פרייטאג צו נאכטס זאגט מען דעם מלך אביר מיט גרויס כוונה.
פון וואו קומט דער דאזיגער זמר?
קודם איז כדאי צו באמערקן, אז דער גאנצער ריבון כל העולמים, איז א צושטיקלטע תפילה, וואס איז גענומען געווארן פון עטליכע פלעצער. מיר באציען זיך דא אצינד צו דער "מלך אביר" - ביז "מלך תמים דרכו" - פון וואו דאס איז גענומען געווארן?
עס איז אנגנומען אין די וועלט אז דער פיוט קומט פון דער ספר "ספרות ההיכלות והמרכבה", א חיבור וואס שטאמט נאך מזמן התנאים והאמוראים. פארט, איז דער נוסח דארט אסאך לענגער מיט געוויסע שינויים ווי מיר זאגן עס. טייל זענען עס מייחס צו אן אנדערן פיוט פון ספר רזיאל המלאך. בכל אופן איז דאס זייער א הויכער פיוט, וואס לויט ווי עס ווערט געברענגט, האט רבי ישמעאל זיך באנוצט דערמיט ארויפצוגיין אין הימל, ווען ער האט אנגעפרעגט דעם מלאך מט"ט איבער די גזירה פון עשרה הרוגי מלכות.
אין געוויסע פלעצער איז דער זמר פון די סאמע קלימאקסן פון דעם שבת'דיגער סעודה, א שטייגער ווי שומרי אמונים ותולדות אהרן, וואו עס איז פארהאן דערויף עטליכע ניגונים, פארפאסט דורך די רבי'ס.
עס איז פארהאן א מעשה מיטן רבי'ן ר' העניך מאלכסנדר, ווי אזוי ער האט געזאגט אז פון די מלאכים ווערן שערים, אום מוצאי שבת, דהיינו אז מען קען פועל'ן וכו'...
שבת 8# - מלך אביר
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: שבת 8# - מלך אביר
די חיד“א אין מחזיק ברכה (או“ח ס' רסב אות ג) זאגט אז מען זאל עס נישט זאגן
חדא משום אל ישאל אדם צרכיו בשבת ועוד מכמה דברים שאין ראוי לאומרם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=109
חדא משום אל ישאל אדם צרכיו בשבת ועוד מכמה דברים שאין ראוי לאומרם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=109
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: שבת 8# - מלך אביר
מכח די ערשטע טענה איז די מנהג אין בעלזא, אז פון וברוכים הם זאגט מען ער"ש פאר מנחה.יעדער האט געשריבן:די חיד“א אין מחזיק ברכה (או“ח ס' רסב אות ג) זאגט אז מען זאל עס נישט זאגן
חדא משום אל ישאל אדם צרכיו בשבת ועוד מכמה דברים שאין ראוי לאומרם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=109
Re: שבת 8# - מלך אביר
מיינסט מן הסתם מלכים נישט מלאכיםחסדי אבות האט געשריבן:עס איז פארהאן א מעשה מיטן רבי'ן ר' העניך מאלכסנדר, ווי אזוי ער האט געזאגט אז פון די מלאכים ווערן שערים, אום מוצאי שבת, דהיינו אז מען קען פועל'ן וכו'...
Re: שבת 8# - מלך אביר
אגב בין איך שוין יארן נייגעריג דער מקור פונעם תנועה אויף מלך אביר, די שטאטע, איי ייא איי אייאייאייאייא. עס איז עפעס אן אייגנארטיגן תנועה'לע אזוי טיף. איינער ווייסט?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: שבת 8# - מלך אביר
די לשון התפלה איז טאקע שטארק משמע אז מען זאגט עס נאך אין בית המדרשאוראייניקל האט געשריבן:מכח די ערשטע טענה איז די מנהג אין בעלזא, אז פון וברוכים הם זאגט מען ער"ש פאר מנחה.יעדער האט געשריבן:די חיד“א אין מחזיק ברכה (או“ח ס' רסב אות ג) זאגט אז מען זאל עס נישט זאגן
חדא משום אל ישאל אדם צרכיו בשבת ועוד מכמה דברים שאין ראוי לאומרם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=109
ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו וכו' ובאתי לביתך להפיל תחנתי לפניך
און פון וזכנו לקבל שבתות איז אויך אביסל משמע אז מען האלט פאר קבלת שבת