינען ווייטער אוועק ווערן אויך אריין גערעכענט אין די הרי אררט.

יעצט אז מיר ווייסען שוין אז פיהל בערג גייען אריין אין די ווערטער פון הרי אררט, דארף מען וויסען אויף וועלכען בארג האט די תיבה גערוהט. אין די תורה שטייט דאך נישט אויף וועלכען בארג, נאר ס'שטייט "על הרי אררט" אויף איינע פון די בערג פון מלכות אררט. אז מ'גייט זיך נעמען היינט זוכען די תיבה וועט מען נישט וויסען אויף וועלכען בארג צו זוכען. אויף די באוואוסטע "מאנט אררט" און אזוי אויך אויף אנדערע בערג וואס זיינען 15 מייל אוועק האט מען געטראפען א זכר פון א תיבה אדער א בנין ווי מיר וועלען באלד מער מאריך זיין. קען מען נישט וויסען וועלכע ערפונדונג איז באמת די ריכטיגע תיבה. פארקערט פון דעם מלבי"ם איז משמע אז די תיבה האט נישט גערוהט אויף די באוואוסטע בארג וואס הייסט "מאנט אררט" ווי דער מלבי"ם שרייבט "שלא היו מן ההרים הגבוהים" (דער מלבים שרייבט נאך וואס מ'דארף פארשטיין. ער שרייבט "אחר שעמדה על הר קטן סמוך לבבל ששם הארץ שפלה" קומט אויס פון דעם אז אררט איז בכלל אין א גאנץ אנדערע געגענט וצ"ע). נאך א ראיה האבן מיר אז די תיבה האט נישט גערוהט אויף דעם באקאנטען בארג "מאנט אררט" ווייל ס'שטייט אין פסוק "נראו ראשי ההרים" אז ס'איז געזעהן געווארען די שפיץ פון די בערג" ס'שטייט נישט אז מ'האט געזעהן די שפיץ פון איין בארג נאר פון עטליכע בערג. און אויב די תיבה וואלט גערוהט אויף דעם העכסטען בארג פון דעם געגענט וואלט געדארפט שטיין "נראה ראש ההר" אז נישט מער ווי איין שפיץ פון א בארג האט מען געזעהן. אלא מאי מוז מען זאגען אז די תיבה האט גערוהט ווייט פון דעם באוואוסטען בארג אררט. און נראה ראשי ההרים גייט ארויף אויף אנדערע בערג פון דעם געגענט (אדער אויף די צוויי חלקים פון גרויס אררט און קליין אררט) וואס מ'האט געזעהן פון די תיבה וואס די תיבה איז נאך געוועהן אין וואסער אויף דעם בארג ווי זי איז געבליבען שטיין. פארשטייט זיך אז אלעס וואס מיר שרייבן איז נישט מער ווי השערות. ס'איז נישט תורת משה און קיינער זאל דערפאר נישט לערנען פאלש פשט אין חומש רש"י יעדער איינער זאל ווייטער לערנען די אלע חשבונות פון רש"י אזוי ווי מ'האט געהאט מקובל ביז היינט. מיר שרייבן נישט מער וואס מיר האבן געזעהן אין פארשידענע ביכער וואס פארשערס ווילן שרייבן. און צו דעם טוהן מיר אראפ ברענגען פסוקים זיי אפצווענדען און אזוי ווייטער. רוב שרייבערס שרייבען אז די תיבה געפונט זיך אויף די באוואוסטע בארג אררט אבער מיר האבען יעצט אויפגעוויזען אז ס'מוז נישט זיין אזוי.

בעפאר מיר גייען ווייטער ווילן מיר נאך באמערקען נאך א אינטרעסאנטע זאך וואס וועט שפעטער צונוץ קומען פאר אונז צו פארשטיין מער וואס די פארשערס האבן געטראפען. ס'שטייט אין פסוק אז דער אויבערשטער האט געהייסען נח ער זאל באשמירען די תיבה מיט כופר מבית ומבחוץ. וואס איז דאס כופר? מיר לערנען פשוט פשט אז דאס איז זפת-פעך ווי ס'איז משמע פון רש"י אז ס'האט געהאט א שלעטכער ריח. אבער אין אבן עזרא שטייט אזוי "בכפר י"א שהיא מגזרת כפרת - מכסה, וי"א שהכופר כדמות זפת, וי"א שיש טיט בארץ מהעפר והוא מדביק ועומד כזפת". דער אבן עזרא שרייבט אז וכפרת איז א לשון פון א דעק. אדער ס'זעהט אויס ווי זפת (נראה כזפת אבער ס'איז נישט זפת) אדער ס'איז א געוויסע מין ערד פון די ערד וואס טוט קלעבען און טוט צוזאם האלטען האלץ אזוי ווי זפת. פון דעם אבן עזרא זעהט מען אז ס'איז דא א דיעה אז כופר איז געוועהן א געוויסע ליים אדער צעמענט וואס געפונט זיך אין די ערד. (דאס האבן מיר געברענגט ווייל איינע פון די תיבות וואס מ'האט געפונען אין דעם געגענט איז געוועהן געמאכט פון א געוויסע מין צעמענט און נישט פון האלץ).

נאך די גאנצע הקדמה וואס מיר האבן געברענגט פון מדרשים און פסוקים פון תנ"ך לאמיר זעהן וואס מ'האט געטראפען במשך אלע דורות. מיר ווייסן דאס אויף די גאהר הויכע בערג קען נישט וואקסען קיין ביימער און אז מ'געפונט שוין יא א שטיקעל האלץ איז דאס א גאנצע ערפינדונג און מ'מיינט שוין ווער ווייסט וואס דאס איז. אויף יעדע שטיקעל האלץ וואס מ'טרעפט אויף א בארג נעמט מען זיך זאגען פארשידענע דיעות ווי אזוי די האלץ איז דארט ארויף געקומען דאס זעלבע איז מיט אונזער בארג אררט. פארשידענע האלץ האט מען שוין דארט געטראפען במשך די יאהרען, דערפאר ווילן מענטשן זאגען אז דאס איז פון די תיבה. אבער צו זאגען אז מענטשן האבן ארויף געשלעפט במשך די יאהרן האלץ צו בויען געוויסע הייזער און אזוי ווייטער דאס וויל מען נישט מודה זיין. מ'כאפט זיך אהן אויף א קליינע שטיקעל האלץ און אויף דעם בויט מען שוין א גאנצע תיבה. און ווער ס'וויל דאס לייקענען הייסט א כופר. מיט אזא צוגאנג גייען צו די פארשערס. מיר ווייסען אויך אז אין היינטיגע צייטן ווען איינער זאגט יא קומט דער צווייטער און זאגט פארקערט. דאס זעלבע איז אויך מיט יעדע ערפינדונג פון האלץ אדער אנדערע חלקים וואס מ'קען אפשר אויס טייטשען אז דאס קומט פון די תיבה זיינען כסדר דא אנדערע פארשערס וואס ווילען דאס לייקענען און ברענגען ראיות אויף פארקערט אז אויף דעם פלאץ איז נישט געוועהן די תיבה און אזוי ווייטער. אזוי שלאגען זיך ארום די פארשערס איינע מיט די אנדערע יעדער איינער וויל אויפווייזן אז ער איז גערעכט און דער צווייטער איז נישט גערעכט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הר אררט
לאמיר צונעמען און זעהן ווי אזוי זעהט אויס "מאנט אררט". מאנט אררט איז א גרויסער בארג פון די הויכע בערג אין די וועלט וואס פארנעמט א פלאץ פון 600 סקווער מייל און קומט צו א הויכקייט פון קרוב צו 17,000 פיס. וואס אויף איר שפיץ איז כסדר דא אייז און שניי פאר א שטרעקע פון 20 סקווער מייל. ס'איז הויך קרוב צו 17,000 פיס. ס'איז דא פלעצער וואס די אייז איז דיק 200 פיס. אויף די אויבערשטע 10,0000 פיס וואקסט נישט קיין ביימער. ס'איז פוסט און לער פול מיט שטיינער און זאמד און לעכער און אש פון פארשידענע וואלקענעס און ערד ציטערנישן וואס האבען פאסירט אויף דעם בארג. אין יאהר ת"ר איז געוועהן א גרויסע וואלקענא אויף דעם בארג וואס האט באשאטען מיט אש א גאנץ דארף נעבן דעם בארג. ס'איז זייער שווער ארויף צו קלעטערען אויף דעם בארג. די ווינטען זיינען זייער שטארק. ס'רעגענט און שנייט זייער פיהל. פלוצים קען זיך מאכען אזעלכע שטארקע נעפלען אויף דעם בארג אז מ'וועט נישט קענען ווייטער גיין אפילו איין טריט. אויף דעם בארג זיינען פאר געקומען פיהל ערד ציטערנישען במשך די יאהרען. וואס די ערד ציטערנישען אליינס וואלטען געקענט צוברעכען און פארדעקען אדער אויפדעקען די תיבה אויב ס'האט זיך געפונען דארט. דערפאר ווילען אנדערע זאגען אז דאס וואס אין געוויסע דורות האט מען יא געזעהן די תיבה און אנדערע דורות האט מען נישט געזעהן די תיבה, דאס איז וועגען די פארשידענע ערד ציטערנישען וואס קומט פאהר דארט זייער אפט. אזוי אויך האט שוין פאסירט עטליכע וואלקענאס וואס אויף דעם שפיץ פון בארג האט אויס געבראכען א פייער פון אינטער די ערד און ס'איז ארויס געשאסען געווארען פון אינטער די ערד פעך און שוועבל וואס האט באדעקט געוויסע חלקים פון דעם בארג. היינט ווען מ'גייט אויף דעם בארג איז דאס זייער א גרויסע סכנה פוהל מיט לעכער פון צענדליגע פיס טיף געפונען זיך אויף יעדער טריט און שריט. די ווינטען זיינען זייער שטארק. און שטיינער פליען דארט ארום און קייקלען זיך אראפ פון העכערע חלקים פון דעם בארג. אזוי אויך זיינען דארט דא פיהל פון די סכנה'דיגע שלענג און אנדערע ווילדע חיות ווי וועלף, בערן און ווילדע הונט א.ד.ג. דערפאר פון אלע עדיות וואס האבען געזעהן א תיבה אויף דעם בארג קען גאהר זיין אז זיי האבן דאס אפשר געזעהן פון דערווייטענס און נישט פון נאנט. אבער ס'איז דא געוויסע עדות וואס האבן דאס יא געזעהן פון נאנט ווי מיר וועלען באלד שרייבן. אויף דעם סמך וואס איז א גרויסע סכנה צו קלעטערען אויף דעם בארג וויל מען אפלייקענען די אלע עדיות במשך די יאהרען וואס זאגען אז זיי האבן געזעהן א תיבה דארט. געוועהן אפילו א פלאץ וואס פון דעם בארג האט זיך ארויס געשטעקט א קליין בערגל, און פון מיילען ווייט האט מען כסדר איינגערעדט אז דאס בערגל איז תיבת נח. אזוי האבען מענטשן געקענט שווערען אז זיי האבען געזעהן תיבת נח. אבער מיט יאהרען שפעטער ווי מ'האט געקלעטערט אויף דעם בארג איז מען געוואויר געווארן אז ס'איז נישט מער ווי א שטיקל בערגל פון זאמד און שטיינער. אפילו אין די לעצטע 70 יאהר וואס מענטשן האבען שוין די אלע כלים צו קענען גרינגער קלעטערן אויף בערג איז דאס אויך נישט אזוי גרינג אנגעקומען צו קלעטערן דארט. ווייל דער בארג געפונט זיך נישט ווייט פון די גרעניץ פון רוסלאנד און מיר ווייסן אז די רוסען וואלטען נישט געלאזט אז מענטשן זאלען קריכען אויף אזעלכע פלעצער ווי מ'קען פון דארט זעהן זייער לאנד. און בפרט נאך מיט צו נעמען די מכשירים צו מאכען בילדער. איז דאס געוועהן א גרויסע סכנה. און פיהל מאהל האט זיך שוין געטראפען וואס מענטשן האבען זיך גענומען קלעטערן אויף דעם בארג, זיינען געקומען אינמיטען נאכט די רוסען און זיי פארטריבען פון דארט. די פארשידענע פארשונגען וואס איז יא געמאכט געווארן איז געוועהן מיט רשות אדער א חלק רשות פון די ממשלה.

