פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
אזוי ווי יעצט לאחר הסתלקותו ווערט מען מער און מער געוואר פון זיין גדלות בתורה והוראה, עפן איך די אשכול אז ווער עס ווייסט סיי וואסערע הוראה פון אים זאל עס דא מפרסם זיין לתועלת הציבור
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
וזה החלי, א מעשה רב והוראה
איך האב אבלח"ט אים געזען די ערשטע מאל אלס אנטווערפענער דיין, זייענדיג אין וומסב"ג איז ער מכובד געווארן צו פארלערנען פרק אין א קליין ביהמ"ד אין וומסב"ג.
ער איז אנגעקומען האבן מיר באמערקט אז ער האט די קלינינג לעבעל אויף זיין בעקיטשע, ווען מיר האבן אים געפרעגט דערוועגין האט ער געזאגט, קיין שום שאלה עס איז מותר לכתחלה

פעסט פאווערד, אפאר יאר שפעטער שוין אלס ירושלימ'ר רב איז ער געווען אויף א פרייוועט באזוך אין וומסב"ג (פאר רפואות), האב איך געהאט די זכי' מיטצוהאלטן א שבת מיט אים אין א ביהמ"ד אין וומסב"ג
ביי שלוש סעודות איז געווען מצה אויפ'ן טיש, איז אויסגעקומען א שמועס צו מ' מאכט א מזונות אויף פסחדיגע מצות איבערן יאר, ער האט געזאגט אז דער מנח"י פסקנ'ט אז מ' מוז מאכן המוציא
ילדות היתה בי, האב איך אים געזאגט אז עס איז דא וואס פסקנ'ן אנדערש, האט ער גענטפערט, דער מנח"י איז דער פוסק הדור והלכה כמותו
ביי שלוש סעודות איז געווען מצה אויפ'ן טיש, איז אויסגעקומען א שמועס צו מ' מאכט א מזונות אויף פסחדיגע מצות איבערן יאר, ער האט געזאגט אז דער מנח"י פסקנ'ט אז מ' מוז מאכן המוציא
ילדות היתה בי, האב איך אים געזאגט אז עס איז דא וואס פסקנ'ן אנדערש, האט ער גענטפערט, דער מנח"י איז דער פוסק הדור והלכה כמותו
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
לכאורה איז דאס אויך א לימוד אויף פארקערט אז מטאר עס נישט אראפנעמען שבת, ניין?היסטאריקער האט געשריבן:וזה החלי, א מעשה רב והוראה
איך האב אבלח"ט אים געזען די ערשטע מאל אלס אנטווערפענער דיין, זייענדיג אין וומסב"ג איז ער מכובד געווארן צו פארלערנען פרק אין א קליין ביהמ"ד אין וומסב"ג.
ער איז אנגעקומען האבן מיר באמערקט אז ער האט די קלינינג לעבעל אויף זיין בעקיטשע, ווען מיר האבן אים געפרעגט דערוועגין האט ער געזאגט, קיין שום שאלה עס איז מותר לכתחלה
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
ביי בני אשכנז? ווער?היסטאריקער האט געשריבן:עס איז דא וואס פסקנ'ן אנדערש
תשובת מרן גאון ישראל הגאב"ד זצוק"ל בענין איטר יד
אינעם ערשטן קובץ בית ועד לחכמים שיצא לאור בשנת תשס"ט לפ"ק דורך מבצר הכוללים אין קרית יואל ווערט געברענגט א תשובה פונעם רב זצ"ל בנידון צו מען זאל צוגעוואוינען א געלינקטער צו שרייבן מיט די רעכטע האנט נאכדעם וואס די קרית יואל'ער מוסדות (מהר"א) האבן אנגעפרעגט חוו"ד אין דעם נידון
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
דא שרייבט די התחאדות אז זיי זענען געווען בקשרי הלכה ובמלחמתה של תורה
- אטעטשמענטס
-
- התאחדות_גאבד ירושלים1.jpg (135.29 KiB) געזען 2044 מאל
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
ווי איך פארשטיי איז דער אשכול געווידמעט פאר פסקי הלכות, נישט אויפצוווייזן אז ער איז געווען א פוסק, דעריבער ביטע זיך האלטן צום נושא און ברענגן פסקים און הוראות.
