פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סטיטשינער האט געשריבן:
די רב האט אנדערש ווי רוב פוסקי זמנינו געהאלטן אז בחורי חו''ל וואס לערנען אין א''י און דארט זאגט מען שוין ותן טל ומטר, זאלן עס זאגן ביי כי אתה שומע. וכן נהגתי.
חוץ דער בעל תפילה וואס זאגט עס יא ביי ברך עלינו כפי מנהג ארץ ישראל
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אויף קול בחצרות פארציילט איינער אז הרב ווייס זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געגעבן די השגחה אויפ'ן אנטווערפן עירוב, און כאטש ער האט געארבעט דערויף 3 שעה יעדן פרייטאג האט ער קיינמאל נישט געטראגן

איך מיין עס איז א מיספארשטענדעניש, וואס יענער פרובירט ארויסברענגען די גנאי פון א עירוב

ח"ו צו זאגן אזוי (נישט אריינגייענדיג אין די פראבלאמאטישע עירובין) אבער בעצם מאכן א עירוב ווי מ' קען ע"פ הלכה איז א מצוה שאין כמוהו

וואס דען, די הלכה איז אז אין יעדע שטאדט דארף זיין איינער (געווענליך דער מרא דאתרא) וואס זאל נישט טראגן מיט'ן עירוב

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א וואס שטייט אין שפיץ פון די מהודרסטיגע (רמב"ם עירוב) טראגט נישט אין קר"י מהאי טעמא
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היסטאריקער האט געשריבן:

אין יעדע גרויסע שטאט (עיר 'שיש בו' שישים רבוא) איז גילטיג דעה א' פונעם מחבר אז מ'זאל מהדר זיין נישט צו טראגן כדעת רש"י ז"ל.

יצחק אייזיק האט געשריבן:

קיינמאל נישט געהערט, פארוואס איז מען נישט מפרסם אז ירא ד' זאל נישט טראגן?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

תגובה דורך פנימחדשות »

אויף יעדער גאס וואס איז 16 אמות ברייט איז דא די ערשטע שיטה פון די מחבר (רש"י איז די צווייטע שיטה) אז ס'איז א רה"ר דאורייתא, און די ביה"ל שרייבט אז יעדער יר"ש זאל זיכער מחמיר זיין ווי דער שיטה, און ער זאגט נאר אז אין בנו כח למחות ביד המקילין.

אגב איז די לשון המחבר אינעם צווייטע שיטה "כל שאין ששים רבוא עוברים בו בכל יום אינו רה"ר".

ס'איז דא אנדערע סיבות אויף צו מקיל זיין, ווצב"ש אז די געסער זענען נישט גלייך, איז אפשר איז עס נישט בגדר מפולש משער לשער, ווי אויך איז דא די באקאנטע שיטת החזו"א אז מ'קוקט אויף די הייזער פון די זייטען אזויווי מחיצות, וואס מאכט אז ס'זאל נישט הייסען פרוץ במלואו וכו' (איך שרייב נאר נאך בערך מזכרוני).

וואס איז די מקור אז אין יעדע שטאט דארף זיין איין מענטש וואס כאטש וואס זיין הויז איז אינעם עירוב, דארף ער זיך אפהאלטען פון טראגען???
אשיג
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 4:39 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשיג »

עס קוקט אביסל אויס ווי מען פירט אוועק דעם אשכול אויף אנדערע רעלסן, ביטע זיך האלטן צום קעפל פונעם אשכול און ברענגען פסקי הלכות און הנהגות און נישט אריינגיין אין קיין זייטיגע שערוריות.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אנטווערפן איז א עיר "שיש בו" ששים רבוא?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

היסטאריקער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
אויף קול בחצרות פארציילט איינער אז הרב ווייס זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געגעבן די השגחה אויפ'ן אנטווערפן עירוב, און כאטש ער האט געארבעט דערויף 3 שעה יעדן פרייטאג האט ער קיינמאל נישט געטראגן

איך מיין עס איז א מיספארשטענדעניש, וואס יענער פרובירט ארויסברענגען די גנאי פון א עירוב