בערך יעדע 20 יאהר צום סוף זומער ווערט צולאזט רוב אייז און שניי פון דעם בארג דערפאר איז ביי יעדע 20 יאהר דא פרישע עדיות וואס טענה'ן אז זיי האבן געזעהן די תיבה.

דאס אליין אז א תיבה געמאכט פון האלץ זאל זיך קענען האלטען פאר טויזענטער יאהרן איז פשוט. ווייל דארט ווי די תיבה דארף זיך געפונען איז דאך זייער קאלט און באדעקט רוב יאהר מיט אייז און שניי דערפאר קען נישט דאס האלץ ווערען פארפוילט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עדיות משנים קדמוניות

פון די צייטען פון דעם צווייטען בית המקדש טרעפען מיר שוין געשריבענע היסטאריע פון פארשידענע גויים וואס נאר געוויסע חלקים פון דעם איז איבער געבליבען במשך די יאהרען. און דארט ווערט דערמאנט וועגען א תיבה וואס געפונט זיך אין ארמעניע אויף דעם בארג אררט. מיר וועלן נישט געבן צופיהל אינטערעס צו די שרייבערס ווייל אלע זייערע ווערטער איז פאלש פון אנפאנג ביז צום סוף. און מיר וועלן זיך בכלל נישט מאכען וויסענדיג פון דעם. אזוי אויך אין רוב היסטארישע ביכער פון די גויעשע פעלקער וואס רוב און אפשר אלע וואס ציען זיך שוין פאר איבער עטליכע טויזענט יאהר זיינען פאלש וואס דא איז נישט דאס פלאץ מאריך צו זיין אין דעם.

איך וועל נאר ברענגען איין קליינע מעשה וואס זיי שרייבן וואס איז ממש א געלעכטער. זיי שרייבן אז א געוויסער גלח מיט דעם נאמען דזשעיקאב האט זיך גענומען ארויף קריכען אויף דעם בארג אררט צו טרעפען די תיבה. ווען ער האט געהאלטען אינמיטען דעם בארג האט ער שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין ווייטער און ער איז איינגעשלאפען. זיינען געקומען מלאכים און האבען איהם ארויף גענומען צום שפיץ בארג און געוויזען די תיבה, און נאך דעם צוריק געברענגט. אזוי האט דער גלח שפעטער דערציילט. פארשטייט זיך אז דער עולם גולם האט איהם געגלייבט און ער איז זייער פארהייליגט געווארן ביי די גויים און זיי האבען געבויט נעבן בארג אררט א טומאה וואס טראגט זיין נאמען. נא קען מען נישט לאכען פון אזא אויסגעטראכטע מעשה. ס'דערמאנט מיך ווי דער רמב"ם שרייבט ווי אזוי ס'האט זיך אנגעפאנגען די עובדי כוכבים ומזלות שרייבט דארט דער רמב"ם אז די גלחים וואס האבן געוואלט האבן כבוד האבן איינגערעדט דעם עולם אז געוויסע כוכבים ומזלות זיינען געקומען צו זיי אין חלום און געהייסן מ'זאל זיי דינען און זיי זעהן אויס אזוי און אזוי, און די גלחים האבן איינגערעדט דעם עולם מיט זייערע פאלשע חלומות און אזוי איז געווארען די עובדי כוכבים ומזלות, און די גלחים האבן געשארט גאלד פון די קרבנות וואס די גויים האבן געברענגט צו זייערע הכלות. דאס זעלבע איז מיט דעם חלום פון דעם גלח דזשעיקאב.

דער ערשטער אידישע מקור פון די תיבה אויף בארג אררט איז פון יוסיפוס פלאוויס וואס איז געוועהן א אידישער שרייבער ביים סוף פון דעם צווייטען בית המקדש. ער שרייבט דארט "א חלק פון די תיבה געפונט זיך נאך אין ארמעניע... מענטשן נעמען שטיקלעך האלץ פון דארט פאר פארשידענע סגולות". פון דעמאלט ביז פאר איבער 600 יאהר צוריק הערען מיר שוין נישט וועגען די תיבה חוץ פון די אויבן דערמאנטע אפיקורסישע מקורות וואס האבן געשריבן זייערע מיינונגן לויט זייערע גלויבונגען. דערפאר וועלן מיר זיי נישט דערמאנען.

דער באוואוסטע גויעשער רייזענדער "מארקא פאלא" שרייבט אין זיין בוך "דו דארפסט וויסן אז אין לאנד פון ארמעניע געפונט זיך די תיבה פון נח אויף א שפיץ פון א געוויסער בארג וואס דארט איז כסדר באדעקט מיט שניי וואס טוט זיך קיינמאהל נישט אויפלאזען". פון זיינע ווערטער איז משמע אז קיינער קען דארט נישט ארויף גיין.

רוב עדיות וואס מיר האבן זיינען פון מענטשן וואס זאגען אז זיי האבן געזעהן באגראבען אינטער די אייז א שיף אדער א שאטען פון א שיף אדער זיי האבן געזעהן שטיקלעך האלץ וואס מיט דעם ווילן זיי זאגען איז א באווייז אז די תיבה געפונט זיך אויף יענעם בארג. ווייל אויף די גאהר הויכע בערג וואקסען דאך נישט קיין ביימער, און ווי אזוי האט געקענט אנקומען דארט האלץ. אלא מאי מוז זיין אז דאס איז איבער געבליבען פון די תיבה. אבער צו זאגען אז אנדערע מענטשן אין שפערטערדיגע דורות האבן געבויט פארשידענע בנינים אויף דעם בארג, און זיי האבן פון אינטען דעם בארג ארויף געשלעפט די האלץ, דאס וויל מען נישט מודה זיין.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די עדות פון די בריטישע מענשן
אין יאהר תרט"ו (1856 למס') האבן דריי בריטישע מענטשן געטראפען די תיבה. זייערע ערפונדונג איז מען ערשט געוואויר געווארן מיט יאהרן שפעטער דורך א גאנצע מעשה. ווייל זיי האבן דאס געוואלט האלטען פאר א סוד די גאנצע צייט ווי מיר וועלן באלד שרייבן פאר וואס.