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
פארקערט, די בני ספרד זענן מחמיר צו מאכן א המוציא, ניין?להודות האט געשריבן:ביי בני אשכנז? ווער?היסטאריקער האט געשריבן:עס איז דא וואס פסקנ'ן אנדערש
איך געדענק נישט ווער, אבער הגה"ח ר' יודל ראזענבערג ז"ל (געווען א ת"ח עצום) פלעגט זאגן אז עס איז מזונות אגאנץ יאר
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
גערעכט, ייש"כאשיג האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דער אשכול געווידמעט פאר פסקי הלכות, נישט אויפצוווייזן אז ער איז געווען א פוסק, דעריבער ביטע זיך האלטן צום נושא און ברענגן פסקים און הוראות.
-
- שר האלף
- תגובות: 1594
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm
Re: תשובת מרן גאון ישראל הגאב"ד זצוק"ל בענין איטר יד
קר"י מוסדות האט דאס שוין געפרעגט דעם מנחת יצחקאשיג האט געשריבן:אינעם ערשטן קובץ בית ועד לחכמים שיצא לאור בשנת תשס"ט לפ"ק דורך מבצר הכוללים אין קרית יואל ווערט געברענגט א תשובה פונעם רב זצ"ל בנידון צו מען זאל צוגעוואוינען א געלינקטער צו שרייבן מיט די רעכטע האנט נאכדעם וואס די קרית יואל'ער מוסדות (מהר"א) האבן אנגעפרעגט חוו"ד אין דעם נידון
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
דאכט זיך ספרדים מאכן המוציא אויף פסח'דיגע מצה און מזונות אויף חמצ'דיגע.היסטאריקער האט געשריבן:פארקערט, די בני ספרד זענן מחמיר צו מאכן א המוציא, ניין?
די נארמאלער מנהג ביי אשכנזים איז המוציא אויף ביידע א גאנץ יאר. קוק אין די בהמ"ד ביי שלש סעודות (כאטש שבת איז אביסל אנדערש וועגן קביעות סעודה).
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4410
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
- פארבינד זיך:
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
דא רעדט מען אביסעל פין די נושא פין די ברכה אויף מצה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8802
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
מעשה ששמעתי בשעתו כשנתיים או שלש אחרי התחלת כהונתו בתור גאב"ד.
היה זה כאשר עשו שחיטה של עופות "מטילות" עבור מוצרי נקניק (עופות מטילות יש להם בשר קשה מדי ולא כ"כ טעים, לכן שוחטים אותם למוצרי נקניק בלבד).
והנה שוד ושבר. פתאום גילו באחד הקורקבנים מחט. באופן המטריף את העוף ללא פקפוק.
אבל באותה שעה כבר היו שבעים אלף (!) העופות שחוטים, מרוטים ובתהליך בישול בתוך הסילו הענק שבמפעל. וכמובן שלא היה ניתן לזהות איזה מהם הוא העוף שבקורקבן שלו מצאו את המחט המטריפה.
ואף אמנם שלכאו' יש כאן ביטול בשישים, אבל חלקי העופות היו שלמים באותה עת ומבושלים ונאסרו מדין "חתיכה הראויה להתכבד" שאינה בטלה אפי' באלפי אלפים כנפסק בשו"ע.
השאלה הופנתה לגאב"ד הגרי"ט ווייס זצוק"ל, והוא הורה להכשיר את הכל.
וטעמו ונימוקו היה במחשבה "מחוץ לקופסה":
עופות "מטילות" בימינו אינן נחשבות בשום שלב לחתיכה הראויה להתכבד...
והיצרן ניצל מהפסד מרובה.

החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
אזוי קומט אויס פון או"ח סי' ש"א סכ"ג אז א דבר שאינו חשוב וואס איז מחובר צום בגד ווערט בטל.היסטאריקער האט געשריבן:וזה החלי, א מעשה רב והוראה
איך האב אבלח"ט אים געזען די ערשטע מאל אלס אנטווערפענער דיין, זייענדיג אין וומסב"ג איז ער מכובד געווארן צו פארלערנען פרק אין א קליין ביהמ"ד אין וומסב"ג.