ח"ו צו זאגן אזוי (נישט אריינגייענדיג אין די פראבלאמאטישע עירובין) אבער בעצם מאכן א עירוב ווי מ' קען ע"פ הלכה איז א מצוה שאין כמוהו

וואס דען, די הלכה איז אז אין יעדע שטאדט דארף זיין איינער (געווענליך דער מרא דאתרא) וואס זאל נישט טראגן מיט'ן עירוב

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א וואס שטייט אין שפיץ פון די מהודרסטיגע (רמב"ם עירוב) טראגט נישט אין קר"י מהאי טעמא
אין יעדע גרויסע שטאט (עיר 'שיש בו' שישים רבוא) איז גילטיג דעה א' פונעם מחבר אז מ'זאל מהדר זיין נישט צו טראגן כדעת רש"י ז"ל.
קיינמאל נישט געהערט, פארוואס איז מען נישט מפרסם אז ירא ד' זאל נישט טראגן?
די יראי ה' קענען שלחן ערוך
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פנימחדשות האט געשריבן:
אגב איז די לשון המחבר אינעם צווייטע שיטה "כל שאין ששים רבוא עוברים בו בכל יום אינו רה"ר".
ריכטיג, און דער משנ"ב זאגט אז די ווערטער זענען אומפארשטענדליך חיפשתי בכל הראשונים העומדים בשיטה זו ולא נזכר בדבריהן תנאי זה רק שיהיו מצוין בה שישים ריבוא
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

געהערט פון א משפחה מיטגליד אז עס איז דא בלי גוזמא צענדליגער טויזנטער כתבים אויף אלע מקצועות אין שולחן ערוך וואס דער גאב"ד האט געשריבן, אסאך שאלות וואס ער הא מברר געווען מיט הגאון רבי חיים קרייסווירטה און ער ברענגט דארט אסאך פון זיינע פסקים, און בחייו האט ער דאס נאך געוואלט ארויסגעבן אין די עלטערע יארן, נאר זייענדיג גאב"ד ירושלים האט ער מער נישט געהאט די צייט זיך אפצוגעבן דערמיט, און מען האפט אז אלעס גייט ארויסקומען.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: בענין הנחת תפילין בערב שבת אחר שכבר קיבל שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

אשיג האט געשריבן:
פסק הלכה למי שלא הניח תפילין בער"ש וכבר התפלל ערבית מבעוד יום שיניח תפילין בלא ברכה
(קובץ תפארת ירושלים יו"ל ע"י קהל פרושים קובץ י"ז)
פסק הלכה מהגאבד מקובץ תפארת ירושלים חלק יז.jpg
א אפענע משנה ברורה
סימן ל'
(יז) מבעוד יום – ואפילו עוד היום גדול קודם שקיעה לפי שכבר עשאו לזמן הזה לילה וזמן שכיבה בק״ש ותפלה של ערבית ואם יניח בו תפילין יחזור ויעשהו יום והרי הן שתי קולות שסותרות זו את זו אך האחרונים הסכימו להלכה דמחוייב להניחן ובלי ברכה כל זמן שהוא קודם צאת הכוכבים ואם הוא לא התפלל עדיין אע״פ שהצבור התפללו אין בכך כלום ויניחם בברכה אם הוא עדיין יום כיון שהוא אינו עושה שתי קולות הסותרות זו את זו ודוקא אם לא הניחן באותו יום כלל אבל אם כבר הניח תפילין רק שרוצה להניח גם עתה אין ראוי להניחם אם הצבור כבר התפללו ערבית:
לעצט פארראכטן דורך שייף עייל אום מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