אין יאהר תרע"ה (1915 למס') איז געוועהן א מענטש מיט דעם נאמען יעראם וואס האט געמיינט אז ער האלט שוין ביים שטארבען האט ער גערופען צו זיך עטליכע מענטשן און זיי דערציילט א מעשה. "מיט 65 יאהר צוריק זיינען געקומען קיין טערקיי דריי בריטישע מענטשן און האבן געוואלט ארויף גיין צום שפיץ פון בארג אררט. איך מיט מיין טאטע וואס זיינען געוועהן פון ארמעניע זיינען מיט געגאנגען מיט זיי. אין מיטן וועג האבן מיר זיך געוואלט אומקערן אבער זיי האבען אונז נישט געלאזט. ווי מיר גייען ארויף זייער ווייט אויף דעם בארג האבען מיר געטראפען א גרויסע שיף וואס האט געהאט דריי שטאק א גרויסער חלק פון די שיף איז געלעגען באדעקט אינטער די אייז און דער אנדערער חלק האט זיך ארויס געשטעקט. פארשטייט זיך אז זיי האבן גלייך פארשטאנען וואס די גרויסע שיף איז. האבן זיי געשוואוירען איינער צום צווייטען אז מ'זאל נישט דערציילען פאר קיינעם אין די וועלט פון זייער ערפינדונג. דאס זעלבע האבן זיי מיר מיט מיין טאטע באשוואוירען מיט א גרויסע סטראשונג נישט ארויס צו לאזען ווערטער וועגען דעם פאר קיין נברא שבעולם. די גאנצע צייט האב איך דאס געהאלטען פאר א סוד אבער יעצט ווי איך זעה אז מיינע יאהרען זיינען שוין קורץ פיהל איך א פלוכט צו אנטפלעקען א סוד פון איבער 65 יאהר צוריק". זיינע עדות איז געווארען אראפ געשריבען און געחתמע'ט דורך איהם.

מ'קען דאך מיינען אז ער האט געהאט א ווילדער חלום און זיינע ווערטער האבען נישט קיין שום ווערט בפרט אז ס'איז דאך נישט דא קיין צווייטער וואס ווייסט פון דעם. זיין עדות זאגען איז פאר געקומען אין אמעריקע. אבער אין דעם זעלבען יאהר איז געוועהן א גענעראל אין ענגלאנד וואס האט געהאלטען ביים שטארבן וואס האט זיך מתודה געוועהן אויף אזא ענליכע מעשה אז ער מיט זיינע צוויי חברים און צוויי מענטשן פון ארמעניע א טאטע מיט א זוהן האבען זיי באגלייט ארויף דעם בארג אררט און דארט האבן זיי געטראפען תיבת נח. זיינע ווערטער זיינען געווארען אנגעשריבן און פארחתמעט.

יעצט איז דא עטליכע שאלות. קודם כל צו איז בכלל אמת די מעשה וואס זיי האבן דערציילט? ווי געפונען זיך די צוויי געחתמעטע מעשיות? פאר וואס האבען זיי נישט געוואלט אז די וועלט זאל וויסן וועגען דעם? די ערשטע שאלה איז טאקע זייער א שווערע שאלה ווייל ביידע בריוון פון זייערע עדות איז מער נישט דא. מ'זאגט אז ס'איז פארברענט געווארען אין א געוויסע שריפה ביידע צוזאמען אויף איינמאהל. און ס'קען זיין אז איינער האט געהערט ווי איינער אין אמעריקע האט זיך עפעס מתוודה געוועהן וועגען א תיבה, האט ער געוואלט ווערן מפורסם האט ער געטענה'ט אז ער איז געוועהן פון די דריי סאלדאטען. און אפילו ס'זאל יא זיין אמת זייערע ווערטער. פאר וואס האבען זיי דאס געוואלט האלטען פאר א סוד. אויף דעם קען מען זייער גרינג ענטפערען. ווייל אין יענע צייט פאר 150 יאהר צוריק האבן די גויים זייער שטארק פארשפרייט זייערע פאלשע און כפירה'דיגע שיטה אז די וועלט שטייט שוין ווער ווייסט וויפיהל יאהרן צוזאמען מיט אלע זייערע נארישע און אפיקורסישע רייד. און פארשטייט זיך אז מעשה שטן הצליח און די וועלט האט גענומען גלייבן זייערע נארישע רייד. און אויב ס'וואלט געוועהן א ראיה פארקערט פון זייערע רייד האט מען דאס פראבירט אפצוווישען און אפלייקענען. דערפאר יעצט ווען זיי האבן געזעהן א תיבת נח וואס דאס ווייזט קלארע זאכען וועגען בריאת העולם און אלעס וואס שטייט אין די תורה איז אמת איז דאך דאס פארקערטע וואס זיי האבן דעמאלט געפרעדיגט. דערפאר האבן זיי מחליט געוועהן נישט צו דערציילען וועגען דעם.

דא אליינס זעהט מען די פאלשקייט פון די גויים אפילו די וואס האבן יא געגלייבט און געוויסט דעם אמת, האבן נאך אלץ געהאט א חשק צו פרעדיגען פאר די וועלט פאלשקייט מיט אפיקורסות.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עדיות משנת תרמ"ג - תרמ"ז
אין יאהר תרמ"ג זיינען עטליכע מענטשן ארויף געקלעטערט אויף דעם בארג און געזעהן א געביידע פון האלץ וואס נישט מער ווי דער שפיץ פון די געביידע האט זיך ארויס געשטעקט פון א גרויס שטיק אייז. לויט זייערע חשבונות איז די הויכקייט געוועהן בערך 50 פיס וואס דאס איז קרוב צו 50 אמות און די לענג 500 פיס וואס דאס איז ווייטער קרוב צו 300 אמות. זיי האבן געזעהן ווי אינעווייניג איז געוועהן געבויט פיהל צימערן. אבער זיי האבן נישט געקענט אריין גיין אין די צימערן וועגן די אייז וואס איז געלעגען דארט. אויך האבן זיי געזעהן ווי די געבייידע האט געהאט דריי שטאק.

זייער ערפינדונג אין יענע צייטען איז געוועהן באשריבען אין די צייטונגען. אויך איז דעמאלט געוועהן עטליכע יאהר נאך א גרויסע ערד ציטערניש אויף דעם בארג, וואס דאס קען זיין האט אנטפלעקט א חלק פון די תיבה.

אין יאהר תרמ"ז (1887 למס') איז געוועהן מענטשן וואס האבן גע'טענה'ט אז זיי זיינען ארויף דעם בארג און האבן געזעהן א געביידע פון 100 פיס הויך און 900 פיס די לענג. זיי האבן געוואלט צוזאם נעמען געלט כדי צוצונעמען אויף שטיקלעך די שיף און דאס ברענגען קיין טשיקאגו וואס דעמאלט איז פאר געקומען אין טשיקאגו א גרויסער יאהר מארק (WORLD FAIR) נאך דעם וואס זיי האבן שוין געהאט גענוג געלט אויף צו ברענגען די שיף קיין אמעריקע האבן זיי אבער נישט געקענט באקומען אן ערלויבעניש פון די טערקישע רעגירונג דאס צו טוהן. ממילא זיינען זייערע חלומות צוזאמען מיט די שיף געבליבען ווייטער אויף דעם בארג.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תמונות משנת תרס"ה
אין יאהר תרס"ה (1905 למס') זיינען געוועהן עטליכע מענטשן איינער וואס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט דעם צווייטען וואס ביידע האבען מיט יאהרן שפעטער געטענה'ט אז אין יענעם יאהר זיינען זיי ארויף געגאנגען אויף דעם בארג אררט און דארט געטראפען א גרויסע געביידע וואס איז באקאנט צו זיין תיבת נח. מ'האט געבעטען די מענטשן אויב זיי קענען אפשר געדענקען ווי אזוי ס'האט אויס געזעהן די גרויסע שיף. האבען זיי געלאזט באשטעלען מאהלערס וואס האבן געמאהלען לויט זייער באפעל וואס זיי האבן געזעהן מיט צענדליגע יאהרן צוריק. אינטרעסאנט איז אז זייערע בילדער זיינען זייער ענליך, נישט מער ווי איינער האט נישט געלייגט קיין פענצטערס ביים שפיץ פון די תיבה. ער וויל טענה'ן אז ס'איז אפשר געוועהן באדעקט מיט שניי האט ער נישט געזעהן די פענצטערס.