ער איז אנגעקומען האבן מיר באמערקט אז ער האט די קלינינג לעבעל אויף זיין בעקיטשע, ווען מיר האבן אים געפרעגט דערוועגין האט ער געזאגט, קיין שום שאלה עס איז מותר לכתחלה
בענין הנחת תפילין בערב שבת אחר שכבר קיבל שבת
פסק הלכה למי שלא הניח תפילין בער"ש וכבר התפלל ערבית מבעוד יום שיניח תפילין בלא ברכה
(קובץ תפארת ירושלים יו"ל ע"י קהל פרושים קובץ י"ז)
(קובץ תפארת ירושלים יו"ל ע"י קהל פרושים קובץ י"ז)
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
איך האב געפרעגט דעם רב, ווען סאיז מיר אויסגעקומען צו דאווענען ביי אים אין ביהמ"ד, פרייטאג צו נאכטס צווישן פסח אין שבועות
ביי אים דאוונט מען פאר ר"ת, אויב איך זאל ציילן ספירה פאר ר"ת.
האט ער מיר געענטפערט אז זאיז דא א תוספות אין שבת, אז ברוב עם איז א ענין אין מקען איבער ציילן נאכדעם אן א ברכה נאכאמאל..
מענין לענין
ווען ער איז געקומען וואינען אין ירושלים האט ער משקיע געווען שטרקע כוחות אין דע מצות בעקערייען אז סאיז זאל זיין זייער מהודר'דיג
אין ער פלעגט קומען צו א מצה בעקעריי אן לאזן וויסן פארדעם, זעהן אז מ'פאלגט וואס ער האט געהייסן..
אין אויב נישט האט ער אויפגעהויבן זיין קול מיט קולות ממש אז מזאל פאלגן וואס ער הייסט
(בעיקר ביים רעלער טיש אז סזאל נישט שטיין קיין מצה אן ארבעטן אפילו איין רגע)

הרה״ח יצחק דימאנד שליט״א האט באזוכט ביים גאב״ד זצוק״ל אין געבעטן ער זאל אנוואונטשן א איד, אנווייזענדיג אז דער טוט אסאך פעולות לשם שמים קעגן ציונות, און האט צוגעלייגט אז ער טוט פארברענען די ציוניסטישע פאָן ביי די „ווינקלעך פון געסער” אין אמעריקע.
רופט זיך אן דער גאב״ד: ער וועט באקומען באצאלט אויף יענער וועלט, זאל זיך נישט שרעקן, און מעג ארויסקומען פון די געסער ווינקלעך.. און גיין אויף די ברייטע געסער אז מען זאל זעהן...!

- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
סטיטשינער האט געשריבן:אין די לעצטע גליון בהיכלא דמלכא וואס איז ארויסגעקומען בחיים חיותו פונעם ירושלימער רב ווערט געברענגט אז דירושלימער רב זצ''ל האט דערציילט, אז א איד איז אמאל געקומען פרעגן א שאלה. א חבר זיינע האט אים געגעבן א בערזל אפצוטראגן ערגעץ, און ער האט עס אריין געשטעקט אינעם אינטערשטען הויזן טאש. למעשה האט מען עס געגאנבעט. זייענדיג א שומר חינם, האט ער געוואלט וויסן צו ער איז א פושע, אדער עס הייסט א גניבה ואבידה. האט די רב געפסקנט אז עס ווענדט זיך צו ער טראגט א לאנגע רעקל צו א קורצע רעקל.
די רב האט צוגעלייגט, אז יענער טאג וואס ער האט אזוי געפסקנט איז די באבובער רב (מהר''ש) ארויף געקומען צו אים אויף א באזוך. די באבובער רב האט דערציילט אז ביים צאנזע רב האט פאסירט אזא מעשה, און די צאנזע רב האט געפסקנט אז די איד איז נישט קיין פושע. האט איינער געפרעגט אז די חת''ס האט ביי אזא מעשה געפסקנט אז די איד איז יא א פושע. האט צאנזער רב (אדער א שפעטערדיגער?) גענטפערט אז אין אונגארען טראגט מען קורצע רעקליך משא''כ אין גאליציע טראגט מען לאנגע רעקליך ולא פליגי.