היה במקוה וסגר הפילטער לפני שטבל, ושאלו אותו אם הוא סובר שצריכים לטבול בלי פילטער, וענה שהוא בעצמו סובר שאפשר לטבול אפי' כשהפילטר עובד, אבל מכיון שהראב"ד ר' משה פוסק שלא לטבול אינו רוצה לפסוק כנגדו ולכן מכבה הפילטער כשטובל (שמעתי ממי שהיה שם)
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
אגב איז די לשון המחבר אינעם צווייטע שיטה "כל שאין ששים רבוא עוברים בו בכל יום אינו רה"ר".
ריכטיג, און דער משנ"ב זאגט אז די ווערטער זענען אומפארשטענדליך חיפשתי בכל הראשונים העומדים בשיטה זו ולא נזכר בדבריהן תנאי זה רק שיהיו מצוין בה שישים ריבוא
כידוע האט מען געטראפן כמה ראשונים וואס זאגען יא די ווערטער, און איך וועל מעתיק זיין עטליכע שו"ת ספרים פון בר אילן אין ספוילער.
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

היסטאריקער האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
אויף קול בחצרות פארציילט איינער אז הרב ווייס זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געגעבן די השגחה אויפ'ן אנטווערפן עירוב, און כאטש ער האט געארבעט דערויף 3 שעה יעדן פרייטאג האט ער קיינמאל נישט געטראגן

איך מיין עס איז א מיספארשטענדעניש, וואס יענער פרובירט ארויסברענגען די גנאי פון א עירוב

ח"ו צו זאגן אזוי (נישט אריינגייענדיג אין די פראבלאמאטישע עירובין) אבער בעצם מאכן א עירוב ווי מ' קען ע"פ הלכה איז א מצוה שאין כמוהו

וואס דען, די הלכה איז אז אין יעדע שטאדט דארף זיין איינער (געווענליך דער מרא דאתרא) וואס זאל נישט טראגן מיט'ן עירוב

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א וואס שטייט אין שפיץ פון די מהודרסטיגע (רמב"ם עירוב) טראגט נישט אין קר"י מהאי טעמא
אין יעדע גרויסע שטאט (עיר 'שיש בו' שישים רבוא) איז גילטיג דעה א' פונעם מחבר אז מ'זאל מהדר זיין נישט צו טראגן כדעת רש"י ז"ל.
קיינמאל נישט געהערט, פארוואס איז מען נישט מפרסם אז ירא ד' זאל נישט טראגן?
הרה"ג ר' יצחק אהרן גאלדבערגער מוץ פאפא פארציילט
סיפר לי הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל חבר הביד"צ עדה החרדית בירושלים עיה"ק, שפעם אחת כשהיה מרן ז"ל מפאפא בירושלים, הוציא מרן ז"ל בשוק ספר בשבת, להראות כח הפסק דין של הבית דין שנותן הכשר לעירוב, שהעירוב הוא מהודר ביותר.
אשיג
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 4:39 pm

Re: בענין הנחת תפילין בערב שבת אחר שכבר קיבל שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשיג »

שייף עייל האט געשריבן:
אשיג האט געשריבן:
פסק הלכה למי שלא הניח תפילין בער"ש וכבר התפלל ערבית מבעוד יום שיניח תפילין בלא ברכה
(קובץ תפארת ירושלים יו"ל ע"י קהל פרושים קובץ י"ז)
פסק הלכה מהגאבד מקובץ תפארת ירושלים חלק יז.jpg
א אפענע משנה ברורה
סימן ל'
(יז) מבעוד יום – ואפילו עוד היום גדול קודם שקיעה לפי שכבר עשאו לזמן הזה לילה וזמן שכיבה בק״ש ותפלה של ערבית ואם יניח בו תפילין יחזור ויעשהו יום והרי הן שתי קולות שסותרות זו את זו אך האחרונים הסכימו להלכה דמחוייב להניחן ובלי ברכה כל זמן שהוא קודם צאת הכוכבים ואם הוא לא התפלל עדיין אע״פ שהצבור התפללו אין בכך כלום ויניחם בברכה אם הוא עדיין יום כיון שהוא אינו עושה שתי קולות הסותרות זו את זו ודוקא אם לא הניחן באותו יום כלל אבל אם כבר הניח תפילין רק שרוצה להניח גם עתה אין ראוי להניחם אם הצבור כבר התפללו ערבית:
דאס איז א קליין שטיקל אינמיטן א שיעור אינעם אויבנדערמאנטן קובץ און איך האב עס צוגעברענגט אז ער זאגט אז ער האט אזוי גע'פסקנ'ט אויף למעשה.
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