זייערע בילדער זיינען די מערסטע נאנט צום פשט פון פסוק. סיי אז די תיבה האט אויס געזעהן מער ווי א קאסטען ווי א שיף און אזוי אויך פשט פון ואל אמה תכלנה מלמעלה. נאך דעם וואס מ'האט געהאט די צוויי בילדער האט מען שוין זיכער געמיינט אז די צוויי מענטשן ריידן צו די זאך. אבער מ'קען ווייטער טענה'ן אז זייערע ווערטער פאנגט זיך נישט אהן בכלל. ווייל אז דו וועסט אריין קוקען אין דעם בילד וועסטו זעהן אז יעדער איינער וואס לערענט חומש און מ'בעט ער זאל מאכען א בילד פון די תיבה וואלט גאנץ מעגליך געוועהן אז זייערע בילדער וואלט נישט געוועהן ווייט פון דעם בילד. ממילא קען זיין אפילו די מענטשן האבן עפעס געזעהן אויף דעם בארג אבער די בילד וואס זיי האבן געלאזט מאהלען איז נישט מער פון וואס זיי האבן געדענקט פון לערנען דעם בייבעל אין די יונגע יאהרן.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

WOW זייער א שיינע שטיקל פארש ארבעט! יישר כח זייער הנאה געהאט עס צו ליינען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די רוסישע עדות פון תרע"ו
אין יאהר תרע"ו (1916 למס') אינמיטען די ערשטע וועלט מלחמה האט זיך געטוהן א גרויסער רעש אין אלע בלעטער וואס האבן געשריבן דאס מ'האט געטראפען תיבת נח אויף דעם באוואוסטען בארג אררט. איך אליין האב גערעדט מיט עטליכע אידן וואס זיינען קרוב צו 90 יאהר, און זיי געדענקען די גרויסע פראפאגאנדא וואס איז געוועהן אין די צייטונגען וועגן טרעפען תיבת נח. וואס און ווי אזוי איז דאס געשעהן?

עס איז געוועהן א פיילאט פון אן עראפלאן (דעמאלט איז נאך געוועהן די ערשטע יאהרן פון די עראפלאנען) מיט א נאמען ראסקאוויצקי וואס איז געוועהן פון די רוסישע ארמעי וואס האט געמאכט פארשידענע טעסטס מיט זיין עראפלאן צו זעהן ווי הויך דער עראפלאן קען פאהרען. אזוי איז ער געפאהרען העכער בארג אררט. אט זעהט ער ווי פון א גרויסע שטיק אייז שטעקט זיך ארויס א שפיץ פון א שיף. דאס זיינען זיינע ווערטער וואס ער האט שפעטער געזאגט: "ווי מיר האבן דאס געזעהן זיינען מיר געפלויגען זייער נאנט צו דעם, מיר האבען דאס ארום גערינגעלט עטליכע מאהל, ווען מיר זיינען געוועהן זייער נאנט צו דעם האבן מיר געזעהן ווי די שיף איז גרויס ווי א סיטי בלאק און ס'האט אויס געזעהן ווי איינע פון די גרויסע מלחמה שיפען. אויף איין זייט איז געוועהן א גרויסער לאך און פון די צווייטע זייט איז געוועהן א גרויסע עפענונג פון א טיר פון 20 סקווער פיס, דאס איז געוועהן זייער מאדנע ווייל די גרעסטע טירען פון די גרויסע שיפען זיינען אפילו נישט האלב אזוי גרויס". ביז דא איז זיין עדות.

ווען דער ראסקאוויצקי איז צוריק געקומען פון דארט און דאס דערציילט פאר זיין גענעראל, האט ער גענומען זיין גענעראל און דאס באוויזען פאר איהם. דער גענעראל האט גלייך געזאגט אז דאס מוז זיין תיבת נח. ווי זיי זיינען צוריק געקומען פון דארט האבען זיי געלאזט וויסען דעם צאר (דער מושל פון רוסלאנד אין יענע צייטען איז געוועהן אנגערופען מיט דעם נאמען "צאר"). דער צאר האט גלייך באפוילען צוויי גרופעס פון סאלדאטען זיי זאלען ארויף קריכען אויף דעם בארג און זעהן נאנט די תיבה. 50 מענטשן זיינען ארויף געגאנגען דעם בארג פון איין זייט און הונדערט סאלדאטען זיינען ארויף דעם בארג פון די צווייטע זייט. ס'האט גענומען א חודש צייט ביז זיי זיינען אנגעקומען צו די תיבה. דארט האבען זיי געמאסטען און גענומען בילדער פון די תיבה און דאס צוריק געשיקט צום צאר. נאך דעם וואס די סאלדאטען זיינען צוריק געקומען איז געוועהן געשריבן אין די צייטונגען די פאלגענדע מודעה:
"אין די תיבה געפונט זיך הונדערטער צומערן, ס'איז דא צומערן וואס זיינען זייער גרויס און זיינען ארום גענומען מיט האלצערנע צוימען וואס די האלץ פון די צוימען זיינען 2 פיס דיק. אויך זיינען דא צומערן וואס זיינען געוועהן ארום גענומען מיט אייזערנע צוימען. אלע צימערן זיינען געוועהן געפלאסטערט מיט א מין שמירעכץ ווי וואקס וואס זעהט אויס ווי שעלאק. די שיף זעהט אויס איז געבויט געווארען מיט אלע חכמות וואס א שיף דארף ווערן געבויט. די האלץ פון די שיף איז פון די מין האלץ וואס הייסט "סייפרעס" וואס ווערט נישט פארפוילט און בפרט אז ס'ליגט אין אייז די אלע יאהרן. ס'האט געפעלט עטליכע האלץ פון די תיבה, אביסעל העכער דעם בארג האט מען געטראפען נאך פון די האלץ, און אפשר האט מען שפעטער געבויט העכער פון די תיבה א געביידע פון די האלץ פון די תיבה".
(מ'דארף דא באמערקען נאך איינע פון די פאלשע זאכען וואס מ'טרעפט אין די אלטע גויעשע ביכער. זיי שרייבן אז אויף א געוויסען פלאץ אויף דעם בארג געפונט זיך א זכר פון נח'ס מזבח ווי ער האט מקריב געוועהן קרבנות ווען ער איז ארויס פון די תיבה. אבער מיר ווייסען אז ס'איז בכלל נישט אמת ווייל מיר ווייסן אז נח האט געבויט דעם מזבח אין ארץ ישראל אויף דעם הר הבית דארט ווי ס'איז געוועהן שפעטער עקידת יצחק און שפעטער דער גרויסע מזבח.)

חוץ פון די מודעה אין די צייטונגען איז נישט דא קיין בילדער אדער אנדערע באשרייבונגען. וואס איז געשעהן מיט די אלע בילדער וואס דער צאר האט באקומען פון די 150 סאלדאטען? מ'איז זיך משער דאס גלייך נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז דאך פאר געקומען די רוסישע רעוואלוציע צוזאמען מיט זייער כפירה. ממילא איז מען משער אז דער גרויסער רשע טראצקי שר"י האט פארטיליגט די אלע בילדער מיט שריפטען כדי ס'זאל נישט בלייבען קיין זכר וואס קען ווייזען אמיתת ובריאת העולם ווי ס'שטייט אין די תורה.

אנדערע האבן שפעטער געוואלט טענה'ן אז ס'הייבט זיך בכלל נישט אהן די גאנצע מעשה. איי ס'איז געשטאנען אין צייטונגען? ס'קען זיין אז די רוסישע האבן אויס געטראכט א מעשה און דאס אריין געלייגט אין די צייטונגען און די גאנצע וועלט האט גערידערט וועגען דעם. איינע פון די ראיות אז די מעשה פאנגט זיך בכלל נישט אהן איז ווייל ווען מ'האט זיך גענומען נאך פארשען די מעשה איז מען געוואויר געווארען אז ס'איז קיינמאל נישט געוועהן אין רוסלאנד א גענעראל וואס האט געהאט א פליגער מיט דעם נאמען "ראסקאוויצקי". אנדערע טענה'ן אז ער האט משנה שם געוועהן אלץ מורא. אבער ס'איז שווער אזוי צו זאגען.

אין תש"ה האט מען געטראפען אין אמעריקע א גענעראל וואס ער איז געוועהן דער הויפט פון א חלק פון די רוסישע ארמעי וואס האט זיך געפונען אין טערקיי. ער דערציילט אז ער געדענקט ווי מ'האט געטראפען די תיבה אין תרע"ו אבער ער זאגט אז דער נאמען פון דער וואס האט דאס געטראפען איז געוועהן "זאבלאטצקי" און נישט "ראסקאוויצקי". דער גענעראל האט מיט יאהרען שפעטער (תש"ל) נאך גערעדט מיט דוד פאסהאלד דער גרויסער חוקר וועגן די תיבה און האט ווייטער עדות געזאגט וועגען טרעפען א תיבה אין יאהר תרע"ו. אבער ער אליינס האט דאס נישט געזעהן ער געדענקט נאר ווי מ'האט געשמועסט וועגן דעם. איך האב אויך געטראפן מענטשן ווי מיר האבן פריער דערמאנט וואס געדענקען אז מ'האט געטראפען די תיבה.

תשמ"ו האט מען געטראפען איינער וואס איז געוועהן א קרוב צום צאר אין יאהר תרע"ו, און ער האט דערציילט אז ער געדענקט נאך קלאהר ווי ס'איז אנגעקומען צום צאר די ידיעה וועגען טרעפען די תיבה, און ווי דער צאר האט ארויס געשיקט סאלדאטען זיי זאלן נאך פארשען די זאך.