די ירושלימער רב האט מורא'דיג הנאה געהאט פונעם אפענע השגחה פרטית, אז אויפן טאג וואס ער האט אזוי געפסקנט מדעת עצמו האט די באבובער רב דערציילט א מעשה מיט ממש די פסק. ברוב ענוותנותו האט די רב זיך אנגערופן "דאס איז א באבובער מופת.."
זכותו הגדול יגן עלינו
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
ביטע זיך האלטן צום נושא פון די אשכולפארפאסונג האט געשריבן:הרה״ח יצחק דימאנד שליט״א האט באזוכט ביים גאב״ד זצוק״ל אין געבעטן ער זאל אנוואונטשן א איד, אנווייזענדיג אז דער טוט אסאך פעולות לשם שמים קעגן ציונות, און האט צוגעלייגט אז ער טוט פארברענען די ציוניסטישע פאָן ביי די „ווינקלעך פון געסער” אין אמעריקע.
רופט זיך אן דער גאב״ד: ער וועט באקומען באצאלט אויף יענער וועלט, זאל זיך נישט שרעקן, און מעג ארויסקומען פון די געסער ווינקלעך.. און גיין אויף די ברייטע געסער אז מען זאל זעהן...!
Re: בענין הנחת תפילין בערב שבת אחר שכבר קיבל שבת
זייער אינטערעסאנט דער פסק. אז מען האט שוין מקבל שבת געווען און מען איז שוין אסור במלאכה משום תוס' שבת דבר תורה, איז דאך דאס שוין גאר א הארבע ענין צו אנטון תפילין אום שב"ק.אשיג האט געשריבן:פסק הלכה למי שלא הניח תפילין בער"ש וכבר התפלל ערבית מבעוד יום שיניח תפילין בלא ברכה
(קובץ תפארת ירושלים יו"ל ע"י קהל פרושים קובץ י"ז)
אפילו ביי א זאך וואס איז א חיוב גמור אויפן טאג און איז נישט קיין איסור / סכנה (למשל איינער האט נאכנישט געשאקלט לולב / געבלאזן שופר / געליינט די מגילה) און האט שוין מקבל שבת געווען איז א ערנסטע שאלה, און נישט אלע פוסקים נעמען אן דעם ט"ז, וואס לפי דבריו עכ"פ איז עס א היתר מכח דעם וואס דער קבלת שבת האט נישט חל געווען (און במילא קען מען מאכן א ברכה אויך), אבער באופן כזה אז עס איז יא געבליבן שבת, און מען רעדט פון תפילין וואס איז לאו דוקא א חובת היום, איז א גרויסער חידוש צו מתיר זיין (לעומת זה קיבל שמיני עצרת דארף מען דאך מדינא דגמרא יו'ט אליין אויך עסן אין די סוכה און די שאלה ווערט נאר צי מען קען נאך מאכן א לישב).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
וואס איז די פארגלייך תפילין און לולב? אויף לולב איז דא א גזירה און אויף תפילין נישט. תפילין לייגט מען נישט ווייל ס'איז א אות.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
לעומת זה אויף לולב איז דא א חוב גמורַ צו שאקלען
תפילין איז א חיוב מיתה ח"ו לויט אסאך פוסקים צו לייגן שבת, און אויב יעצט איז געהעריג שבת ביי אים מדיןַ תוספות איז דאס א ערנסטע פראבלעם
תפילין איז א חיוב מיתה ח"ו לויט אסאך פוסקים צו לייגן שבת, און אויב יעצט איז געהעריג שבת ביי אים מדיןַ תוספות איז דאס א ערנסטע פראבלעם
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים
בערך בשנת תשע״ז בפרשת בראקל איז דער פסק פונעם גאב״ד זצוק״ל געווען וואס האט געשלאסן די שערוריה.