מיט 15 יאר בערך, האט איינער ביי אונז אין ישיבה געהאט א חלום וואס אויף דעם ווערט גפסקנ'ט אין שו"ע אז מזאל פאסטן אפי' אום שבת. דער בחור האט אנגעפרעגט דעם רב זיע"א און האט גענטפערט אז היינטיגע צייטן אפי' אזעלכע חלומות איז גארנישט און מדארף אפי' נישט פודה תענית זיין. א תקופה שפעטער האב איך געהערט בשם איינער פון די גדולי הפוסקים אז אויף אזעלכע חלומות דארף מען יא פאסטן.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

געלויבט האט געשריבן:
מיט 15 יאר בערך, האט איינער ביי אונז אין ישיבה געהאט א חלום וואס אויף דעם ווערט גפסקנ'ט אין שו"ע אז מזאל פאסטן אפי' אום שבת. דער בחור האט אנגעפרעגט דעם רב זיע"א און האט גענטפערט אז היינטיגע צייטן אפי' אזעלכע חלומות איז גארנישט און מדארף אפי' נישט פודה תענית זיין. א תקופה שפעטער האב איך געהערט בשם איינער פון די גדולי הפוסקים אז אויף אזעלכע חלומות דארף מען יא פאסטן.
מרן מ'סאטמאר זי"ע (מהר"י ט"ב) האט אויך נישט געלאזט זיך צוטון מאכן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

זאג א גוטס האט געשריבן:

ריכטיג, על אף וואס ער האט געפאסט כסדר תעניתי חלום, מטעם ווייל א איד וואס האט נישט אלעמאל דעם שויתי פאר די אויגן זענען זיינע חלומות פשוט הרהורי דיומא.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
געלויבט האט געשריבן:
מיט 15 יאר בערך, האט איינער ביי אונז אין ישיבה געהאט א חלום וואס אויף דעם ווערט גפסקנ'ט אין שו"ע אז מזאל פאסטן אפי' אום שבת. דער בחור האט אנגעפרעגט דעם רב זיע"א און האט גענטפערט אז היינטיגע צייטן אפי' אזעלכע חלומות איז גארנישט און מדארף אפי' נישט פודה תענית זיין. א תקופה שפעטער האב איך געהערט בשם איינער פון די גדולי הפוסקים אז אויף אזעלכע חלומות דארף מען יא פאסטן.
מרן מ'סאטמאר זי"ע (מהר"י ט"ב) האט אויך נישט געלאזט זיך צוטון מאכן.
ריכטיג, על אף וואס ער האט געפאסט כסדר תעניתי חלום, מטעם ווייל א איד וואס האט נישט אלעמאל דעם שויתי פאר די אויגן זענען זיינע חלומות פשוט הרהורי דיומא.
איך האף אז קיינער פסקנט נישט פון די תגובה, ווייל א תענית חלום איז דא אמאל וואס אפילו היינטיגע צייטן דארף מען פאסטן. אזוי האב איך אמאל געהערט פון א מורה הוראה, ווי וואס ווען ווייס איך נישט, אבער מען קען דאס נישט אליין פסק'נען.
אויב איינער האט א שווערע חלום דארף ער זיך דורכרעדן מיט א מורה הוראה מובהק צו וויסן אויב ער דארף מאכן א חלמא טבא חזאי אדער יא.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טראק דרייווער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
געלויבט האט געשריבן:
מיט 15 יאר בערך, האט איינער ביי אונז אין ישיבה געהאט א חלום וואס אויף דעם ווערט גפסקנ'ט אין שו"ע אז מזאל פאסטן אפי' אום שבת. דער בחור האט אנגעפרעגט דעם רב זיע"א און האט גענטפערט אז היינטיגע צייטן אפי' אזעלכע חלומות איז גארנישט און מדארף אפי' נישט פודה תענית זיין. א תקופה שפעטער האב איך געהערט בשם איינער פון די גדולי הפוסקים אז אויף אזעלכע חלומות דארף מען יא פאסטן.
מרן מ'סאטמאר זי"ע (מהר"י ט"ב) האט אויך נישט געלאזט זיך צוטון מאכן.
ריכטיג, על אף וואס ער האט געפאסט כסדר תעניתי חלום, מטעם ווייל א איד וואס האט נישט אלעמאל דעם שויתי פאר די אויגן זענען זיינע חלומות פשוט הרהורי דיומא.
איך האף אז קיינער פסקנט נישט פון די תגובה, ווייל א תענית חלום איז דא אמאל וואס אפילו היינטיגע צייטן דארף מען פאסטן. אזוי האב איך אמאל געהערט פון א מורה הוראה, ווי וואס ווען ווייס איך נישט, אבער מען קען דאס נישט אליין פסק'נען.
אויב איינער האט א שווערע חלום דארף ער זיך דורכרעדן מיט א מורה הוראה מובהק צו וויסן אויב ער דארף מאכן א חלמא טבא חזאי אדער יא.
אה"נ
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אורח חדש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 5:31 pm