יעצט אז ס'איז נישט דא קיין שום בילדער וועגן די זאך קען מען קיין שום ראיה ברענגען פון זייער ערפינדונג.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עדות פון א שטיקעל האלץ
עטליכע יאהר בעפאר תשט"ו זיינען ארויף געקראכען א טאטע מיט א זוהן אויף דעם באוואוסטען בארג אררט. אין די הייכקייט פון 1,500 פיס איז געוועהן א גרויס שטיק אייז וואס אינטער די אייז האט מען געקענט באמערקען א צורה פון א גרויסע שיף. לויט זייער חשבון איז דאס געוועהן צווישען 380 און 400 פיס לאנג. שפעטער זיינען זיי צוריק געקומען אויף דעם ארט אין יאהר תשט"ו דעמאלט ווען פיהל פון די אייז וואס געפונט זיך אויף דעם בארג האט זיך שוין צולאזט און ס'איז געוועהן פיהל גרויסע ליידיגע גריבער אין די אייז. און דארט ווי זיי האבן געזעהן די צורה פון א שיף איז געוועהן א שפאלט אין די אייז פון 30 פיס, האט זיך דער טאטע אראפ געלאזט מיט א שטריק אין דעם לאך און געטראפען דארט לאנגע באלקענעס פון האלץ. ער האט פראבירט אראפ צונעמען א חלק פון די האלץ. ס'איז נישט אזוי גרינג געוועהן אבער צום סוף האט ער מצליח געוועהן ארויס צו ברענגען א שטיק האלץ אין די לענג פון 5 פיס.

יעצט ווען מען האט שוין געהאט אין די הענט דאס שטיקל האלץ האט מען געשיקט קליינע חלקים פון דעם אין פארשידענע לאבראטאריעס צו פעסטשטעלען ווי אלט איז דאס שטיקל האלץ. ס'איז דא וואס האבן פעסט געשטעלט אז די האלץ איז שוין אלט 5,000 יאהר. (דער מבול איז געוועהן פונקטליך פאר 4,100 יאהר צוריק אין יאהר אלף תרנ"ו). אנדערע האבן געזאגט אז די האלץ איז צווישען 4,000 און 5,000 יאהר אלט. אנדערע האבן געזאגט אז ס'איז נישט מער ווי 1,350 יאהר אלט. און ס'איז דא וואס האבן געזאגט אז ס'איז אינגאנצען אלט 560 יאהר.

פון דעם אליינס זעהט מען ווי פאלש זיינען די וועגען ווי אזוי די גויים רעכענען זייערע חשבונות ווי אלט פארשידענע זאכען זיינען. און דורך דעם קומען זיי צו כפירה אין בריאת העולם. אבער מיר אידן טוהן זיך בכלל נישט פארלאזען אויף זייערע חשבונות, אפילו אויף זאכען וואס איז ווייניגער פון ווען די וועלט שטייט קען מען זיך נישט פארלאזען אויף זייערע חשבונות. ווייל אזוי ווי מ'זעהט אז זיי האבן א טעות מיט זייערע רעכענונגען פאר מער יאהרען פון בריאת העולם, מוז זיין אז זייערע אלע חשבונות זיינען פאלש אדורך און אדורך.

סוף דבר מיר האבען נישט קיין שום בילד אדער ריכטיגע באשרייבונגען פון די אלע אויבען דערמאנטע זאכען, קען מען זיך אליינס פאר-שטעלען ווי ווייט ס'איז אמת די אלע עדות זאגען און מעשיות. און דערווייל ווייסען מיר נאך אלץ נישט ווי פונקטלעך די תיבה געפונט זיך. ס'איז דא נאך פארשידענע עדיות און מעשיות פון מענטשן וואס זיינען ארויף געקראכען דעם אררט בארג און טענה'ן אז זיי האבן געזעהן חלקים פון די תיבה. אבער ווי מיר האבן געזעהן כסדר ווי פאלש די אלע זאכען זיינען וועלן מיר אפילו נישט ברענגען זייערע מעשיות און עדות.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

א גרויסן יישר כח, זייער אינפארמעטיוו און געשמאק צו ליינען.
קיפּ איט אפ!
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - ווי געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תיבת פאסהאלד
אין יאהר תשט"ו איז איינער געפארען מיט אן ארעפלאן איבער די בערג פון אררט און געזעהן ווי 17 מייל אוועק פון דעם באוואוסטען בארג אררט געפונט זיך אויף די ערד אזוי ווי א גרויסער לאך אין א צורה פון א שיף. וואס די לענג פון דעם איז געוועהן בערך 500 פיס און די ברייט בערך 150 פיס און א הויכקייט פון 45 פיס. די חשבונות זיינען זייער נאנט צו די חשבונות פון שלש מאות אמות ארכה ושלשים קומתה וחמשים רחבה. שפעטער וועלן מיר זעהן ווי אזוי די חשבונות האלטען אויס פונקטלעך אדער נישט.

פון דעם בילד וואס מ'האט געזעהן האט מען זיך פאר-געשטעלט אז אינטער דעם בילד ליגט באגראבען די תיבה, וואס דורך יאהרען איז דאס פארדעקט געווארען פון זאמד און אש וואס איז אראפ געקומען פון העכער דעם בארג. די בילד האט מען געזעהן אין א הויכקייט פון 6,500 פיס העכער די פלאך פון ים. און ס'האט אויס געזעהן כאילו די תיבה איז געלעגען אויף יענעם בארג מיט 1,000 פיס העכער נאר ס'האט זיך מיט די צייט אראפ געקייקעלט און אויף דעם וועג אראפ האט דאס געכאפט א גרויסער קלאפ אין די זייט פון א גרויסער שטיין, און דאס איז דער גרויסער לאך וואס מ'וועט באלד זעהן וואס געפונט זיך אויף איינע פון די זייטען פון יענע שיף.

גלייך נאך די ערפינדונג זיינען אראפ געקומען עטליכע פראפעסארן פון אמעריקע און מ'האט גענומען בויערן לעכער אין דעם פלאץ צו זעהן וואס געפונט זיך דארט. ס'איז גארנישט ארויס געקומען פון דארט נישט קיין האלץ און נישט קיין אייזן. אנדערע האבן גע'טענה'ט אז ס'איז ארויס געקומען עטליכע שטיקלעך פון פארפוילטע האלץ אבער נישט אלע האבן געהאלטען פון דעם. דערווייל האט זיך אפגעשטעלט פאר די קומענדיגע 20 יאהר דאס זוכען פון די תיבה. פון די הויפט סיבות פאר וואס ס'האט זיך אפגעשטעלט איז געוועהן ווייל מיר דארפען נישט פארגעסן אז די הרי אררט געפונען זיך ביים גרעניץ פון טערקיי וואס פון דארט קען מען זעהן רוסלאנד. און ס'איז נישט קיין געשמאקע זאך אז מ'זאל קענען פון איין לאנד אריין קוקען צו די צווייטע און בפרט מיט כלים וואס מאכען בילדער. דערפאר האט מען כסדר געהאט צרות פון די רוסישע ממשלה וואס זיי האבן כסדר געשטערט דאס זוכען פון די תיבה. און בפרט אז די רוסען זיינען דאך כופרים וואס ווילן בכלל נישט גלייבען אין די אלע זאכען האבן זיי נישט געוואלט העלפען צו דעם ענין פון זוכען די תיבה. אין יאהר תש"ל האט מען ווייטער געוואלט זיך נעמען זוכען די תיבה. מ'האט שוין אפילו געהאט גרייט די אלע געלט וואס מ'דארף האבן, אבער פרעזידענט ניקסאן האט מחליט געוועהן אז די צייט איז נישט קיין גוטע. ווייל דעמאלט איז געוועהן זייער אן אנגעצויגענע צייט צווישען אמעריקע און רוסלאנד, דערפאר איז אלעס געבליבען שטיין ביז אין יאהר תשמ"ד - תשמ"ה.

אס איז געוועהן איינער א פראפעסאר מיט דעם נאמען דעיוויד פאסהאלד (איך האב נישט פעסט געשטעלט אויב ער איז א איד אדער א גוי) וואס האט געהאט גרויס ערפארונג מיט שיפן במשך זיינע יאהרען. ער האט מחליט געוועהן צו דערגיין ביז צום סוף וועגען דעם ענין פון די תיבה. נאך פיהל אויספארשונגען האט ער מחליט געוועהן אז די תיבה געפונט זיך נישט אויף דעם באוואוסטען בארג אררט נאר אויף א צווייטער בארג וואס איז 17 מייל אוועק פון אררט. ער האט געהערט וועגען דעם גרויסען בילד וואס מ'האט געטראפען אויף א בארג וואס האט א צורה פון א שיף איז ער געגאנגען און האט געדינגען טייערע כלים וואס האט איהם אפגעקאסט 1,000$ א טאג געוויסע מאשינען פון רעדארן און סקענער'ס וואס מ'קען זעהן וואס טוט זיך אינטער די ערד פאר איבער 50 פיס טיף.


אומר ועושה ער קומט צו גיין אויף דעם ארט פון דעם בילד צוזאמען מיט זיינע העלפערס און מ'נעמט זיך זוכען מיט די מאשינען צו זעהן וואס טוט זיך אינטער די ערד. און ווינדער איבער ווינדער ער זעהט ווי די מאשינען ווייזען אז אינטער די ערד געפונט זיך אייזן מיט טשוועקעס א סימן אז עפעס א געביידע ליגט דארט באגראבען. דאס ערשטע מאהל וואס ער איז געוועהן דארט האט ער נאך נישט געהאט מיט זיך די גאר טייערע כלים, דעמאלט איז ער צוריק געפארען קיין אמעריקע און געזעהן צו האבען די פאפירען מיט ערלויבענישן פון די אמעריקאנער רעגירונג און אזוי אויך פון די טערקישע רעגירונג און די רוסישע רעגירונג. נאך דעם וואס ער האט שוין געהאט די אלע פאפירן גרייט צוזאמען מיט די גאר טייערע מאשינען איז ער אריבער קיין טערקיי און זיך גענומען ארבייטען אויף דעם ארט מיט די מאשינען. ווינדער איבער ווינדער די מאשינען האבן זיך גענומען ווייזען ווי אינטער די ערד געפונען זיך גרויסע באלקענעס אין די לענג און אין די ברייט פון דעם בילד וואס מ'זעהט אויף דעם בארג. ביי יעדע באלקען וואס מ'האט געזעהן אין די לענג האט מען פון אויבען אויסגעצויגען א שטריק פאר א סימן ווי ס'געפונט זיך די באלקען אזוי האט ער געטוהן מיט די אלע באלקענעס אין די לענג. נאך דעם האט ער דאס זעלבע גענומען טוהן מיט די באלקענעס פון די ברייט. נאך דעם וואס מ'האט שוין געהאט אויס געצויגען אלע שטריק אין די לענג און אין די ברייט האט מען באקומען א בילד פון א שיף. ווי אינמיטען איז ברייט און צום סוף ביי ביידע זייטען ווערט שמעלער און אלע באלקענעס וואס לויפען אין די לענג קומען זיך צוזאמען ביי ביידע שפיצען פון די שיף.

גלייך נאך דעם וואס ער האט דאס ענטעקט האט די טערקישע רעגירונג אנגענומען די זאך פאר אן אמת אז דארט ליגט טאקע באגראבען תיבת נח. און די רעגירונג האט אפיציעל געלאזט שרייבן טאוולען (NUH’UN GEMISI וואס דאס מיינט נח'ס תיבה) אויף די שאסייען וואס זאלען ווייזען דעם וועג צו תיבת נח.

איידער מיר גייען ווייטער לאמיר זעהן איינע פון די הויפט סיבות פאר דער פראפעסער האט מחליט געוועהן אז דארט מוז זיך געפונען די תיבה פון נח.

אין יאהר תש"ו ווען די אמעריקאנער האבן געוואלט זיך נעמען זוכען די תיבה, האט דער אמעריקאנער עמבעסי אין טערקיי באקומען א בריוו וואס דארט איז געשטאנען:
"ווען מיר זיינען צוריק פון די ערשטע וועלטס קריג איך מיט מיינע 5 חברים זיינען מיר אריבער אררט מיר האבן געזעהן תיבת נח ליגט אויף די זייט פון דעם בארג מיר האבן געמאסטען די תיבה און ס'איז געוועהן 150 פעסעס אין די לענג און ס'האט געהאט דריי שטאק, מיר האבען געליינט אין די צייטונג אז ס'איז דא מענטשן וואס ווילן זוכען די תיבה דערפאר טוה איך מעלדן אז איך קען זיי העלפען זוכען די תיבה".
דער בריוו איז געליגען ביי די אמעריקאנער אמבאסאדער אין טערקיי די גאנצע צייט און קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם בריוו. ביז אין יאהר תשכ"ו האט איינער א פראפעסער געטראפען דעם בריוו נאך דעם וואס די אלע 6 סאלדאטען זיינען שוין מער נישט דא אויף די וועלט. יעצט איז געקומען אונזער פראפעסאר פאסהאלד און זיך גענומען אדורך טוהן דעם בריוו מיט אלע איינצעלהייטען, און לויט זיינע חשבונות אז די זעקס מענטשן זיינען געוועהן פון די טערקישע ארמיי וואס זיינען צוריק געקומען פון א מלחמה. און לויט זיין חשבון וועלכע מלחמה טערקיי האט דעמאלט געהאט מיט וועמען איז ארויס געקומען א חשבון אז דער וועג וואס זיי האבן גענומען אויף צוריק קיין טערקיי איז נישט געוועהן דורך דעם באוואוסטען סכנה'דיגער בארג אררט נאר אויף א צווייטער בארג וואס איז מיט 17 מייל ווייטער, און דאס איז דער בארג ווי מ'האט יעצט געטראפען אן ערפינדונג פון א געביידע אינטער די ערד. דאס איז איינע פון די הויפט זאכען וואס האט דעם פראפעסער פאסהאלד געמאכט איינרעדן אז די תיבה געפונט זיך נישט אויף דעם באוואוסטען בארג אררט נאר אויף א צווייטער בארג און דאס האט ער יעצט געטראפען.


נאך דעם וואס מ'האט שוין געהאט אויסגעצויגען אלע שטריק אין די לענג און אין די ברייט האט מען זיך גענומען מעסטען די לענג און די ברייט. די ערשטע זאך האט מען זיך גענומען מעסטען די לענג. און ס'איז אויס געקומען אז די לענג איז 504 פיס פון אינעווייניג און 515 פיס פון דרויסען פון דישיף. יעצט האט ער געמאכט א חשבון אז אן אמה איז 20.6 אינטשעס (אויף דעם אליין איז דא א גאנץ אריכות ווייל מיר ווייסן אז אן אמה איז 24 אינטשעס אבער דאס איז נאר לחומרא און מיר וועלן נישט אריין גיין אין דעם יעצט). און 300 מאהל 20.6 אינטשעס איז 6180 אינטשעס וואס דאס איז 515 פיס. יעצט האט ער באקומען די ריכטיגע לענג ווי ס'שטייט אין די תורה "שלש מאות אמות ארכה".

יעצט האט ער זיך גענומען מעסטען די ברייט פון די שיף און דא זעהט ער אז די ברייט איז 136 פיס פיל מער ווי ס'דארף זיין חמשים אמה. ווייל חמשים אמה דארף זיין לויט זיין חשבון 85.5 פיס. און דא האט ער א ברייטקייט פון 136 פיס. וואס טוט מען יעצט אז ס'זאל שטימען מיט די חמשים אמה וואס שטייט אין די תורה? מיט שווערע חשבונות דאס מ'רעכענט עיגול מתוך ריבוע און נאך חשבונות וואס איך אליינס האב נישט געקענט מיט האלטען ווייזט ער אויף אז ס'שטימט די חמשים אמות מיט די 136 פיס. יעצט האבן מיר שוין די לענג און די ברייט פון די תיבה.

יעצט לאמיר גיין מעסטען די הויכקייט פון די תיבה. ער האט געמאסטען א הויכקייט פון 45 פיס, ס'קען זיין אז דער אויבערשטער חלק פון דעם דאך האט געפעלט ווייל שלשים אמות דארף זיין מער ווי 50 פיס. אבער אזוי פיהל האט ער פעסט געשטעלט אז ס'איז אין די געגענט פון שלשים אמות קומתה.

נאך דעם וואס מ'האט שוין געמאסטען די לענג די ברייט און די הויך גייט מען זעהן וואס טוט זיך אין די תיבה ממש. מ'נעמט אריין קוקען מיט די טייערע מאשינען זעהן ווי אזוי די אלע באלקענעס זיינען אויס געשטעלט און ס'האט זיך באוויזען אז ס'איז דא 7 שטאק, דאס מיינט זיבען ליידיגע ערטער פון איין דאך ביז די צווייטע. וואס טוט מען יעצט אז ס'זאל שטימען מיט וואס מיר ווייסן אז די תיבה האט געהאט נישט מער ווי 3 שטאק "תחתיים שניים ושלישים". קודם כל האט ער געברענגט א ראיה פון יוסיפוס וואס דארט שטייט אז די תיבה האט געהאט 6 שטאק. און נאך מער וויל ער זאגען אז יעדער שטאק וואס ווערט דערמאנט אין די תורה איז געוועהן איינגעטיילט אין צוויי שטאקען. (פון אבן עזרא איז אזוי משמע ווי ער זאגט "וי"א כי רבים היו" עיי"ש) און דערפאר שטייט אין די תורה א לשון רבים "תחתיים" דאס מיינט אז ס'איז געוועהן צוויי אינטערשטע שטאק. דאס זעלבע מיט "שניים" און "שלישים". יעצט האבען מיר שוין זעקס שטאק, אבער ווי קומט אריין דער דריטער שטאק? אויף דעם קען מען אויך פארענטפערן זייער גרינג. דער דריטער שטאק איז געוועהן דער בוידעם דארט ווי ס'שטייט "ואל אמה תכלנה מלמעלה". יעצט איז אלעס פיין און וואויל. דערווייל שטימט לויט זיינע חשבונות און השערות אלעס וואס שטייט אין די תורה. אדער בעסער געזאגט ווי אזוי ער וויל לערנען פשט אין די תורה.