הסכמה על ספר עריכת השולחן הלכות שבת בענין היתר מכירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח חדש »

הסכמה על ספר עריכת השולחן הלכות שבת בענין היתר מכירה.jpg
הסכמה על ספר עריכת השולחן הלכות שבת בענין היתר מכירה.jpg (195.45 KiB) געזען 662 מאל
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

איינער פון די מספידים האבן פארציילט:
ס'איז געווען אמאל ביי סעודה שלישית א שבע ברכות פאר צוויי חתנים, און מ'האט דן געווען פאר וועמען צו געבן די ברכות, האט מרן הגאב"ד געזאגט אז איין חתן זאל באקומען די ערשטע זעקס ברכות און דער צווייטער חתן זאל באקומען ברכה אחריתא, האט זיך איינער פון די אנוועזנדע אנגערופן אז א חתן טאר נישט זאגן אליין די שבע ברכות, מרן הגאב"ד האט גארנישט געענטפערט און געלאזט טון וויאזוי מ'האט פארשטאנען.
שפעטער ביים אריבערגיין זאגן א גוטע וואך, האט מרן הגאב"ד געזאגט פאר יענעם, אז ווען ס'איז דא איין חתן איז טאקע נישט גלייך דער חתן זאל אליין זאגן שבע ברכות, אבער ביי צוויי חתנים ווען איינער וואונטשט דעם צווייטן איז קיין פראבלעם.

במקום שאתה מוצא גדולתו, שם אתה מוצא ענותנותו
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אין אנטווערפן איז א יונגערמאן געקומען פרעגן א שאלה אויף א טאפ, צי מ'דארף דאס כשר'ן, מרן הגאב"ד האט אויסגעהערט די צדדים און גע'פסק'נט אז מ'דארף דאס כשר'ן.
אויך האט ער געגעבן פאר יונגערמאן א טעלעפאן ער זאל אהיימרופן זאגן אז מ'דארף כשר'ן דער טאפ. דער יונגערמאן רופט אהיים און זאגט פאר זיין רעבעצין: "מאך ריין די טאפ, אוןאיך קום אהיים דאס כשר'ן", מרן הגאב"ד האטאיבערגענומען די טעלעפאן און געזאגט: "מאך גארנישט, ער קומט אהיים דאס כשר'ן"

עפעס אזוי גייט די מעשה, ווער ס'האט די רעקארדונג ווי א מספיד פארציילט דאס, זאל עס ביטע ברענגען
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