איינע פון די גרעסטע באווייזונגען אז די געביידע איז פון א שיף פון טויזענטער יאהר אלט איז געוועהן דאס וואס מ'האט געטראפען אויף דעם זעלבען בארג מיט 1,000 פיס העכער אזעלכע גרויסע שטיינערנע אנקערס וואס מ'האט זיך באנוצט מיט עטליכע טויזענטער יאהר צוריק. ער איז משער אז נח האט זיך באנוצט מיט די אנקערס צו האלטען די תיבה אויף איין פלאץ וואס דורך דעם איז געוועהן "ותנח התיבה" און די תיבה איז געבליבען שטיין און נישט געשווימען ווייטער. דאס איז אלץ זיינע השערות. גיי גלייב זיי. אבער די שטיינער זיינען נאך דא און יעדער איינער קען דאס זעהן.

יעצט וועלן מיר צוגיין צו דעם הויפט פראבלעם וואס דער פראפעסאר האט געהאט. די שיף וואס מ'האט יעצט געטראפען איז נישט געוועהן געמאכט פון האלץ נאר פון אייזן און צימענט. ס'שטייט דאך אין די תורה "עצי גופר" אז ס'איז יא געוועהן געמאכט פון האלץ. וואס טוט מען יעצט? מיר ווייסען שוין ווי מיר האבן געשריבן פון אנפאנג אז "עצי גופר" איז א מין האלץ ווי ס'ווערט געברענגט אין מדרש אז די האלץ איז געוואקסען אין דעם געגענט פון הרי אררט. אזוי אויך שרייבט דער אבן עזרא "עץ קל ששט על המים" ס'איז א גרינגער האלץ וואס קען שווימען אויף די וואסער. יעצט אז ער האט נישט געטראפען קיין האלץ דארט וואס טוט מען? וויל ער לערנען פשט אז "עצי גופר" איז נישט קיין האלץ נאר ס'איז א מין צעמענט. ווייל דאס ווארט פון "עצי גופר" ווערט נאר איינמאהל דערמאנט אין גאנץ תנ"ך. אבער זיינע רייד זיינען דאך אפגעפרעגט ווי מיר האבן פריער געברענגט. אבער אפילו מ'וועט זאגען אז דאס איז יא תיבת נח, קען מען זאגען צוויי זאכען, אדער די האלץ איז פארפוילט געווארען במשך די יארען און ס'איז נישט געבליבען מער ווי די צימענט און אייזן ווי מיר וועלען באלד שרייבן ווי ס'קומט אריין צימענט דארט. אדער מ'קען זאגען אז ווי באלד נח מיט זיינע קינדער זיינען ארויס פון די תיבה אנפאנג ווינטער און ס'איז בכלל נישט געוועהן קיין האלץ צו באקומען אין די געשעפטן (ווייל קיין געשעפטען זיינען נישט געוועהן אין די וועלט און אלע ביימער זיינען אפגעווישט און צוגאנגען געווארן דורך דעם מבול), דערפאר קען מען אפשר זאגען אז נח האט ארויס גענומען די האלץ זיך צו באנוצען פאר הייצען און בויען הייזער פאר זיך און זיינע קינדער. דאס איז נאר א השערה וואס מ'קען זאגען. (איך האב געהערט ווי איינער וויל זאגען נאך א פשט. פאר וואס האט נח געדארפט האבן א גאנצן שטאק פאר זבל. נאר נח האט געוויסט אז די ערד וועט ווערן פארשאלטען דורך דעם מבול און מ'וועט נישט קענען אנזייען און פלאנצען אויף די ערד גלייך ווען מ'קומט ארויס פון די תיבה, דערפאר האט נח זיך אנגעגרייט גענוג מיסט און זבל ווען ער איז אריין צו האבען גענוג ווען ער וועט איינפלאנצען די אלע פלאנצונגען וואס ער האט איינגעפלאנצט נאך דעם מבול).

מיר זיינען געבליבען מיט דעם פראבלעם ווי קומט דארט אריין צימענט. אז מ'האט זיך באנוצט מיט אייזן אין די צייטען פון נח איז גאר פשוט ווייל ס'שטייט דאך אין פסוק (בראשית ד-כב) "לוטש כל חורש וברזל" איז גאר פשוט אז נח האט זיך אויך באנוצט מיט אייזן צו פארשטארקען די באלקענעס און די האלץ. אבער ווי קומט דא אריין צימענט? לאמיר זעהן אין פסוק שטייט "וכפרת אותה בבית ומבחוץ בכופר" מ'זאל דאס באשמירען פון אינעווייניג און פון אינדרויסען מיט פעך. אזוי האבן מיר אלע געטייטשט אין חדר. און אזוי וועט מען ווייטער טייטשען אין חדר. און אזוי איז משמע פון רש"י אז כופר איז זפת וואס דאס איז פעך וואס האט א שלעכטער ריח. אבער מיר האבן אן אבן עזרא ווי מיר האבן פריער געברענגט וואס שרייבט אז כופר "מין טיט הנמצא בארץ" פון דעם אבן עזרא איז משמע אז כופר קען זיין איז געוועהן א מין צימענט (וואס האט אויך אפשר געהאט דעמאלט א שלעכטע ריח). און נאך מער דער טייטש פון וכפרת קען אויך זיין א לשון פון צודעקען פון לשון "כפורת זהב" און מ'קען יעצט טייטשען "וכפרת" זאלסט באדעקען די תיבה בכופר מיט א געוויסע סעמענט. מ'קען נאך מער טייטשען "בכופר" מיט א צודעק. און ס'איז נישט קלאהר פון וואס די צודעק זאל זיין. דאס איז אלעס פשטים וואס מ'קען זאגען אבער מיר וועלן ווייטער לערנען אונזער פשט ווי מיר האבן אלע יאהר געלערענט אין חדר.

יעצט אז מיר זעען אז ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז אין די תיבה איז געוועהן צימענט, וואס טוט מען? צימענט איז דאך זייער א שווערע זאך, און ווי אזוי האט די תיבה געקענט שווימען מיט אזויפיהל צימענט אין זיך. אויף דעם האט פראפעסער פאסהאלד געפונען אויך א ענטפער. ער זאגט אז ס'איז דא היינט פארשידענע מינים פון צימענט. ס'איז דא אזעלכע צימענט וואס וועגען זייער פיהל א חשבון פון 115 פונט פאר יעדער קיוביק פיס. און ס'איז דא צימענט וואס וועגט נישט מער ווי 35 פונט פאר יעדע קיוביק פיס און איז אזוי גרינג אז ס'קען שווימען אין וואסער. און ס'קען זיין אז נח האט זיך באנוצט מיט די גאר גרינגע צימענט וואס קען שווימען אין וואסער.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

צורת התיבה
אונזער פראפעסאר האט נאך אלץ נישט גיענדיגט מיט אלע זיינע אויפווייזונגען אז דאס וואס ער האט געפונען איז תיבת נח. יעצט קומט א פרישער פראבלעם. וואס טוט מען מיט די צורה פון די תיבה. מיר ווייסן אז די תיבה איז געוועהן ווי א פיהר עקעדיגע קעסטיל וואס פון אויבען איז געוועהן שיעף ביז אן אמה. ווי די מפרשים שרייבן אז דאס איז געוועהן געמאכט פארקערט ווי א שיף ווייל אלץ איז געוועהן שלא כדרך הטבע. און דא האט מען געטראפען פארקערט א תיבה וואס איז ברייט פון אויבען און שמעלער פון אינטען. לאמיר יעצט צונעמען דעם ענין און זעהן פאר וואס מיר האבען אנגענומען אז די תיבה איז געוועהן געמאכט ווי א קאסטען. ווייל ס'שטייט דאך אין די תורה "תיבת" און תיבה מיינט א קאסטען. קודם כל דארפן מיר זעהן ווער זאגט אז תיבה איז טייטש א קאסטען. דאס איינציגסטע מאהל וואס מיר טרעפען דעם לשון פון "תיבת" אדער "תיבה" איז ביי נח (און אויך ביי משה רבינו) חוץ פון דעם טרעפען מיר נישט אין גאנץ תנ"ך דאס לשון פון "תיבה". יעצט דארפען מיר וויסען וואס איז דער ריכטיגער טייטש פון "תיבה". דאס וואס מ'טייטשט קאסטען נעמט זיך אפשר ווייל אין די גריכישע שפראך איז תיבה א קאסטען. (אין משניות איז משמע א תיבה מיינט א קאסטען) אבער אז מיר וועלן ווייטער אריין בליקען אין אבן עזרא וועלן מיר זעהן ווייטער א פשט וואס וועט אפשר ליכטיג מאכען אונזערע אויגען. דער אבן עזרא שרייבט אויף תיבה: "ושם תיבה ולא ספינה כי איננה על צורת אניה ואין לה משוטים" אז די תיבה הייסט תיבה ווייל ס'האט נישט געהאט קיין צורה פון א שיף ווייל ס'האט נישט געהאט קיין רודערס וואס זאל פירן די תיבה. ווי באוואוסט אז אלע פארצייטישע גרויסע שיפען האבען געהאט אזעלכע לעכער אויף די זייטען ווי מ'האט ארויס געצויגען די רודערס וואס דורך דעם האט מען געפירט די שיף. אבער ווי באלד דא האט זיך די שיף אליינס געפירט האט מען נישט געדארפט האבן די רודערס זיינען די ווענט פון די תיבה געוועהן פלאך און גאנץ און האבן נישט געהאט די לעכער פון א שיף האט דאס נישט אינגאנצען אויס געזעהן ווי א שיף. אבער ס'קען זיין אז א חלק פון א שיף האט דאס יא אויס געזעהן. דאס איז אלעס נישט מער צו זאגען און פארענטפערן די וואס ווילן זאגען אז די תיבה וואס פאסהאלד האט געטראפען איז באמת תיבת נח. (אין אבן עזרא שטייט אויך אז די תיבה איז געוועהן בצורת משולש דארף מען פארשטיין וואס ער מיינט מיט דעם)