ס'איז געווען א שבת ביינאכט ווען עמיצער האט בטעות געלייגט די פיש אויפן טאפ פון די זופ, ביי מרן הגאב"ד אינדערהיים, דער רב האט דאס זייער שטארק געוואלט מתיר זיין כדי נישט צו פארשעמען דער וואס האט עס געטון, און ער האט דערביי אראפגעברענגט עטליכע סיבות צו מתיר זיין.
ווען ס'איז געקומען צו די זופ, האט מען נאכאמאל געקלערט צי מ'מעג דאס עסן, און דער רב האט געזאגט אז די בליעות פון די פיש זענען בטל בשישים, און ס'איז מותר.
אינמיטן עס די זופ, רופט זיך אן א יונגל פון ר' עמרם שפירא, אז די זופ האט א טעם פון פיש...
דער רב האט גארנישט געענטפערט
אויפצומארגנס ווען ר' עמרם האט גערעדט מיטן רב דערוועגן און געזאגט וואס זיין אינגל האט געזאגט אז די זופ האט א טעם פון פיש, האט אים דער רב געזאגט: "זאג פאר דיין שמעון ער זאל נישט האבן קיין דמיונות, אז חז"ל זאגן אז ס'איז בטל בשישים, פילט מען נישט קיין טעם פון פיש"
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פסקי הלכות פון מרן הגה"ק הגרי"ט ווייס זצוק"ל גאב"ד ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

א חידוש עצום!

ס'דאך מבואר להדיא אין ש"ך (צ"ח ס"ק כ"ח) פון אלע פוסקים אז אויך א זאך וואס איז בטל בששים, טאמער שפירט מען א טעם איז עס אסור, נאר אפשר האט די גאב"ד זצ"ל זיך פארלאזט אויף דאס אליינס אז סיז נאר א טעם, וואס קען זיין אסר'ט נישט ביי דגים ובשר, בצירוף אז היינטיגע צייטען קען זיין איז נישט דא א סכנה כמ"ש המג"א הידוע, בצירוף אז ס'קען זיין אז נאר די סארט פיש "ביניתא" איז אסור, בצירוף כבוד שבת און שלא לבייש דער וואס האט ארויפגעלייגט די פיש (ע' שו"ת חת"ס יו"ד סי' ק"א, ושו"ת דברי מלכיאל ח"ב סי' נ"ג), אבער דאס וואס ער האט געזאגט אז ס'זיכער דמיונות איז א גרויסער חידוש.

און אגב, דאס וואס מ'שרייבט דא אז ס'געווען בטל בששים, מיינט לכאו' נישט אז ס'געווען ששים אין די זופ קעגן די גאנצע שטיקל פיש, קודם כל ווייל ס'נישט מסתבר, און אויך ווייל טאמער איז די היתר געווען געבויעט אויף דעם וואלט נאר די זופ געדארפט זיין מותר, און די פיש אסור, נאר לכאו' מיינט עס אז די גאב"ד זצ"ל האט משער געווען אז ס'דא ששים קעגן די פליטות, הן אין די פיש און הן אין די זופ, וואס הגם אז געווענטליך פארלאזט מען זיך נישט אויף דעם, ביי דגים ובשר קען מען זיך פארלאזן אויף דעם (לפחות ווען ס'דא נאך צירופים) כמבואר בחת"ס (שם) [און לויט דעם איז נאך א גרעסערע חידוש וואס ער האט געזאגט אז די גאנצע שפירן א טעם איז נאר דמיונות].

שו"ר בשו"ת כור הבחינה (סי' ב') אז ווען אנדערע מענטשען שפירן נישט די טעם, און נאר איינער שפירט די טעם, הייסט עס נישט א טעם לאסור (ע"ש בראיותיו), און כאטש וואס ביי איסורים גמורים וואלט מען זיך אפשר נישט פארלאזט אויף דעם לגבי דער מענטש וואס שפירט די טעם (ע"ש בכל הסי', ובאיך שמעתיקו בדרכ"ת צ"ח ס"ק י"א), קען מען זיך פארלאזען אויף דעם לגבי בשר ודג (לפחות בניד"ד ווי ס'געווען נאך צירופים) [און ס'נאר געבליבן שווער די לשון "אז חז"ל זאגן אז ס'איז בטל בשישים, פילט מען נישט קיין טעם פון פיש", אבער ס'קען זיין אז דער לשון איז נישט מדוייק].
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”