מיר וועלן ווייטער אנעמען אז די תיבה איז געוועהן געמאכט פון האלץ באשמירט מיט זפת און ס'איז געוועהן אין א צורה פון א פארקערטע שיף ברייט פון אינטען און שמאל פון אויבען. און אויף די שיף וואס פאסהאלד האט געטראפען קען מען זאגען אז דאס איז נישט תיבת נח נאר "תיבת פאסהאלד". (יעדער איינער איז פריי צו טראכטען ווי אזוי ער וויל און ווער ס'וויל גלייבען אז דאס וואס מ'האט געטראפען איז יא תיבת נח איז נישט קיין אפיקורס, אבער מ'וועט דארפען לערנען פיהל אנדערע פשטים ווי מיר האבן געהאט מקובל ביז היינט צו לערנען פשט און טייטש אין די חומש). איי ווי קומט דארט אויף דעם בארג אזא גרויסע שיף? בלייב איך נישט מער ווי מיט איין קשיא ווי איידער מיט צענדליגע אנדערע קשיות. מיר וועלן איבער חזר'ן בקיצור די אלע קשיות וואס מיר האבן אויף דעם פראפעסאר. 1) נאר די לענג שטימט און נישט די ברייט און די הויכקייט. 2) מיר ווייסען פון דריי שטאקען און ער האט געטראפען 6 שטאקען. 3) ווי איז די האלץ פון "עצי גופר". 4) די תיבה איז דאך געוועהן ווי א קאסטען אדער א פארקערטע שיף און נישט ווי א נארמאלע שיף. 5) בפשטות לערנט מען אז כופר מיינט מען זפת און נישט א צעמענט חוץ פון דעם אבן עזרא וואס לערנט אז ס'איז א מין טיט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שאלות ותשובות לפאסהאלד
נאך דעם וואס פאסהאלד איז צוריק געקומען מיט זיין גרויס ענטעקונג פון תיבת נח האט מען איהם געפרעגט פארשידענע שאלות. מיר וועלען אראפ ברענגען עטליכע פון די שאלות צוזאמען מיט א חלק פון די ענטפערס.

שאלה: וואס זאגסטו אויף די אנדערע שיפן וואס מ'האט געטראפען אויף בארג אררט?
תשובה: איינער דערציילט אז ער האט געזעהן א שיף וואס זעהט אויס ווי א סאבמערין וואס האט זעגיל ביימער, אן אנדערער דערציילט פון א שיף וואס איז לאנג 1,000 פיס און ברייט 600 פיס, אן אנדערער דערציילט פון א שיף וואס איז לאנג 900 פיס. אנדערע זאגען אז זיי האבן געזעהן שיפן, אנדערע זאגען זיי האבן געזעהן קאסטענעס.

שאלה: זיינען אפשר אמת איינע פון די אלע עדות?
תשובה: די תיבה וואס ראשידט האט געזעהן אין 1948 קען זיין איז אמת און דאס איז די תיבה וואס איך האב אנטפלעקט. איך האב ראיות צו דעם...

שאלה: קען זיין אז די תיבה וואס דו האסט געפינען איז געוועהן אביסעל העכער אויף דעם בארג און נאך דעם האט זיך דאס אראפ גענידערט?
תשובה: יא. ס'איז געוועהן מיט 1,000 פיס העכער אויף דעם בארג און בשעת ס'איז אראפ געפאלען האט זיך דאס אריינגעקלאפט אין א גרויסער שטיין דערפאר איז פון איין זייט דא א גרויסער לאך. און נאך א ראיה אז די אנקערס וואס מיר האבן געטראפען זיינען מיט 1,000 פיס העכער ווי די שיף געפונט זיך יעצט.

שאלה: אויב דאס איז די תיבה. וואס טוט זיך מיט די האלץ וואס ווערט דערמאנט אין חומש?
תשובה: עצי גופר ווערט נאר איינאמהל דערמאנט אין גאנץ תנ"ך קען מען אפשר זאגען אז דאס איז נישט האלץ נאר צימענט.

שאלה: קען דען א שיף געמאכט פון צימענט שווימען אין וואסער?
תשובה: אודאי אפילו שיפן וואס זיינען געבויט מיט אייזן קענען שווימען אין וואסער, און ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען געבויט גרויסע שיפן מיט צימענט.

שאלה: ווי אזוי קומט אויס די אלע מעסטונגען וואס דו האסט געמאסטען לויט וואס שטייט אין חומש?
תשובה: איך האב גערעכענט לויט דעם חשבון אז אן אמה איז 20.6 אינטשעס און די תיבה וואס איך האב געטראפען איז 515 פיס לאנג וואס דאס איז 6180 אינטשעס וואס קומט אויס 300 אמות.

שאלה: איז דאס וואס דו האסט געטראפען א שיף אויף אן אנדערער בארג נישט קיין סתירה מיט דעם וואס ס'שטייט אז די תיבה געפונט זיך אויף בארג אררט?
תשובה: ס'שטייט "על הרי אררט" א לשון רבים מיינט מען איינע פון די בערג פון אררט, ממילא מוז נישט זיין דער באוואוסטער בארג וואס רופט זיך אררט.

שאלה: איז נישט קיין סתירה פון די שיף וואס דו האסט געטראפען צו די תיבה וואס מיינט א סקווער באקס וואס שטייט אין די תורה?
תשובה: דאס ווארט "תיבה" אין חומש האט באקומען דעם טייטש פון א קאסטען פון די גריכישע שפראך אבער מ'קען זיך קריגען אויף דעם, הגם ס'איז דאס איינציגסטע מאהל וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך דאס ווארט תיבה.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט, אז איר לייגט צו בילדער וועט דאס מאכן א השלמה.
שכח!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

נאר אנגעהויבען צי ליינען זעהט אויס צי זיין עפעס נישט נארמאל
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

הערליכע באשרייבונג! זייער אינפארמאציע און שיין צולייגט.

איך דערמאן זיך אז הרב ביללער אין די יפה בעתו האט געהאט א לאנגס און א ברייטס וועגן די תיבת נח. #גירסא_דינקותא
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

זעעער שיין. ייש״כ.

וזאת למודעי: דעיוויד פאססאלד האט עדות געזאגט אין אסטראליע קאורט בשנת תשנ״ז (א יאר איידער זיין טויט) אז די געפינסן אין מאונט אררט אין טערקיי, איז נישט די תיבה.

קעיס קלאוזד.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דייווער האט געשריבן:
הערליכע באשרייבונג! זייער אינפארמאציע און שיין צולייגט.

איך דערמאן זיך אז הרב ביללער אין די יפה בעתו האט געהאט א לאנגס און א ברייטס וועגן די תיבת נח. #גירסא_דינקותא
יא איך געדענק עס נאך גוט, שפעטער האט ער עס איבערגעזעצט אין די נייערע "דבר בעתו".
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
יצחק זלמן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:38 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק זלמן »

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

געוואלדיגע ארבעט
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

וואו! דאס איז סמסינג ספעשעל!!!
און צו דיר הרב@יצחק זלמן אפשר קענסטו עס ארויפלייגען נישט אויף א דרייו א גרויסען ייש"כ
יצחק זלמן האט געשריבן:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאסיווער ארבעט, שכוח
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

יאנאש האט געשריבן:
מאסיווער ארבעט, שכוח
;l;p-
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
יצחק זלמן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:38 pm

Re: תיבת נח עד היום הזה - וואו געפינט זיך תיבת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק זלמן »

כ'וויל האט געשריבן:
וואו! דאס איז סמסינג ספעשעל!!!
און צו דיר הרב@יצחק זלמן אפשר קענסטו עס ארויפלייגען נישט אויף א דרייו א גרויסען ייש"כ
יצחק זלמן האט געשריבן:
וואס הייסט נישט אויף א דרייו
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”